בית פורומים כל העולם כולו

טאקטיק פון די זאלונים: פאלשע פאקטן!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/6/2009 00:57 לינק ישיר 
טאקטיק פון די זאלונים: פאלשע פאקטן!

דער נייער טאקטיק פון די זאליס איז: "מאכן נייע פאקטן"!

אויף דעם איז געבויעט אלע זייערע טענות - קאורט פעיפער'ס - און... די גאנצע ארטיקל פון פארמעגליך....

רוב פון זיינע געשרייבעכצער און פאקטן הייבט זיך אהן מיט "ווי יעדער ווייסט.." אדער "ווי יעדער האט דעמאלטס געוואסט - און קיינער וועט דאס היינט נישט פארלייקענען"....

און אזוי געשעהן זאכן:
ווי יעדער איינער ווייסט\האט דעמאלטס געוואוסט...

...איז רז"ל סאך א גרעסערע חכם...
...איז ר"א (כלשונו אויף רבינו שליט"א) סאך א גרעסערע נער (עפ"ל - ווייל "יעדער האט דאך געוואוסט"..)
...האט ר'  אהרן געוואוסט מער פון אלע אז זיין טאטע איז נישט מער בכח צו פירען און אז זיין טאטע איז קראנק אויף יענע מעשה אויכעט און ער האט גענומען דעם פולען ענווענדעדש פון דעם...

...האט ר"א אנגעהויבען צו וועבען זיינע פלענער דורך זיך ארומנעמען מיט פארשידענע מענטשען וואס פארשטייען וואס זיי האבן צו טון אנדעם וואס ער זאל מוזן רעדען בבתך רחל הקטנה. זיי האבן אלע געוויסט וואס דער ציהל דארף זיין און וואס מען האט צו טון...

...האט ר' חיים הערש מייזליש שוין אין יענע יארן געפירט א שטיקל אפעזיציע צום ירושלימער רב, דורך די בני ברקער יונגעלייט וועלעכע האבן נישט צופיל שייכות געהאט מיטען רב ז"ל. און ער איז געווען ווי דער אמבאסאדאר צו די היזיגע פאליטיקאנטען וואס האבן געהאט פארשידענע פראבלעמען מיטען רב ז"ל אלץ די בני יואל פאליטיק...

…אז דער רבי דער ברך משה האט צירוקגעצויגן פון וועלן בנו הגדול זיין זיין ממשיך דרכו…

…משה איז בכלל נישט געווען פארמישט אינעם אויפנעמען רז"ל אין וומ"ס..

…ר' בערל פר"מ האט געהאט א שטילע אפמאך מיט ר"א…

 

...און אזוי ווייטער פאקטן אויף פאקטן – וואס יכלו הזמן והם לא יכלו.

 

היינט גייען זייערע "פאקטן" אויך אזוי..

 

"יעדער ווייסט" אז רז"ל האט רוב ווליאמסבורג.. (ער האט נאר אלס מורא געהאט פון וואלען אדער דין תורה וכדומה..איך ווייס נישט פארוואס)

"יעדער ווייסט" אז רז"ל האט רוב בארא פארק... (נאר עפעס וועגן א עפעס פאני אומבאקאנטע סיבה האט ער געמוזט פארמאכן זיין כיתה ט' – און מחמת אן אומבאקאנטע סיבה דאווענען אין זיין שול ווייניגער מענטשן ווי עס דאווענען אין 15 עוו. שול – איך רעד שוין נישט פון ביהמ"ד הגדול אויף 53 און די זעקס אינדערע שול'ן...)

 

אגב: מיר געדענקען נאך אלע ווי די ערשטע צוויי יאהר ווען רז"ל'ס מענטשן האבן געשוואורן ביי אלעם הייליגן אז אין אפאר טאג ארום זענען זיי אין פולן קאנטראל אויף 53, און ווען ס'איז אדורך צוויי יאהר און נאר געכאפט שלעק האט זיך אנגעהויבן דעם ניגון פון "דער רבי שליט"א לאזט נישט טשעפענען 53 ווייל דער טאטע נהאט עס געגעבן פאר ר' בעריש'ן…" עטס הערטס א איידלקייט??

 

און יעצט צוריק צום ענין:

 

"יעדער ווייסט" אז אין בני ברק האט ער כאטשיק 40 פראצענט…

"יעדער ווייסט" אז אין ירשולים האבן זיי 100 פראצענט (עכ"פ אזוי האבן זיי געזאגט אפאר יאהר צירוק – קען זיין אז זיי האבן שוין געטוישט דעם מיינד)…

"יעדער ווייסט" אז קווינס האט 900 בחורים און קרית יואל האט 250..

"יעדער ווייסט" אז אין זייערע מוסדות אין וומ"ס איז דא אכט טויזענט קינדער…

"יעדער ווייסט" אז ס'איז נישטא קיין גרעסערע תלמוד חכם ווי רח"ד כ"ץ…

"יעדער ווייסט" אז ביי די ארוינים האט מען פיינט דעם רבי'ן ז"ל..

"יעדער ווייסט" אז "קיין שום ערליכע איד" האלט נישט פון ר"א…

 

און ווער ס'וויל וויסן וואס נאך "יעדער ווייסט" זאל מוחל זיין גיין אינעם דערנעבענדעגער פורום פון פקודתו שמרה און ליינען פארמעגליך'ס קראנטער ארטיקל וואס "קיינער קין נישט אפפרעגן" ווייל …. יא! איר האט צוגעטראפן דעם תירוץ.. "יעדער ווייסט"… - אבער! איין זאך פארגעסט נישט פאר איר הייבט אן ליינען! פארמעגליך שטעלט קלאר איין זאך: " איך בין צו יונג צו געדענקען יענע צייט אבער אלץ ווייסער וויסן צו דערציילען… און אזוי איז ער ווייטער ממשיך מיט זיין גאנצע בלאפעריי און חלומות ארטיקל…

 

ווי קאמיש ס'ליינט זיך, קוקט אייך גוט אום וועט איר זיין אז דער גאנצער הלוך ילך ביי די זאליס, נישט קיין חילוק ווי אלט און ווי אינג מ'איז, אלעס איז באזירט אויף די דאזיגע פאקטן, און אצינד גייט כאפט א בליק אדער שטעלט אפ א זאלי אין גאס און כאפט א שמועס, וועט איר אליין זיך נישט קענען איבערקומען ווי אמת דאס איז.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/7/2009 03:27 לינק ישיר 

כ'האב היינט אריינגעוואנדערט צו די פקודתו פורום
אט איז וואס איינער האט דארט געשריבען, און ער שרייבט עס נאך מיט אזא ערענסטקייט...

ביי די חלק פון ר' אהרן'ס פערסאנאליטי קען איך ניט פארשטיין וויאזוי האסט ארויסגעלאזט דעם פאלגענדע א פאסירונג וואס קען מיר נישט ארויסגיין פון מח קעמערל:----------------------------------------------------------------------------------------------------------

עס איז שמחת תורה - איך געדענק נישט צו ס'איז די לעצטע יאר וואס דער ברך משה האט געטאנצן אין גרויס'ן ביהמ''ד אדער א יאר בעפאר - מ'האט יעצט געענדיגט די הקפות, די רבי האט אזוי ווארים געטאנצט מיט'ן קליינעם זילבערנעם ס''ת צוגעדריקט צו זיין הארץ, יעדער שפירט א דערהויבנקייט איינער מער איינער ווייניגער -      אט גייט די רבי ארויס פון ביהמ''ד, א ריזן ציבור  באגלייטן , בתוכם דעם רבי'נס קינדער איידעמער, גבאים
*
איינער רירט זיך נישט פון פלאץ -------  דאס איז אונזער היינט באקאנט'ן הגה''ק...... וואס איז? אט ווארט איך מיט א איינגעהאלטענעם אטעם, נישט מער נישט ווייניגער ער שטעלט זיך טאנצן  -ער האט שוין אויסגעהאלט'ן גענוג ווי לאנג די רבי האט געפראוועט - יעצט מעג ער אויך א ביסל, ניין ?! די רבי איז נאך אין ביהמ''ד פאר'ן טיר און ער טאנצט מיט אלע מיני הויות מיט די און פיס פארשטייט זיך די שארפע אויגן פארגלייזט פון צייט צו צייט כאפ'נדיג א בליק אויב ס'איז נאך דא איינער צו קוקן................

קען אים איינער אפווענקען??? ער שרייבט דאך אז ס'ליגט און זיין מח קעמערל!!!

איך בין אים דן לכף זכות אז ער האט חלילה נישט געמיינט דא ליגענט צו זאגען, זיין מח קעמערל איז נאר פיל מיט אזעלכע פאנטאזיע'סלעך.....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/7/2009 00:13 לינק ישיר 

come on, git morgen
didn't you know that till now? sound like you dont read ther metiral till now
w\o shaker they are out of busn.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/6/2009 01:45 לינק ישיר 

יטב לב, וען דו פעיסט אריין א תגובה פון א צווייט פלאץ, נאכן אריינברענגען גיי ביי "גופן" און דרוק "לא נבחר".

די אנדערע אותיות מאכן אביסל נערוועז.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/6/2009 01:23 לינק ישיר 

איין זאך האסטו אויסגעלאזט: איך האב באקימען און אימעל:
ער רופט דעם שר החלומות ''אימעל''



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > טאקטיק פון די זאלונים: פאלשע פאקטן!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext