בית פורומים כל העולם כולו

לפני מי אתם מיט אהרן (מטהרין)...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/6/2009 18:11 לינק ישיר 
לפני מי אתם מיט אהרן (מטהרין)...

נעכטין נאכט האט הרה''ח ר' אהרן הערש מיטעלמאן חתונה געמאכט אין קאנטינענטאל
נו, האט זיין שווער ר' יעקב לייב וואלדמאן איינגעלאדענט זיין ידיד ר' זלמן לייב פיליפ
און ער איז טאקע געקומען ער זעצט זיך אויבן אן, און ווען דער מוזיק הייבט אן צו
שפילן די רעבישע טאנצן ניגונים הייבט ער זיך אויף צו גיין טאנצן מיטן חתן,
אבער... א פאנטשער... דער מוזיק האט נישט עהם געמיינט,
ער האט געמיינט דעם ראש ישיבה פונעם חתן רבי חיים יעקב רובין שליט''א,
נו וואס טיט מען, מען זעצט זיך צוריק אראפ, מען קיקט רעכטס, מען קיקט
לינקס, מען שפילט זיך מיטן גלעזל וואס ליגט דארט אויפן טיש, און מען איז מתפלל א
תפילה חרישית אז דער רבי חיים יעקב זאל שוין מקצר זיין און אויפהערן צו טאנצן,
ס'גייט דורך לאנגע מינוטין און זעהט אויס אז ר' חיים יעקב שליט''א יאגט זיך עפעס נישט,
דער ר' זלמן לייב זיצט אזוי אויף שפילקעס ביז מען האט פון הימל רחמנות באקומען אויף
עהם און מען האט אריין געשיקט אין זאל ר' חיים דוד כ''ץ, נו, זיי האבן זיך זייער געפרייט
איינער צום צווייטן, מען שמועסט זיך אזוי, מסתמא האט מען דורך גערעדט די פרטים
פונעם לעצטן דין תורה וואס די צוויי חברי הבי''ד האבן מיט געהאלטן אין זייער לישקע,
אדער האבן זיי דורך גערעדט וועמענס ארטיקל אין איד איז בעסער, משה לייב דייטש'ס
אדער דעם מנוול'ס מיידלעך שטערן, הפנים זיי זענען אזוי געזעצן ביז איינער פון יעקב לייב'ס
קינדער האבן זיך מרחם געווען אויף זיי און זיי גערופן טאנצן מיטן חתן, נא, איז דאך זייער
גיט, אבער דער מוזיק האט אנגעהויבן דעם באקאנטן ניגון אמר רבי עקיבא, לפני מי אתם
מטהרין ומי מטהר אתכם, נו, נאר דאס האט זיי אויסגעפעלט, דער ר' זלמן לייב וואס כידוע
טאנצט ביי יעדע חתונה מיטן חתן אן ערך פון אריבער  20 מינוט האט דא עס געמאכט זייער בקיצור
ער טאנצט שנעל אפ און כאפט אן ר' חיים דוד און שפאצירט ארויס, איך בין אזוי פונקט דאן
אויך ארויס געגאנגען אינטער זיי , און הער ווי ר' זלמן לייב זאגט פאר ר' חיים דוד, די אהרונים זענען
גרויסע טשעפנאקעס, זיי מיינען אז איך ווייס נישט אז זיי האבן בדווקא געזינגען דעם ניגון
לפני מי אתם מיט אהרן ומי מטהר אתכם, אלעס נאר מיר צו צאפן דאס בלוט.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/7/2009 01:53 לינק ישיר 

יענקעלע דיין מעשה איז זיכער אמת, און די גאנצע השתלשלות פון די זאלונים איז אראפגעלייגט אהן קיין שום גוזמאותת עס איז הונדערט פראצענט אקוראט!

וויאזוי האט נאר יענער רב געזאגט פארן מחוצף: אזעלכע אמת'ע מענטשן וואו דיר קומען אויפן עולם האמת...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/7/2009 00:07 לינק ישיר 

אזוי ווי אלעמאל, יענקעלע, טאקע מאריך געווען אבער יעדע שורה איז ריכטיג. יש"כ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/6/2009 23:35 לינק ישיר 

יא! יענקעלע! איך בין מיט דיר!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/6/2009 22:47 לינק ישיר 

אוי נעבעך נעבעך,
די צושאסענע זאליס קענען נעבעך צו זיך נישט קומען,
איך האב דא פשוט דערציילט א מעשה וואס איך פערזענדליך
האט מיטגעהאלטן נעכטן ביינאכט ביי די חתונה פון ר' אהרן הערש
מיטטעלמאן, נו, גיטס א קיק ווי דאס האט זיי ארויס גענומען פון די כלים,
קודם לויט איין שיטה  איז ר' זלמן לייב פיליפ בכלל נישט געווען אין שטאט
איי הונדערטער מענטשן האבן עהם געזען, דאס איז נאר געווען זיין דאבל אדער
זיין לוק אלייק, און דערנאך האט זיך אנגעהויבן די פשעטלעך, קודם איז יענקעלע א בעבי,
פארוואס וועט איר פרעגן? פשוט, ווייל ער ברענגט נאך די בעבי רייד פון ר' זלמן לייב פיליפ,
נאכער ווערט די אישוי ווי אלט דער יענקעלע איז, פון פריריגן דור, פון נעקסטן דור,
און א היבשע ביסל זאלונים מיינען נעבעך ערענסט אז דער תנא רבי עקיבא האט טאקע
געמיינט צו זאגן אז א יעדער איז מיט רבי אהרן, זייער פראבלעם איז נאר ווי אזוי דער
תנא האט זיך דערוואגט אנצורופן רבינו הקדוש אזוי פלעין אהרן נישט מיט א טיטל,
נו, האט עהם איינער גענטפערט אז ווער עס קען לערנען ווייסט אז אין די גמרא שטייט כסדר
אמר רבא, צו אביי אמר, אמר רבה, אלעס אן קיין טיטלען, (יא, פון ווי זאלן די זאלי עמי הארצים
דאס וויסן, זיי לערנען דאך נישט כדי נישט צו פארשעמען זייער רבין), 

אלזא אזא פשוטע מעשה וואס ערווארט נישט קיין שום תגובות אדער הערות האט זיי ארויס
גענומען פון די כלים, און זיי קענען פשוט נישט קומען צו זיך, והדברים פשוטים מאוד,
די סיבה צו זייער דערשאסנקייט איז זייער פשוט, זיי געבן זיך א קיק אן ווי זיי האלטן
איז זיי ווערן פארכמארעט, לא זו מה שהבטיחו להם, משה גבאי מיט זיינע נאכשלעפערס
האבן זיי קלאר צו געזאגט אז ביז... פליט דער אהרן קיין קענטאקי, קיינער וועט מער נישט
וויסן פון עהם, ער איז א פארגאנגענהייט, און אצינד לא די אז ער דרייט נאך דא אינטער די פיס
נאר ער נעמט גאר איבער אלעס מיט אזא שוואונג אז ס'איז פשוט נישט אויסצוהאלטן,

לאמיר אנהייבן מיט בארא פארק, יעדער געדענקט ווען דער חכם הרזים משה גבאי האט א 
שיינעם טאג באשלאסן צו קרוינען זלמן לייב טייטלבוים אלץ ברוקלינער רב, און מען האט
טאקע אנגעהויבן דאס דורכצופירן, מען רופט צוזאם א אסיפה אין בית המדרש הגדול 
און שאול פערלשטיין נעמט אויף נייע גבאים און זאגט אפ די אלטע, און דע רעסט איז
היסטארי, טראץ די בכיות נוראות פון ר' זלמן לייב פיליפ, זענען זיי געפלויגן צוזאמען מיט
זייער דיין ר' חיים דוד כ''ץ, און געצווינגענערהייט האבן זיי געדינגען א פלאץ פון באבעוו,
און בו בזמן ווען מיר האבן דארט אלע מוסדות, דעם בית המדרש הגדול און נאך זיבן
בתי מדרשים האבן זיי דארט ביי זיך נאר א שבת מנין מיט ווייניגער מתפללים  ווי אין אונזער
קלענסטער בית המדרש, זיי האבן מיט אלע כוחות פראבירט זיך צוזאמען נעמען און זיך
אנהייבן צו בויען נוסח אהרונים, אבער דורכפאל נאך דורכפאל, בחרפתם הרבה האבן
געדארפט אפשפארן זייער חדר, אזאך וואס האט נאך אין סאטמאר קיינמאל נישט פאסירט,
בקיצור,  גענוג פאר א גרויסן פארציע שברי לב און עגמת נפש,

לאמיר א פאר טין קיין וויליאמסבורג, ווי די גאנצע זאלי קאמפאני האבן זיך פארלייגט און צו
גערויבט אלע מוסדות בתי מדרשים און נכסים, און זיי האבן טאקע מצליח געווען צו בלייבן מיט
זייער רויב, נו, וואס האבן די אהרונים געטוהן, מען האט געטוהן גענוי ווי רבינו הקדוש והטהור
הבעל דברי יואל זי''ע האט געטוהן, נאכדעם ווי עס איז געקומען א היטלער ימ''ש אויף די וועלט
אויסגעהרגעט רוב רובם פון כלל ישראל און צו גערויבט אלע מוסדות און בתי מדרשים, די נאציס
ימ''ש האבן ארויס געווארפן דעם רבין פון זיינע בתי מדרשים און מוסדות, וואס האט ער געטוהן,
ער האט אנגעהויבן פון די אל''ף, און מיט סייעתא דשמיא שלא כדרך הטבע האט ער אויפגעבויט
א נייע וועלט פון מוסדות התורה מיט בתי מדרשים, ומה שאירע ליעקב אירע ליוסף, ווען די היינטיגע
נאציס (סארי, איך האב נישט פאר זיי קיין בעסערן נאמען נאכדעם וואס זיי האבן מקצר ימים געווען
און מצער געווען אונזער באליבטן רבין דעם ברך משה זי''ע) האבן גענומען אונזער הייליגן רבי'ן שליט''א
ואס איז דאן נאך געווען דער קרית יואל'ער רב, און מיט אכזריות נוראה עהם אוועק גערויבט זיין
הייליגן טאטן וואס כידוע איז געווען נפשו קשורה בנפשו, און מוסיף געווען חטא על פשע, אנגעהויבן
צו רודפן יעדען וואס האט מיט עהם געהאט די מינדעסטע שייכות, און זיי האבן גענוצט אלץ א שטעקן אונזער
אייגן באליבטן רבי'ן דעם הייליגן ברך משה זי''ע, וואס האט נעבעך נישט געוויסט וואס מען וויל פון זיין לעבן,
א ריכטיגער מלך אסור ברהטים, און עהם האבן זיי גענוצט צו פייניגן און מצער זיין זיינע אמת'ע געטרייע
תלמידים וחסידים, ובראשם בנו בכורו רבינו שליט''א, נו, וואס האבן די אהרונים געטוהן, מען האט גענומען
אומנות רבותינו בידינו, מען האט געטוהן גענוי דאס זעלבע וואס רבינו הקדוש בעל דברי יואל
האט געטוהן, מען האט אנגעהויבן פון די אל''ף, (און טאקע דריבער הייסט אונזער גרויסער יום
טוב דער יום הצלה והשיחרור מיטן נאמען "אל''ף שמות" על שם דעם דאזיגן אל''ף וואס מיר האבן
געצווינגענערהייט געדארפט אנהייבן), מען האט אנגעהויבן צו בויען קודם א בית המדרש'ל וואס איז זיך 
צו וואקסן אלץ גרעסטער בית המדרש אויף די וועלט, און נאכער מוסדות פאר יונגלעך, פאר מיידלעך,
א קעמפ, א מצה בעקערי, בוטשער סטארס, און אצינד א מקוה טהרה, בקיצור, מיר האבן די זעלבע הצלחה
שלא כדרך הטבע וואס רבינו זי''ע האט געהאט, און אלעס אן משה גבאי, אן ר' ישראל חיים מנשה, אן ר' אביגדור
יאקאבאוויטש ע''ה, אן לעיזער קעסטענבוים, אן מאיר ראטה, און אן וואלי לעפקאוויטש, געבליבן מיט עהם
זענען נאר די ערליכע געטרייע חסידי ותלמידי רבינו, ואל יתערב זר במחנותינו, אלע שונאי סאטמאר, אלע
נידעריגע פערשוינען, זענען געבליבן מיט זיי, און מיר האבן שמן זית זך,  

נו, דארף איך נאך ווייטער גיין קיין קרית יואל ווי טראץ אלע שטרויכלונגען וואקסן די מוסדות התורה אויסער
געווענדליך, וויפל כח און פלאג זיי האבן אריין געלייגט צו צונעמען דעם בעלות פונעם שטעטל, און כסדר האבן זיי
געליטן מורא'דיגע דורכפעלער, סיי מיטן ווילידזש און אצינד מיטן בעלות אויף דעם בית החיים, און ווייטער 
אין בני ברק ווי אריבער ניינציג פראצענט מאנשי שלומינו האבן מקבל מרות געווען פון כ''ק רבינו הקדוש שליט''א
און טראץ די צרות צרורות וואס די רשעים טוהן דארט אפ ביז אריין גיין אין ציוניסטישן בית המשפט על אפם
וחמתם פון אלע גדולי התורה, עם כל זה וואקסן דארט אונזערע מוסדות שלא כדרך הטבע, מען האלט זיך
צוזאמען בנשיאות כ''ק רבינו שליט''א אינטער די הנהגה פונעם ראש ישיבה רבי חיים הערש מייזליש שליט''א, 
וואס איז אזוי אנערקענט ביי אלע רבני העיר,

והאחרון הכביד, די מורא'דיגע הצלחה וואס מיר האבן אין ירושלים, וואס דארט וואוינט
בנו מחמדו פון זייער רבי ר' זלמן לייב וואס געוויסע זאלונים קיקן שוין ארויס אויפן טאג וואס
ער וועט איבער נעמען זייער מלוכה, און טאקע דארט באתריה דמר, האבן זיך די אהרונים
אפגעטיילט און בויען זיך מוסדות התורה מיט א בית המדרש מיט א געוואלדיגע סייעתא דשמיא,
זיי האבן אויפגענומען א דיין וואס פקע שמיה מיט זיין כח התורה ער איז פשוט בארוהמט ביי יעדן,
אלע חברי הביד''צ קענען נישט פארהוילן זייער שעצונג פאר דעם גדול בתורה, אזוי אז אין די קורצע
צייט וואס מיר האבן דארט אנגעהויבן פון די אל''ף אלט מען שוין ב''ה זייער ווייט,

און די אלע דאזיגע הצלחות פון די אהרונים און די אכזבות און דורכפעלער פון די זאלונים
הייבט אן צו האבן א השפעה אויף זיי, זיי ווערן פשוט דיפרעסט פון טאג צו טאג, זיי גייען אראפ
פון זינען, זיי רעדן נישט צו דערזאך, זיי זענען ללעג ולקלס ביי יעדן, זיי האבן זיך שוין לאנג מייאש
געווען פון איבער צונעמען די הנהגה פון כלל ישראל, דער ניי געשאפענער טיטול "נועם המידות" איז
שוין לאנג בטל געווארן, היינט צו טאג ווען א יוד זאגט אז ער האט געהערט א שיינע דרשה פון סאטמארער רבי
שליט''א פרעגט קיינער נישט וועלעכער, און ווער רעדט נאך פון עפעס א אויפטוה פאר כלל ישראל, צו
דאס איז פלייש, מצות, שייטלען, יסודי התורה, לימוד התורה, סיום מסכת, אבן הפינות, חנוכת הבית,
דרשות, שובבי''ם תורות, וכו' דארט ווייסט יעדער ווער עס איז דער רבן של ישראל, און ווער עס פרובירט
צו שפילן רבי, און דאס איז שוין צו פיל פאר די זאליס דורעכצוטראגן. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > לפני מי אתם מיט אהרן (מטהרין)...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext