| נשלח ב-1/7/2009 22:57 |
|
| |
סיום מסכת חגיגה והתחלת מסכת מכות א' פנחס
דעם זונטאג גייט פארקומען די סיום אויף מסכת חגיגה אין די ראמען פונעם רבין'ס חבורה "יסודי התורה"
די צענטראלע סיום גייט זיין אין ביהמ"ד הגדול אין קרית ויואל משה מאנטיסעלאו
|
|
|
|
| נשלח ב-2/7/2009 17:21 |
|
| |
יעצט געזעהן אינעם "גוט מארגען" אז הרב ישעי' יחיאל שלעזינגער שליט"א בן הרב ר' אליקם שליט"א וועט זיין נואם הכבוד זונטאג נאכט ביי די גרויסע סיום אין קרית ויואל משה
|
|
|
|
| נשלח ב-6/7/2009 02:27 |
|
| |
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א זאגט יעצט דברות קודש
מ'קען הערן א הוק אפ דיי קול סאטמאר (כ'קען נישט די #)
און אויף קול מבשר 212-444-1100 עקסטענשאן 8-1-1
|
|
|
|
| נשלח ב-6/7/2009 03:13 |
|
| |
רבינו שליט"א האט יעצט געענדיגט די דברות קודש
|
|
|
|
| נשלח ב-7/7/2009 00:35 |
|
| |
אשרינו מה טוב חלקינו!
די סיום איז ב''ה געווען א זעלטן מעמד קידוש ד'
הג' הרב שלעזינגער האט געהאלטן דעם עולם געשפאנט מיט ביליציגע אין הערליכע רעיונות, ווי אויך האט הג' הרב ברוידא הערליך ארומגערעדט {כ'בין נישט דארט געווען, כ'האב נאר נאכגעהערט, ווער עס האט מער דעטאלען פין זיין עדות אויף רבינו שליט''א, זאל ביטע ברענגן, כ'בין אנגעקומען פאר די דברות קודש}
די דרשה פין רבינו שליט''א איז געווען א זעלטענע ווארימע דרשה, רבינו שליט''א האט גאר לאנג מאריך געווען בענין לימוד התורה, {דרך אגב, נאך די דרשה האט הרה''ג ר' ליפא ט''ב - א מחותן פין רבינו שליט''א, זיך אויסגעדריקט, כ'האב שוין אסאך געהערט דעם מחותן, אבער אזא ווארימע דרשה האב איך נאכנישט געהערט (ער איז פין די אידן וואס קענען ביידע ''מחותנים'', אין פרעגטס אים מה בין בני לבין....)}
פאר די סיום האט רבינו שליט''א אפגעשטאט א באזוך אין די נייע ביהמ''ד פין מחנה בית רחל אין געקלאפט א מזוזה, דערנאך איז רבינו שליט''א געפארען קיין קרית ויא''מ, אין קודם אפגעשאט א באזיך אינעם נייעם מהודר'דיגען אין פראכטפולען מקווה טהרה (וואס וועט איבערנעמען די יעצטיגע קליינע) ווי רבינו שליט''א איז איבערגאנגען אלע הידורים, וואס ער האט פארלאנגט אא''וו, אין גאר ווארים אנגעווינטשען פאר'ן בארימטן נדבן הרה''ח ר' אביגדור פרענקל הי'''ו, וואס האט זיך געלאזט קאסטען פאר די מקווה די סכום פין $700,000 א חוץ זיין הערליכע נדבה פאר די אלטע מקווה, דערנאך האט רבינו אפגעשטאט א באזיך אינעם נייעם הערליכען בנין הת''ת {וואס איז נעכטן ציפרי פארגעקומען די מעמד פתיחת שערים מיט די באטייליגונג פין די הינדרעטער תשב''ר תושבי המחנה והגלילות - תלמידי הת''ת, אויף א הערליכע פארנעם - עס פארלאנגט זיך א באזינדערע אשכול דערוועגן} ווי רבינו שליט''א האט אנגעווינטשן דעם בארומטן נדבן ר' יצחק וואלף פילאפף הי''ו חבר הנהלת הקרי'
דערנאך איז רבינו שליט''א ערשינען אין באשיינט דעם סיום מס' חגיגה - ווי געשריבן, די ציבור איז געווען בליעה''ר אסאך מער ווי געראכטן, א זעלטן ריזן ציבור איז געשטאנען ביי די גאנצע לענג פין ביהמ''ד הגדול נאכען צילייגען נאך בענק ביי ביידע זייטן, א הערליכע אויבן אן האט באצירט דעם מעמד, ווען די טויזענטער פלעצער זענען באזעצט פין טויזענטער חסידים ואנשי מעשה וועלכע האבען די זכי' צו פראווען די מס' אינאיינעם מיט רבינו שליט''א
נאכדעם איז רבינו שליט''א געגאנגען מנחם אבל זיין הג' אב''ד וואלקאון שליט''א אין מחנה מראה יחזקאל - קאלעסבורג, ווי רבינו שליט''א האט אויך אפגעשטאט א באזוך ביי הגאון רבי יחזקאל ראטה שליט''א
בזמן שהצדיק בעיר ''הוא הווה הוא זיווה הוא הדרה''
אויף די רעכטע זייט, זעהט מען הרה''ג ר' שמואל בערגער שליט''א, אב''ד מישקאלץ
תוקן על ידי rebyankel ב- 07/07/2009 0:34:32
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/7/2009 01:54 |
|
| |
כ'הער אז ביי די סיום אין ירושלים האט אויפגעטרעטן אלץ נואם הכבוד, הג' רבי חיים אורי פריינד, דער נייער חבר הבד''ץ (וועם די זאליס האבען ג'טענה'ט אז ער איז א חבר לאיש מושחת, אין ס'געווען א נחמה נאך רמ''וו זארגער)
קען עס איינער באשטעטיגען?
ווי אויך קען איינער ברענגן א ריפארט פין אלע סיומים איבער די וועלט?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/7/2009 18:54 |
|
| |
ביי די סיום און ירושלים האט זיך אויך באטייליגט ר ישראל האגר פון בני ברק
|
|
|
|
| נשלח ב-7/7/2009 20:26 |
|
| |
| rebyankel כתב: |  | כ'הער אז ביי די סיום אין ירושלים האט אויפגעטרעטן אלץ נואם הכבוד, הג' רבי חיים אורי פריינד, דער נייער חבר הבד''ץ (וועם די זאליס האבען ג'טענה'ט אז ער איז א חבר לאיש מושחת, אין ס'געווען א נחמה נאך רמ''וו זארגער)
קען עס איינער באשטעטיגען?
ווי אויך קען איינער ברענגן א ריפארט פין אלע סיומים איבער די וועלט? |
|
כ'האב עס יעצט באשטעטיגגט, הג' רבי חיים אורי פריינד שליט''א, האט אויפגעטרעטן ביים סיום אין ביהמ''ד ברך משה דקיט''ל ירושלים
{אז מ'רעדט פין קהלתינו אין ירושלים, פאסט זיך אפצוגעבן א שבח והודי' להשי''ת, ווער עס שוין געווען אין ירושלים קען זיך נישט גענוג אפווינדען אויף די געוואלדיגע סייעתא דשמיא פין אינזער קהילה דארט, יעדער ווייסט וואס פארא טעראר די זאליס ניצן דארט פאר'ן אני ואפסי, עד כדי כך אז עס ווערט געפירט א באזינדערע פעיראל דורך די ראשי הכת אין אמעריקע, דורך מוסדות יט''ל ירושלים אין כולל יט''ל ספעציעל פאר די שליחים לדבר עבירה, אבער מיט די ריכטיגע צילן קומט מען ב''ה אן א געוואלד, אזש ביי יעדע יומא דפגרא האבען מיר די זכי' אז מרן הגאב''ד והראב''ד אין אלע חברי בד''ץ אין אלע רבנים ואדמורים (אפי' תולדות אהרן) פילן פאר וויכטיג צו באשיינען אינזער אויבן אן,
דער הערליכער כולל / די בארימטע ת''ת / די אויסגערופענע ישיבה קטנה / דער נייער שיכון / ועל כולם דער נייער ריזיגער בנין וואס וועט אי''ה געבויט ווערן בקרוב פאר קהלתינו, אלעס בראשות דעם בארומטן אין געשעצטן דומ''ץ הקהילה, ועוד ידם נטי' בעזהשי''ת
הודי לד' כי טוב)
|
|
|
|
|