בית פורומים כל העולם כולו

פארוואס איז דער מדת הדין שולט אין זומער?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/7/2009 21:25 לינק ישיר 
פארוואס איז דער מדת הדין שולט אין זומער?

עס איז ליידער נישט דאס ערשטע מאל. (האפנטליך יא דאס לעצטע.) עס פאסירט יאר איין יאר אויס. שוידערליכע טראגעדיעס אינעם זומער, וואס די האר פון קאפ שטעלן זיך אויף ווען מען הערט פון זיי. עס איז קלאר ווי דער טאג אז דאס איז שלא על פי דרך הטבע. עס האט נישט קיין דירעקטן שייכות מיט'ן זומער. נעמט א שטייגער די היינטיגע טראגעדיע מיט'ן טייערן איד וואס איז אוועק פון דער וועלט. עס וואלט געקענט פאסירן יעדע אנדערע צייט אבער פארט האט עס פאסירט אינעם זומער, און דאס זעלבע איז מיט אלע טראגעדיעס וועלכע מען האט געהערט די לעצטע פאר וואכן, און רוב פון די טראגעדיעס וועלכע האבן פאסירט די לעצטע פאר יאר אינעם זומער.

שטעלט זיך די שווערע פראגע: פארוואס איז דער מדת הדין שולט אינעם זומער? וואס וויל מען אונז פון הימל וואונקען? עס קוקט אויס אז עפעס איז מען אין הימל אומצופרידן מיט אונזערע מעשים אינעם זומער. עפעס מוזן מיר פאררעכטן. עפעס א דראסטישער שינוי מוז געשען. לאמיר זיך מאכן א חשבון הנפש און באשליסן למה יצא הקצף. וואס איז דאס אינעם זומער וואס פאראורזאכט א קטרוג רח"ל.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2009 23:42 לינק ישיר 

עס איז שווער צו זאגען, ווער בין איך צו וויסען?
אבער אז די רעדסט פין מכשולות פין זימער, קימט מיר די ערשטע ארויף אין קאפ, די פריקות עול פין אסאך פין די פריוואטע קאנטרי'ס וד''ל,
{ב''ה עס קימען צו יערליכע קהלי'שע קאנטרי א שטייגער ווי קרית ויא''מ אין קרית ברך משה,מחנה לפידות, וכו' ווי ס'ווערט איינגעפירט תקנות וואס יעדער שטעלט זיך ב''ה צו, ווי אויך איז מען ב''ה שטארק מתקן די אמאליגע זימערדיגע התרשלות אין לימוד התורה ב''ה, (די ת' כ'קען נישט מיטשלעפן אלע ספרים אין די ביהמ''ד שמעקט פין שימעל - אז נישטא ביי די קאנטרי'ס {אשריך ר' מאיר זעליג, ממך למדו וכן עשו})}



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/7/2009 22:04 לינק ישיר 

דער בני יששכר זאגט אז די שם פון  חודש תמוז איז פארקערט ה-ו-ה-י ווייל חודש תמוז איז שולט דין אויפן וועלט
די שם פון מנחם אב איז האלב כסדרן און האלב פארקערט ווייל ביז ט"ו אב איז דין און נאכדעם איז רחמים 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/7/2009 19:57 לינק ישיר 

 http://www.theyeshivaworld.com/news/General+News/36542/Report:+Skvere+Community+Calls+for+Increased+Tznius+.html



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פארוואס איז דער מדת הדין שולט אין זומער?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext