|
|
| נשלח ב-8/7/2009 05:34 |
|
| |
עולי תימן.. משפחות אנגעקומען פון תימן....
ענדליך.... ענדליך נאך חדשים ווארטן די גליקליכע מינוט זענען היינט אווענט אנגעקומען קיין מאנסי.
עסקנים מיט גאווערמענט אפישעלס האבן זיי אפגעווארט ביים עירפארט. מיר אידן רחמנים בני רחמנים פרייען זיך צו זעהן די משפחות פון די פלטים ווי זיי קומען אן קיין מאנסי און מ'דערקענט די שמחה אויף זייער פנים.
עפעס א תימנ'ער אינגערמאן מיט 3 פיצעלעך קינדער איז געשטאנען ביי די תימנ'ע שוהל אויף אלבערט און אויסגעזעהן ווי דער גליקליכסטער אויף די וועלט.
נו יעצט פיל איך אז די הונדערט דאלער וואס מיר האבן זיך באטייליגט איז טאקע געוועהן א גרויסע מצוה.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/7/2009 20:29 |
|
| |
ניין,
יעדער תמין'ער ווייסט וואס זיינע אפציעס, אין יעדער קען אליין אפמאכען אויב ער וויל קומען פריער קיין אמעריקע אין אויסקוקען אזווי די תימן'ע פין מאנסי, אדער ווארטן אבילס אין אנקומען קיין לאנדאן אין אויסקוקן ווי די תימן'ע אין לאנדאן,
די עסקנים אין לאנדאן ארבייטן זייער שווער אויף עטליכע פראנטן, וואס כ'קען די נישט שרייבען קיין דיטעילטס וד''ל, ''אבער זיי האבען קיינמאל נישט געזאגט אדער געשריבן א דעיט'' ווען די יודן גייען אנקומען קיין לאנדאן.
אגב, עזרת ישראל האט דווקא קאמפיינט נאר ביי אנ''ש, - אנדערש ווי די לקנתר'ניקע {וואס האבען זיך אויפגעוועקט נאכען געלונגענעם קאמפיין דורך עזרת ישראל (אין גענומען כ''ק מ'סוקלען פאר א שטעקן, אזווי מ'טוט מיט חסד לאברהם)} אין קאמפיינט אין גאנץ ניו יארק......
|
|
|
|
| נשלח ב-9/7/2009 19:55 |
|
| |
נו פארוואס טאקע אויב לאנדאן איז טאקע בעסער, פארוואס האבן די עסקנים פון לאנדאן זיי נאכנישט ארויס גענומען קיין לאנדאן?
מ'האט דאך געמאכט שווערע געלטער סיי די גרויסע קאמפיין פון שה לבית אבות.
די רבי האט געזאגט אז אמעריקע גיבט נישט קיין שריפטן זינט די סעפטעמבער 11 מעשה, זיי מוזן גיין קיין לאנדאן ווייל נאר ענגלאנד העלפט זיי.
אויך דער רבי צוגעזאגט אז אויב אמעריקא גיבט זיי יא שריפטן, (האט דער רבי געזאגט) "מי יתן והי' "
יעצט שטעלט זיך ארויס אז אמעריקא גיבט יא, און די עסקנים פון ענגלאנד האט דערווייל נישט געקענט ארויסנעמען.
איז די שאלה!
וואס זאלן טוען די אידן אין תימן?
דארפן זיי ווארטן אין תימן ביז די עסקנים פון ענגלאנד וועלן אויפשטיין פון שלאף?
דארפן זיי לאזן זייערע טעכטער ווערן אוועק געכאפט צו די מוסלמענער?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/7/2009 00:18 |
|
| |
לאוו דווקא אין א''י
אין לאנדאן האבען זיי א הערליכע קהילה, מיט א געשעצטן רב, הרה''ג ר' אליעזר שלעזיגער שליט''א בן הגאון הגאדיר ר''י הרמה דלאנדאן שליט''א, די רעגירונג העלפט זיי שטארק ארויס פינאנציעל (א זאך וואס איז אין אמעריקע כמעט נישטא, אין דאס איז די סיבה פארוואס זיי זענען אזוי אין אמעריקע)
אין זיי האלטן זיך זייער באחדות, ועל כולם מישען זיי זיך שטארק מיט די היימישע געזעלשאפט, וואס האט אפענע הערצער פאר זייערע ערליכע תימן'ע ברודער אין זיי שטייגען בתוי''ש מיט זייער אלטע מסורה
דאס וואס אין מאנסי קוקען זיי אזוי אויס, פארשטייט יעדער פארוואס, כ'וויל נישט מאריך זיין אין דעם ווייל כ'וועל נישט רעדן אויף קיין יחידים
אבער דאס איז אמאל זיכער אין רבינו שליט''א האט דאס ערווענט, אז די בעסטע פלאץ פאר זיי איז אין לאנדאן, ווייל אפי' אין א''י, ארבעטן די ציונים אין זייערע פרייע תימן'ע ברודער אראפצופירן פין וועג ר''ל
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2009 23:34 |
|
| |
צו סעטן די רעקארד סטרעיט:
יעדער גייט יעצט נעמען קרעדיט פאר'ן אהערברענגען די תימנ'ער אידן, אבער ווער ס'קען אביסל ענגליש און ווייסט וואס טוט זיך, ווייסט זייער גוט אז די תימנ'ער אידן זענען ארויסגעברענגט געווארן קיין אמעריקע דורך די ציוני'סטישע פעדערעישאן און נישט דורך סאטמאר.
נ.ב. איך בין אינגאנצן נישט העפי מיט'ן פאקט אז די תימנ'ער אידן זענען אהערגעקומען. דער פאקט איז אז די תימנ'ער אידן האבן זיך זייער שווער איינגעגעבן אין אמעריקע במשך די אלע יארן זינט י"ח פריינד האט זיי אנגעפאנגען ארויסצוברענגען קיין אמעריקע, און די תימנ'ער האבן געברענגט געפערליכע בושות פאר סאטמאר און אסאך קאפוויי פאר פריוואטע מענטשן. לדעתי באלאנגען זיי אין ארץ ישראל וואו זיי האבן ארגאניזירטע קהילות און ארגאניזאציעס וועלכע קענען טאן פאר זיי.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2009 21:26 |
|
| |
קוקט אויס ווי ביי די נידערמאן איז יעצט פאר פסח, {איר געדענקט זיין הבטחה אויף פסח....}
כ'קען קוים ווארטן אויף די איבריגע 123 נפשות, דעמאלטס וועל איך וויסן אז מ'האלט א וואך פאר פסח ביי די זאליס
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|