ווי מ'זעט האט זיך זאלי געקרוינט אלץ א נייע
רבי...
די וועג וואס ער גייט און וואס ער איז געגאנגען
ביז יעצט, ווערט באצייכנט לויט עקספערטן אזוי:
געעפנט האט זיך די 'ביזנעס' (לייען: רביסטעווע...)
אלס א 'לאקאלע'...,
וואו איעדער געדענקט האט זיך די היינטיגע (ברייטפארצווייגטע...) 'נויעם
האמידעס-האנהאגעס התורעה' קארפ. געעפנט אויף א קליינע פארנעם, דער פירער איז דאן דערפאר
פארריפן געווארן אלס דעם אלעמען באקאנטן... 'לאקאלער'...
ווי נאר עס האט זיך פארלאנגט (צוליב די 'רבבות'...),
האט מען באשלאסן צו עפענען ברענטשעס איבעראל, אזש ביז אינטערנעשאנעל...
ס'קוקט אויס ווי ער האט פראבירט אויף אלע פראנטן (אלע פראנטן מיינט 'אלע',
וואו: ב"פ, בעיסוואטער, מאנסי, קרית יואל, מאנטריאל, לעיקוואוד, לאנדאן, מאנטשעסטער,
אנטווערפן, בני ברק,
און פארלוירן האלב ירושלים!!!) אבער.... וואס'זשע זאל מען טאן???... די עקאנאמיע
איז שוואך... און ס'איז פארהאן א רעסעסיע... און דאס האט נעבעך בארירט די 'זאלי-באנדע
קארפ.' אויף אן אומדערטרעגליכן אופן...
אזש, מען האט באשלאסן אז (ווי שרייבט דער ים-חזיר
פון כת המולך: עת לעשות לה', לא עת לחשות...)
מ'גייט זיך אפשאקלען פון די רעליגיע פון ביז
יעצט...
מ'גייט פראבירן אין שפאניע...
דאס הייסט, מ'גיי מער ווערן 'ספאניאלאס, שפאנישע
אמיגאס'...,
דערווייל ארבייט די ביזנעס פאבליק רעלעשען
, אונטער א פירערשאפט פון מושע דאוויד נידערלאגע, און נאך, אז די וועלט זאל דאס איינזען...
מען האט אונטערגענומען שריט, און מ'גייט אנגיין מיט די ביזנעס אין אן אנדערע פלאץ,
די פי אר ארבייט אזוי: מ'וועט גיין אין בג"ץ, מ'וועט גיין אין אמעריקאנער געריכט,
'דווקה אן א היתר', כדי יעדער זאל איינזען אז מ'גייט טוישן רילעגיע...!
מאנכע זאגן אבער, אז דאס וועט ארבייטן נאר דורך
טוישן דעם נאמען פונעם לאקאלער אליינס... ויקרא שמו בישראל; 'דער ספאניאלא רבי'...
וואו אויך ווערט און די טעג צוגעגרייט די נייע
לעדערהעד וואו ער וועט זיך רופן; 'אדמו"ר אמיגא מ'ספאניאלא'...
וואו אויך זיצן אין די טעג די חברי הבג"ץ,
אין די לישקע אויף קיעפ סטריט, אויסצוארבייטן עפעס א מימרא פונעם רעבינזיכרוינעליבראכע...
אז די היינטיגע ציונים זענען די ספאניאלאס...
ממילא מוז מען אונטערברענגן די ספאנישע רעגירונג...
עס איז צום האפן צו זען פאזיטיווע רעזולטאטן
וואו אמשנעלסטן,
פערענץ,(ביזנעס פראנאיוס ווארטזאגער פון לארקין...)
זאגט, אז ער פלאנצט גראז אויף זיין האנט פלאך, אויב ביז א קורצע צייט זעט מען אז אין
שפאניע געלונגט אויך נישט...
אבער שאול-לבן הארמי-מציבה האקער-פעלערשטיין
גאראנטירט אז 'אלעס בלייבט ביים אלטן'...!
~דער שפיטיווקער שרייט געוואלד!!! וואס וועט
זיין מיט אייערשפייז???...~
עס ווערט נאך ערווארטעט א מיינונג און די אפיניען,
פונעם שפיטיווקער שמשון, דערווייל איז ער פארנומען אין אמעריקע מיטן קנאקן אייער, צו
באווייזן אריין צוריקן די וועלטס גרעסטע 'סקרעמבעלד עג' אין די אמעריקאנער היסטאריע...
ער זאגט אז דערווייל איז ער נישט מסכים זיך אריבערצוצוען קיין ספעין,
איידער ער באקומט א גאראנטיע פון גרינ'ס רעסטעראנט אז ער קומט מיט...!!!
צהלי ורוני יושבת 'שפאניע' כי זדשיגאן בקרבך
'קדוש וועקי'...