בית פורומים אחים אנחנו

"פארמעגליך"ס ארטיקלען ברעכט היסטאריע! יישר כח!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/7/2009 21:30 לינק ישיר 
"פארמעגליך"ס ארטיקלען ברעכט היסטאריע! יישר כח!

איך עפן דעם אשכול נישט צו קאמענטירן איבער נקודות וואס פארמעגליך ברענגט ארויס, נאר ארום און ארום וואס עס שפילט זיך אפ אין סאטמאר לכבוד פארמעגליכ'ס ארטיקלען.

זינט די ארונים האבן זיך געפונען זייער מקום מקלט אויף הייד פארק די לעצטע 7 יאר איז נאך אזא דורכברוך נישט געווען, ווען זיי האבן נישט געחלומט אז עס וועט קומען איינער און אויפדעקן מאסן היסטאריע פון דעם גאון וקדוש אויף א מאסטשטעבליכע פארנעם.

די ארטיקלעך פון פארמעגליך - וואס פארמאגט שוין אגב נאנט צו א האלב מיליאן צפיות! - זענען געווארן דאס געשפרעך פון טאג ביי די ארונים און אויך ביי די זאליס, מען זעט קופקעס שטיין און דעבאטירן זאכן וואס פארמעגליך ברענגט ארויס, עלטערע דערמאנען פאר די אינגערע זאכן ארום די ענינים, מען שמועסט זאכן פון די תש"מ יארן וואס די ארונים האבן אלע יארן פראבירט ארויפצולייגן א ריזיגע שלאס דערויף, מענטשן דערמאנען זיך זאכן וואס זיי האבן געהאט מיט דעם ארכי רבי.

שמואל ווידער וכת דיליה דערזעט זיך אין א מעכטיגע דילעמא און שיקט שלוחים מיט סטראשערייען פון אלע זייטן, אויף אזוי ווייט אז פארמעגליך באקומט א בריוול מיט א אולטימאטום פון אויסמעקן אלע זיינע ארטיקלען און אויב נישט זענען ער און זיין ווייב און קינדער אויף געהאקטע צרות!

שמואל ווידער רופט אן רייכמאן אז ער דארף א ארטיקל וועלכע זאל איבערשטייגן צען מאל די א.ג. "וואס דרוקט אויף די מוחות צען יאר" ארטיקלען, רייכמאן טענהט אז ער קען בלויז שרייבן פון די דעמאראליזאציע פון די זאליס, און שמואל שרייט אז מען קען נישט פופציג מאל איבערקייען די זעלבע זאך, "טרעף מעשיות אויף זאלי!", רייכמאן טענהט אז דאס מערסטע וואס ער קען טרעפן איז מעשיות וואס די ארונים האבן איבערגעקייט די לעצטע פאר יארן נאכאמאל און נאכאמאל, ווי שור שנגח את הפרה, זאלי האט נישט קיין ערנסטע קופה של שרצים אונטער זיך. ער האט זיך קיינמאל נישט צואמפערט מיט קיין מענטשן אזויווי זיין גרויסע ברודער.

שמואל בעט זיך ביי רייכמאן, ס'נישט קיין תכלית! רייכמאן טענהט אז שמואל זאל אויפקומען מיט מעשיות ער וועט עס שוין צופוצען.

פארמעגליכ'ס ארטיקלעך ווערן ארויסגעפרינט און ארומגעפירט צו הונדערטער אידן. עס איז מעשים בכל יום דער מאן זיצט אויפן ריקליינער און ליינט די ארויסגעפרינטע פאפירן ווען פלוצים שיסט ער אויס אין א אומאויפהערליכע געלעכטער, ער קען נישט צוזיך קומען, וואס איז? פרעגט די ווייב, אה דו ליינסט יענע צעטליך פון אהרן'ס היסטאריע?

ערליכע אינגעלייט וועלכע האבן נישט קיין צוטריט צום אינטערנעט באקומען דאס אין מאסן, מען פרינט דאס ארויס און גייט ארום פון האנט צו האנט, יעדן טאג פרעגט מען זיך נאך צו עס איז דא עפעס פריש.

פארמעגליכ'ס ארטיקלעך האט געבראכן היסטאריע! אויב האבן די ארונים געמיינט אז די אלע "שיינע" יארן פון זייער רבי וועט פארגעסן ווערן ווען שמואל ווידער וועט הייבן די שעפעלעך אין הימל אריין אז מען האנדלט דא מיט א בעל שם טוב בדורינו, אויב האבן זיי געמיינט אז מען וועט סייווי נישט קענען באשרייבן די אלע זאכן ווייל נישט אלעס קען מען ארויסשרייבן אפעציעל ווען עס רירט אן דעם און יענעמס כבוד, זענען זיי יעצט געוואויר געווארן אז בור כרה ויחפרהו, הייד פארק איז ענקער סטאנציע? האט עטץ ענקער שפראך.

רבותי איך רעד פון פאקטן, ביי די ארונים הערשט די טעג א געפערליכע אנגעצויגנקייט נישט וואוסענדיג וואס עס קומט מארגן, זיי קענען קיינעם נישט אנקלאגן, קיינעם נישט פארהאלטן, עס איז א אנאנימער ניק אויף הייד פארק, גיי קלאג אן די "ציוניסטישע וועבזייטל" פארן אויפדעקן די הייליגע היסטאריע. כא כא כא.

א חבר דערציילט מיר ער איז געווען נעכטן אין מקוה הופער, מען רעדט דערפון אפען! "מען קען אים נישט בלאקן פון שרייבן?" פרעגט א 60 יעריגער. "קענסט נישט טון דארט וואס דו ווילסט, די פלאץ וואס אונז שרייב מיר קען מען בלאקן מענטשן, דארט קענסטו גארנישט טון". דער 60 יעריגער לאזט נישט נאך "לאמיר זיך נישט נער'ן עס איז א חורבן פאר אונזער גאנצע יוגנט, זיי ווייסן נישט וואס עס ליגט אונטער די אלע זאכן זיי ווייסן נישט וויפיל די רבי האט געבלוטיגט פארן זיך צוקריגן מיט די אלע מענטשן, זיי ליינען עס און זיי מיינען אז ער איז דאס וואס זיי לייגן אים אראפ".

יא יא, אונטער דעם ליגט א בעל גאוה ושחצן, א מענטש וואס האט געבראכן א רעקארד מיטן זיך איינקויפן שונאים וואס קיין איד בדורינו האט זיך נישט איינגעקויפט.

לאמיר אלע בעטן פארמעגליך ווייטער ממשיך צו זיין, ביתר שאת וביתר עז, למען ידעו דור אחרון, פארמעגליך באהאלט נישט גארנישט געב ארויס אלע סודות, עס שטייט א גאנצע דור און בעט זיך צו דיר ראטעווע אונז! מיר זאלן וויסן פון וועמען צו שטיין ווייט.



תוקן על ידי שנעלקל ב- 15/07/2009 21:41:36




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2009 22:02 לינק ישיר 

יודעי דבר ווייסן צו דערציילן אז די פלוציםדיגער ארויסווארפן פון משה לייב דייטש פון ביהמ"ד דקיט"ל אין קרית יואל איז געווען צוליב מתתי' דייטש'ס חקירה אז לויט זיין מיינונג איז משה לייב דייטש דער שרייבער פון די ארטיקלעך.

די ארונים וואס האבן נישט קיין צוטריט צום אינטערנעט זענען געשטאנען און געליינט מיט וואונדער דעם צעטל, זיך פרעגנדיג איינער דעם צווייטן וואס האט יעצט וויכטיג פאסירט?

משה לייב'ס ארטיקלעך אין דער איד האט זיי נאך קיינמאל נישט אזוי ארויסגענומען פון די כלים ווי פארמעגליכ'ס ארטיקלעך.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2009 21:54 לינק ישיר 

דאס איז די סטראשען בריוול וואס פארמעגליך האט באקומען פריוואט :

כבוד פארמעגליך

איך האב פאר דיר שלעכטע און גוטע נייעס. איך וועל אנהייבן מיט די שלעכטע, נאך גרויס מיה און פלאג און מיט פול סייעתא דשמיא זענען מיר דערגאנגען (מיר מיין איך טאקע א שיינע צאל חברים) ווער עס איז דער אומפארשעמטער פארשוין וואס שטייט אונטער דעם ניק 'פארמעגליך', אפילו די האסט פרובירן צו מאכן א קאווער אפ מיטן מכלומרשט אריינשיקן איינעם אין אחים אנחנו פארום אויפדעקן דיין אינדענטיפיקאציע אז די בוסט מ. ב. אבער עס גייט נישט, מיר ווייסן קלאר ווער די בוסט (סימן לדברי: די האסט 'גאר' א נאנטע קרוב וואס איז פון די הויפט שרייבער אין כל העולם כולו, און געהערט צו אן אנדערע פארטיי פון דיר). ע"כ די שלעכטע נייעס. די גוטע נייעס איז, אז נאכן נעמען ראט פון קלוגע אידן האבן מיר באשלאסן נישט אויפצודעקן דיין שמוציגע פרצוף (פשוט מיר שוינען דיין פרנסה, דיינע קינדער וכו' וכו') אויב די בוסט זיך מתחייב אין די קומענדיגע פאר שעה אז די הערסט אויף שרייבן דיין העסליכן ארטיקל, און די פועל'סט ביי דיין חבר מיכל וואלף אז דער אשכול זאל גענצליך אפגעווישט ווערן לעולם וועד, וועסטו פון אונז קיינמאל מער נישט הערן. ובזה סיימתי. וויינשטאקל






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > "פארמעגליך"ס ארטיקלען ברעכט היסטאריע! יישר כח!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext