לאמיר אנרופן דאס קינד ביים נאמען. וואס איז פארגעקומען אין ירושלים די לעצטע פאר טעג איז געווען "ראיאטן". א קליינע צאל "חרדישע" אידן האבן זיך אויפגעפירט ווי די שווארצע האבן זיך אויפגעפירט אין די 960' יארן און מבאיש ריח געווען פאר'ן גאנצן יהדות החרדית. ווער עס פארדינט פון אזא אויפפירונג זענען די אנטיסעמיטן איבער די גאנצע וועלט וועלכע קענען ווייזן אז אידן זענען חיות פון וואלד, און די חילונים און דתיים אין ארץ ישראל וועלכע האבן יעצט באווייזן אז זייער שיטה איז גערעכט און נישט אונזערס.
פון די בילדער וואס מען זעט דא אויף היידפארק קוקט אויס אז ס'איז נישט געבליבן קיין איין גאנצע טרעפיק לייט אין גאנץ ירושלים, מען זעט אויך די שטיינער כדי להמית וועלכע זענען געווארפן געווארן אויף די פאליציי און שטאטישע ארבעטער, וואס זייער גאנצער זינד איז אז זיי זענען געקומען אפרייניגן די גאסן.
מיט צוויי וואכן צוריק איז געווען א ריזיגער קידוש שם שמים, פרייטאג צונאכטס ווען 40,000 אידן האבן צוגעהערט דעם רוף פון די עדה און ארויסגעקומען דאווענען אין די גאסן. דאס איז געווען א פרידליכע און הייליגע דעמאנסטראציע. אבער פון דעמאלט און ווייטער זענען די רבנים נישט אין טשארדזש נאר די טאגס, די גענגסטערס, די שאבאבניקעס, די נערי שוליים, די אלע נוצן אויס דעם מצב זיך צו האלטן לוסטיג און לעבעדיג. זיי מאכן חרוב די היימישע געגנטער. די היימישע עקאנאמיע ליידט זיך צוזאם, וויבאלד די גאנצע היימישע געגנט איז פאראליזירט און אלע גאסן ברענען. דאס היימישע אידנטום ווערט אנגעשטונקען, אידישע לעבנס זענען אין סכנה וויבאלד ס'זענען נישט דא קיין טראפיק לייטס. שוין חוץ פון דעם אז די לופט אין ירושלים איז פארפעסטעט פון די געדיכטע רויך וואס גייט ארויס פון די גאנצע היימישע געגנט, וואס דאס איז נישט נאר שרעקליך אומבאקוועם נאר אויך זייער נישט געזונט פאר עלטערע אידן און קליינע קינדער.
די פאליסלייט וואס האבן ארעסטירט די פרוי ליידן נישט פון דעם אז מאה שערים ברענט, ווער ס'ליידט איז דער גאנצער ציבור, פרומע און פרייע, וועמענ'ס טעקסעס גייען גענוצט ווערן צו פאררעכטן די שווערע שאדנס וואס די ראיאטירער האבן געשאפן. והעולה על כולנה, דער געגנט וואס מען מאכט חרוב איז דער אייגענער געגנט וואו מען וואוינט. די משוגעים מאכן חרוב זייער אייגענע געגנט כדי נקמה צו נעמען אין די ציונים. איר ווייסט וואס דאס דערמאנט מיך? יא, די שווארצע ראיאטן פון די סיקסטיס, און פון די אנדערע יארן, זיי האבן חרוב געמאכט און אונטערגעצינדן זייערע אייגענע געגנטער, און געהאפט אז זיי טוען דערמיט אפ די ווייסע.
מעיק נאו מיסטעיק, איך גלייב אז דא איז געטאן געווארן א געוואלדיגע עוולה קעגן די חשוב'ע פרוי און איר משפחה אבער דאס גיט נישט קיין שום רעכט פאר אזא גענגסטערישע אויפפירונג ווי דאס וואס מען זעט.
נשלח ב-28/7/2009 04:12
ר' שלמה פאפנהיים, דער גרינדער פון בית לפליטות, האט אין אן אינטערוויו מיט די משפחה גערעדט זייער מיאוס קעגן די הפגנות. יעצט דרייט זיך איבער אין די עדה קעגן אים. מען פארלאנגט ער זאל צוריקציען.
די קענסט אראפרייסן די שבבניקים וועלכע האבן געריסן לעמפ און סתם פארפירט, די קענסט אבער נישט אטאקירן דעם אלגעמיינעם ציבור אין ירושלים וועלכע האבן פראטעסטירט קעגן דאס ארעסט פון די מאמע, הגם זיי האבן פראטעסטירט מיט שרעקליכע ווילדקייט, אויף צו יעדן איינעם רעדט מען זיין שפראך, און ווי ס'שטעלט זיך ארויס האט דאס גוט געהאלפן, ווי כ'ברענג ארויס אין א דערנעבענדיג אשכול.
נשלח ב-19/7/2009 09:37
עטס ווילטס הערן די חילוק צווישן די ערליכע אידן וועלכע פראטעסטירן פרידליך און די הפקר יונגען און שאבאבניקעס וועלכע מאכן חרוב דעם היימישן געגנט?
די הפקר יונגען זענען טאקע גרויסע העלדן, זיי ברעכן, האקן און צינדען אן פייערס, אבער די סעקונדע וואס די פאליציי קומט אן אנטלויפן זיי.
טשיקנס, פחדנים.
די ערליכע אידן שרייען גיוואלד מיט ווייטאג און צער, און מיט אומגלויבליכע מסירת נפש. ווען די פאליציי קומט אן אנטלויפן זיי נישט און זיי כאפן מכות אכזריות.
דאס זענען די העלדן, דאס זענען די וואס מאכן א קידוש השם. (צום באדויערן אבער באקומען זייערע הפגנות נישט אזויפיל דעקונג ווי די ראיאטן.)
לא אשקר, יצאתי מהבית עם דעה ברורה. איני משתייך לחבורת הפורעים, לאותה קבוצה שמונעת משעמום, וזורעת הרס ברחבי העיר, לאותם שוליים שגורמים נזק בלתי הפיך לציבור החרדי. תהא הסיבה אשר תהיה, אין הצדקה לפרעות ולאלימות שהוצגו באמצעי התקשורת.
עם מחשבות נוגות אלו יצאתי לאזור העימות. לא אכחד, ראיתי נוער שוליים שמכלה את זמנו וממלא את ריקנותו באמצעות השלכת חפצים אל עבר השוטרים, ראית בחורים צעירים שמשחיתים רכוש ציבורי - וכאבתי. איך זה קורה לנו. או ליתר דיוק: למה זה קורה לנו. שאלתי את עצמי בכאב גדול.
בעודי מתהלך בינות לעגלות האשפה, ראיתי קבוצת אברכים. אברכים שמראם מעיד עליהם כאלף עדים: אלו אנשים שאינם שייכים לפה. אלו אברכים שנעקרו מספסלי בית המדרש. אלו אברכים ששיכים להוויות אביי ורבא. בשעה 1 בלילה, הם עסוקים בימים כתיקונם בפיצוח עוד סוגיה, בהבנת רמב"ם מוקשה. מה להם פה?
התקרבתי. הסתכלתי ב'לבן של העין' - וראיתי את הכאב. ראיתי את האמונה בצדקת הדרך. הם לא נלחמו רק למען האישה, הם נלחמו על אידשקייט. על הצורה בה יחיו. עמידתם שם אמרה יותר מכל: אין לנו אמון במוסדות המדינה. אסור לתת שיתערבו לנו בצורת החינוך. שישאירו לנו את פח השמן הטהור. שלא יגעו!
האברכים הללו לא ברחו כשהגיעו השוטרים, הם עמדו ויותר מאוחר אף הועלו לניידת, בדרכם למגרש הרוסים. והם עלו בשמחה, הם עלו כי הם מכירים את גודל המאבק. לשיטתם, זהו ייהרג ואל יעבור. אסור לתת להם להתערב. אם יתערבו, נאבד את שארית הפליטה המשמרת את ההנהגה כרוח ישראל סבא.
ראיתי - והזדהיתי. ראיתי - וליבי התרחב. אנחנו לא זקוקים להכרה תקשורתית. רוצה התקשורת להשחיר את פנינו? שתשחיר. לנו יש ערכים, מחויבות, ערבות אישית. יש מי שרוצה להשמיץ אותנו בשל כך? שישמיץ. לעיתים אין ברירה, חייבים להציב קו אדום ולומר: עד כאן. למרות שאיני משתייך לחוג המפגין, הזדהיתי עם הכאב. אי-אפשר שלא להזדהות עם כאב אמיתי. עם כאב רוחני.
נשלח ב-17/7/2009 21:01
דאס איז לכאורה קלאר איז עס איז געטון געווארען א רשעות קעגען די משפחה.
דאס איז אויך מער ווייניגער קלאר און אזוי האב איך געהערט פון שכנים אז רובא דמינכרי יונגען-ליידיגייער'ס וואס דרייען איבער דארט די גאס צוברעכען און פארברענען מיסט קאסטענ'ס שלעפען ארויס אלע לייט'ס פון די קארנערס שלעפן ארויס געיטס אינמיטען ברייטע גאסען צווישען די לעינ'ס זענען נישט קיין היימיש/ע אידען נאר פראסטע שאבאבניקעס בקושי שומרי תורה ומצות וואס כאפען א געלעגנהייט צו האבען וואס צוטון.
דאס איז אויך קלאר אז די פאליציי אין עיריה ליידען כמעט גארנישט פון די פראטעסטען, די איינציגע וואס ליידען זענען חרדישע משפחות וואס וואוינען דארט.באדען זיך אין שמוץ, האבען נישט קיין באסעס אין די קינדער דארפען גיין צופוס ווייטע שטערקעס אין חדר אין שולע ווי אויך אין ארבעט אין כולל.
אבל בכל זאת אשמים אנחנו, ווייל לעצטע וואך שבת האט זיך ארויסגעוויזען די פאקט אז ווען גאב"ד העדה החרדית האט געזאגט אז יונגע זאלען נישט גיין מפגין זיין איז געווען רואיג, פארוואס זענען מיר יעצט שטיל? ווער געט רעכט מצער זיין אזוי פיל אידען ?
נשלח ב-17/7/2009 17:36
אט אזוי האט אויסגעקקט די הפגנה וואס די עדה האט דורכגעפירט מיט אפאר וואכן צוריק קעגן שבת.
זיסקייט וואס פארדרייסטו די קאפ, פון די וידאו פון די ספארדישע שבאב ברעכט א לייט ברענגסטו א ראיה אויף די גאנצע הפגנות
נשלח ב-17/7/2009 09:38
זיסקייט איך מיין אז עס איז די צווייטע מאל וואס איך האלט מיט דיר...
איך וויל אבער צילייגן עפעס איך וויל פארשטיין וויאזוי מעג מען מאכן די אלע הפגנות אין שבת?
למעשה איז מען גורן נאך מער חילל שבת ווייל די אלע פאליציי קימען מיט זייערע קארן אין פארן אויף א פערד וכו' מעג מען דען מאכן א "איד" מחלל שבת זיין?
(א איד מיין איך זרע ישראל זיי זענען גאך יידען אפילו זיי זענען ציונים)
אגב איך בין נישט קיין סאמערע סאו מ'זאל נישט שרייען אויף מיר אז איך נעם זיך אן פאר די "ציונים"
נשלח ב-17/7/2009 07:37
איך האב נישט קיין צייט יעצט ענק צו ענטפערן לענגער, וועל איך נאר ענטפערן בקיצור.
קיינער לייקנט נישט דא אז דא איז געטאן געווארן א געוואלדיגן רשעות פאר די מאמע. אגב, האט מען שוין געהערט ענליכע מעשיות ביי אונז אין די פרייע אמעריקע אויך. קיינער לייקנט אויך נישט דא אז די מדינת ישראל פאליציי נוצט עקסעסיוו פארס קעגן די דעמאנסטראנטן.
אבער דער פאקט איז נאך אלץ... הקול קול יעקב והידים ידי עשיו. היימישע ערליכע אידן פירן זיך נישט אויף ווי די שחורים פון די סיקסטיס.
בכלל, איך קוק די בילדער ווער ס'ברעכט די טרעפיק לייטס און ווארפט שטיינער אום שב"ק און שרייט "שבת" און ס'קומט מיר צו לאכן פון ענקערע פאנטאזיעס. דאס זענען נישט קיין קנאים. דאס זענען באמס און ליידיגגייערס. האקטס נישט אין טשייניק און הערטס אויף צו פארקויפן ליגנטס אז דער ברייטער היימישער ציבור אין ירושלים שטיצט די ראיאטן.
לאמיר טאקע הערן זיסקייט וואס גייט דארט פאר און ווער איז שילדיג און דעם אז די מצב האט דעגרייכט דארט ווי עס איז יעצט?
וואס וואלסטו געטהון און אזא מצב?
די פראטעסטען האט זיך אנגעפאנגען נאר נאכען זיצען אין תפיסה פאר בערך א וואך, און איך שטעל זיך פאר און די צייט האט מען געטהון שתדלנות בדרכי נועם וואס האט זעיט אויס נישט געהאלפען.
אויסער דעם וואס עס איז אסאך שווערער פאר א חרידישע פרוי אין תפיסה איז די פרוי אויך און אנדערע אומשטענדען, וואס איר זיצען און תפיסה קען זיך גרעיניצען מיט "רציחה" ממש.
ווי עס קוקט אויס איז די עדה און די גאב"ד "אנאפישעל" מסכים מיט די מחאות.
אפי' לשיטתם פון די פאליציי וואס בארעכטיג זיי צו האלטען איינגעשפארט א פרוי וואס זיי טענען דארף מעדיצינישע באהאנדלונג, דאס קינד איז סייוי אין שפיטאל פאר איבער זיבען חדשים (די פרעסע האט עס קודם אראפגעלייגט כאילו דאס קינד איז ביז יעצט געווען אינדערהיים) אירע אנדערע קינדער פעלט ב"ה גארנישט (חוץ זייער געטרייע מאמע) איז העכסטענס לאזט מען איר נישט זיין מיט די קינדער דערווייל, פארוואס זיצען? אפי' מערדער ווערן באפרייט אויף די טענה פון מענטעלי דיסעיבעלד.
איז וואס ענטפערט די פאליציי דערויף?
מיר באדערט די קאמענטס אויף די בלאגס פון די "סעלפ העיטינג דזאשס" וואס קויפען אלעס אפ פון די פרייע פרעסע ווי קודש קדשים אן אפי' הערן די צווייטע זייט פון די מעשה (וואס טייל זאגען איז א קאווער אפ פון די שפיטאל פאר געבען נישט ריכטיגע.מעדעצינען) און בארעכטיגען נאך די ברוטאלע באהאנדלונג פון די פאליציי קעגן די פרוי און פראסטירער.
ווען די זעלבע מעשה איז מיט די מתנחלים (וואס דרייען זיך מיט געווער!) וואס מען פארשיקט פון די ישובים, דעמאלטס זענען די פאליציי די רוצחים און די מתנחלים גאר די פרידליכע.
דרך אגב איך מיין אז רוב פון די מוחים צאלען סייווי נישט קיין מכס
נשלח ב-17/7/2009 06:06
ס'שרייבט זיך זייער גרינג, עס קוקט אויס ווי ס'איז דיר זייער באקוועם אראפצורייסן די מסירות נפש אידן אין ירושלים, עס קומט זיך דיר א קוש אין בעקל אז כאטש ביים סוף פארגינסטו מודה צו זיין אז עס איז געטון געווארן א עוולה קעגן די פרוי.
ס'איז אמת אז די פראטעסטן זענען ארויס פון קאנטראל, און דאס איז דער שטאלץ פון יעדן ערליכן איד! ווען מען טוט א עוולה קעגן א גוי גייט עס אדורך בשתיקה און קיינעם גייט עס נישט אן, אבער ווען מען טוט א הימל שרייענדע עוולה קעגן א אידישע מאמע על לא עוול בכפה שפירט יעדער איד ווי מען האט אים בארירט און מען גייט ארויס פון קאנטראל.
ווען איינער וואלט חס ושלום ארויסגענומען פון דיין שטוב די מאמע פון דיינע קינדער (נאכדערצו אין אנדערע אומשטענדן), ווען דאקטוירים וואלטן צוויי יאר חס ושלום געגעבן אומזיסט כימא פאר דיין קינד, ווען די זעלבע רשעים וועלנדיג זיך פארטיידיגן נאכדעם וואס די צובראכענע מאמע האט זיך ארויסגעגעבן איר כעס אויף די פארנאכלעסיגקייט ארויפגעקלעבט אויף איר א נידערטרעכטיגן בולבול. ווען מען וואלט ווען איינגעזעצט "דיין" אשת חיל אויף גענצליך אומשילדיגע קלאגעס און איר געהאלטן אין תפיסה ערגער ווי די געמיינסטע פארברעכער אן בעיל, וואלסטו אויך געזיצן איינגעהאלטן?!
ווען דו שפירסט ווען אויף דיין הויט ווי בלויז פאר שנאת הדת צוברעכט מען דיין משפחה וואלטסטו געטון אלעס אין די וועלט זיך צו ראטעווען און פארטיידיגען! די ירושלימער אידן שפירן דאס אויף די אייגענע הויט! יעדער פון זיי ווייסט אז אויב מען וועט עס נישט דא אפשטעלן קען עס מארגן ביי אים פאסירן!
ווען מען לאזט דיך ווען נישט צו צו דיין קראנקן קינד וואס ליגט אין שפיטאל וואלטסטו נישט ארומגעלאפן אין די גאסן צוברעכן לעקטערס?
נעם אין באטראכט, א וואך צייט האט מען געהאלטן די מעשה בשתיקה, מען האט פראבירט מיט לויערס צו פארהאנדלען שטיל, אבער ווי יעדע זאך אין די מדינה, ווען א פרומער איד בפרט א קנאי קומט אן אין קארט איז דער שופט אוטאמאטיש אויפן הארבסטן עקסטרעם קעגן.
די נייעס האבן היינט געמאלדן אז ביים משפט מארגן גייען די פראסיקיוטערס בעטן מען זאל איר האלטן איינגעשפארט, ווייל זי איז א סכנה פאר די סביבה! די רשעות און ליצנות האט נישט קיין סוף!
יא אמת, ווער עס ליידט די מערסטע פון די אלע פראטעסטן זענען די איינוואוינער פון מאה שערים, און זיי זענען טאקע גרייט זיך משתתף זיין בצערו פון א ציבראכענעם טאט'ן וואס נאכ'ן זיך אפמיטשען צוויי יאר אין שפיטאל מיט א קינד דארף ער נעבעך דורכגיין די פרשה.
די מערכה אויף שבת איז אינגאנצן א אנדערע מעשה, דארט איז דער ציבור געווען גאנץ איינגעהאלטן, אבער די מעשה נבלה ברענגט ארויף די בלוט אין קאפ פון יעדן נארמאלן מענטש מיט א געפיל אין הארץ, און יעדער איד שפירט מיט די צער פון די משפחה, און יא! מיט די רשעי ישראל איז דאס דער "איינציגער" שפראך וואס זיי פארשטייען...