די שוידערליכע פרשה וואס קומט פאר אין ארץ ישראל, איז נאכנישט אויסגעשמועסט געווארן אין א באזונדערן אשכול, דעריבער עפן איך אויף דעם אשכול. דא זאל מען ברענגען אלע ארטיקלען און לינקס וועלכע שמועסן אויס די רשעות פון די ציוניסטישע אויטאריטעטן קעגן די חשוב'ע אידענע, די געטרייע איבערגעגעבענע מאמע וואס איז אזוי שוידערליך אנגעקלאגט געווארן אויפ'ן ערגסטן.
אין דעם אנדערן אשכול, וואו איך האב אראפגעריסן די עקלדיגע ליידיגגייערס און שאבאבניקעס וועלכע האקן ברעכן און מאכן חרוב, האב איך ארויסגעברענגט די געפערליכע רשעות וואס איז אפגעטאן געווארן קעגן די מאמע, אבער עס איז איינגעשלונגען געווארן צווישן מיינע אנדערע ווערטער איבער די געמיינע ליידיגגייערס וואס פארשעמען די ערליכע אידן וועלכע קעמפן מיט אן אמת און מיט אן ערסטקייט. דעריבער עפן איך דא אויף נאך אן אשכול, וואס איז געווידמעט נאר פאר די שוידערליכע פרשה.
איך בעט אז יעדער זאל זיך צושטעלן מיט'ן העלפן אויפדעקן די רשעות פון די רשעים, ווייל עס פעלט זיך אויס אז מען זאל עס אלעמאל געדענקען, בבחינת זכור את אשר עשה לך עמלק.
נשלח ב-19/7/2009 09:12
ס'איז ראטזאם אז יעדער זאל ליינען דעם לינק דא אויבן אין בחדרי חרדים וואו עס ווערט ארויסגעברענגט נאר בקיצור די שוידערליכע רשעות וואס איז אפגעטאן געווארן קעגן די אומשולדיגע פרוי.
טייערע
זיסקייט. כ'קען דיר נישט גענוג דאנקען פארן עפענען דעם אזוי וויכטיגן אשכול, כ'ווייס
נישט צו די אליין ווייסט ווי וויכטיג דאס איז אזא אשכול וועלכע זאל אביסל עפענען
די אויגן פארן היימישען ציבור און געבן צו פארשטיין אביסל וואס דא האט זיך
אפגעשפילט אין ירושלים די לעצטע וואך צייט.
ובפרט
קרענקט מיר דאס צוצוזעהן ווי א טייל פונעם ציבור נישט קיין חילוק צו וועלכען קרייז
מען באלאנגט, קוקן אויף די אינסטאנצען אין מדינת ישראל מיט גערעכטיגקייט און
פארשטענדעניש, און קוקן אראפ אויף די מוחים מיט אזא מין ביליגקייט, ווי צו זאגן: "ליידיגייערס
עטס האט שוין ווידער געטראפן אויף וואס צו רודערן, גייט צו דער ארבייט און זיצט
איינגעלייגט, און דריי מיר נישט איבער די שטאט", בעצם נעמט זיך דער געדאנק
אפילו ביי יונגעלייט און בעלי בתים תלמידי וחסידי סאטמאר, צוליב איינגערעדטע אויפגעקלערטקייט.
וואס נאך דעם וואס ער ליינט אן ארטיקעל אויף איינע פון די 'אידישע' וועב זייטלעך
וועלכע ברענגען אייביג די נייעס איינזייטיג קעגן די חרדישע אידן (גענומען פונעם
ידיעות אחרונות, מעריב, אדער הארץ, דריי אויסגעשפראכענע שונאי הדת), טראכט דער
סאטמאר'ער יונגערמאן (לאו דוקא) צו זיך אזוי, וואס?, איך בין באלאנג דען צו די
אפגעריסענע וועלכע לויפן אין די גאסן שרייען?, ניין!, איך בין נישט פון די
צוריקגעבליבענע משוגענע קנאים!, איך בין מער פון די קלוגערע די אויפגעקלערטע...,אויב
די פאליציי האט ארעסטירט די פרוי, מן הסתם האט זי דאס קינד געפייניגט, און ס'קומט
זיך איר מיטן גאנצען הארץ, א.א.וו., און מען קומט אין ביהמ"ד אדער צווישען
חברים און מען לאכט אפ פון די הפגנות און די פעולות צו באפרייען די פרוי, און מיט
דעם רעדט מען זיך איין אז מען איז אויפגעקלערט.
ניין,
איר מאכט א גרויסער טעות, די פראטעסטירער זענען הונדרעט פראצענט, ווייל די עוולות
וואס זענען דא געטוהן געווארן מצד די מדינת ישראל אינסטאנצען זענען בארבאריש, און
אומדערהערבאר, און ס'גלייבט זיך שווער אז אזאנס וואס האט דא פאסירט איז פארגעקומען
אין דעמאקראטיש לאנד.
ווען מען
לאזט דעם גאנצען פאסירונג אריבער גיין שטיל אן קיין ווידערשטאנד, וואלט מען יארן לאנג
געקענט עסן די פירות דערפון, דא זענען פארגעקומען שוידערליכע רשעות'ן און אכזריות מצד
עטליכע אינסטאנצען, די צילן זענען טאקע געווען אנדערע, אבער דער ענדגילטיגער ציל
פון ווען די פרשה האט אויפגעפלאקערט איז געווען איינע: צו באשמוצען דעם חרדישען
ציבור.
לאמיר
אנהייבן צוביסלעך.
דער
גאנצער שפיל האט זיך אנגעהויבן אין הדסה שפיטאל, ווי א קינד איז אנדעקט געווארן
מיט א מחלה, דער שפיטאל האט אים נישט גוט באהאנדעלט אין זיין מצב האט זיך גאר
שטארק פארערגערט, די דאקטוירים האבן פאר אים נישט געקענט טרעפן קיין גוטע
באהאנדלונג, אין די זעלבע צייט האבן זיך גענומען דארט דרייען סטודענטען אין
אנגעהויבן קוקן פרעגן און משיגע מאכן די משפחה אויפן קינד, די משפחה האט נישט
געשמעקט די גאנצע זאך פון דעם אז די סטונדטען דרייען זיך און די דאקטוירים מאכן
נאר ערגער דעם מצב מיט די זייערע זאכן וואס העלפן נישט, און האבן זיך כסדר
אפגערעדט דעראויף.
(אגב,
וועגן סטונדענטען וואס קומען משוגע מאכן, דאס קענט איר טרעפן אין אמעריקא אויך אין
אלע שפיטעלער, איך האב אליין מיט געהאלטן ביי איינער וואס האט געהאלט א זעלטענע
קראנקהייט אין סטורענטען האבן געשטראמט אין די מאסן אים צו באזוכן, אבער היות די
רעדע איז געווען אמעריקא, א רעכט דעמקראטיש לאנד, במילא נאך דעם וואס די משפחה האט
זיך אויף אפגערעדט זענען מער קיין סטונדענטען כמעט נישט געקומען).
פון דא
ביז א געפעכט מיט די שפיטאל דאקטרוירים און באמטע איז שוין דער וועג געווען גאר
קורץ, מען האט איינגעשטעלט קעמרעס, און מען האט איר געכאפט ביי די מעשה, וואס?,
ווי זי שטעקט אויס דער פידינג טוב פון קינד, הגם בעתן שרייבן די שורות כמעט א וואך
פון ווען דער פרשה האט זיך אנגעהויבן איז נאך דער ווידיאו נישט מפורסם געווארן
אינערגעץ נישט, (און עטליכע גערויסע פאליטיקאנטען וועלכע האבן פארלאנגט צו זעהן
דעם ווידיאו זענען נישט ערלויבט געווארן, צווישן זיי דער פריש באקאנטער מעיאר ניר
בארקאת).
אצינד
דארף מען פארשטיין וויאזוי דער סיסטעם ארבייט אין דעם אזוי גערופן דעמאקראטיש
לאנד, אויב צושלאגסטו דיר מיט דעם שפיטאל, עפענט מען קעגן דיר א קעיס טשיילד אביוז
אדער אנדערע בילבולים, און זיי זאגן דאס קלאר ארויס אלס אן סטראשע, ווי עס האט זיך
א טאטע פון א קראנק קינד אינטערוואויט אויף איינע פון די חרידישע נייעס לינעס אין
ארץ ישראל (וועמען מען קען נישט חושד זיין אין קנאות), ער דערציילט עס קומען
סטודענטען שטעכן זיין קינד כדי צו טרעפן דעם ריכטיגן אדער 32 מאל!!!, נאכן זיך
אפרעדן אויף דעם, און אויף נאך שלעכטע באהאנדלונגען האט מען אים מודיע געווען אז
נאך איין ווארט ער רעדט גיין מען עפענען אויף אים א טשיילד אביוז קעיס.
גענוי
דאס איז געווען וואס עס האט פאסירט דא אין שפיטאל מיט די משפחה, אין דאס איז
געווען דער אינטערעס פון די שפיטאל כדי צוצופיקסען די משפחה פונעם קראנק קינד.
אצינד
דער נעקסטער אויף דער רייע אפצוטוהן רשעות איז געווען דער משרד הרווחה, וועלפיער
דעפט. פון מדינת ישראל, צו זיי איז אנגעקומען דער אנקלאגע אבער די בארבארישע מאמע
וועלכע שטעקט אויס די די פידינג מאשין פון איר קינד, (אגב, אויב זענט איר באקאנט
מיט איינעם וואס איז אויף א פידינג טוב, פרעגט אייך נאך וויפיל מאל מען שטעקט אויס
דעם טוב, פשוט ווייל אויף דער מינוט שטערט דאס).
די
וועלפעיר דעפט פארוואס זיי האבן אפגעטוהן דעם רשעות ווייס איך נישט גענוי, פשוט
פשט ווייל זיי זענען דאך אויך פרייע, און מוזן מקיים זיין די מצוה פון פייניגען די
חרדים, הגם בדרך כלל האבן זיי אן אנגענומענע כלל, אז ביים היימישען ציבור ווען
אימער זיי האבן א פראבלעם ווענדט מען זיך צו די רבנים אדער עסקנים וועלכע זענען
אייביג מסדר דאס ענין על צד היותר טוב, אנדערשט איז אבער געווען דא ווי מען האט די
פרוי אראפגערופן תיכף נאכן צוריקומען פון צפת, און נאך אן אויספארשונג האט מען איר
דארט אין משרד הרווחה ארעסטירט, אריינגעשליידערט אין טורמע אינאיינעם מיט די
ערגסטע פארברעכערן, אין איר צעל איז געזיצן מיט איר אן אראבקע וועלכע ווערט
פארהאלטן אויפן חשד אז זי האט אומגעברענגט איר מאן.
און פארוואס
די פאליציי האט זיך אריינגעלייגט און אנגעקלאגט די פרוי און זיך גע'עקש'ט איר נשיט ארויסצולאזן איז דאך זייער פשוט, ווייל דער חרדישער ציבור האט נישט אזעלכע
שונאים ווי די מדינת ישראל פאליציי, זיי וועלן זיך אויף יעדן איינצעלנעם חרדישער קרבן
אויסגעבן זייער כעס וואס זיי האבן אויף אלע חרדים.
ובפרט
אצינד ווען די חרדים האלטן אין איין פארפירען איבער די חילול שבת, זיי שטעלן אפ די
פארקער יעדן צווייטען טאג, ווארפן אויף זיי נאסע בילקעס, און שמוציגע פעמפערס אום
שבת, (וועלכע קיינער בארעכטיגט נישט), דא האבן זיי א קרבן מיט וועמען זיי גייען
שלאגן כפרות, אין איינוועגס וועט מען ווייזן פאר די וועלט מיט וואספארא רשעות די חרדים
באגייען זיך, נישט מער און נישט ווייניגער זי האט געוואלט אומברענגען דאס אייגען קינד.
אצינד
קום איך צי צו די וואס האבן ווארשיינליך געשפילט דער הויפט ראלע אינעם פרשה, און
דאס איז די מדינת ישראל פרעסע וועלכע האבן זיך צו די געשיכטע צוגעכאפט מיט גרויס
אייפער און צושמירט די פרשה, כאילו ס'איז נישט דא עפעס אנדערשט אויפן סדר היום אין
דער מדינה, אין דערזעלבער צייט וואס פון זייער פארדארבענע פרייע חינוך קומען ארויס
די ערגעסטע פירות וועלכע פארשעמען נישט די שווארצע אין הארלעם, הארגענען חברים,
הרג'נען עלטערן ברידער שוועסטער, די גרעסטע מענטשען אין די מדינה ווערן געכאפט ביי
די שמוציגסטע מעשים, די גרעסטע מענטשען אין די מדינה ווערן געכאפט ביי שוידערליכע
קורופציעס און סתם גניבות, אבער אלעס שטעלט זיך אפ, מען האט געכאפט א מאמע וועלכע
האט... אויסגעפלאגט די פידינג טוב פון איר קינד.
די מדינת
ישראל פרעסע האט נישט אפגעלאזט די מעשה טאג און נאכט, גרעדט דערפון געקייט איבער
און איבער, אין איינע פון די נעכט האבן זיי אפילו געברענגט א בילד אין וועלכען מען
זעהט דאס קינד אין גאר אויסגעמאגערטן צושטאנד, א בילד וועלכע צייגט בעצם גארנישט
צוליב דעם וואס עס קלאר, אז דער קינד האט געליטען א מחלה וואס האט אים נישט
ערלויבט צו עסן גענוג, און עס איז אפילו דא א דאקומענט פונעם שפיטאל דעראויף,
פארשטייט זיך אז דער דאקומענט איז נישט געוויזן געווארן אויף קיין איינע פון די
סטאנציעס אדער סייטס.
דער
פראבלעם פון די העצע אין די פרעסע איז אבער אנגעקומען צום חרדישען ציבור, ווען די
גרעסטע שונאי דת, ווי דער ידיעות אחרונות, מעריב, הארץ, זענען געווארן ביי אונז די טאן
געבער, ווייל זיי ווערן דורך אונז געליינט, די אלע צייטונגען האבן דאך
וועבזייטלעך אויף ענגליש אויך, אין וואס איז נייעס, און ישיבה וואורלד, ברענגען
פון דארט זייער נייעס, פשוט קאפי ענד פעיסט, אזוי ווי עס שטייט אין גייט, די מדינת
ישראל פרעסע וועלכע געבן אפילו נישט קיין שאנס אז די פרוי איז גערעכט ווערן
געליינט דורך אלע היימישע יונגעלייט און בעלי בתים, און האבענדיג און זיך די
איינגערעדטע אויפגעקלערטקייט זעהט מען גלייך איין, יא! די פאליציי איז גערעכט!, די
וואס פראטעסטירן זענען סתם ליידיגייער און מטורפים!. מען האט געליינט וואס דער
ידיעות שרייבט איז מען איז איבערגעצייגט געווארן, דאס קומט נישט פון אויפגעקלערטקייט
נאר פון פארמאכטע קליין קעפיגקייט!!!.
עס דארף
ארויסגעברענגט ווערן, דאס זאגן אז די הפגנות זענען בלויז געקומען פון ליידיגיין
וועט איר נאר הערן דא אין אמעריקא ביי די אזויגערופענע אויפגעקלערטע, אין ארץ
ישראל זעלבסט איז 99 פראצענט ציבור פאראייניגט לצידו פון די
פרוי, הגם עס רעדט זיך פון א תולדות אהרן פרוי, און אויב זעהט איר אויף בחדרי
חרדים תגובות וועלכע געבן גערעכט פאר די אינסטאנצען זאלט איר נאכקוקן זייערע אלע
תגובות וועט איר זעהן אז די אלע באלאנגען צום האלב אונטערגעגאנגענעם פארטיי
'מזרחי', וועלכע גייען מיט די כיפות סרוגות, ביי וועמען מיר היימישע אידן זענען
גאר שטארק פארהאסט, פונקט אזוי אדער נאך מער ווי ביי די פרייע.
(הגם איך
האב אין דערנעבדיגן פארום געהאט א דין ודברים מיט א געוויסן ניק וועלכע האט זיך
געשטעלט אויף די זייט פון די אינסטאנצען, קומט דאס ווייל ער באלאנגט צו א געוויסע
קהילה וועלכע זוכן אצינד צו געפעלן פארן ירושלימ'ער מעיאר ברקת צוליב טובות וואס
זיי דארפן פון אים, א נקודה וועלכע איך וועל ברייטער אויסשמועסן אויב ס'וועט זיך
אויספעלן.)
אצינד
פון דא און ווייטער קען יעדער איינער די מעשה אליין, ס'איז געווען באריכטעט
איבעראל, אויף קול מבשר, און די היימישע צייטונגען, ס'זענען פארקומען פראטעסטן,
מען האט איבערגעדרייט דאס גאנצע שטאט ירושלים, דער מצב איז געווארן הייסער אין
הייסער, די פאליציי האבן עס שוין נישט אויסגעהאלטן, זיי האבן געכאפט פון אלע
זייטן, פארשטייט זיך אז זיי האבן געטיילט סך מער ווי זיי האבן באקומען, אבער פארט
זיי זענען דאך די וואס זענען נישט געוואוינט צו באקומען קלעפ, עס דרייען זיך ארום
בילדער, וואס די פרייע פרעסע טוט פארשפרייטן ווי מען זעהט, אן אפיציר וויינען, אן
פערד רייטער דרייט זיך איבער מיט זיין פערד אינאיינעם און טראסקעט צו דער ערד, דאס
אלעס אז מגרש הרוסים איז געווארן פול, די גאסן האבן געפלאקערט, די פאליציאנטען האבן
געארבייט אווערטיים און שווער, דאס האט זיי אביסל געבויגן, און נאר אזוי איז צושטאנד
געקומען דער פרייטאגדיגער אפמאך, פארשטייט זיך אז א סך קומען אצינד נעמען קרעדיט
און מיט רעכט, איינער פון זיי ר' יעקב ליצמאן דער גור'ער חבר הכנסת, און נאך, אבער
דער עיקר קרעדיט קומט זיך פארן חרדישע ציבור פון ירושלים וועלכע האט זיך נישט
געלאזט פארשעמען און האבן זיך אנגענומען פאר די כבוד פון חרדישע אידן.
די זעלבע
זאך דא די פעולות פון די עסקנים למינהם זייער פיין און זייער וואויל, זיי האבן
אבער געזאגט און אויסגעשריגן דער ווייגעשריי, עס האט אבער זייער ווייניג
אויפגעטוהן, ווייל דאס האבן דאך די רשעי ישראל געוואלט, ס'זאל אונז וויי טוהן,
אבער ווי נאר זיי האבן אנגעהויבן כאפן ריזיגע שטיקער ציגל אין קאפ אריין, זייערע
פערדן האבן זיך אויסגעגליטשט, געשריגן אויף זיי זאכן וואס האט זיי נישט געשמעקט,
אהה, מען קען מער נישט, די חרדים קענען אויך, זיי געבן צוריק, מען גיט זיך אונטער..., און אזוי איז געווען.
הגם די
פרשה איז ווייט פון פערטיג, דאס קליינער אומשולדיגער דריי יעריג קינד ווער נאך אלץ
נישט ערלויבט צו זעהן זיין געטרייע מאמע וואס האט זיך פאר אים אזוי אוועקגעגעבן,
מיטן גאנצען הארץ א יאר צייט, א זאך וואס די פרייע וועלן קיינמאל נישט פארשטיין,
זיי אינטרעסירט נישט אזוי זייערע קינדער ווי אונז, זיי האבן נישט די געפילן ווי
אונז חרדים, ווי באקאנט, די אומשולדיגע מאמע גייט אצינד דורך גיין פארשינדענע פסיכיאטערישע
טעסטן, ווי מען גייט איר נאך גוט פארדרייען דעם קאפ, די פרעסע גיט נאך נישט אויף,
זיי לויפן נאך די מאמע צו פרובירן כאפן פון איר א בילד, דאך האט דאס יהדות החרדית
געהאט א געוואלדיגע נצחון, עס טוט אונז וויי אז מיר האבן געמוזט רעדן דעם שפראך,
אבער וואס קענען מיר טוהן זיי פארשטייען נישט עפעס אנדערשט.
איך האב
אסך מאריך צו זיין אין דעם נושא ובפרט איבער דעם שפיטאל און זייערע רשעות'ן וואס
קומען אצינד אפיר, און איינצעלהייטן איבער די פייניגונגען וואס די פרוי איז
אריבער אין תפיסה און נאך, ועוד חזון למועד.
דא וועל איך ברענגען
א איבערטייטש פונעם ארטיקעל צו וועלכען זיסקייט האט אונז געשיקט א לינק, ליינט און
שטוינט, וויאזוי פאבראצירטע פון פלייש און בלוט פירן זיך אויף אזוי ברוטאל אויף צו
א מאמע פון א קראנק קינד, ווארטענדיג אויף א קינד אין פינעפטען חודש.
ווען מיר זענען
געזיצן דארט, האבן מיר געהערט איבער די שווערע באהאנדלונג פון וועלכע די מאמע האט
געליטן, וויאזוי מען האט איר איינגעשפארט אין איין צעל צוזאמען מיט אן ארארבער'קע ארעסטירט
אויפן פארדאכט אז זי האט אומגעברענגט איר מאן, און וויאזוי די ארעסטירטע אראבקע
האט איר געסטראשעט אז זי גייט איר אומברענגען, וויאויך וויאזוי די ארעסטירטע און
וועכטער האבן זיך צו איר באנומען אויף א שרעקליכן פארנעם, אין די זעלבע צייט וואס
זיי שעלטן איר און דריקן צו איר אויס מיט ניוול פה, די מאמע האט זיך דערפון זייער
געשראקן, און האט מוותר געווארן א מאטראץ אין בעט געוואנט, און אנשטאט איז זי
געשלאפן ביינאכט אויף א שטיינערנע באנק.
דורך אויס די
אויספארשונגען האבן איר די פארשער געזאגט אז די עדה החרדית און דער גאנצער חרדישער
ציבור זענען קעגן איר און אירע מעשים, און זי האט נישט וויאהין צוריקצוגיין.
ווי עס זעהט אויס האט
די פרוי הנאה פון יעדע מינוט אין שטוב פון הרב פרוינליך דארט שטייט זי אצינד איין,
בלויז די בענקשאפט צו אירע קינדער צושטערן אביסל איר שבת.
די פרוי דארף האבן
לענסעס אויף א הויכן נומער כדי צו קענען זעהן, אבער ווען זי האט געבעטן נאס צו
מאכן די לענסעס האט מען איר נישט געלאזט, גארנישט האט נישט געהאלפן אירע אויגן זענען
געווארן אויפגעבלאזן, קען זיין דאס איז געווען א חלק פון די פריווענגען איר צו
מאכן אויסזעהן קראנק. וואס קען מען שוין זאגן אויף א פרוי מיט אזעלכע רויטע
אויגן?.
די טענות קעגן די
אינסטאנצען הערן זיך פון אלע זייטן, משפחת פרויליך באלאנגען צו די קנאישע קרייזן,
דעם נאמען פון הרב אברהם פרויליך האבן מיר געהערט ביי די געפעכטן קעגן די חוק טל, און
ביי די מערכות קעגן חיטוטי שכבי. אלס א פרנסה איז ער פארנעמט ער זיך אלס אן אנטיק
סוחר.
איינער פון די משפחה
דערמאנט דעם ווארט פון הגאון ר' חיים בריסקער "די ציונים זענען פארדעכטיגט
אויף שפיכת דמים", ביי דעם געשיכטע דאכט זיך אז דער ווארט באקומט נאך א
שטערקערער פאקטישער אפטייטש,
אויב א טראגעדיגע קען זיצן אין טורמע אן קיין מינעמאלע באדינגען, אן קיין עסן אן
קיין טרינקען, איינגעשפארט אין קייטן, איז "פארדעכטיגט אויף שפיכת דמים"
דערהערט א סך מער ווי סתם א קנאיש ווארט.
נישט קיין
געווענליכער שבת האבן מיטגעהאלטן די בני משפחת פרויליך, ס'האט זיך אנגעהויבן
פרייטאג אינדערפרי, ווערן הרב פרויליך וועלכע ווערט פארעכנט אלס איינע רפון די
ארויסשטארנדעט עסקנים פונעם יהדות החרדית אין ירושלים, האט באשלאסן זיך אריין
צולייגן אין די פרשה, וועלכע האט באקומען דעם רשעות'דיגן טיטול "די מאמע וואס
לאזט הונגערן", נישט "די מאמע וואס איז פארדעכטיגט אין לאזן
הונגערן" נישט "די מאמע וואס לאזט הונגערן" אזוי האט די פרעסטע
באשטימט איר גזר דין.
אין פריע פארמיטאג
שעות איז אברהם פרויליך ארויס צום געריכט, דארט האט ער מציע געווען אריינצונעמען
צו זיך אין שטוב די אומגליקליכע מאמע, אונעם שמועס מיט אונז זאגט ער אזוי: אום
ניין אזייגער האט זיך צו מיר פארבינדען דער מעיאר פון ירושלים ניר ברקת (וועלכע
געפינט זיך אין גאר גוטע באציאונגען מיט הרך פרויליך זייט די פרשה מיט די פארקינג
לאטס. נישט קיין סך ווייסן אבער אין די לעצטע וואכן איז געזעהן געווארן ברקת
שפאצירן אינאיינעם מיט הרב פרויליך אין די בית הכרם געגענט אין די נאכט שעות, פאר
א לאנגע צייט,) און ער זאגט מיר אז מען האט אים מציע געווען צו ווייזן דעם ווידיאו
ווי מען זעהט די מאמע ארויסשלעפן דעם פידינג טוב. איך האב אים געזאגט: איך קום מיט
דיר. ער האט מיר גענפערט כ'דארף א פאהר מינוט צו באקומען אן ענדגילטיגער אקעי אויפן
באזוך. ביז איצט האבן מיר נאכנישט באקומען קיין שום ענפער, עס איז נישט אזעלכע
ווידיאוס דאס א פשוטער ליגענט.
אויף די געזונט צושטאנד פון די פרוי האט ער נישט קיין ספק: "זי איז א
נארמאלער פרוי אינגאנצען. מער פון דורכשניטלעך, די משפחה פירט זיך מיט איר כבוד
מלאכים, אלע זענען געווען דא שבת, און געזעהן די ליבשאפט וואס מען צייגט איר, מען
זעהט די כבוד צווישן איר און איר מאן, אפילו איר שוויגער האט איר ליב אויף א נישט
נארמאלער אופן, זי איז א ספעציעלער פרוי, נישט די הונגערדיגע מאמע, נאר די
איבערגעבענע מאמע.
אויף די טענות קעגן
די שפיטאל איז בעסער נישט צו רעדן, אבער ער דעקט אויף עטליכע אינטערסאנטע פונקטען,
"מיט צוויי חדשים צוריק, האט הרב אלימלך פירער דער באקאנטער רפואה עסקן,
געצה'ט מען זאל דאס קינד אריבער פירן פון הדסה שפיטאל קיין תל השומר, די הדסה
שפיטאל האט אבער בשום אופן נישט מסכים געווען צו באפרייען דאס קינד, די מאמע האט
אנגעהויבן פרעגן שאלות, פארוואס באפרייט מען אים נישט?, אפילו ס'איז איר געווען
שווער צו פארן יעדן טאג קיין תל השומר און דעמאלטס האט זיך אלעס אנגעהויבן".
אתר אינטרנט חרדי: האדמו"ר מארגן 25 מיליונרים בניו-יורק, כדי שירכשו מגאידמק את בית החולים ויהפכו אותו למוסד ברמה גבוהה לציבור החרדי "זו תגובה על הרדיפות של 'הדסה' גאידמק רכש את בית החולים ב-32 מיליון דולר
▪ ▪ ▪
קבוצת מיליונרים מחסידי סאטמר בארה"ב תרכוש מארקדי גאידמק את בית החולים "ביקור חולים", ותהפוך אותו למוסד רפואי ברמה גבוהה לציבור החרדי, בעיקר בירושלים - מסר אמש (ג', 21.7.09) פורטן האינטרנט 'חרדים'. גאידמק רכש את בית החולים הירושלמי לפני שנתיים ב-32 מיליון דולר. באחרונה הוא מחפש קונה, גם במחיר נמוך יותר.
"חרדים" מוסר, כי האדמו"ר מסאטמר, הרב זלמן לייב, כינס באחרונה, לצורך כך, 25 מיליונרים ונגידים (הכינוי המקובל בחסידות לעשירים גדולים, התומכים במוסדות תורניים ודומיהם) מכל רחבי ארה"ב, ואולי גם מחוצה לה. הפגישה נערכה בביתו של אחד מראשי חסידות זו (הפעיל גם בארגון "הצלה"), בשכונת וילאמסבורג החרדית בניו-יורק.
הנאספים החליטו - אומר האתר - כי אם בית החולים הדסה לא יפסיק מה שהם מתארים כ"התנכלות ורדיפה לציבור החרדי בירושלים", הם יאספו את הסכום הדרוש כדי לקנות מגאידמק את "ביקור חולים". התוכנית היא להפוך אותו למוסד רפואי ברמה גבוהה, על-ידי העסקת רופאים מבתי חולים אחרים, כולל "הדסה", וכן רופאים שיעלו לארץ מארה"ב. "העניין הכספי סודר" - אמר לאחר מכן אחד המשתתפים. ועד רבנים ישגיח, שבית החולים יפעל על-פי כללי ההלכה.
ברור, שההחלטה התקבלה ביוזמתו של האדמו"ר מסאטמר, שכבר נכנס לעסקי נדל"ן בישראל. ביוזמתו של האדמ"ור, רכשה חסידות סאטמר בית קולנוע במרכז ירושלים, שנסגר, והיא הורסת את המבנה הישן ובונה עליו מאות דירות לחסידיה. אשתקד ביקר האדמו"ר בישראל, במסגרת גיוס הכספים לפרויקט זה.
כתב News1 מעיר, כי בידיעה חסרים כמה פרטים מהותיים: מתי נערכה הפגישה, מי המשתתפים, כמה מחיר הרכישה, והאם ובאיזו צורה נוצר כבר קשר עם גאידמק, הנמצא זה שבעה חודשים במוסקבה.