בית פורומים אחים אנחנו

וויזניץ מיט 8000 זיצן!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/7/2009 22:17 לינק ישיר 
וויזניץ מיט 8000 זיצן!

אין די טעג האט זיך אנגעהויבן די הכנות צו בויען א שאטער וואס וועט פארמאגן 8000 זיצן כ"י לכבוד די ימים נוראים הבעל"ט.

פרטים מיט בילדער יבואו.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2009 16:58 לינק ישיר 

לעצטע מיטוואך איז אראפ געקומן א גרויסע קאמפאני פון טענטס צו זען וועלכע וועט זיין די בעסטע צו קענען הערען הרה'צ די רב שליטא דאווענען




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2009 19:49 לינק ישיר 

גרינטושי, פון 700 ביז 8000 זיצן איז א שטיקל מהלך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2009 01:19 לינק ישיר 

אויף די הערליכע בילדער אין א טיש אין שאטיר אין וויזניץ איז געציילט געווארן 1200 נפשות.

באמת א הערליכע עולם נאך די חלוקה פון ר' מנדל.

אין די איצטיגער בית מדרש איז דא צווישען 6 ביז 700 זיצען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/7/2009 17:24 לינק ישיר 

איך האב נישט געזאגט אז עס איז דא פלאץ און די בית מדרש
אבער אז מען דארף 8000 זיצן פון דעם לאך איך
ווייל מיט מאנסי און סערט ווייס איך נישט אויב די קומסט אן צו 8000



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/7/2009 23:04 לינק ישיר 


פראד, ווער נישט אינגאנצען פריילעך, בעצם האב איך געשריבן די זעלבע זאך ווי זיי, אז ויזניץ וואקסט און מען דארף זיכער נייע פלאץ צום דאוונען, עס איז ביי מיר קיין ספק נישט אז דער ביהמ"ד וועלכע איז געבויעט געווארן דרייסיג יאר צוריק דינט שוין נישט היינט די ויזניצער קהילה, און מיטן אביסל מגזם זיין איז אויך נישט געפערליך, אבער אכט טויזענט איז צו א באמבאסטישע גוזמא.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/7/2009 22:43 לינק ישיר 



איך ווארט נאך אויף דיין ליסט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/7/2009 22:40 לינק ישיר 

קו שתים און משהמענטש
ענק זענען סתם מנדליסטן וואס קענען נישט זען ווי ר שרולטשע וואקסט!!!!!!!!!

ווייל קוק וואס ווילי שרייבט ווען איך זאג אז זיי דארפן נישט אזויפיל זיצן

פראד
שעלט וויפל די ווילסט אבער פאקט איז אז ויזניץ וואקסט ברוך השם
און מען דארף האבן א נייע פלאץ ווי צו דאווענן






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/7/2009 10:16 לינק ישיר 

ווער עס טראכט אז ויזניץ דארף אכט טויזענט זיץ פלעצער מיין איך אז עפעס איז נישט אין ארדענוג מיט אים.
איך בין געווען ביי דער ויזניצער גרויסע חתונה אין בני ברק פארגאנגענעם חודש אדר, אינעם שאטער וואס אויפן זעלבן ארט גייט אי"ה ווערן אויפגעשטעלט דער שאטער ראש השנה, איך מוז אייך זאגן כ'בין באמת נתפעל געווארן פונעם ריזיגן ציבור וואס ויזניץ פארמאגט, מיין ציילונג וואס כ'האב דורכגעפירט אויפן ארט אינאיינעם מיט עטליכע חברים, און אויך די בילדער שפעטער האבן דאס באשטעטיגט איז ארויסגעקומען אז אויפן ארט איז געווען אביסל מער פון צוויי טויזנט נפשות, (קינדער נישט אריינגערעכט, טאקע נישט שיין, אבער אזוי האב איך געציילט), אבער ליינט גוט, אביסל מער פון צוויי טויזנט נישט קיין סך מער, אצינד ווען מען קומט דא אין פורום און מען שרייבט אכט טויזענט זיצן אן קינדער, און נעמט אראפ צוויי טויזענט פאר פרויען, בלייבט איבער זעקס, כ'גלייב שווער ס'גייט זיין דארט מער פון צוויי אהאלב טויזנט אידן, (גזמאות אריינגערעכט), דאס איז זייער איבערגעטריבן,און אנשטאט צו ברענגען כבוד פאר דיין קהילה (וואס דיין ציל מיטן עפענען דעם אשכול איז זיכער געווען), מאכסטו זיי זייער ביליג.
איך בעט איך אייך ויזניצער חסידים, הערט אויף באצייטענס מיט דמיונות, איר זענט באמת ריזיג, אבער דער נומער אכט טויזענט איז אסך סך מער ווי א גוזמא.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2009 22:39 לינק ישיר 

אינז האמיר קרוב צו 1000 ישיבה קטנה בחורים
 אין 500 ישיבה גדולה  
דאס איז חוץ די צעירי ויזניץ בחורים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2009 22:22 לינק ישיר 

וילימבסורג וועם ווילסטו איינרעדן אז ענק האבן 1500-2000 בחורים? אמת ענק זענען געבליבן די גרויסע און זיי די קליינע אבער פון דא ביז 2000 בחורים איז פאלג מיר א גאנג... אפשר אין 20 יאר פון היינט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2009 21:41 לינק ישיר 

איך האב דיר גענפרט וועגן דאס וואס די האסט געשריבן וויפל בחורים אונז האמיר

און וועגן די פלעצר מיז איך נישט פארענפרן וואס איינער שרייבט.
אבער נאך אלעס האבן מיר בלי עין הרע גענוג מענטשן מיט וועם עס אנ צופילן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2009 21:36 לינק ישיר 

אפילו אין "זעלבן" אשכול דארף די שקרן א גיטע זכרון, קוק וואס די אליינס האסט געשריבן.


וילימסבורג כתב:
דאס איז חוץ שטיינדיגע פלעצער פאר די קרוב צו צוויי טויזענט בחורים


זיי מחליט, די בחורים באקומען 1500 זיצן אדער "חוץ" די 1500 באקומען זיי "נאך" 2000 שטייענדיגע פלעצער...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2009 21:29 לינק ישיר 

שורש חזק
צווישן 1500 ביז 2000 איז נישט אזא גריוסע חילוק




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2009 20:58 לינק ישיר 

שקרנים דארפן א גיטע זכרון.
אין בחדרי חרדים האבן ענק געשריבן אז פון די 8000 גייט 1500 פאר בחורים און 2500 פאר פרויען.
האק נישט אין טשייניק מיט 2000 שטייעדיגע פלעצער פאר בחורים.
אפילו סאטמאר האט נישט קיין 3500 בחורים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2009 20:18 לינק ישיר 

חלק וישר
די ליסטע ביטע
ישר כח למפרע




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > וויזניץ מיט 8000 זיצן!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext