איז "ישיבה ווארלד" אונטער נייע מענעשמענט???
ווייסט איינער וואס איז געשעהן? די ישיבה ווארלד פלעגט זיין באוויסט פאר א סייט ריין פון לשון הרע ורכילות. זיי האבען אנגעפירט א גאנצע קאמפיין צו באפרייען א איד וואס כולי עלמא מודי איז געווען א "שפיאן" איינע פון די ערגסטע פארברעכענס (וואס און אנדערע מדינות איז דערויף טויט שטראף!). ווען עס רעדט זיך פון פארטרייבען די מתנחלים וואס וואוינען אין לייבען גריב, ווייסען זיי צו באריכטען די "ברוטאלע באהאנדלונג" פון די פאליציי. וואס איז יעצט געשעהן ביי די באוויסטע פרשה מיט די הדסה שפיטאל?
אלע זייערע באריכטען בנוגע די פרשה איז מיט אן אומבאהאלטענע "איינזייטיגקייט" קעגען די מאמע. וואס איז געשעהן מיט די כלל "אינעסענט אנטיל פראווען גילטי"?
|