בית פורומים כל העולם כולו

אומגלויבליך! איזראעלי פרעסע אויסגעטאן נאקעט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/7/2009 23:48 לינק ישיר 
אומגלויבליך! איזראעלי פרעסע אויסגעטאן נאקעט

פאר חרדי'שע אידן איז ווייט נישט קיין סוד אז די פרייע פרעסע אין מדינת ישראל איז איינזייטיג און בלינד ווען ס'קומט צו סיי וועלכע טעמע וואס בארירט די רעכטע אין מדינת ישראל. ווער רעדט נאך ווען ס'קומט צו א חרדי זענען זיי גרייט אים אויפצועסן לעבעדיגערהייט. אלע שיינע פראזן וועגן יושר און אמינות ווערן צעבלאזן ווי איי שאלעכץ ווען ס'קומט צו האקן אויף א חרדי.

אין די לעצטע פאר וואכן האט דער רבש"ע אזוי געפירט אז ס'זאל נתגלה קלונם ווערן אויף אזא העסליכן אופן, ביז אפילו דער גרעסטער טייל פון די פרייע האבן זיך אנגעהויבן עפנטליך וואונדערן וואס איז געשען מיט די א.ג. "אביעקטיווע זשורנאליזם", וואס דארף זיין דער גרונד-פרינציפ פון יעדן זשורנאליסט און מידיא פארשטייער?

אנגעהויבן האט זיך עס מיט די אומבאהאלטענע איינזייטיגע דעקונג און אפענער האס-שיסנדער גיפט קעגן די חרדי'שע מאמע וועלכע האט 'געוואגט' ארויסצוגיין אין א קאמף מיט די רוצחים/רופאים פון הדסה שפיטאל, וועלכע שטעלן געווענליך אהער א שיינעם פנים ווי א תם, אבער אונטערן טיש באגייען זיי זיך מיט די חרדים אויף א שרעקליך שענדליכן אופן. אויך דא האבן זיי פרובירט צו כאפן די פיש פאר די נעץ און ווען זיי האבן זיך דערשראקן אז די מאמע גייט זיך עפענען דאס מויל האט מען באשלאסן איר צו מאכן וואס זיי רופן א "רצח אופי", און איר 'ערלעדיגן' נאך פאר זי קען אנטון עפעס שאדן.

דורך זייערע פארבינדונגען אין די פאליציי, פראקוראטור, און די מידיא האבן זיי אנגעהויבן א שרעקליכן שמוץ קאמפיין קעגן די געטרייע אומשולדיגע מאמע. ווי נאר מ'האט איר ארעסטירט האט די גאנצע פרייע מידיא ווי אין איין כאר גענומען זינגען "האם המרעיבה" - קעגן די אנגענומענע פראצעדור, און דער פרינציפ אין יעדע דעמאקראטישע מדינה, אז יעדער באשולדיגטער איז ריין ביז ווען ער ווערט באשולדיגט - innocent until proven guilty.

בדרך כלל וועט טאקע די מידיא באצייכענען א באשולדיגטן אלס "חשוד ב......", אבער ווען ס'האנדלט זיך פון א חרדי'שע מאמע איז אלעס מותר.

דער פאקט אליין האט שוין געהויבן פילע אויגן ברעמען ביי די פרייע, אבער דערווייל האט מען עס נאך אקצעפטירט.

המשך יבוא.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/8/2009 18:20 לינק ישיר 
Police Nab Chareidi ‘Villain’ in Jerusalem

While the headline leads one to believe a criminal at large was apprehended, one might believe this was the case if one was standing outside the area of the Jerusalem Central Bus station when a chareidi male who crossed the street on a red light was apprehended. The bachor crossed in an authorized crosswalk, but did so on a red traffic signal, prompting two female officers to attempt to stop him. He tried to evade them while they apparently called for back-up. They finally did detain him, doing so without any regard for his religious sensibilities the Kikar Shabbos report states, all the while two backup units sped to the scene, traveling against the flow of traffic using lights and sirens, all to apprehend the chareidi thug. To make things worse, a number of secular appearing people gathered around the area and began shouting derogatory anti-chareidi epithets at the bachor who was not in police custody. The report decries the behavior of police, stating with a modicum of confidence that the actions of police seem to be directly related to the fact that the jay-walker was a member of the chareidi community. (Yechiel Spira YWN Israel)

http://www.theyeshivaworld.com/news/General+News/37752/Police+Nab+Chareidi+'Villain'+in+Jerusalem.html



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2009 06:32 לינק ישיר 

Update on Meah Shearim Mom

Earlier on Tuesday, it was reported that psychiatrist Dr. Yaakov Weill recanted his mental evaluation of the mother, stating that he did not have the tools to make the clinical assessment presented to the Jerusalem court. Dr. Weill stated that he cannot state the mother does not pose a danger to her children as indicated in the papers submitted to the court. In a letter obtained by YWN Israel from Katzar.net, written by Dr. Weill two days ago to the Jerusalem district health ministry head psychiatrist, Dr. Moshe Klein, Weill seeks to protect himself, stating he does not want either side to draw conclusions that may have negative consequences. He explains that after reevaluating his clinical evaluation letter that was submitted to the court, which included the sentence in my professional opinion, the patient may continue parenting (stating the name of the hospitalized toddler) without posing any danger. He explains that he lacked the tools to arrive at such a conclusion. In a later portion of the letter he adds, I wish to state that I do not mean to hint that Mrs. — poses any danger to her children. In my opinion, in order to evaluate this aspect of the evaluation, significantly more information and time are needed. This latter portion of the letter was not included when the state earlier today announced the doctor recanted on his statement, announcing the expert opinion that claimed the mother does not pose a danger to her children is no longer valid. (Yechiel Spira YWN Israel)

http://www.theyeshivaworld.com/news/General+News/37561/Update+on+Meah+Shearim+Mom.html



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2009 11:14 לינק ישיר 

קיקט אויס אז דער שפירא פין יעשיווע ווארלד האט שוין גענאשט אביסעל פין ארטיקל:

Murder of Toddler Brings Awareness to Mainstream Media

July 28, 2009 *--

Filed under: Israel News, General News — Y.W. Editor @ 2:24 am
*

The tragic murder of 3-year-old Noa Goldring has shocked the nation and has led to an awareness on the part of the secular media, on Monday quoting a number of chareidi news agencies and the deive terms used regarding the murderer.

The daily Yisrael HaYom for example cites that chareidi agencies describe the father who strangled his daughter in her sleep as a ''left-wing secularist'' and similar terms are also used in other reports, prompting the Israeli media to stop and take notice. The reports surrounding the murder are the chareidi response to the chareidi-bashing seen in other recent cases, highlighted by the hit-and-run trial of Itamar Biton, the son of Chadera's sephardi chief rabbi and of course, the Meah Shearim mother suspected of abusing her toddler son. In both these cases, which were given prominent media coverage, the ''chareidi'' label was never omitted, making certain to make the connection with the alleged wrong-doer and the shomer shabbos community. 

The chareidi media used the recent murder to show that in the secular press, the murderer is described as ''the father'' and not ''a known left-wing activist'' or ''secularist'', questioning why when the defendant is shomer shabbos or chareidi does the media run to place a highlight on the suspect's level of religious observance.

(Yechiel Spira – YWN Israel)


http://www.theyeshivaworld.com/news/General+News/37469/Murder+of+Toddler+Brings+Awareness+to+Mainstream+Media.html



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2009 01:25 לינק ישיר 

זייער גיט געשריבען!!!!

_________________

  




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/7/2009 01:11 לינק ישיר 

היות געגאנגען האט זיך אפגעזאגט פון שרייבען אויף ענגליש, בעטען מיר פון הער זיסקייט זאל ארויפשארצען די ארבעל,

ולמצוה גדולה יחשב!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2009 23:25 לינק ישיר 

א דאנק פאר די קאמפלימענטן.

היות כ'בין נישט קיין גוטער שרייבער אין ענגליש, וואלט ראטזאם געווען אז עמיצער אנדערש זאל עס טון, ולמצוה גדולה יחשב.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2009 19:03 לינק ישיר 

אויב געגאנגען טייטש עס נישט איבער, מיין איך אז זיסקייט איז דער פאסיגער מענטש עס איבערצוטייטשען,

געגאנגען לאז דיך הערן אויב די גייסט עס אליין טהון?

מעיגליך יעצט וועט ער עס שוין יא פאסטען, נאכדעם ער האט שוין געפאסט קשיות אויפען שפיטאל פון די עדה.

אפי' יעצט האבען נאך קאמענטערס א "חוצפה" צו זאגען היתכן די עדה נעמט א שטעלונג אן אויסהערען ביידע צדדים, וואס אפי' עס וואלט געווען אמת, פארוואס פרעגט ער נישט די זעלבע קשיא אויף זיין אייגענע קאמענט? פארוואס פרעגט ער נישט די זעלבע קשיא אויף די פרעסע? פארדרייטקייט האט אויך א שיעור!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2009 18:07 לינק ישיר 


כ'שטעל מיר אויך צו צום ביטע, אז איינער וואס קען זאל דאס איבערטייטשן אויף ענגליש, פארשפרייטען אזא ארטיקעל אויף ענגליש קען האבן א געואלדיגן תועלות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2009 17:31 לינק ישיר 

איך וויל ער זאל עס פאסטען אין "אט אף די מעילבאקס" (איך גלייב שווער ער וועט עס טהון) זאלען עס די חברה מיט פארדרייטע השקפות אויך זעהן (די קאמענטערס וואס זענען נאר ביזי מיט שנאת חינם ווען מ'רעדט פון א פרייער רוצח וואס האט געהארגעט זיין אייגען קינד) געגאנגען קענסט אפי' צולייגען פארן אריינשיקען, בנוגע די "סעילף העיטונג דזשאס" קאמענטערס אויף די היימישע בלאגס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2009 10:30 לינק ישיר 

אל גודס, די חברה קענען אידיש. זיי זענען דאך ישיבה'שע. שיק זיי אריין דעם לינק ווי ס'שטייט און גייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2009 08:21 לינק ישיר 

געגאנגען אויב די קענסט (אדער א צווייטער) שרייב עס אויך און ענגליש, און שיק עס אריין צי די ישיבה וואלרד מעילבאקס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2009 07:12 לינק ישיר 

שוין לאנג נישט געליינט אזא גוטן ארטיקל.

געגאנגען, עי 1.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2009 03:56 לינק ישיר 

#3

אין די זעלבע צייט האט זיך אפגעשפילט אן אנדערע געשיכטע ווען א יונגערמאן וועלכער לערנט זיך צו ווערן א דיין אין די רבנות הראשית האט אראפגעקלאפט אן עטיאפער פרוי. די פונקטליכע פרטים זענען נישט רעלעוואנט און נישט אינטערעסאנט. וואס איז יא נוגע איז דער פאקט אז די מידיא האט אים א נאמען געגעבן "האברך הדורס", צו דערמאנען כסדר אז דא רעדט מען פון עמיצן וואס פלאנט צו ווערן א דיין אין די רבנות.

אבער ווען אין זעלבן טאג איז א העלדישער יונגערמאן אריינגעשפרינגען אין א גאז גרוב אין פרואוו צו ראטעווען א דריי יאריג מיידל, האט די מידיא בכלל נישט געפינען פאר וויכטיג צו דערמאנען אפילו אז יענער איז א שותומ"צ - עמיצן וואס זיי גלייכן אזוי שטארק צו רופן "חרדי" אין פאל ער טוט עפעס נישט אויסגעהאלטן!

והעולה על כולנה.

דעם שב"ק איז פארגעקומען א שרעקליכע געשיכטע אין מדינת ישראל, וואס איז א דירעקטער רעזולטאט פון דעם פארדארבענעם פרייען חינוך און די גרויליגע נאכאנאנדע העצע קעגן פרומע אידן. א לינקער שלום אקטיוויסט, וועמענ'ס ווייב איז געווארן א בעלת תשובה און דעריבער אים איבערגעלאזט, האט באשלאסן זיך נוקם צו זיין אין איר דורך אוועקנעמען איר טייערסטער פארמעגן - ער האט מיט די אייגענע הענט דערשטיקט רח"ל איר איינציג דריי יאריג טאכטערל, וואס איז 'פערצופאל' אויך געווען זיין אייגענע טאכטער!

טראץ וואס דער טאטע האט זיך קלאר מודה געווען אין דעם שרעקליכן טאט, און אין גם אחד וואס פארלייקנט עס - אפילו זיין אדוואקאט פרובירט נאר צו נוצן די טענה אז ער איז נישט געווען גענצליך ביי זיך, וואס איז לכאורה ליגנט - פארט האט די מידיא ביים באריכטן די טרויעריגע פרשה אים כסדר אנגערופן "האב החשוד"! הונדערטער מאל האבן זיי איבערגעשריבן דעם "החשוד", כאילו ס'איז דא עפעס וואס צו צווייפלען.

ולא זו בלבד. זיי האבן נאך אראפגעברענגט מערערע ציטאטן פון זיינע פריינט און משפחה מיטגלידער וואספארא פיינער מענטש ער איז בעצם, און אז ס'האט אים זיכער אנגעכאפט עפעס א רוח. איינער פון זיי איז געגאנגען אזוי ווייט און גאר ארויפגעלייגט די שולד אויף די מאמע און איר חזרה בתשובה, וואס האט אים "צערודערט"! די נידערטרעכטיגע פארשוינען האבן זיך נישט געשעמט צו שרייבן די ווערטער "הכל בגלל החזרה בתשובה"!

דער אבסורדאלער דאפלטער סטאנדארט איז שוין געווען אזוי שטארק בולט, אז Ynet, די הויפט מידיא סייט וואס געהער צום פרייע צייטונג "ידיעות אחרונות", האט געמוזט ארויפלאזן אן ארטיקל וואס ברענגט אראפ דעם אויפברויז פון חרדי'שע נייעס סייטס איבער דעם מכלומרשטן 'אביעקטיוויטעט' און 'נייטראליטעט' פון די פרייע מידיא.

אפילו דאן האבן זיי בלויז ארויסגעברענגט די טענה פארוואס ביים חרדי שרייבט מען עס ארויס אין קעפל, און נישט ביים לינקן פרייען שלום אקטיוויסט. אבער די ריכטיגע רשעות - אז ביי די אומשולדיגע מאמע האבן זיי פארזיגלט איר גזר דין אן קיין געריכט, און ביים שולדיגן טאטן ווייסן זיי נאר פון "חשדות" צו זאגן - דאס האבן זיי שוין געמוזט פארהוילן פון זייערע ליינער.

א בליק אין זייערע קאמענטס (טוקבקים) צייגט וויאזוי די גרעסטע לינקע שטיצער זענען ביטער פארלוירן אין פארצווייפלטן פרואוו צו פארטיידיגן דאס וואס זיי מוזן גאנץ אפן מודה זיין אז די איזראעלי מידיא האט נישט אין זיך דאס מינדסטע נייטראליטעט ווען ס'קומט צו חרדים און אפילו שוואכער דערפון.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2009 02:35 לינק ישיר 

עסקן זעיט אויס היידפארק בלאקד די לינק, לייג עס איבער מיט א ספיעס אינדערמיט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2009 00:52 לינק ישיר 

http://www.*************/ViewArticle.aspx?catID=3&itmID=1115



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אומגלויבליך! איזראעלי פרעסע אויסגעטאן נאקעט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext