|
|
| נשלח ב-30/7/2009 00:37 |
|
| |
| ארגינעלער כתב: |  | ווייסט איינער פארוואס די מזל טוב פין רבי'ן ז"ל צי אמרי חיים
אין די הסכמה וואס די רבי ז"ל האט געגעבן פארן רבי'ן שליט"א פארן טאלטשווער רב ספר
איז נישט געדריקט אין דברי יואל מכתבים, האלט איינער ס'איז א פראצאפאל, אדער קען זיין פאליטיק ?
|
| אין איגרות מהרי"ט איז עס יא אריין געדריקט?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/7/2009 01:10 |
|
| |
אין אגרות מהרי"ט איז עס געדרוקט.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/8/2009 22:35 |
|
| |
אין אגרות מהרי"ט יא
און דברי יואל מכתבים נישט
גיי ווייס
|
|
|
|
| נשלח ב-2/8/2009 23:43 |
|
| |
מה שכתבתי לעיל אודות העדאת נכד הרב כ"ץ זשיבאו מונטריאל, שכאילו הרב מסאטמר התנגד לשידוך מהר"א עיין לעיל ומשם תדרשנו.
הננו לגלות כי כאשר דיברתי עם נכד אחר של הרב כ"ץ ושאלתי אותו נוכחות, השיב אותי כי זוכר מתי שמע קרובו [אשר ממנו קיבלתי העדות] שטיות הללו ואותו הגיד את זה בשם אביו היינו בן הרב כ"ץ, והיה לו לפלא בעיניו שלא שמעו מאביו, ועכשיו הולך הלה ומספרו ששמעו מאביו, כך הוא דרכם כסל למו...
|
|
|
|
| נשלח ב-5/8/2009 01:17 |
|
| |
ר' משה כהנא פין בארא פארק האט די וואך שבת פארציילט .
אז ער איז מיטגעגאנגען מיטן ברך משה צים רבי'ן ז"ל יענע פרייטאג צינאכט'ס וועגן די שידוך
ווען דער ברך משה איז ארויס געקומען איז ער געווען זייער גוט אויף געלייגט אין ער האט געזאגט
אז דער פעטער האט אים געזאגט " אז דער שידוך איז זייער פאסיג ".
|
|
|
|
| נשלח ב-5/8/2009 03:59 |
|
| |
רבינו הק' האט דאמאלט פארפירט איבער שיקן די טעכטער "לערנען העברעיש" ווייל די וואס לערנען די טמא'נע שפראך און אויב זיי וועלן דערנאך חתונה האבן מיט בני תורה וועט זייערע פארדארבענע השקפה משפיע זיין אויף זייערע מענער.
יעצט ביטע פרעגט אייך נאך ביי די וויזניצער חסידים, ווי למשל הרב משה ברוך ווייס נ"י פון מאנסי אדער מרס. פריעד פון די קרית יואל פיצא סטאר. אפשר וועלן זיי פארציילן אין וועלכע בית חינוך האט געלערנט די הייליגע רעבעצן מרת סאשע שליט"א אשת חבר מרן האדמו"ר מקר"י שליט"א.
אין וויזניץ צו אין בית יעקב ווי מ'לערנט העברעיש?
יעצט קענסטו דיר אליין אפטייטשן פארוואס רבינו הק' האט דוקא יענעם ווינטער געהאלטן אזא שארפע דרשה איבער די וואס האבן חתונה מיט בני תורה.
נאכדעם טראכט דיר אליין אויב רבינו הק' איז געוועהן פאר דעם שידוך צו נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/8/2009 04:04 |
|
| |
צבי די האסט שוין געזאגט דעם ליגענט איינמאל
די דרשה האט די רבי זי"ע געזאגט תשי"ט אין נישט תשכ"ו
אין בדרך אגב האט די רבי גערעדט נאר וועם ווען מען לערנט זיך לשם רעדן
אין נישט ווען איינער וואינט דארטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/8/2009 20:38 |
|
| |
צבי הירש איינמאל פאר אלעמאל דא האסטו די העתקה, אין נאכדעם קענען ענק ווייטער פארקויפען די ליגענט.
עס איז געדרוקט אין דברות קודש לשובבי"ם ח"ג, מלוה מלכה מוסדות סאטמאר בארא פארק, די תורה איז געזאגט געווארן מוצש"ק פ' בשלח שנת תשי"ט לפ"ק ביי א מלוה מלכה לטובת מוסדותינו בב"פ, רבינו שליט"א איז דעמאלס אלט געווען קנאפע 11 יאר אלט.
יעצט קענען ענק ווייטער זיך אראפ ציען די היטען ביז די נאז אין וויינען שרייען אין זאגן אז ענק געדענקען נאך די דרשה ווען עס איז געזאגט געווארן אין רביה"ק זי"ע האט געמיינט דערמיט רבינו שליט"א וואס איז א חתן געווארן אפאר וואכן פריער, אזוי זענען אויס אלע ענקעקע מעשוית.
תוקן על ידי יודלע ב- 05/08/2009 20:35:24
|
|
|
|
| נשלח ב-5/8/2009 22:14 |
|
| |
וואס איז די תורה פון יתרו?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/8/2009 22:21 |
|
| |
דאס איז די די תורה וואס זיי רעדן די תורה איז געדריקט אין דברי יואל אין פ' יתרו ווייל די רבי טיישט דארט די פסוקים פין מתן תורה אבער געזאגט געווארן איז מוצש"ק פ' בשלח
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2009 04:57 |
|
| |
אט דעם בריוו האט איינער אריין געשיקט פריווואט אין פאסט קעסטל
א"כ דעם בריוו שרייבער פונעם היסטארישן ארטיקל "די אמת'ע פאקטן איבערן שידוך"
לויט ווי איך האב געליינט אייער בריוו זעה איך ווי איר דעקט אלע פאקטן ופרטי הדברים וואס נעמען ארום דאס גאנצע ענין איבער דעם שידוך מיט וויזניץ, ווי אויך דעקט איר אויף די אמת'ע חלקים וואס זענען געוועהן באהאלטן ביז היינט,
צו מיין גרויס ווינדער זעה איך אז איר האט פארפאסט איין וויכטיגן חלק און א אינטרעסאנטע פאקט, וואס איך געדענק, דאס איז געוועהן יענעם יאר נאכן שידוך שבת הגדול, איז דער סיגוט'ע רב נישט אריין געקומען קיין וומס"ב ווי יאר יערליך צו זאגן דעם שבה"ג דרשה אין סיגוט'ע ביהמ"ד אין וומס"ב, צוליב פחד און מורא פון "די שטוב"
האט ער ארייין געשיקט זיין זון דער חתן הרב אהרן זאל קומען זאגן די שבה"ג דרשה, יענעם שבת איז דער חתן געוועהן ביים טיש פון רביה"ק און באקומען דאס בענטשן על הכוס.
שמע מינה תלת
א) אז דער ברך משה האט מורא געהאט צו קומען קיין וומס"ב מחמת דעם טעראר,
ב) אז אדמו"ר מהר"א האט שוין געזאגט שבה"ג דרשות אלץ חתן.
ג) אז רבינו הק' האט אים מכבד געוועהן ביותרת הכבוד טראץ דעם וואס ער איז געוועהן א איידעם אין וויזניץ,
ישר כח על העבר פאר אייערע רייכע ארטיקלען, וישר כח להבא אויף אייערע קומענדיגע ווערק...
(-)
 |
|
|
|
|
|