בית פורומים כל העולם כולו

בעל שבט הלוי שליט"א נאכאמאל קעגן דעם חבר לאיש משחית

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/7/2009 09:27 לינק ישיר 
בעל שבט הלוי שליט"א נאכאמאל קעגן דעם חבר לאיש משחית

אין די בני ברק'ע גאסן איז יעדער פארנומען איבער די שארפע דברים כדרבונות וואס דער פוסק הדור מרן בעל שבט הלוי שליט"א האט נעכטן ביי שלש-סעודות משמיע געועען אנטקעגן די כת ההולכים בערכאות בראשות זייער מנהיג הגרז"ל.

הרב וואזנער שליט"א האט אינמיטן זיין דברי תורה אין ישיבת חכמי לובלין ארומגערעדט מיט צובראכנקייט איבער דעם חורבן בית המקדש, דאן האט ער געגעבן אַ געשריי מיט ווייטאג כהאי לישנא:

..."ליידער איז דא פרומע אידן וואס גייען אין ערכאות, זיי זענען זיך פונה צום בית המשפט, און ווילן זיך נישט שטעלן צו דין תורה, זיי זענען די וואס זענען מעכב די גאולה"...

דא האט ער ממשיך געווען מיט אַ ווייטאגליכע מינע און געזאגט:

"ס'איז דא היינט מנהיגים מקולקלים און פאלטשע דיינים דא אין ארץ ישראל און אויך אין אמעריקא וואס פירן נישט על פי דרך התורה, און דאס לאזט נישט צו די בנין בית המקדש"...

עס איז מערקוועדיג אז די דאזיגע שארפע דיבורים בעל-פה פונעם זקן פוסקי דורינו שליט"א איז אן המשך צו די שארפע דעת תורה בכתב (חבר לאיש משחית) אויף וועלכן ער מיטן גאב"ד ירושלים שליט"א אינאיינעם מיט די רבני בני ברק שליט"א האבן אונטערגעשריבן מיט צוויי חודשים צוריק.

לאמיר צוווארטן און זעהן אויב די דאזיגע שארפע רייד
וועט שוין יא אביסל אויפוועקן די פארטויבטע אויהערן פונעם
"חבר לאיש משחית" - "מנהיגים מקולקלים" - "פאלטשע דיינים"...




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2009 15:48 לינק ישיר 

די שאלה דארפסט די פרעגן ביי די זאלי'ס די .....  זיי האבן א אינטערעס צובאשמיר'ן און שימפ'ן אויף הרב וואזנער שליט''א און הסובבים אותו .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2009 03:41 לינק ישיר 

ווען גייען דא אנפאנגען ארויסצוקומען די אשכולות קעגן הרב וואזנער'ס גבאים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2009 10:32 לינק ישיר 

ווען ס'איז ארויסגעקומען דער בריוו פון די גרויסע רבנים פון ארצה"ק קעגן גיין אין ערכאות האב איך דא געשריבן אז דאס איז א גרויסער זיג פאר די אהרונים. כ'האב געמיינט אז דאס איז א טויט קלאפ פאר די זאליס. למעשה זע איך אז גארנישט האט זיך געטוישט. די ערכאות גייט ווייטער אן און די אהרונים האבן נאך אלץ דעם טשענס צו פארלירן בני ברק.

אזוי קוקט עס אויס לדעתי השפלה והנבזה. אויב עמיצער ווייסט בעסער ביטע מיך אויפקלערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בעל שבט הלוי שליט"א נאכאמאל קעגן דעם חבר לאיש משחית
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext