אזוי ווי דער מסור ומלשין מ. ר., האט אריינגעגבען א צעטיל אין קארט ווי ער מסרט קהלתינו הק' און פאריוואטע מענשטן מיט פאלטשע בלבולים, און נאכדעם וואס ראשי קהלתינו הק' האבן זיך געווואנדען צו אים אז ער זאל צוריק ציען פון זיינע מסירות, און ער האט דאס אפגעווארפען.
איז נעכטן הנהלת קהלתינו הק' קהל יטב לב ארויס געקומען מיט א ווענדוג צום ציבור אז על פי הלכה טאר מען נישט ח"ו שטיצן א מסור, און ווער עס שטיצט א מסור באונס ובוודאי במזיד האט א חלק אין זיינע מסירות, איז ביז ער ציט נישט צוריק פון זיינע מסירות, טאר מען נישט איינקויפען ביי זיין געשעפט מ. ז. וואס געפינט זיך אויף פלאשינג עוו.
זייט נישט קיין מחזק קיין מסור ח"ו, על פי הלכה ווער עס שטיצט א מסור האט א חלק אין זיינע מסירות.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 05/08/2009 14:02:50
נשלח ב-28/7/2009 08:51
און געבן "צדקה" פאר אלע השחתה און מחלוקת פון געגנבטע געלט פון די באנק, גייט מען אין גן עדן גלייך מיט א העליקאפטער...
נשלח ב-28/7/2009 07:15
אז די באנק וועט דיר געבן דריי הונדערט מיליאן דאללער וועסטו אויך זיין דער גרעסטער בעל צדקה, נישט אזוי?
נשלח ב-28/7/2009 06:04
רבי_יונה איך ברעך מיך קאפ וויאזוי הרה"ח רבי אביגדור יאקאבאוויטש ז"ל נאמען איז דא אריינגעקומען - אז די האלטסט אז ש. איז נישט קיין מסור עס קען זיין אז די ביסט גערעכט, דארפסט נישט אראפברענגן פין גן עדן רבי אביגדור ז"ל וואס איז געווען דער גרעסעסטער בעל צדקה אין וויליאמסבורג פאר איבער 30 יאר ער זאל זיין דיין עדות דערויף !
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 05/08/2009 14:06:04
נשלח ב-28/7/2009 03:35
ענק זענען טאטעלי אראפ פון זינען. ענק מיינען אז ענק לעבן נאך אין די צייטן פון די עפרא לפומי' דרשות ווען מהאט זיך איינגערעדט אז מפירט די וועלט, און ענק וועלן בויקאטן אידישע פרנסות און יעדער וועט זיך ברעכען פאר ענק.
פאקט האט זיך שוין ארויסגעשטעלט אז ענק זענען נישט מער ווי א צוקראכטע איי. ענק זענען א צענטל פון די סאטמארע עולם אין וויליאמסבורג, ווי סשטעלט זיך ארויס מיט ענקער איין-בילדינג-מוסד און ענקער איין-שול-קהל, און ענקער בויקאט איז ווערט פונקט וויפיל ענקערע סטראשונקעס פון "מאנטיג" און "מיטוואך".
אדרבא, הלואי הערן אלע ארונים אויף איינצוקויפען ביי די זאלוני סטארס, און אלע זאלונים הערן אויף צו קויפן ביי די ארוני סטארס, וועמיר זען ווער סוועט שנעלער אינטערברעכן
נשלח ב-28/7/2009 02:26
הרבני הנגיד עסקן לכל דבר שבקדושה רבי ג. ש. ני"ו האט זיין פעטער נישט געמסרט, ער האט אזוי געמסרט זיין פעטער, אזוי ווי אביגדור יאקאבאוויטש האט נישט גע'גנב'ט.
סתם שרייען אויף איינעם מסור ווייל ער איז אן אהרוני אין ער איז נישט קיין זאלי, באדערט בכלל קיינעם נישט, און קענסט ווייטער שרייען.
מסור מ. ר. איז דא א קלארע מסירה צעטיל ווי ער שרייבט א מסירה קעגן קהלתינו הק' אין קארט, און בפרט קעגן ר' יוסף ווייס ני"ו.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 05/08/2009 14:05:34
נשלח ב-28/7/2009 00:16
mechel19 כתב:
און וואסי מיט דע מסור וו. פ. ער האט אוך אריין געגעבן שרעקליכע מסירות אקעגן קהילתינו הק' אין געריפן אין קארט שלא ברשות בית דין.
און וואסי מיט דע מסור ג. ש. וואס האט אריין געווארפען זיין פעטער אין תפיסה פאר 20 יאר ?
אין פארוואס דרייט ער זיך ביי ענק ווי א קעניג אין וואנגארטען אריין געבען א ספר תורה!! מנדב זיין א הויז פאר אפרי פארן רבין זאל זיין געזינט!! אין פיינלי האב איך געוואלט וויסען וואזוי שפירד זיך די רבי נאכן זיך אפריהען אין די הויז פין דעם שמיציגען מסור
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 28/07/2009 0:13:19
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 05/08/2009 14:04:54
נשלח ב-27/7/2009 23:38
און וואסי מיט דע מסור וו. פ. ער האט אוך אריין געגעבן שרעקליכע מסירות אקעגן קהילתינו הק' אין געריפן אין קארט שלא ברשות בית דין.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 05/08/2009 14:03:40
נשלח ב-27/7/2009 23:17
די ביזנעס געהערט פארן טאטען, און אפילו די טאטע איז ווען נאר א שותף טאר מען אויך נישט קויפן דארט, ווייל אין שולחן ערוך שטייט נישט אז ווען מען איז נאר א שותף מעג מען שטיצן א מסור.
נשלח ב-27/7/2009 22:46
ער איז א שותף אין די ביזנעס מיט זיין זון, וועלכער פירט די עיקר ביזנעס. כ'גלייב נישט אז מען מעג אפטאן זיין זון פאר די חטאים פונעם טאטן, נאכדערצו אז דער זון איז אינגאנצן נישט קיין זאלי.