אויך איך האב נישט געכאפט וואס דא גייט פאר.
עטגאסט באציעט זיך צו א אויפריף פון דעם שר האופים רבי_יונה אז מען זאל באיקאטירן זאלוינישע געשעפטן, האט ער דאס נאכקאפירט און געטוישט די נעמען.
אויף די שאלה ווער ס'איז נעקסט אויפן ליסט:
יעדער זאלי איז נעקסט אויף די ליסט.
יעדער מוסד וואס נעמט געלט פון די זאליס.
בכלל האבן זיי יעדע פאר וואכן א נייעם "באוגי מען",
קעגן וועמען מען דארף פירן מערכה, אמאל פלעגט יענער טאקע זיין אויף צרות, היינט ברוך השם, זייט די חלוקה, קען מען פון זיי לאכן אין די פויסטן.
וואס יא, אויב נארמאלע מענטשן זעען אז די אהרונים ווילן בויקאטירן איינעם פאר פאליטיק,
דארף מען מקפיד זיין יענעם צו שטיצן!
אז איך דארף יעצט קויפן "עמברוידערי" וועל איך דוקא קויפן מלכות,
טאקע צו שטיצן הרה"ח ר' מאיר ראטה שליט"א
די זעלבע זאך ווען איך שפיר אז די אהרונים פירן א מערכה מיט "דער איד" למשל,
וועל איך זיי פרובירן צו העלפן מיט וואס נאר מעגליך.
סיי מיט שיקן נייעס, און טאקע מיט אדערווערטייזמענטס וכדומה.
והדברים פשוטים.