בית פורומים אחים אנחנו

געוואלד! ווער איז נעקסט אויף די ארונים'ס ליסטע?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/7/2009 23:57 לינק ישיר 
געוואלד! ווער איז נעקסט אויף די ארונים'ס ליסטע?

ווען יעדער ציטערט פון די עף בי איי, ציטערן די זאליס געפערליך פון די ארונים, וואס זיי מאכן געפערליך חרוב ביזנעסער און בתי מדרשים, אזוי ווייט אז די זאליס מאכן מער נישט קיין געלט! איר האט גוט געהערט, אלע זאלי ביזנעסער זענען חרוב ונחרב.

די פלייש געשעפט איז דערנאך, קיינער קויפט שוין נישט דארט, און אזוי אויך די מצה בעקעריי, מצה גזולה, חתונה זאלן, חופה גזולה, בית המדרש, תלמוד תורה, לימוד גזולה. עס איז געלונגען פאר די ארונים אפצואווישן ריזיגע אימפעריעס דורך לערנען מיט זייער ציבור הלכות מליחה, און הלכות גזולה. עס כאפט א פחד.

און יעצט אשר יגורנו בא, האבן זיי זיך גענומען צו מלכות דזשודאיקה, לויט ווי מ'הערט האט שוין מאיר ראטה געלאזט וויסן אז עס איז אים א שאד דורכצוגיין די שווערע מיטמאכענישן וואס די אלע אימפעריעס זענען אדורך און הערשט האבן די ארונים געזיגט, דעריבער וועט ער מארגן אפיציעל דערקלערן באנקראט, ווי איידער אז די ארונים זאלן יעדע וואך לערנען הלכות עמבראדערי און דזשאודאיקא גזולה.

עס לאזט זיך נישט גלייבן אז אחינו בני ישראל זאלן זיין אומשטאנד אזוי צו צוקלאפן די אלע ביזנעסער. רחמנא ליצלן!




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2009 00:01 לינק ישיר 

עס איז שוין דא א שמועס איבער דעם נושא, ביטע זיי ממשיך דארט
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2663577&forum_id=20420



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2009 00:00 לינק ישיר 

ברעיקינג! יעצט קומט די שווערע נייעס אז אויך וואלווי פרידמאן איז אריינגעפאלן אין פעקל, און די ארונים גייען מער נישט קויפן ביי אים.

דעוועלאפינג...

מען דארף גרויס רחמי שמים! לויט עקספערטן האנדלט זיך דא פון א ערנסטע עקאנאמישע צונאמי




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > געוואלד! ווער איז נעקסט אויף די ארונים'ס ליסטע?
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext