|
ווען ר' בנציון האט אים געפרעגט "וואס טוט זיך מיט די מחלוקת פון סיגעט און וויז'ניץ? - וועט עס דער טאטע, דער אמרי חיים צולאזן?" - האט ער אים געענטפערט אז די מחלוקה איז שוין סייווי קאלט און מען קען עס אנווייזן אויף עטליכע זאכן וואס האבן פאסירט אין די לעצטע פאר יאר וואס ווייזט אז ביידע צדדים האבן זיך שוין בארואיגט; קודם כל איז דער סיגעטער רב געקומען עטליכע יאר פארן קריג, צוזאמען מיט זיין ברודער ר' זלמן לייב, זיך פארהערן ביי מיין פעטער דער ווישעווער רב, און דער ווישעווער פעטער האט זיי אויפגענומען מיט גרויס ידידות באוואונדערנדיג ווי גוט זיי האבן געקענט. אויך האט ער אנגעווויזן אז עטליכע יאר נאכן קריג האט זיך גערעדט א שידוך צווישן אים (דער רב) מיט דער שוועסטער פונעם סיגעטער רב (רביצין חנה אייזיקסאן וואס האט געוואוינט אין לאס-אנזשעלעס), און פארן קריג האט מען איר אנגעטראגן פאר ברוך, דער זוהן פון ווישעווער רב. בקיצור די מחלוקה ברענט שוין נישט אזוי שטארק און מען קען עס פארוואסערן אויב מען וויל דוקא.
אונזער היסטאריקער פארמעגליך ווערט געבעטן מודיע צו זיין אין וועלכע חלק ועלט ס'האט זיך געענדיגט די קריג תש"ג
מאנטאג איז טאקע אריבערגעקומען דער סיגעטער רב מיט זיין זוהן, מיט נאך איינער וואס דער מספר ווייסט נישט ווער ס'איז געווען. דער רב האט פארהערט דעם בחור. (ער האט יא געוויסט אז מ'גייט אים פארהערן, נישט ווי אנדערע האבן געשריבן. אויך זענען זיי אריבערגעקומען צום רב און נישט פארקערט ווי אנדערע האבן געשריבן.) און ער איז ארויסגעקומען זייער צופרידן (איך האב איבערגעפרעגט דער מספר, וויבאלד אין וויז'ניץ איז אנגענומען אז מען פארהערט נישט קיין חתן. האט ער געזאגט אז ער ווייסט נישט, אפשר האבן זיי סתם גערעדט אין לערנען, אדער סתם אזוי גערעדט. בקיצור ער איז נישט זיכער דערין. אבער דאס ווייסט ער אז דער סיגעטער משפחה איז אריבערגעקומען און דערנאך האט דער רב מחליט געווען אז ער וויל דעם בחור). דער סיגעטער רב האט דערנאך געזאגט פאר ר' בנציון אז ער דארף זיך גוט איבערטראכטן און ער וועט מחליט זיין אין עטליכע טעג ארום.
איין מינוט, אין וויזניץ פארהערט מען נישט, אבער דער בחור האט געוואוסט אז מען גייט אים פארהערן.
און אז מיר האבן א סתירה וואס "סופערמעסי" שרייבט און "פארמעגליך" שרייבט לאמיר כאפן א בליק וואס וויזניץ אליין שרייבט, אט דאס וואס זיי שרייבן אין זייער אויסגאבע (ס'געפינט זיך ערגעץ דא אויפן פארק)
מתוך חביבותו המפורסמת לתורה ועמליה, הרי מיד בשמעו על ההצעה שהוא מתמיד בתורה יומם וליל, חריף ובקי טובא ולן באהלה של תורה והלכה, ביקש מיד לראות במה המדובר. לשם כך הלך רבינו שליט"א לבקר בביתו של האדמו"ר בעל "ברך משה זצ"ל, אשר הציג תחילה את בניו החשובים. אח"כ התפתחה השיחה במילי דאגדתא, הפליא הבחור רבי אהרן להסביר בטוב טעם ודעת כמה קטעים בספה"ק "אור החיים" על פרשת השבוע. לכ"ק רבינו שליט"א - שספרי האוהחה"ק חביבים אצלו במיוחד - היה הדבר בגדר חידוש, והתפעל מאוד מכך שבחור ידע על בוריים את דברי האוהחה"ק על הפרשה, והבין כי מד' יצא הדבר לקדם את ענין השידוך. השיחה התפתחה בסוגיות דשמעתתא, במסכתות הש"ס ועניני הלכה בשו"ע, וגם כאן הראה הבחור את רב חילו בידיעה והבנה בעיון ובעמקות, ועפ"ז גמר רבינו שליט"א אומר להשתדל בכדי לזכות בו לחתן לבתו.
למעשה איז געבליבן א פשרה און מען האט אויסגעארבעט אז ביידע זייטן וועלן זיך טרעפן אין לאנדאן, אזוי וועט מען נישט מורא האבן פון טעראר פון אן אנדערן חצר און ביידע וועלן מוזן קומען און קיינער וועט זיך נישט קענען ארויסדרייען, און אויב יא וועט די בושות נישט זיין אזוי שטארק... ס'איז געבליבן אז מען וועט האלטן א סוד אז מען פארט, ס'וועט זיין א שטילע שידוך וואס ביז ס'וועט למעשה עפעס ווערן וועט קיינער נישט וויסן. (אנדערש ווי אנדערע האבן געשריבן אז ס'איז געווען פשוט אלס פראקטישקייט, ווייל ס'איז זיך נישט געפארן אזוי לייכט... דאס איז פשוט נישט אמת, דער רב פלעגט פיל קומען קיין אמעריקא נאך געלט און וואלט דעמאלס אויך געקענט אויסנוצן די נסיעה פאר געלט, אויך סיגעטער רב וואלט רואיג געקענט אנקומען קיין ארץ-ישראל. ס'טאקע נישט געווען ווי היינט, אבער מענטשן זענען כסדר געפארן און געקומען, ס'איז נישט געווען עק וועלט. מען וואלט נישט געמאכט דער שידוך אין ענגלאנד בלויז פאר פראקטישקייט.)
למעשה האב איך מיט געהאלטן א שמועס בבית ר' יצחק באב"ד ווען רבינו שליט"א איז דארט געווען, און מען האט גערעדט וועגן דעם שידוך, און איינער פון רבינ'ס איידעמער האבן געפרעגט פארוואס איז מען געווען אין לאנדאן, האט ר' יצחק באב"ד דעענטפערט דעם תירוץ, אז ס'איז געווען גרינגער און נענטער אז מען טרעפט זיך אינמיטן,
אין אמעריקע האט זיך אויך געקאכט... סאטמאר רב איז געוואויר געווארן אז זיין פלימעניק פארט אויף לאנדאן צו טון דעם שידוך, איז ער געווארן זייער אויפגעברוויזט, ער האט אין שטוב כסדר זיך געלאזט הערן אז ער איז קעגן דעם שידוך. דא איז פאראן א מחלוקת הפוסקים וואס מען וועט ווארשיינליך קיינמאל נישט וויסן דעם גאנצן אמת, צי דער סאטמאר רב האט באמת געשטערט דעם שידוך, אדער די שטוב מענטשן האבן אים אונטערגעהעצט און דורך דעם איז ער געווארן קעגן דעם שידוך, אבער איין זאך איז זיכער, אז ער האט גערעדט און געלאזט וויסן כסדר אז ער איז קעגן דעם שידוך און וויל נישט אז דער שידוך זאל צושטאנד קומען.
סאטמאר רב האט אזוי געקאכט, אז אפילו ווען זיי זענען שוין אנגעקומען אויף לאנדאן האט ער געשיקט טעלעפאנירן דעם סיגעטער רב אז ער וויל נישט דער שידוך זאל ווערן, א זאך וואס דער סיגעטער רב האט שפעטער געזאגט אז ער האט קיינמאל נישט באקומען קיין טעלעפאנען, ממילא וועט מען קיינמאל נישט וויסן וואס איז דארט געווען. נאכמער; סאטמאר רב האט געהייסן די רביצין זאל אליין אנרופן אין זיין נאמען אז דער שידוך טאר נישט ווערן, אבער דער רביצין האט מאיזה סיבה נישט געוואלט רעדן קיין לאנדאן צום סיגעטער רב דערוועגן.
נישטא ווער זאל לאכן, א בפירושע פארמעגליך
ווען מען האט געפרעגט סאטמאר רב פארוואס ער האט נישט אפגערעדט דעם סיגעטער רב דערפון, ווען ער איז אים געקומען פרעגן, האט ער געזאגט: "איך האב נאך קיינמאל נישט געזאגט פאר א מענטש נישט צו טון א שידוך. נאר אויב וואלט ער געהאט שכל וואלט ער עס אליין געדארפט פארשטיין."
ווער האט געפרעגט
נישט נאר דאס, נאר סאטמאר רב האט אליין אראפגעשיקט שלוחים זאלן פארן קיין ענגלאנד און זען אז דער שידוך זאל נישט צושטאנד קומען. פאר אן אומבאקאנטע סיבה זענען די שלוחים קיינמאל נישט אנגעקומען (דאס אליין וואלט זיך געפאדערט א באהאנדלונג פארוואס?). לויט ווי דער סיגעטער האט שפעטער גע'טענה'עט, האט ער גארנישט געוויסט בשעת ער איז געווען אין ענגלאנד אז ס'רודערט זיך עפעס איבער דעם שידוך.
וועלכע שלוחים האט דער רבי געשיקט, און ווען פונקטליך איז דער רבי געוואר געווארן אז זיי זענען געפארן קיין לאנדאן, און ווי אזוי האבן זיי תיכף געקענט כאפן א פליגער און פארן, פארמעגליך, דו ביסט אויפגעוואקסן אין די ס' יארן, דו ווייסט נישט אז אין תשכ"ו האט מען נישט געקענט זאגן א שליח, איך הער יענער איז אין לאנדאן פאר א שידוך פאר שנעל אהין און האלט אים אפ, ווי לאנג מיינסטו איז מען געווען אין לאנדאן ווארטן אויפן גמר השידוך, אביסל קאמען סענס
שפעטער איז באקאנט אז ווען דער חתן איז צוריקגעקומען האט אים דער סאטמער רב נישט געוואלט געבן אן עליה (איך האב איבערגעפרעגט דער מספר, אז ס'זענען פאראן וואס טענה'ען אז סאטמער רב האט יא געוואלט אבער די שטוב מענטשן האבן געזען אז ס'זאל נישט געשען... האט ער מיר געזאגט אז ער האט דאס מיטגעהאלטן און עס איז קלאר אז דער סאטמארער רב האט איינגעטיילט אלע עליות יעדע וואך און דער סאטמארער רב אליין האט געזען אז ער זאל נישט באקומען קיין עליה). בכלל איז עס געווען א באקאנטער זאך פאר גאנץ סאטמאר און בכלל אין די וועלט, אז סאטמאר רב איז נישט צופרידן פונעם שידוך. דער מספר זאגט מיר אז די גאנצע זאך וואס מען האט זיך געשלאגן דעמאלס איז, צי די התנגדות פונעם רבי'ן קומט פון אים אליין, אדער האבן די שטוב מענטשן אים אויפגעהעצט, אבער דאס האט יעדער געוויסט אז דער רבי איז קעגן דעם שידוך.
ווער האט עס באקאנט געמאכט, וויפיל מענטשן האבן פערזענליך געפרעגט דעם רבין וועגן דעם שידוך אז יעדער האט געוואוסט אויף זיכער אז דער רבי איז דערקעגן.
ביי דער חתונה אליין האט זיך נישט באווויזן קיין איין סאטמארער חסיד, און יעדער האט פארשטאנען פארוואס... עס האט דעם סיגעטער זייער וויי געטאן ווייל ער האט גע'טענה'עט אז ער האט קלאר געפרעגט דעם פעטער און ער האט מסכים געווען דערצו... שפעטער האבן די סאטמערער יא זיך געוואלט אביסל איבערבעטן האט מען אים איינגעלאדנט שבת קיין ירושלים און אים צוגעשטעלט א שיינע שבע ברכות.
איז די שבע ברכת געווען ברשות די שטוב, אדער מען האט געהאט היץ פונדערויסן, זיי מסביר ווי אזוי גיט מען אזא טויש פון נישט גיין צו א חתונה ביזן צושטעלן א שבע ברכות, די גאנצע מעשה איז נישט מער ווי זיבן טעג.
און נאכדעם זיי מסביר, מען האט אים געלאדנט אויף שבת (כמובן א שבת נאכן שבע ברכות), איז ווען האט מען צוגעשטעלט די שבע ברכות
נאך זאגט ער מיר אז ער געדענקט די צייטן וואס ר' אהרן האט געוויילט אין ארץ-ישראל, און יעדער האט געוויסט און ער האט עס אפן געזאגט אז ער האט פיינט דעם פעטער, צוליב די רדיפות וואס דער פעטער מאכט פאר זיין טאטע'ן... (ס'איז אינטערעסאנט, ווייל ער איז א דרויסנדיגער און פארמעגליך האט ער זיכער נישט געליינט, אבער ער טענה'עט די זעלבע וואס ער טענה'עט, אז ר' אהרן פארמאגט א שנאה צו זיין פעטער, ער פלעגט עס אפן זאגן אין בני-ברק, און נישט אומזינסט פראבירט ער אביסל אוועקצושטיין פון דער דאזיגער מהלך... יענער טענה'עט נאכמער; אז ער גלייבט אז אויך ר' זלמן לייב האט נישט ליב דעם פעטער ווייל מען האט געפייניגט זיין טאטע'ן, אבער ס'איז נישט קיין דמיון צו ר' אהרן וואס מען האט אים פערזענליך געפייניגט, און ר' זלמן לייב קען בדיעבד מיטגיין דערמיט... דאס איז יענעמ'ס בליק... אבער דאס אז ר' אהרן האט פיינט דעם פעטער האט ער קלאר געהערט פון אים...).
יעצט וועל איך נעמען רשות הדיבור און דערציילן וואס איך האב געהערט פון א עלטערן קלז"ב חסיד וואס איז נישט חשוד מיט אהבה צו רבינו שליט"א (עכ"פ בו בזמן ווען איך האב עס געהערט)
געווען איז עס יענע נאכט חוהמ"פ תשנ"ט ווען די גאס איז געווען איבערגעקערט צוליב די אומגעזאגטע דרשה וכו' וכו', שטייענדיג אויפן גאס גייט א דורך א קלז"ב חסיד און פרעגט מיר וואס גייט פאר, דערצייל איך אים די גאנצע מעשה, רופט ער זיך אן, נו גוט, ס'קומט זיך אים אזעלכע בזיונות, פרעג איך אים וואס איז, וואס אפיר האסטו שוין געהאט מיט אים.
דערציילט ער מיר, איינע פון די שבע ברכות פון רבינו שליט"א האט געדארפט פארקומען אין נתניה, פארן גיין צום שבע ברכות רופט זיך אן דער חתן ווער גייט זיין ביי די שבע ברכות, האט מען אויסגערעכנט די רבנים וחשובים וואס מען האט גערופן, בתוכם האט מען אויסגערעכנט דעם אלטן קלז"ב רב, רופט זיך אן דער חתן, אויב גייט דער קלז"ב רב זיין ביי די שבע ברכות גייט דער חתן נישט דארט זיין, ווי באלד ער האט זיך מתחצף געווען פארן פעטער, פארשטייט זיך אז דאס איז געווען דער סוף פסוק דער קלז"ב איז צו די שבע ברכות נישט געקומען.
דאס איז איין מעשה פון די גרויסע "שנאה" צום רבין
די אנדערע מעשה איז באקאנט און איז געווען געדרוקט אין משלחן מלכים סוכות צייט, ווי דער רבי האט דערציילט ווען ער איז געווען ימים נוראים תשכ"ז אין א"י און ער האט געוכט דייקא א חו"ל אתרוג ווייל ער האט געהערט אז דער פעטער לאזט נישט נוצן א"י אתרוגים, און דאס איז בו בזמן ווען ער האט געדאווענט אין וויזניץ און נישט געדארפט מורא האבן וואס סאטמאר וועט זאגן.
פארשטייט זיך אז דאס נעמען די הסכמה אויף תולדות אדם א יאר שפעטער איז אויך געקומען מגודל השנאה, געבן סנדקאות אויך, וואס נאך?
רעכנט אויס אלע שנאות
|