|
|
| נשלח ב-28/7/2009 18:32 |
|
| |
נייע סיסטעם, וואס זאגט איר?
אזוי ווי אין בחדרי חרדים איז אלעמאל דא אויבן 5 אשכולות לדוגמא, די תקנות וכדו'. וויל איך דא אויך מאכן אזא סארט זאך, דהיינו ס'זאלן אלעמאל זיין אויבן 4 אשכולות, אבער די חילוק פון דא און דארט וועט זיין אז דארט זענען די 5 אשכולות "הנהלה אשכולות" דא וועט דאס זיין נייעס און אקטואליע.
די איידיע איז נישט קיין נייע. יעדע פורום סייט האט א פלאץ אויבן אויפן עמוד פאר די הויפט נייעס וכדו', אפילו דא אין בחדרי חרדים וועט איר דאס טרעפן אויבן, די אויפטו איז אז א גאסט וואס דערוויסט זיך פון די סייט און קומט אריין פונקט ווען די ערשטע פאר אשכולות זענען אויסגעדראשענע און נישט אינטערסאנטע, זאגן זיי זען אז ס'איז דא אויך אינטערסאנטע זאכן דא. נאר היות מיר קענען נישט קאנטרעלירן וואס די הנהלת הפרק לייגט, און על פי רוב זענען יענע באהאנדלונגען און נייעס טאקע נישט אינטערסאנט פאר א גרויסע ציבור דא, בלייבט נאר איבער דעם וועג.
כדאי א אשכול זאל ווערן גע'פינט אויבן דארף דאס קוואליפיצירן צו איינע פון די קאטעגאריעס:
1. א באמבע נייעס - לדוגמא די ארעסטן אין NY און NJ אדער די ירושלימ'ער מאמע
2. אקטואליע - לדוגמא די פיקטשער אשכול פון כ"ו אב - אסאך קומען דאס זיכן און טרעפן דאס נישט צוליב דעם וואס ס'גייט אסאך מאל אראפ זייער נידריג.
3. מערסטע דעבאטירט\געזיכט - לדוגמא פארמעגליך'ס אשכול
4. רעזערווירט פאר די הנהלה - לאוו דווקא, נאר אויב ס'וועט אויספעלן.
ס'איז לאוו דווקא אז ס'דארף זיין איינס פון יעדע קאטעגאריע ס'קען זיין אמאל 3 פון איין קאטעגאריע און גארנישט פון אנדערע 2, אלעס ווענדט זיך אויפן אינטערעסע פונם ציבור.
איך וויל נישט הערן פון ציבור אויב די עצם ראיון געפעלט זיי יא צו נישט, ווייל ס'גייט סיי ווי געשען (אויף א 4 וואכן פראבע), דאס איז נאך א הנהלה מיטינג.
וואס איך וויל יעצט הערן איז, וועלכע אשכולות וואלט איר "יא" געוואלט זען אויבן? (איר קענט שרייבן ביז 4 אשכולות)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2009 19:03 |
|
| |
איך האלט אז די דורכגעפאלענע מיסיע פון בן פראדעל דארף מען ארויפלייגן, דאס איז א ארטיקל וואס פארשפרעכט צו זיין די טאלק אוף דע טאון.
תוקן על ידי שסופסקים ב- 28/07/2009 21:03:54
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2009 19:10 |
|
| |
די איידיע פאר זיך איז גוט, די שאלה וועט נאר זיין פארשטייט זיך, וועלעכע ארטיקלען דארף מען ארויף לייגן אין וועלעכע נישט, איך וואלט געזאגט אז א אשכול וואס האלט העכער 20,000 ציפיות, פארדינט ארויף ציגיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2009 19:13 |
|
| |
זאגסט גוט, טאמער א ארטיקל האט טויזענטער ציפיות, איז א סימן אז עס באלאנגט אויבן, ווייל עס איז א זאך וואס יעדער זוכט
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2009 19:16 |
|
| |
פינען א ארטיקל איז נישט א באלוינונג פאר א גוטע ארטיקל! און איז אויך נישט דא צו באלוינען ארטיקלען וואס פארשפרעכן אז זיי וועלן זיין פאפיולער!
פינען איז פאר אשכולות וואס ווערן געזיכט, בעיקור אזעלכע וואס ברענגען אהער פרישע ליינער וואס קענען זיך נישט אויס, זיי דארפן אנטרעפן די סמעטענע.
וועלכע אשכולות זענען די סמעטענע?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2009 20:31 |
|
| |
מיכל
עס איז נישט קיין גוטער פלאן
די סיבה פארוואס הנהלה אשכולות זענען למעלה איז פשוט כדי יעדער נייער באזוכער זאל דאס זען פאר ער הייבט אן צו ליינען אבער שרייבען אין וויסען די תקנות און הלוך ילך.
מצד שני נייעס דארף גיין ארויף אין אראפ
פון ווי זאל איינער וויסען אז עס איז דא הוספות וואס צו ליינען אין דעם אשכול? פשוט ווייל עס איז ארויפ געפארן. אויב עס וועט אלעמאל בלייבען למעלה וועסטו זען אז די גוטע אשכולות וועלן האבען ווייניגער שרייבער און ליינער.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|