בית פורומים אחים אנחנו

די דורכגעפאלענע מיסיע פון בן פראדעל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/8/2009 22:43 לינק ישיר 

 

(ד)

און אז מען רעדט פון "אנשי דלא מעלי" איז אויך כדאי ברייטער אויסצושמועסן די אלגעמיינע "ראלע" פון

שטוב מענטשען

אזוי ווי מיר האבן שוין פריער בארירט דעם ענין פון "אנשי דלא מעלי", איז כדאי אביסל ברייטער אויסצושמועסן דעם ענין פון "שטוב מענטשן" און וואספארע ראלע זיי האבן געשפילט ביי רבי'שע הויפן, וואס די פאלגען זענען ליידער זייער ביטער.

מיר דארפען נישט גייט צו ווייט אוועק. מיר דארפען זיך בלויז אומקוקען וויאזוי עטליכע פון די שענסטע חסידישע הויף אויף די וועלט זענען ליידער קאליע געגאנגען דורך "די שטוב מענטשן" און איבערהויפט דורך דעם  גבאי – וואס האט ליידער געטהון מיט זיין הייליגן רבי'ן מעשים אשר לא יעשו.

(זעה בריוו פון הגה"ק מסטראפקאוו זי"ע, וואס ער שרייבט איבער די מחלוקת אין צאנז, וואס ער האט מקבל געווען פון זיין הייליגן טאטן, דער דברי יחקאל זי"ע ועכי"א. ווי ער שרייבט קלארע ווערטער, אז די מחלוקה אין סאנז איז געקומען דורך "שטוב מענטשן" בעלי מחלוקת. וד"ל).

נסתרים דרכי השם - מיר פארשטייען נישט די השגחה עליונה, וויאזוי עס איז געקומען דערצו אז דער קדוש עליון, הצדיק הקדוש רבי אהרן מבעלזא איז פארפירט געווארען דורך זיין גבאי ר' שלום פויגל ע"ה, כידוע לכל.

בעלזא איז אלעמאל געווען באוויסט אלץ די גרעסטע לוחמים און קנאים. בעלזא איז פון אייביג אן געווען קעגן די אגודה והנגררים אחריהם. עס איז באוויסט אז דער הייליגער צדיק מהרי"ד מבעלזא זי"ע איז געווען פון די שארפסטע לוחמים און קנאים קעגן יעדע שייכות מיט ציונות ואביזרייהו, און דווקא דארט האט דער שטן געטראפן א אינטער-טיר דורך די "שטוב מענטשן" פון הייליגן צדיק רבי אהרן זי"ע, וואס איז געווען "זיין גבאי". כידוע לכל.

עס איז באוואוסט אז "איטשע מאיר" האט פארפירט דעם הייליגן צדיק בעלזער רב זי"ע אז דער פוסק הדור דער טשעבינער רב זי"ע האט אונטערגעשריבן אויף דעם "חוב קדוש" צו גיין צו די בחירות הטמאות. און אזוי האט ער ווייטער פארפירט שקרים פאר דעם פוסק הדור טשעבינער רב זצ"ל אז הרה"ק מבעלזא זי"ע האט אונטערגעשריבן, און אזוי האט ער ארויסדערווישט א חתימה סיי פונעם פוסק הדור הגאון מטשעבין זי"ע, און סיי פון דעם קדוש עליון דער בעלזער רבי זי"ע.

ווער איז אבער געשטאנען אינטער דעם? דער גבאי!

נאר דער גבאי האט געהאט צוטריט צום רבי'ן 24 שעה אין מעת לעת, און וויבאלד דער רבי האט געהאט צוטרוי צו זיין גבאי (ער האט בגודל קדושתו זיכער אויך געהאלטן אז זיין גבאי שפילט נישט קיין פאליטיקס, זאגט נישט קיין ליגענט, האט נישט קיין שונאים, הערט נישט קיין לשון הרע)... נאר אזוי איז ליידער געלונגען אז דער קדוש עליון הרה"ק מבעלזא זצוק"ל האט געגעבען זיין חתימה צו דעם "חוב קדוש".

דאס איז געווען אין בעלזא.


ווי געשמועסט אויבן, איז סאטמאר אויך ליידער נישט אויסגעמיטן די צרה פון "שטוב מענטשן"

דא אין סאטמאר איז ליידער אויך געווען אמאל ווען גבאים און "שטוב מענטשן" האבן געמאכט א שרעקליכען פירוד לבבות צווישן דעם רבינ'ס משפחה, ויצא מה שיצא מיט די ביטערע "רויזעלע פרשה" וד"ל.

מרן הברך משה זצ''ל האט כמ"פ פארציילט די השתלשלות הדברים וואס איז ממש תסמר שערות אנוש, אז ווען רבינו הקדוש והטהור זי"ע האט אמאל באזוכט ביי זיין איינציסטע טאכטער, די צדיקת חיה רוזא אין די לעצטע יארן אין איסט סייד, האבן די שטוב מענטשן נישט געלאזט אז רבינו הק' זי"ע זאל דארט טועם זיין און מאכן א ברכה, כידוע לכל וד"ל.

תיכף נאך ווען די צדיקת רויזעלע איז שוין ליידער נישט געווען בין החיים האט זיך אנגעהויבן די שרעקליכע רדיפות קעגן דעם לעצטן שריד מבית סיגעט, כ"ק מרן מרן הברך משה זצ''ל באופן מבהיל ונורא, וואס כאפט פשוט א שרעק צו רעדן דערפון.

יעדער געדענקט נאך ווען די "אינשי דלא מעלי" פלעגן פארהאקען די טיר פאר מרן הברך משה זצ''ל און אים נישט געלאזט אריינגיין אל הקודש פנימה צו רבינו הק' זי"ע. מ'האט איהם פראבירט צו דערווייטערן פונעם הייליגן צדיק, און מ'האט אים אויסגעטיילט די גרעסטע צרות ויסורים וואס איז נאר פארהאן. נאר ווייל זיי האבן געוויסט אז דער סיגעטער רב איז נישט "זייערס". און זיי האבן נישט איהם נישט אין זייער קאנטראל!

וויפיל מאל האט מען אראפגעשלעפט דעם טלית פון מרן הברך משה זצ''ל (דעמאלטדיגער סיגעט'ער רב), ווען ער איז געווען דער שליח ציבור אין הושענא רבה, ביי רביה"ק זי"ע. וויפיל מאל האט מען אים געציפט ביי די הייליגע טישן פון רביה"ק זי"ע? וויפיל מאל האט מען פארהאקט און אראפגעהאקט דעם טעלעפאן אויף מרן הברך משה זצ''ל?

אינעם הייליגן טאג הושענא רבא, ווען דער ברך משה האט געדאווענט פאר'ן עמוד ביים רבי'ן זי"ע אין די נישט געזונטע יארן, האבן פילע געזען ווי די בריונים דארט האבן אים געציפט און געשטויסן עד זוב דם. מ'האט אים געהאקט מיט די לולבים אויפן קאפ, און אים פשוט

עס דרייען זיך נאך ארום טויזענטער און צענדליגער טויזענטער עדי ראיה און עדי שמיעה וואס האבן געזען מיט זייערע אויגן וואס די "אנשי דלא מעלי" האבן געטאן מיט מרן הברך משה זצ''ל. איינמאל האט מען אים אריינגעשריגן אין די קאר אז ער זאל זיך נישט דערוואגן צו קומען נאכאמאל. א צווייטער האט איבערגעקערט א הייס טעפל וואסער אויף אים און אים נעבעך אפגעבראטן רח"ל.

עס איז ליידער קלאר אז די "געוואלדטאטן" זענען נישט געקומען "פערצופאל". עס האט געהאט א פונקטליכן ציל, מרחק צו זיין די הייליגע חבילה. דער ס"מ האט געוואוסט אז נאר אזוי וועט די הייליגע קהילה און די הייליגע מוסדות חרוב ווערן רח"ל.

ואם בארזים נפלה שלהבת, מה יענו איזובי קיר.

אויב האט מען געזען אזעלכע פארבארגענע זאכן ביי הייליגע צדיקים שרפי קודש, ווי ביים הייליגן צאנזער רב זי"ע און ביי נאך צדיקים וקדושים, און צום סוף ביי רבינו הגה"ק זי"ע, וואס איז געווען א מלאך ה' צבקות, מיט אפענע אויגן פון איין עק וועלט ביז די צווייטע ווי ביי אמאליגע תלמידי בעשה"ק זי"ע, איז דאך זיכער אז דער שטן פון היינט האט נאך אזא כח אריינצופירן אונזער גבאי אין זיין נעץ און אזוי חרוב מאכן די שענסטע קהילה אויפען כדור הארץ.

די זעלבע זאך האט פאסירט מיט אונזער גבאי דנן.. איין גבאי מיט אפאר אונטער-גבאי'לעך, שמש'לעך, דרייווערלעך (אלע באצאלטע אגענטען) האבן אויסגענוצט זייער אפענע טיר ביי מרן הברך משה זצ''ל פאר זייערע שחצנות, צו מאכן מחלוקת און שנאת חנם, אן קיין מורא שמים און אן קיין מורא רבך פירן זיי ארום דעם רבן של ישראל מיט עקלהאפטיגע און נידערטרעכטיגע בלבולים וואס מאכט דערציטערן יעדען וואס הערט עס.

אין די קומענדיגע קאפיטלען וויאזוי די געמיינע גבאים, אלקאהאליקער און טערעראריסטן אינטער שוץ פון "שטוב מענטשן" האבן אנגעהויבען שוידערליכע העצעס קעגן כ"ק מרן רביה"ק שליט"א, וירא הקהל וישפוט. און וויאזוי זיי זענען ב"ה אזוי מעכטיג דורכגעפאלן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > די דורכגעפאלענע מיסיע פון בן פראדעל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.