א טיפיקל אהרונישע אשכול קעפל פון א אשכול
א ליגענט
איז משה'ס מיסיע "דורכגעפאלן"?
איז ר' זלמן לייב נישט געווארן רב אין וויליאמסבורג?
איז ער נישט געווארן א סאטמאר'ער רבי?
מיט א צונאמען
"בן פראדל"
דער אלטער איינרעדעניש אז מיט געבן איינעם א שם כינוי,
א צונאמען, וועט יענער אונטערגיין
דער תוכן פון אשכול איז נאריש.
ספעציעל נאכדעם וואס דער ברך משה האט זיך אויפגעשטעלט ברבים און געזאגט אז ער דאנקט יעדן טאג דעם באשעפער אז ער האט א גבאי ווי משה!
אויב דו ביזסט ברוגז אויף משה גבאי, קענסטו זיין ברוגז נאר אויפן ברך משה,
ער האט אים געוואלט האבן אלס גבאי די גאנצע דרייסיג יאר,
ער האט אים געהאלטן פאר געטריי, און ער האט אים אויסגעפירט וואס ער האט געוואלט.
פונקט ווי דו קענסט היינט שעלטן דוד עקשטיין,
אדער חיים שלמה פישער אבער ווילאנג ר' אהרן וויל זיי האבן נעבן זיך,
קענסטו גארנישט טאן, די זעלבע איז מיט משה גבאי.
אויב חיים שלמה פישער שלאגט זיך מיט די קינדער,
מיינט דאס אז דער רבי איז מסכים, אדער ער וויל דאס.
אז ר' אהרן איז געווען א שוטה און נישט געוואוסט וויאזוי אומצוגיין מיט משה,
איז ער זיך אליין שולדיג!
אז ער האט בעסער ליב געהאט די עצות פון זיין יועץ הפרטי, דעם טאשן שניידער מיט דעם מוח וואשער, איז עס זיין רעכטן, און זיין געמבל,
דער ברך משה האט געהאט זיין רעכט צו נעמען עצות פון וועמען ער האט געוואלט!
ער האט נישט געמאכט קיין גוטע דעסישאן? טו בעיד!
אויף די שאלה צו א גבאי דארף מאכן אלע דעסישאנס מיטן רבין, אדער פאר'ן רבין אדער זיינע קינדער?
אויף דעם איז דער תירוץ פשוט, אויב דער רבי האט א גבאי טיפש און א קלוגן קינד, וועט דער קינד מאכן די דעסישאנס, אויב דער גבאי איז א חכם און דער קינד איז א שוטה וועט דער גבאי מאכן דעסישאנס.
אזוי ווי דער ברך משה האט זיך מיט ר' אהרן בן פעסיל לאה נישט געקענט דורכרעדן בעניני הנהגה האט ער געמוזט האבן משה בן פראדל
אילו זכינו וואלט ער זיך באצייטנס באקענט מיט מתתי' דייטש, ר' אהרנ'ס יועץ הפרטי, און גענוצט זיינע קלוגע עצות אבער וואס זאל מען טאן אז מען האט גענומען משה און ער איז יא צופרידן געווען פון אים?