שרעקליכער וואל-טעות אין ראמאפא קאסט ביטער פאר'ן יהדות החרדית
ביי די פארלאפענע וואלן האט דאס חרדי'שע אידנטום אין ראמאפא ארויסגערוקט דעם רעפובליקאנער דיסטריקט אטוירני מייקל באנדזשיארנא אן אוהב ישראל, און אריינגעברענגט א דיסטריקט אטוירני א שונא ישראל מיט'ן נאמען טאם זוגיבי.
דער זוגיבי האט געוואונען די וואלן מיט נאר עטליכע הונדערט וואוטס, א דאנק דעם היימישן ציבור.
און וויאזוי האט ער באצאלט דעם היימישן עולם? דורך זיך ארויסלאזן אויף א סעריע רדיפות קעגן אידן. מערערע אידן זענען אין צרות א דאנק אים. באזונדער פארלייגט ער זיך אויף אידן וואס נעמען פראגראמען פון די רעגירונג.
אין זיין לעצטיגע אקציע האט ער היינט מאנטאג געלאזט ארעסטירן א היימישע פארפאלק פאר'ן נעמען סעקשאן 8, מעדיקעיד און פוד סטעמפס, לויט אים אומבארעכטיגט.
זוגיבי האט ספעציעל יעצט דורכגעפירט דעם ארעסט, ווייל אזוי ווי ס'איז אין די נייעס אז היימישע אידן זענען שווינדלערס האט ער זיך אויך געוואלט ארויפכאפן אויף דעם וואגן און באקומען אומזיסטיגע פובליסיטי.
די יעצטיגע ארעסט דארף אויפשוידערן און שאקירן דעם גאנצן אידנטום, ווייל דאס איז א שרעקעדיגע פרעצעדענט וואס איז דא געטאן געווארן. דא רעדט מען נישט פון מאני לאנדערינג וואס קען נאר אפעקטן אפאר אידן. דא רעדט מען פון סעקשאן 8, פוד סטעמפס און מעדיקעיד. דער אויבערשטער זאל אפהיטן וואס דא קען געשען נעקסט.
ווער עס דארף יעצט קלאפן סלח לנו איז סקווער, וואס האט באשלאסן אין די לעצטע מינוט צו שטיצן זוגיבי קעגן דעם אינקאמבענט מייקל באנדזשיארנא, אויף דעם פארלאנג פון דעם געוועזענעם געמיינעם גאווערנאר עליאט ספיצער
http://www.vosizneias.com/13353/2007/12/23/rockland-countyn-ny-bongiorno-leaves/
דאס דארף דינען אלס א לעקציע פאר די היימישע פירער אז מיט'ן זיין א פאפעט פאר אן אנדערן פאליטישאן קומט מען אן ווי מען איז אנגעקומען מיט זוגיבי. נאר מיט'ן אויספאלגן דעם ליפא פריעדמאן מאדעל פון הכרת הטוב, און שטימען פאר קאנדידאטן וואס האבן אן אויסגעצייכנטן פריינדליכן רעקארד שניידט מען אפ גוט.
 |
|
|