בית פורומים כל העולם כולו

די "אומגעפעלשטע" סאטמאר חלוקה, היסטאריע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/7/2009 17:00 לינק ישיר 
די "אומגעפעלשטע" סאטמאר חלוקה, היסטאריע

מיר האבן אנגעהויבן צו שרייבן דעם ארטיקל אין א אנדערע פארום, אבער היות צוליב גרויס נייטראלקייט האט דער מנהל פון יענעם פורום געפינען פאר וויכטיג עס אריינצולייגן צוזאמען אין א אשכול מיט באלד 800 תגובות, גייען מיר אי"ה דא ממשיך זיין, און ווער עס וויל קען עס ווייטער קאפיען אין יענעם אשכול.
און איך וויל בעטן פונעם מנהל, איך עפן נאך א אשכול פאר הערות, דאס איז א פראקטישע עצה, ווייל מענטשן ווילן ליינען היסטאריע אן קיין הפסק אינמיטן פון פינף אשכולות וואס פרעגט, ווער און פארוואס און פארווי, אינעם הערות אשכול קען יעדער מעיר זיין.

בס"ד

אקדמות מילין ושריות שותא, אולא שקינא הרמן ורשותא, מיינע פאלגנדע שורות זענען נישט מיט א ציל איבערצוצייגן מענטשן וואס לעבן אין דינייעל, און ווילן נישט הערן דעם אמת, די קענען זיך שוין אויסדרייען, ס'איז א שאד אויף די צייט, מיינע שורות זענען געווידמעט פאר מענטשן וואס ווילן וויסן דעם אמת, און ווארטן צו הערן א אנטווארט נישט לשם דעבאטע, נאר לשם ידיעת האמת.

איך בין נישט אויסן דא צו קאמפיטן מיט "פארמעגליך", ווייל נישט איך האב אזויפיל צייט ווי אים, און נישט איך בין אזא בעל דמיון ווי אים, איך וועל נאר פרובירן במעט מן המעט אראפצושטעלן טרוקענע אמת'ע פאקטן הידועים, פאר כמעט יעדער וואס האט זיך געפונען בצילא דמהימנותא של רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, (תושבי וומסב"ג קרית יואל ב"פ מאנסי) און איז היינט 30 יאר און עלטער.

אויף "פארמעגליך" איז דא איין לימוד זכות, ער איז אויפגעוואקסן אינעם חינוך אין וויליאמסבורג נאך תש"ס, ממילא איז דאס זיין אינפארמאציע, ס'ווערט באשיינפערליך געזען אין זיין באשרייבונג אז ער האט נישט די מינדעסטע ידיעה אין געוויסע אינפארמאציע וואס איז קלאר באקאנט פאר יעדן וואס איז אין די קאטאגאריע ווי אויבן דערמאנט. און ראי' לדבר וועל איך ציטירן וואס ער שרייבט אין איינע פון די ארטיקלען: "איך בין צו יונג צו געדענקען יענע צייט אבער אלץ ווייסער וויסן צו דערציילען אז משה דער גבאי און ר' אהרן האבן געארבעט דעמאלטס אינאיינעם מיט א 'קנוניא' (כלשון עמרם כהן, עיין טעיפ סיון תשנ"ט) אז דורך שיקען דעם סיגוטער רב קיין ארץ ישראל וועט ר' אהרן אין חו"ל זיין דער איינציגער מ"מ און פולער פירער". יעצט ענטפערט איר אליין, ווי אלט קען ער שוין זיין אז ער איז צו יוג צו געדענקן פון דעמאלטס.

איך וויל בעטן ווער ס'קען העלפן מיט אינפארמאציע, אל תמנע טוב מבעליו, איך בין מיך נישט מתחייב צו שרייבן יעדן טאג, ווייל ווי געזאגט האב איך נישט אזויפיל צייט, און אוודאי באקום איך נישט באצאלט דערפאר, און אוודאי וועט אסאך העלפן ווער ס'קען שיקן אנקעטאדן אויף אי מעיל אדער אין תיבה אישית ראוי לפרסם, וועט עס העלפן מיט די ארבעט.

 

פרק א' - מהיכן ירק זה חי

מיר וועלן גיין סטעפ ביי סטעפ אויף די טריט פון פארמעגליך, און קארעקטירן די נישט ריכטיגע אינפארמאציע, די פערזענליכע תולדות פונעם בן השלישי וועלן מיר אויסלאזן צוליב הרחק מן הכיעור, אפשר וועט נחום רז"ב אמאל אנקומען דערצו, פאר אנ"ש איז עס נישט אינטערעסאנט, פאר כבוד אביו רביה"ק איז עס נישט קיין כבוד, מיר וועלן נאר ברענגן צוויי עפיזאדן וואס וועט ווארפן א שטיקל בילד אויף זיין הונטערגרינד, און דערנאך וועלן מיר גלייך אנהייבן ביי שנת תשנ"ז.

ס'איז דא א איד א ליטווישע ראש ישיבה (איך מיין אין קווינס אדער אין פלעטבוש, מאמענטאל געדענק איך נישט דעם נאמען, ווער ס'קען מיר ארויסהעלפן און דערמאנען דעם נאמען איישר חילי'), וואס פון זיין ישיבה קומט ארויס וועכנטליך (אדער חודש'ליך) א שטייגער ווי א זשורנאל, און כסדר האט ער באשרייבונגען פון רבנים ואישי הציבור, אין שנת תש"ס ווען עסקנים פון די מתיבתא זענען געווען אין זיין געגנט און ס'איז אויסגעקומען זיך צו טרעפן מיט אים, האט ער זיי געוויזן איין זשורנאל ווי ער האט געלייגט אויפן ערשטן דף א בילד פון רבינו שליט"א, אויף די פראגע וואס ער האט מיט סאטמאר האט ער דערציילט ווי פאלגענד:

ווען איך בין געווען א אינגל האב איך געוואוינט אויף היוז סט. און מיין טאטע פלעגט זיין פון די מתפללים אין סיגעטער ביהמ"ד, ווען מיין טאטע האט מיר געוואלט מחנך זיין און ווייזן א סעמפל ווי אזוי מען דארף דאווענען האט ער מיר געוויזן, קוק אן דעם רב'ס זון אהרן ווי אזוי ער דאוונט, אזוי וויל איך זאלסט דאווענען, דאס איז געווען א דאווענען מיט השתפכות הנפש במתינות.

האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט, איך הער אז ס'בלאזן היינט נייע ווינטן, אז דער סאטמארער רב (הברך משה) האט געטוישט זיין מיינונג איבער זיין עלטסטער זון, ער וויל צוטיילן זיין קהלה און געבן א חלק פאר נאך א זון, און דער המון עם זאגט אז ער איז אויך א תלמיד חכם און א ערליכער איד. נו פאר די גאס קען מען אזוי פארקויפן, איך האב אסאך געשפילט באל מיט "לייבי", ער איז א וואוילער מענטש, אבער פון דא ביזן זיין א רבי פאר סאטמאר איז פאלג מיר א גאנג. ע"כ המעשה.

נאך איין מעשה איבער די געוואלדיגע שמירת עינים פונעם בן השלישי, עס האט דערציילט א בחור, שוין היינט א אינגערמאן (איך וויל נישט שרייבן זיין נאמען, ווייל ס'איז וויכטיגער צו שרייבן די אינפארמאציע אויף אים, און ביידע צוזאמען וועט עס זיין א מלבין פני חבירו, ער איז נישט דער גרעסטער חכם מילד גערעדט), ער האט געלערנט אין די ישיבה שנת תשנ"ז-ח, ס'איז אויסגעקומען אמאל אינמיטן זמן ער האט געדארפט אהיימפארן, ווען ער איז צוריקגעקומען אין ישיבה האט ער דערציילט פונעם וועג אויפן פליגער ווי אינטערעסאנט ס'איז געווען, ער האט דערציילט ווי אינטערעסאנט ס'איז געווען די שיינע פיקטשערס אויפן פליגער, און אלעס דערציילט וואס מען האט געזען אויף די טמא'נע כלי, האט אים א בחור פארגעהאלטן היתכן דו האסט געקוקט אויף די אלע בילדער, האט ער געענטפערט מסל"ת, וואס איז שלעכט, איך בין געזעסן נעבן רב (מיינענדיג דעם בן השלישי דעמאלטס רב אין ירושלים) ער האט עס צוזאמען מיטגעהאלטן מיט מיר. קאמענטארן זענען איבריג.

 

 

פרק ב' - ביקש יעקב לישב בשלוה

זומער תשנ"ה האט זיך אנגעהויבן איינע פון די שענסטע יארן אין סאטמאר זינט שנת תשכ"ח, די מחלוקה מיט די אינערליכע שונאים האט זיך אפגעשטילט, דער ציבור איז געווען באחדות, ס'האט אויסגעקוקט ממש ווי א עולם התיקון.

רבינו שליט"א האט יענעם זומער דאס ערשטע מאל געוויילט גאנץ זומער אין קרית יואל, תושבי קרית יואל האבן געהאט די זכי' מיטצוהאלטן די לעכטיגע טישן, דעמאלטס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס דער ציבור האט געקענט מיטהאלטן א סעודת הילולא פון ישמח משה (געווענליך פלעגט די רבי זיין אין שעראן ספרינגס), דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש, כ"ו אב איז דורך מיט געהויבענע דברות קודש, דערנאך איז געווען ו' אלול די מסיבה פאר רב טוב, ווי דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש.

אז ס'איז געווען אביסל רואיגקייט האט מען זיך געקענט אביסל אומקוקן אויף די קהלה, מען האט זיך דערזען מיט אסאך פעולות וואס ברויך געטון ווערן אויפן פעלד פון עשה טוב, מען האט זיך דערזען מיט א אויסגעוואקסענעם ביהמ"ד, און ווי דער רבי ז"ל האט עס ערווענט אז שטייענדיג אין דערהייך ביי די תקי"ש דרשה תשנ"ו האט אים אנגעכאפט א פחד ס'זאל חלילה גארנישט געשען פונעם גרויסן געדרענג.

דער רעיון פון איחוד התלמידים-שבת אחים איז דעמאלטס נולד געווארן, מען האט זיך דערזען אז אינגעלייט פאלן אוועק, ס'פעלט אויס א התחזקות אין שיעורי תורה, ס'פעלט אויס א התחזקות אין איש את רעהו יעזורו, יענעם חוהמ"ס תשנ"ו איז געלייגט געווארן דער גרונדשטיין פארן איחוד התלמידים, ווען הגה"צ רב דקהלתינו בווילאמסבורג שליט"א האט געהאלטן א צווי שעה'דיגע יסודות'דיגע דרשה פאר אלע אינגעלייט אין גרויסן ביהמ"ד, די דרשה איז דעמאלט געווען געדרוקט אינעם אויסגאבע "אז נדברו".

אסרו חג סוכות תשנ"ו, איז געווען א היסטארישע טאג פאר קהלתינו הק', ווען מען האט געלייגט דעם אבן הפינה פארן ביהמ"ד החדש וואס האט נאך ליידער נישט זוכה געווען לבנינה.

חשון תשנ"ו, האט מען געטון נאך א רינגעלע אינעם קייט פון הרחבת גבולי הקדושה, מען האט אויפגענומען א רב אין מאנסי.

טבת תשנ"ו, איז געווען א בחינה פון והוא מחולל מפשעינו, דער רבי ז"ל איז ליידער אוועקגעפאלן זייענדיג אין פלארידע, מען האט נישט געוואוסט וואס גייט פאר, כלל ישראל איז געווען באזארגט, און פון דעמאלט אן האט זיך נישט אפגעטון פון די ליפן ביי רפאינו א בקשה לרפואת "רבינו משה בן ברכה סימא".

חודש שבט תשנ"ו, צוליב דעם מצב פון רבין ז"ל, האט מען געמאכט ווי א יום תפלה דאנערשטאג פרשת משפטים, דער לעצטער טאג פון די ימי השובבי"ם, און ביינאכט האט מען צוזאמען גענומען אלע תלמידי הישיבות פון וויליאמסבורג בארא פארק, ווי די מנהלים האבן אויפגעטרעטן מיט דברי התעוררות, און דערנאך האט רבינו שליט"א אלס ראש ישיבה פון די מתיבתא געזאגט די צענטראלע דרשה, ווען בתוך הדברים האט ער מעורר געווען די בחורים מען זאל מתפלל זיין פארן בריאות השלימות פון רבין.

און מיר האבן גענומען די מי אפירזוכען דעם טעיפ און מעתיק זיין די ווערטער צוליב פארשטענדליכע סיבות:

"ס'קומט מיר אן שווער צו רעדן, איך בין די וואך געקומען פון מיאמי, איך האב מיטגעלעבט יענע וואך מיט די וואך א שווערע וואך, ס'ווייסט יעדער איינער אז דער טאטע זאל זיין געזונט איז נישט געזונט, און ער דארף א רפואה, איך קען אזויפיהל זאגן אידישע קינדער האבן מתפלל געווען און מען זעהט אז דער אייבערשטער איז א שומע תפלת כל פה און תפלות ישראל אינם חוזרות ריקם, ס'האט געהאט א געוואלדיגע כח דאס וואס אידן האבן מתפלל געווען, אבער איך קען אזויפיהל זאגן אז ס'איז ורפא ירפא, אפילו דער אייבערשטער האט געהאלפן ס'איז נישט דער חולה, ס'איז א צווייטע, אבער מען דארף האבן א רפואה אין א בחינה פון ורפא ירפא. ס'איז אין א געוויסן זין פארן טאטן זאל זיין געזונט לייכטער געווארן, אבער ס'איז נאך ווייט פון א שלימות, מען דארף נאך אסאך אסאך מתפלל זיין, ס'איז ליידער דא א גרויסע חולשת הגוף, און דער אייבערשטער זאל איהם געבן כח און יארן, ער זאל קענען אנגיין מיט עבודת הקודש. איך וויל בעטן די חשובע בחורים, מען זאל זען ווייטער מתפלל צו זיין, עד הנה עזרונו רחמיך, דער אייבערשטער האט געהאלפן, האף מיר צום בוכ"ע ווייטער, ער וועט אונז ווייטער טוהן חסדים און דער טאטע זאל געזונט ווערן, און זאל קענען בקרוב אהיימקומען, און ער זאל קענען מתוך בריאות השלימות דינען דעם באשעפער לערנען תורה און עוסק צו זיין במצות כאות נפשו, ביז דער אייבערשטער וועט העלפן ער וועט פירן דעם ציבור מיט די עדה הקדושה אנטקעגן גואל צדק".

(הערת פארמעגליך: קוק נאר ווי ער שארפט זיך די ציין איבערצונעמען)

מוצאי שב"ק פרשת תצוה תשנ"ו, איז געווען נאך א טריט פאר איחוד התלמידים, מען האט געמאכט די ערשטע מלוה מלכה פאר אלע אינגעלייט פון די יארגענג תש"מ-תשנ"ו.

זומער תשנ"ו איז געווען זייער א שווערער, מען האט דעמאלטס אויסגעפונען אז דער רבי ז"ל האט די ביטערע מחלה, ער איז דעמאלטס אריבער א אפעראציע, כלל ישראל האט איינגעריסן לרפואת צדיק הדורות.

ל"ג בעומר תשנ"ו איז נישט געווען די יערליכע פתיחה, שבועות תשנ"ו איז דער רבי געווען אין וויליאמסבורג.

תמוז תשנ"ו איז רבינו שליט"א געפארן בשליחות אביו ממנה צו זיין ר' דוד רז"ב אלס מנהל המחנות נאכדעם וואס זיין טאטע ר' יודל ז"ל איז יענעם חודש אייר אוועק. (דא וויל איך הערן פון פארמעגליך אז דער רבי האט אים קיינמאל נישט געשיקט).

למעשה האט מען זיך יענעם זומער געזען אין א מצב אז דער רבי ז"ל איז מער נישט ביי די כוחות כבימים ימימה, פון ווען דער רבי איז צוריקגעקומען פון פלארידא האט ער כמעט נישט משמיע געווען דברי תורה ברבים, פורים האט ער נישט געפירט טיש, ל"ג בעומר נישט געזאגט קיין פתיחה, ט"ו באב ביים חנוכת הבית פון בית רחל, און כ"ו אב האבן אנ"ש מיצר געווען בצערו פון רבינו, און זינט דעמאלט האט מען חוץ ימים נוראים און אין איינצעלע אויסנאם פעלער נישט געהערט מער קיין דברות קודש.

רבינו שליט"א איז נישט געווען קיין פנים חדשות אין וויליאמסבורג, פון ווען ער איז נתמנה געווארן אלס רב אין קרית יואל, האט ער כמה וכמה פעמים אויפגעטרעטן מיט דרשות פארן ציבור אנ"ש אין וויליאמסבורג, צו איז עס געווען פארן זומער, צו איז עס געווען ביי אסיפת התעוררות, וכדומה, וואס געווענליך האט ער פארטרעטן דעם פלאץ פון רבין ז"ל, דער רבי האט אין מ' יארן יא געזאגט דרשות פארן זומער, שפעטער האט ער מכבד געווען רבינו שליט"א זאל זאגן די אלע דרשות.

עס געדענקן אלע אנשי שלומינו חוהמ"פ תשנ"ה ווען דער רבי ז"ל האט ברבים מכבד געווען רבינו שליט"א צו זאגן די יערליכע חוה"מ דרשה, און דערנאך האט דער רבי ז"ל אויך גערעדט, אלע יארן פלעגט דער רבי ז"ל זאגן א דבר שמעתתא אין נאכדעם מוסר, יענעם יאר האט רבינו שליט"א געזאגט דעם דבר שמעתתא און דער רבי ז"ל האט נאכדעם געזאגט נאר דברי אגדה ומוסר.

און דערפאר איז געווען נישט מער ווי פארשטענדליך, אז חוהמ"פ תשנ"ז האט רבינו שליט"א געזאגט די חוה"מ דרשה בהשתתפותו פונעם רבין ז"ל, און ל"ג בעומר תשנ"ז האט ער געזאגט די פתיחה פאר די בחורי הישיבה, און אזוי אויך אלע אנדערע צענטראלע דרשות וואס מען האט געדארפט רעדן צו אנ"ש, איז עס געווען דורך רבינו שליט"א.

און פון דעם האט זיך געצויגן א קייט, אז ר' עזריאל גליק האט דעמאלטס מפציר געווען רבינו שליט"א אז היות דער רבי זאגט מער נישט קיין תורה, זאל דער רבי אנהויבן זאגן דברי מוסר בימי השובבי"ם.

אבער איידער מיר גייען ווייטער וועלן מיר אביסל אנאליזירן וואס אונזער צאציקל פארמעגליך האט צו פארקויפן

 

פארמעגליך שרייבט:

"ווי באוואוסט איז ר' אהרן געווען אין יאר תשנ"ז-נ"ח-און די ערשטע העלפט פון נ"ט, דער גרעסטער רבי אויף דער וועלט. ער האט געהאט גאנץ סאטמאר אונטער זיך. ער האט זיך געשטארקט ביי די יונגעלייט דורך די שבת אחים'ס און ביי די הנהלה פון אומעטום דורך זיין דער איינציגער זון וועלעכער איז געווען אקטיוו סיי ביי זיין טאטען און סיי ווייל ער האט זיך אומעטום אריינגעשטעלט.

עס האט געוויסט יעדער רב און רבי און אלע פירער פון מוסדות און קהילות סיי ווי, אז ר' אהרן גייט עווענטועל זיין דער איינציגער רבי אין סאטמאר".

אמת ויציב, און אינטערעסאנט אז שפעטער עשה עצמו כאילו לא ידע, און ער שרייבט בזה"ל: "און באמת ווייסט מען נישט וואס דער פלאן פון ברך משה איז געווען תשנ"ו. קיינער ווייסט נישט, עכ"פ נישט וואס עס איז ידוע דערווייל פארן ציבור, צו דער ברך משה האט אלעס געוואלט געבען פאר ר' אהרן צו ער האט געוואלט געבען אויך פאר זיין אנדערען זון. און אט דער אומוויסענדיגקייט, דער אומקלארקייט, האט געמאכט אז ר' אהרן מוז זיך אנהייבען נעמען אליין".

ווייטער שרייבט ער:

"דעמאלטס צייט האט ר' אהרן אנגעהויבן ארומפארען פאר שליחותער פון זיין טאטען איבער אלע סאטמארע מוסדות און בתי מדרשים, איבער דער וועלט, און אויך בערך דעמאלטס האט ער אויפגענומען זיין זון ר' מענדעל אין אנטווערפען, און עס האט געהייסען אז זיין טאטע דער ברך משה האט דאס געוואלט. צו עס איז אמת צו נישט קען מען דעבאטירען פון היינט ביז מארגען".

מיר וועלן אביסל ארויסהעלפן דעם ציבור טראכטן וואס דער ברך משה האט געוואלט, מיר וועלן מיטירן א חלק פון  א בריוו וואס דער רבי ז"ל האט געשריבן יענעם יאר קיין אנטווערפן:

וצרופה בזה ברכתי מעומק הלב אמע"כ ידידי אנ"ש חברי הנהלת המוסדות הק' בק"ק הנ"ל שיזכו להרבות פעלים לתורה ולתעודה מתוך הרחבת הדעת, ולעת כזאת שקיבלו עליהם לעמד בעטרת חכמים ולמנות את מע"כ נכדי היקר חביבה כבני, הרב המאור הגדול בנש"ק, פרי עץ חיים, חריף ובקי טובא, צנא מלא ספרא, מוהר"ר מנחם מענדל טייטלבוים שליט"א לרב ומורה דקהילתם המפוארה ק"ק יטב לב ד'סאטמאר באנטווערפען יע"א לרומם ולנשא יחדיו את קרן הקהילה והמוסדות הקדושים למען יוכלו להמשיך בעבודת הקודש בחינוך הבנים והבנות על טהרת הקודש עפ"י דרכי אבותינו ורבותינו הק' נ"ע וביתר שאת ויתר עז. ואני תפלה יהא ה' בעזרו שיזכה להרחיב גבולי הקדושה והטהרה ולנהל העדה הקדושה על מי מנוחות בדרכי אבותינו ורבותינו הק' ויתקדש שם שמים על ידיו.

און דער רבי שרייבט אונטער "ג' דברים תשנ"ז לפ"ק"

און ס'איז דא נאך א בריוו פונעם פאלגנדן ימים נוראים א ברכת השנה פאר אנ"ש אין אנטווערפן.

ווייטער שרייבט ער:

דעמאלטס צייט איז אויך דער סיגוטער רב (היינטיגער סאמארער רבי החונה בוויליאמסבורג) אויפגענומען געווארען אלס רב ור"מ אין ירושלים אויפן פלאץ פון ירושלימער רב זצ"ל.

איך בין צו יונג צו געדענקען יענע צייט אבער אלץ ווייסער וויסן צו דערציילען אז משה דער גבאי און ר' אהרן האבן געארבעט דעמאלטס אינאיינעם מיט א 'קנוניא' (כלשון עמרם כהן, עיין טעיפ סיון תשנ"ט) אז דורך שיקען דעם סיגוטער רב קיין ארץ ישראל וועט ר' אהרן אין חו"ל זיין דער איינציגער מ"מ און פולער פירער.

זיי ביידע האבן געוויסט בעסער פון יעדען אז דער סיגוטער רב איז גארנישט קיין שיפעלע זיבעלע, זיי האבן בעסער געוויסט פון יעדען אז דער סיגוטער רב איז פיל קליגער פון ר' אהרן און זיי האבן ביידע געוויסט אז ער איז א בעסערער לערנער אויך. עס האבן דאס אלע געוויסט אז אין די צעירים איז ער געווען פיל א בעסערער און טיפערער מגיד שיעור ווי זיין עלטערער ברידער אין ק"י.

זיי האבן ביידע אויף געוויסט אז דער אחיו הצעיר האט א ריינעם און קלונען רעקארד און ער האט נישט קיין גארבעדש אויף זיך, ער האט נישט פארשעמט קיינעם אין זיין לעבען און אוודאי אוודאי נישט, קיין רבנים און גדולי הדור.

דערפאר האבען זיי צווישען זיך באשלאסען אז דעם קליינעם ברידער דארף מען טראגען ווי ווייטער מען קען, נאר דא זאל ער נישט בלייבען. זיי וואלטן אים דעמאלטס געטראגן קיין אסטראליע.

אינטערעסאנט, פארמעגליך איז אזוי יונג אז ער געדענקט אפילו נישט קיין דעטאלירטע פרטים פון תשנ"ז, אבער דאס ווייסט ער זיכער אז מען האט געוואוסט אז דער סיגעטער רב איז קלוגער!!!!, א בעסערע לערנער!!! און הער וואס נאך, א טיפערע מגיד שיעור!!!!.

אפשר ברענגסטו מיר אביסל פון זיין קלוגעשאפט ביז תשנ"ו (פון דארט און ווייטער וועלן מיר ברענגן), בעסערע לערנען און טיפערע מגיד שיעור ווייסן זיינע תלמידים צו דערציילן, און מיר לאזן עס פאר אנדערע.

דאס אז ער האט געהאט א ריינעם קלינעם רעקארד, צו דעם וועלן מיר אלע מודה זיין, ווייל איינער וואס טוט נישט פאר קיינעם האט אלס א קלינעם רעקארד, אז א בחור האט געהאט א פראבלעם פון נתקבל אדער לא נתקבל איז עס געגאנגען דורך ר' נחמן שטויבער, פאר די קראך היטן אין סיגעטער ביהמ"ד אין ב"פ האט ער נאר געדארפט שמייכלען און צושטעלן א שיינע ספיטש פאר זייערע שמחות, איז ווי האסטו געוואלט ער זאל זיך צואמפערן מיט איינעם.

און דא קומט די הנחה אז רבינו שליט"א איז גאר געווען ווער ס'האט באשלאסן אים צו שיקן קיין ירושלים, ס'איז א דבר ידוע אז דער ברך משה האט מבטיח געווען פאר בתו הרבנית חי' ע"ה, אז לאחר מאה ועשרים פונעם ירושלימ'ער רב רמ"א, וועט ר' חיים הערש מייזליש זיין רב אין די סאטמארע קהלה, איינער פון די הויפט סיבות פארוואס רבינו שליט"א איז געפארן צו די לוי' פון רמ"א, איז געווען ער זאל אויסרופן אז ר' חיים הערש ווערט אויפגענומען אלס רב אין די סאטמארע קהלה אין ירושלים, דערווייל ווען רבינו שליט"א איז אנגעקומען קיין א"י האט אים שוין אפגעווארט דער לאנגער גבאי, און געזאגט אז צוליב אינערליכע פאליטיק (וואס ער אליין האט אנגעדרייט א יאר פריער ווען ר' חיים הערש האט געמאכט א ברית סיון תשנ"ה כידוע ליודעים) זאל די הכרזה נישט זיין ביי די לוי', און מען זאל צווארטן אביסל, רבינו שליט"א וואס האט גארנישט חושד געווען האט געפאלגט.

און פון אלול תשנ"ו ביז פרשת החודש תשנ"ז איז גאר א קליינער שפרינג.

ווייטער שרייבט ער:

"און ר' אהרן האט זיך צוגעשטעלט און פארשטאנען אז עס איז זיין טובה. דער פלאן האט דעמאלטס געלויטעט אז דער סיגוטער רב וועט זיין דער רב איבער סאטמאר אין גאנץ ארץ ישראל און איבער מוסדות יטב לב וועלעכעס האט דאן געהאט אונטער זיך בני ברק אויכעט.

ר' אהרן איז דעמאלטס ווייניג אנגעגאנגען וואס וועט ר' חיים הערש מייזליש טון".

דא דארף מען זיך אפשטעלן און דערמאנען וואס איז באקאנט פאר אלע אנ"ש, אז זייט די פטירה פון הרבנית חי' ע"ה איז רבינו שליט"א געווען ווי א טאטע פאר אירע קינדער, און נאך פריער ביי די חתונה פון ר' חיים הערש איז כדאי צו דערמאנען ווער ס'איז געווען ביי די חתונה און ווער נישט, און דא פלוצלינג גייט אים גאנץ וויניג אן וואס וועט זיין מיט ר' חיים הערש, דאס איז איינס.

און צווייטנס, אויב איז אים גאנץ ווייניג אנגעגאנגען, פארוואס איז בשליחותו געווארן ר' חיים הערש אויפגענומען אלס ראש ישיבה אין בני ברק, ער האט אים געשיקט פייפן און פארטיג.

און מיר וועלן נאכאמאל מעתיק זיין " דער פלאן האט דעמאלטס געלויטעט אז דער סיגוטער רב וועט זיין דער רב איבער סאטמאר אין גאנץ ארץ ישראל און איבער מוסדות יטב לב וועלעכעס האט דאן געהאט אונטער זיך בני ברק אויכעט".

איין מינוט, בני ברק האט דאך א רב, ווי קומט ער צו זיין אויף בני ברק, איז פאר רבינו שליט"א אלס רב אמאל בייגעפאלן אז ער איז העכער די מוסדות אין מאנסי אויך, ווייל ס'איז א האלבע שעה אוועק פון קרית יואל, דוכט זיך אז בני ברק פון ירושלים איז אביסל ווייטער ווי מאנסי פון קרית יואל. קוקט אויס אונזער יונגער פארמעגליך קלערט אז ר' אלי' כ"ץ איז געווארן רב תשנ"ט נאכדעם ווי דער בן השלישי האט פארלאזט ארץ ישראל.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2010 16:13 לינק ישיר 

פארוואס ליגט נישט דער אשכול ביי אשכול המפתח- רייכע ארטיקלען??



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/9/2010 23:37 לינק ישיר 

דערשרעקט אייך נישט, און פרייט אייך נישט, מיר זענען נאך נישט צוריק אין שוואונג אפצוענטפערן די שקרים פון פארמעגליך/בודאפעסט, ווייל מען דארף זיין א סילי בענד צו גלייבן אלעס וואס ער שרייבט, דערווייל שרייבט ער נישט אזוי אז אפילו א יונג בחור'ל זאל איהם גלייבן, לדוגמא ער האט געברענגט א בריוו וואס רבינו שליט"א זאל האבן כלומר'שט געשריבן פאר די הנהלת המתיבתא, כ'מיין מי פתי גלייבט אים, איך קען םונקט אזוי אויפטייפן א בריוו וואס כאילו ווייס איך ווער זאל האבן געשריבן, נאר אז מען איז א סילי בענד איז נישטא קיין קשיא

 

מיר קומען נאר אין דעם אשכול פאר א וויילע, בנוגע צוויי גאר וויכטיגע זאכן וואס מיר האבן יעצט ערהאלטן ערשט האנטיגע אינפארמאציע, און דאס איז ענינים פון וואס מיר האבן שוין געשריבן, ובכדי שלא יחסר המזג לייגן מיר עס אהער.

 

קודם בנוגע די בר מצוה, דארט ווי מיר האבן געענדיגט

 

ווען ס'איז געווען די בר מצוה אין ירושלים אדר תשנ"ט, האט רבינו שליט"א בכלל נישט געהאט אין פלאן צו פארן, ער האט געוואוסט אז ס'קען שטעלן דעם ברידער אין שאטן, למעשה אפילו נאכדעם וואס רז"ל האט פערזענליך גערופן, האט די רבי געטראכט, ער רופט מיר ווייל ס'פאסט, ווי אזוי ווייס איך אויב וויל ער יא אדער נישט, איז די רבי געגאנגען פרעגן צוויי מענטשן וואס ער זאל טון, ער האט געפרעגט משה גבאי, און עזריאל גליק, ביידע זענען געגאנגען צו רז"ל אים פרעגן, ווילסטו טאקע אז דיין ברודער זאל קומען? האט ער געזאגט יא!, ס'וועט מיר זיין א כבוד אז ער קומט.

 

נו איז די רבי געפארן.

 

רז"ל האט מכבד געווען דעם רבין צו רעדן ביי די בר מצוה, שפעטער אינמיטן די בר מצוה האט ער געלאזט מעלדן אז אזוי ווי זיין שוואגער פון זיין שווער'ס זיין (רח"א שפיץ) גייט נישט רעדן, וויל ער נישט אז די רבי זאל רעדן, און דער רבי האט געזאגט, נישט קיין פראבלעם, וכך הוה.

 

*

 

עס דערציילט ר' בערל פריעדמאן ראה"ק דקהלתינו, אז ווען מען האט גערופן רז"ל צו ווערן רב אין ירושלים האט ער נישט געוואלט גיין, האט מען געבעטן ר' בערל ער זאל אריבערגיין אים משכנע זיין, און ר' בערל האט אים געפרעגט פארוואס ער וויל נישט פארן, האט ער געענטפערט אז ער זעט נישט וואס ס'וועט אים ברענגן, ס'איז נישט קיין כבוד נישט קיין געלט....

 

האט אים ר' בערל געפרעגט, און אז איר וועט דא בלייבן, וועט איר דאך דארפן זיצן ביי א ברודער'ס טיש, דאס וועט אייך יא זיין באקוועם?

 

האט ער געענטפערט, איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט דעם, איך האב אפילו נישט קיין פראבלעם צו נעמען שיריים פון אים.

 

(דאס ווארפט א שטיקל ליכט ווי אזוי די משפחה האט אויסגעקוקט אין יענע יארן, עד שבא אותו "שד" בצורת אדם)



ווער ס'האט וואס מוסיף צו זיין קען שיקן אין תיבה אישית אדער אויף אי מעיל

[email protected]




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/8/2009 22:39 לינק ישיר 

פארוואס האסטו אויפגעהערט צו שרייבען

זאל מען ווי מער אויפדעקן די שלייער פין  זייערע שקרים




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2009 01:45 לינק ישיר 

 

עטליכע הערות אויף די פרשת הבר מצוה תשנ"ט:

עס איז נישט אונזער ארבעט צו פארענטפערן זיינע הסברים גג על גג, פארוואס עס איז אזוי פארשטענדליך אז רבינו שליט"א האט נישט געטארט פארן צו די בר מצוה, מיר האבן נאר איין קשיא, ווען איז דער גבאי "אראפגעפארן" און ווי איז ער "אראפגעפארן" צו בעטן רבינו שליט"א ער זאל נישט פארן צו די בר מצוה, מיר האבן אין אונזער באזיץ די גאנצע סקעדזשועל פון רבינו שליט"א פון דאנערשטאג פרשת שמות ביז דאנערשטאג פרשת משפטים, און מיר ווילן זייער וויסן וועלכע טאג ער איז דארט געווען, און אין וועלכע פלאץ דאס איז געווען.

ובפרט אז ער גייט נאך שפעטער אריין אין א גאנצע הסבר, אז ווייל דער גבאי האט אים געבעטן ער זאל נישט פארן, פארדעם האט ער ערלעדיגט אז דער רבי דער ברך משה זאל נישט פארן. האלד איט, איין מינוט, אויב רעדט מען נאך יעצט פון א פלאן אז דער רבי דער ברך משה גייט פארן, וואס איז די פראבלעם אז די רבי פארט מיט? תיקו.

און מיר וועלן גיין נאך ווייטער, ער שרייבט:

"אבער כדי אז די שמחה זאל זיין ווי ווייניגער צושטערט האבען די ירושלימער עסקנים זיך מטכס עצה געווען און געטאן וואס זיי דארפען צו טאן, אז די בני ברקער זאלען זיך שפירען ווי ווייניגער באקוועם, און אפילו דער "בחור" אליין זאל גלייך איין זען אז דא איז נישט זיין קעניגרייך. זיי האבען באשלאסען אז אלעס וועט צוגיין דיפלאמאטיש, נישט מיט ביליגע אקציעס, אבער פאר יעדען פרייז וועלען זיי נישט לאזען די בני ברקער מיט אהרן מתתיהו און ר' אהרן צושטערען די בר מצוה. זיי וועלן זיכער מאכען אז ר' אהרן וועט נישט זיין דער בר מצוה בחור. דאס אז ר' אהרן זאל בכלל נישט זיין קיין בחור, האבען זיי נישט געקענט אפשטעלען, אבער צו זיין דער "בר מצוה" בחור, דאס שוין נישט.

דער סאטמאר-ירושלימער רב דער אבי חתן הבר מצוה האט איינגעלאדענט צו די בר מצוה אלע זיינע ברידער און שוואגער, אנגעהויבן פון ר' בעריש מייזליש, ר' אהרן, ר' ליפא, ר' שלום אליעזר, ר' דוד פון מאנטרעאל און ר' חיים יהושע פון מאנסי. און אויך זיינע שוואגערס פון זיין רעביצינס זייט. יעדן איינעם האט ער באזונדער געלאדענט אויפן טעלעפאן".

קומט אויס אזוי (א דריי מיטן פינגער), ווען ס'האט געהייסן אז דער רבי הברך משה גייט פארן, האט דער בן השלישי נאך נישט געלאדנט אלע ברידער און שוואגער, ערשט נאכדעם וואס ער האט געהערט אז רבינו שליט"א קומט (פארשטענדליך מיט זיין טאטן), דעמאלטס האט ער געלאדנט אלע ברידער און שוואגער, דאס מיינט אז אלמלי דער ברך משה פארט וואלטן קיינער פון די קינדער נישט מיטגעפארן??? עפעס שטימט נישט דא.

און דא לאזט ער זיך ארויס אין דמיון טענצל וואסערע שווערע ארבעט רבינו שליט"א האט אריינגעלייגט אז דער ברך משה זאל נישט קומען, דאס אפצופרעגן איז ארויסגעווארפענע צייט.

נאך איין הערה אויף וואס ער פירט אויס:

"ר' אהרן'ס נישט לאזן קומען דעם טאטן אויף די בר מצוה אין ירושלים, איז געווען די ערשטע מאל און די משפחה וואס מ'האט אפגעהאלטן דעם רבין צוגיין צו א שמחה פון א זון און א אייניקל, און דאס האט אפ געטאן ר' אהרן פערזענליך. עס איז קיינעם נישט בייגעפאלן אז יארן שפעטער וועט ר' אהרן זעלבסט "ברעטעשן" אז מען לאזט נישט א זיידען אנטיילנעמען אין א משפחה שמחה".

הער פארמעגליך, ווידער פעלסטו היסטאריע, ס'איז שוין פארגעקומען א חתונה אין די משפחה כסלו תשמ"ח ווי דער ברך משה האט זיך נישט משתתף געווען, און דיין נועם המדות אויך נישט, נאר איין איינציגער ברודער, רבינו שליט"א. ומי שהי' ידו במעל הזה איז אויך באקאנט.

און לייג צו נאך א שטיקל צו דיין היסטאריע, אז תשנ"ב איז אויך געווען איינער וואס האט אנגעדרייט אז דער ברך משה זאל נישט גיין צו א אייניקל'ס חתונה צוליב א געוואלדיגע חציפות מצד אם החתן כנודע, און רבינו שליט"א איז געווען דער וואס איז אריין אל הקודש פנימה און איינגעריסן אז ביי א שמחה מישט מען נישט פאליטיק.

יעצט וועלן מיר שרייבן נאך א קליינע הערה, ער הייבט אן באצייכענען די גאנצע זאך ווי א "כיבוש ארצות אקציע", ווי מיר געדענקן איז רבינו שליט"א געפארן דעמאלטס אן זיין גבאי, יא אזוי ווי איר הערט, חיים שלמה פישער איז דאן נישט מיטגעפארן, און מיר ווייסן נאך עטליכע וויכטיגע מקורבים וואס זענען נישט דאן מיטגעפארן, פאר איין סיבה, דער רבי האט געלאזט מעלדן, איך פאר צו א משפחה שמחה און איך דארף נישט קיין גבאים מיט מיר.

פארוואס מתתי' דייטש איז יא געפארן דעמאלטס איז קיין קשיא, ווער ס'קען מתתי' דייטש ער איז א יליד א"י, ער איז יעדע פאר וואכן אין ארץ ישראל, ביי אים איז צו פארן קיין א"י אזוי ווי פאר אונז צו פארן פון וומסב"ג קיין ק"י אדער פארקערט.

וואס דארפט איר מער פון דעם, קיין לאנדאן עטליכע וואכן פריער זענען געפארן עטליכע באסעס פון וומסב"ג צום עירפארט פיל מיט יונגעלייט מיטצוהאלטן די נסיעה, און דא קיין א"י וויפיל מענטשן זענען מיטגעפארן? ניטאמאל קיין הונדערט (מחסידי רבינו שליט"א), פארוואס? ווייל יעדער האט געוואוסט אז דער רבי פארט צו א משפחה שמחה.

און ס'איז איבריג זיך אריינצולאזן אפצופרעגן די אלע דעטאלן וואס ער לייגט אראפ פון די בר מצוה נעגאטיוו כלפי רבינו שליט"א, אזוי פונקטליך אראפצומאלן ווי אזוי די רבי האט רעאגירט בשעת די דברות קודש פון רבינו הברך משה, דמיונות איז מילד גערעדט, ווייל גיי פרעג אים אפ.

נאך א שטיקל ציטאט:

"אין די ענדע איז אהרן געפארען אין שליחות פון זיין טאטען. היינט איז שוין באוויסט אז דער ברך משה האט אים נישט געשיקט, און דער ירושלימער רב האט אים אפען געבעטען נישט צו קומען צו דער בר מצוה".

ווי איז באוואוסט אז דער ברך משה האט אים נישט געשיקט? און ווען האט אים דער בן השלישי "אפן" געבעטן ער זאל נישט קומען, ער האט דאך אים איינגעלאדנט מפני הנימוס? תיקו.

א קליינע הערה וואס ער שרייבט פריער אין ארטיקל:

"עס האט זייער ערענסט געהייסן אז דער ברך משה וועט פארן צו די בר מצוה און אינאיינוועגס וועט פארקומען א שטיקעל אפיציעלע הכתרה, אז דער רבי וועט דארט ביי די בר מצוה רעדען צו די דארטיגע קהילה".

מיר וועלן נעמען רשות אליין אויסצופירן די למעשה, למעשה האט מען געזען אז די צייט איז נישט רייף מען זאל קענען אויפשטעלן דעם ברך משה ער זאל זאגן ווערטער וואס איז נישט זיין רצון, ממילא האט מען עס געמוזט מאכן דורכן טעלעפאן, ווען מען זעט נישט ווי דער רבי ליינט פאר א צעטל, אדער גאר - ווי מאנכע ווילן זאגן - ווי ב"מ לעבאוויטש רעדט.

נאכדעם שרייבט ער וועגן די דרשה פון רבינו הברך משה:

"די דרשה האט ר' אהרנס פאליטיקאנטען ארויסגענומען פון גלייכגעוויכט. עס האט זיי ארויסגענומען פון די כלים אז זיי האבען נישט געוויסט ווי זיך אהינצוטון. יצחק ראזנבערג האט דעמאלטס אנגעטראגן עטליכע טויענט דאלער פארן הויז בחור אז ער זאל פארקויפען די צעטיל פון וואס דער רבי האט גערעט, און דורך דעם צעטיל וועט ער קענען ווייזען אז מען האט דעם רבין פארגעברייט מיט די דרשה און נישט דער רבי אליין האט דאס צוגעגרייט. למעשה האט דער הויז בחור געמאכט א שטיקעל מיט אים און האט נאך ארויסדערווישט פון יצחקן די איינגאבע פון 500 דאלער. די מעשה פון יצחקן האט נאך מער געוויזען פאר משה ווי דער מצב האלט מיט ר' אהרן און זיינע נאנטע".

דא איז ער אליין מודה אז ס'איז געווען א צעטל, וואס אגב האט יצחק רז"ב געוואלט זען ווער ס'האט עס געשריבן צו די רבי צו א צווייטער, און אגב, זייט ווען דארף מען א צעטל צו געבן א ברכה פאר א רב, ממילא ביי א דרשה אדער אפילו א תורה, אבער פאר סתם א ברכה, נאר הוא הדבר אשר דברנו.

נאך א הערה:

נאכען קבלת פנים, איז ר' אהרן געווען געלאדענט אויף א נאכטמאל, במעונו פון רב, ווי עס געווען אנוועזענד אויך דער יועץ פרטי אהרן מתתיהו דייטש. דאן האט זושא געלב געוויזן פאר ר' אהרן דעם ערשטן באנד פונעם נייער ספר "שפתי צדק" וועלכע איז ערשינען לכבוד די בר מצוה. מענטשען וואס זענען דארט געווען פארציילען אז ר' אהרן'ס געזיכט איז געווארן ווייס ווי קאלעך. ער האט איבערגעקוקט דאס ספר פון אונטן און אויבן, און א פרעג געטאן זיין ברודער: "דאס אלעס האסטו געזאגט שוין אין ירושלים, אדער א טייל איז נאך פון סיגעט-ב"פ?" דער יועץ פרטי אהרן מתתיהו וועלכער איז געזעצן ביים עק טיש פון די צווייטע זייט, איז געווארן רויט און האט זיך געביסן די ליפן. דאן האט ר' אהרן ווידער געפרעגט: וואס עפעס דעם נאמען "שפתי צדק", איז ערגעץ דא מרומז דיין נאמען? האט אים זיין ברודער געענטפערט אז דער זיידע דער יטב לב האט אויך א נאמען געגעבען אויך זיין שו"ת "אבני צדק" און עס איז נישט קיין רמז אויף זיין נאמען.

עס קאסט א שמייכל, ווער ווייסט דען נישט דעם פשט פונעם נאמען אבני צדק, אבנ"י איז ר"ת י'קותיאל י'ודא ב'ן א'לעזר נ'יסן.

ביי וועם איז נאר דער ייטב לב געווען סנדק?...

*

די פרשה פון די קול קורא ביי די פראטעסט איז נישט אינטערעסאנט דא מעיר צו זיין, מיר האבן נאר איין שאלה, וואסערע פאזיציע האט אלימלך דייטש געהאט אין שטוב פון רבינו שליט"א אז דער גבאי האט געהייסן מען זאל אים ארויסשטעלן? דא שטעלט זיך נאכאמאל ארויס די אומרייפקייט פון דעם פארמעגליך, ער איז אויפגעוואקסן אז אלימלך דייטש איז א עושר א קהל'ס מאן, ער ווייסט נישט אז בעת ההוא איז נאך אלימלך דייטש געווען א פשוטער אינגערמאן וואס האט שווער געארבעט פארן דאלאר, ער האט זיך אפשר געדרייט בסביבות דעם רבין, אבער ער האט נישט געהאט קיין שום פאזיציע, נאר וואס דען, געשטעלט א מעשה לויטן היינטיגן דמיון.

נאך איין הערה וואס אונזער צוציק שרייבט

"איין וויכטיגע זאך האב איך באקומען אין אישית אז דעמאלטס איז פארגעקומען. דער פראטעסט האט געהאט א ספעציעלען באדייט, ווייל די התאחדות הרבנים האט געוואלט ווייזען אז די קנאים קענען זיך פארגלייכען אויף איין זאך און דאס איז ביי מאסען פראטעסטען.

יענע צייטען האט די אגודה געמאכט די גרויסע ראליס און זיי האבען צוזם געברענגט שווערע טויזענטער, האט די התאחדות הרבנים באשלאסען צו קענען צאמברענגען ווי מער מענשטען און די חילוקי דיעות ביי חסידות ענינים זאל נישט אפעקטירען די קנאות פון אונזערע קרייזען.

אבער דערווייל האט די געפערליכע זינד פון די חתימה פון מאנטעווידער רב אויפגעברויזט דעם ר' אהרן און ער האט נישט געקוקט אויף גארנישט, און עס איז אים נישט אנגעגאנגען קנאות".

דא קאסט א לאך, וויפיל מיר געדענקן האט טאקע די אגודה געמאכט א פראטעסט, אבער סאטמארע אידן זענען אויסדריקליך נישט געגאנגען אהין מיט זיי, ס'איז געווען א איבערקערעניש אין שטאט אז מען טאר נישט גיין מיט די אגודה, מען האט דייקא געמאכט א באזונדערע פראטעסט.

רבינו שליט"א האט יענעם שב"ק געזאגט א דרשה פארן ליינען אין ביהמ"ד בית מרדכי, און ארויסגעברענגט אז זייער גאנצער ציל פון די מחאה איז וועגן די בעפארשטייענדע בחירות, באטאנענדיג זיי זענען מוחה אויף א פרט, מיר זענען מוחה קעגן גאנצן עגל.

קומט אונזער היסטאריקער פארמעגליך און זאגט גאר אז "האט די התאחדות הרבנים באשלאסען צו קענען צאמברענגען ווי מער מענשטען און די חילוקי דיעות ביי חסידות ענינים זאל נישט אפעקטירען די קנאות פון אונזערע קרייזען".

און אגב, האב מיר יעצט געהערט פון א גאר נאנטער מענטש פון יענע יארן, אז מען איז געקומען צו רבינו שליט"א ער זאל מסכים זיין אז ר"א לייטנער זאל חתמנען, האט דער רבי געענטפערט, אז ס'האט נישט מיט אים, ס'איז דא באשלוס פון קהל "עד שיפייס את כ"ק אדמו"ר שליט"א" דאס מיינט דעם ברך משה, און אזוי לאנג באלאנגט ער נישט אין אונזער מחנה.

 ווער ס'האט וואס מוסיף צו זיין קען שיקן אין תיבה אישית אדער אויף אי מעיל

[email protected]




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2009 01:22 לינק ישיר 

 

מענין לענין, דארף צוגעברענגט ווערן נאך א עובדא וואס גיט אביסל א ליכט אויף די ווערטער וואס פארמעגליך שרייבט, ער שרייבט:

ר' אהרן האט געקענט טאן מער און שטערקערע שריט ווי משה גבאי, ווייל ר' אהרן איז געווען גרייט צו טאן אלעס אין דער וועלט, און משה גבאי איז געווען באגרעניצט ווייל ער האט געמוזט אכט געבען אויפן ברך משה'ס כבוד. ר' אהרן איז ארום געפארען אין די גאנצע וועלט מיטען שקר אז דער טאטע האט אים געשיקט, אבער משה גבאי האט דאס נישט געקענט פארלייקענען ווייל עס איז געווען א שטילער קריג און כדי נישט צו פארשעמען דעם ברך משה האט ער נישט געקענט זיין דער וואס זאל אויס שיסען דעם ערשטען שאס, מיט דעם וואס ער וועלט ארויסגעקומען עפענטליך אז ר' אהרן איז א שקרן וכזבן.

מיר גייען כאפן א בליק אויף די היסטאריע פונעם זומער תשנ"ט, אין ישיבה האט געלערנט א בחור וואס עס איז נישט אונזער ארבעט אראפצוגעבן דעם מהות פון דעם בחור, יבואו הדברים ויעידון על עצמן, ער איז געווען דער הויז בחור ביי רביה"ק בעל ברך משה פונעם יאר תש"ס ביז ניסן תשס"ו, און אסאך (אויב נישט אלע) מעשי רשע וואס איז אפגעטון געווארן אין די שבע שני הרעב איז אים צו פארדאנקען.

יעדער פארשטייט אז זומער תשנ"ט אז עס איז געקומען די ראי' צו זוכן א נייע הויז בחור פארן רבין, נאכדעם וואס דער אנדערער גייט חתונה האבן, וואסערע קוואליפיקאציעס ער האט געדארפט האבן, און מען קען זאגן אז מען האט גוט געטראפן.

עכ"פ ס'איז געווען אין יענעם זומער ווען דער בחור האט מקיים געווען דעם ופערה פי' בלי חוק, ער האט מיאוס גערעדט אויף רבינו שליט"א, און די בחורים האבן געטון מיט אים וואס מען האט געטון.

יענעם נאכמיטאג באקומט רבינו שליט"א א טעלעפאן רוף פון רבינ'ס שטוב, דער רבי ז"ל איז אויפן טעלעפאן, און ער פרעגט זיין זון וואס גייט פאר אין די ישיבה, ער הערט וכו' וכו', מיר קענען אייך נישט איבערזאגן דעם גאנצן שמועס ווייל מיר האבן דאס נישט געהערט, דער סך הכל פון דעם טעלעפאן רוף איז געווען אז דער רבי דארף זיך אויפשטעלן אין ביהמ"ד בפני כל עם ועדה און זאגן עטליכע זאכן פארן ציבור.

די דרשה - וואס איז געזאגט געווארן יום ג' פ' פינחס - איז שפעטער באקאנט געווארן מיטן נאמען די "א-ב דרשה", די תוכן הדרשה איז געווען אז דער טאטע האט געמאכט דעם בן השלישי פאר רב אין וומסב"ג, און ווער ס'טשעפעט דעם גבאין איז פונקט ווי מען טשעפעט אים אליין, די דריטע געדענק איך נישט יעצט.

מיר דארפן זיך אביסל מתבונן זיין, 'גבורת הנפש' איז אויף דעם גאר א שוואכער אויסדרוק, א איד זאל גרייט זיין זיך אויפשטעלן ברבים און זאגן זאכן וואס ער אליין און דער גאנצער ציבור האט געוויסט אז מען האט אנגעדרייט זיין טאטן, און אז זיין טאטע איז שוין נישט אזוי בקו הבריאות, און מיט דעם אלעם האט ער דאס געזאגט, און זיך געשטעלט ללעג ולקלס פאר אלפים מישראל, די אויגן מלא שמחה פון די צענדגליגער מתנגדים וואס האבן זיך באקוועמט געמאכט אין ביהמ"ד הגדול, און נישט געקענט באהאלטן זייער שמחה, און מיט דעם אלעם האט ער געזאגט די דרשה, טראץ יועצים האבן געזאגט אז נישט, אלעס פאר איין סיבה אויף דער וועלט 'ווייל דער טאטע האט געהייסן' און ער האט געוואלט מקיים זיין כיבוד אב, איך מיין אזא שריט איז אין כדוגמתו, און דאס ברענגט די מערסטע ארויס וואס זיין טאטע האט געמיינט ביי איהם. (שפעטער האט מען שוין אכטונג געגעבן ער זאל נישט באקומען קיין ראלס), און דאס איז אין מינוטן וואס ער האט נישט געוואסט וואס קומט באלד.

עס האט דערציילט א איד אז רבינו שליט"א האט אויף די דרשה זיך אויסגעדרוקט, "איך האב געמיינט דעמאלטס אז איך גיי אלעס פארלירן, איך האב אבער געוייסט, דעם באשעפער גיי איך נישט פארלירן, מיט איהם וועל איך בלייבן אלעמאל'.

במאמר המוסגר דארף באצייכנט ווערן, די דרשה איז געקומען נאכדעם וואס צוויי טעג פריער ביי די מסיבה פארן מוסד חכמת לב האט שוין דער רבי באזונדער גערעדט צום ציבור איבער די נושא און מיר זענען עס מעתיק אזוי ווי ס'איז דעמאלטס געווען געדרוקט - מיר האבן עס יעצט נישט איבערגעהערט:

דער טאטע זאל זיין געזונט און שטארק קומט ארויס די וואך קיין קרית יואל, אונז אלע זענען מיר משתוקק און אונז קוק מיר ארויס ער זאל זיין דא און ער זאל זיין דא געזונט מתוך בריאות השלימות און ער זאל זיך גוט געפונען דא ביי אונז אין שטעטל, די אלע יארן וואס ער קומט דא קיין קרית יואל צו ער איז געקומען אויף אפאר וואכן צו ער איז געקומען אויף אפאר חדשים, קרית יואל האט אויפגעלאכטן, הוא הודה הוא זיוה הוא הדרה, דאס איז די שיינקייט פון די שטאדט. יעצט קומט ער נאכאמאל די וואך קומט ער נאכאמאל אהער, איך וויל בעטן בבקשה ובאזהרה יעדן איינעם צו ס'איז אברכים יונגעלייט צו בחורים, איך וויל ס'זאל זיין שטיל אין שטעטל הונדערט פראצענט, שטיל און מיט דרך ארץ, איך וויל נישט דער טאטע זאל האבן עגמת נפש, איך קען ענק אזויפיל זאגן טאמער איז דא מהומות האט ער צער און ער האט גרויס צער און ס'ליגט אויף מיר א חוב און אויף יעדן איינעם מ'זאל חס זיין אויף זיין בריאות און נישט גורם זיין קיין צער און עגמ"נ. און איך האף יעדער וועט פארשטיין דאס ערנסקייט פון מיינע ווערטער וואס איך האב דא געזאגט, און מ'זאל עס איבערזאגן פאר ווער ס'איז נישטא זאל מען עס איבערזאגן פאר יעדן איינעם אלע תושבי קרית יואל, ווי כ'האב געזאגט פאר אברכים בחורים אלט און יונג פאר יעדן איינעם.

*

מיר האבן נישט אנגעיאגט צו גיין דערווייל ווייטער, אויף לעת עתה וועלן מיר מעתיק זיין עטליכע אי מעיל'ס וואס מיר האבן באקומען.

בנוגע די מעשה וואס דער רבי האט געזאגט, איך גיב אים גאנץ סיגעט זאל ער פילן ער האט באקומען גענוג, איך וויל נישט ער זאל אנרירן סאטמאר.

האט אונז איינער אריינגעשיקט, אז כמדומה האט דאס דער רבי געזאגט פאר הרה"ח ר' יצחק יאקאב ז"ל, ר' יצחק איז געווען א שטאקער מעריץ פונעם ברך משה אין בארא פארק אין סיגעט. ווען דער בן השלישי איז געווארן סיגעט'ער רב האט אים דער ברך משה געבעטן אז ער זאל גיין צו אים און אים שטיצן.

*

אן אי מעיל פון ירושלים

בנוגע די מגבית אדר תשנ"ז ווען ר' סענדר איז נישט געקומען אויף שבת נאר צו די מגבית, ר' סענדר האט אנגעהויבן זיין דרשה ביים מגבית "ברשות דעם רבין'ס קינדער הגה"צ סיגעטער רב און הגה"צ ר' חיים הערש וכו'" און בתוה"ד האט ער געזאגט: "איך הער אז ענק האבן געהאט א שיינע שבת דא אין ירושלים, אין קרית יואל איז אויך געווען א שיינע שבת..."

*

א אימעיל בנוגע בילדער

ווען די ברך משה זי"ע איז געוווען ביי א בליץ באזוך ביי ר' משה מארקאוויטש לרגל א ברית איז געווען דארט א בילדער מאכער. איך געדענק נאך ווען בשעת'ן האלטן דאס קינד אויף די הענט אלס סנדק האט זיך די רבי אויפגעשטעלט, איבערגעגעבן דאס קינד אין זיך גענומען שרייען אויפן פאטאגראפירער. שפעטער ביים סעודה האט זיך איבער געחזרט אן ענדליך בילד. איז דאס אויך געווען צוליב זיך אהערשטעלען אלץ א תקיף און א בעל יכולת, אלץ א פירער און אלץ א קנאי איינס אין דער וועלט (עפ"ל)

בדרך אגב, נאכן ברית איז די פאטאגראפירער אריין צום רבי און זיך מתנצל געווען אז דאס איז זיין פרנסה. די רבי האט איהם דאן געענטפערט. איך וואונשט די זאלסט האבן פרנסה אבער נישט פון מיר.

*

און דא איז דאס ארט צו דערמאנען אז רבינו שליט"א איז געווען דער - שוין נאך תש"ס - וואס האט באפוילן צו מאכן די תקנה וועגן בילדער אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל, און עד היום ווערט די תקנה שטרענג פארסירט, דוכט זיך אז כמעט וואס מען טרעפט נישט אין "דער בלאט" קיין בילדער פון מסיבות אין ביהמ"ד (פארשטייט זיך מען קען היינט נישט אכטונג געבן פון אנדערע ווען יעדער האט היינט א קעמערע ביי זיך אין טאש).

*

עס האט אונז איינער אריינגעשיקט א חלק פון די דברות קודש וואס דער רבי האט געזאגט ליל שב"ק בראשית תשס"ז (שבת באווארפן מבתו הצעירה) פארן בענטשן איבער כאפן בילדער:

די שמחה איז נישט קיין הנאה גשמיות עס איז א רוחניות'דיגע שמחה, עס איז א שמחה וואו די אבות הקדושים זענען זיך משתתף, איך וואלט געוואלט בעטן אז בשעת די שמחה ווען מען געפינט זיך אין די מחיצה פון אזעלכע קדושים און טהורים שרפי מעלה זי"ע, זאל מען נישט מאכן די שמחה חולין - וואכענדיג, אין די אלע פאטאגראפיר מאשינען זאלן זיך נישט געפונען ביי די שמחה, דער זמן איז אסאך העכער פון די אלע הבלי עולם הזה, א שמחה דארף זיין געהויבן, הייליג, רוחניות'דיג!, און די אלע זאכן איז אין רוח חכמים נוחה הימנו, א איידעלער מענטש פארנעמט דאס נישט, יעדער נפש היפה איז סולדת הימנו, איך בעט מען זאל דאס איבערגעבן פאר יעדן איינעם.

*
ווער ס'האט וואס מוסיף צו זיין קען שיקן אין תיבה אישית אדער אויף אי מעיל

[email protected]




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2009 01:17 לינק ישיר 

 

איידער מיר גייען ווייטער, איז אינטערעסאנט מעתיק צו זיין, וואס מיר האבן געטראפן אין די ארכיוון עטליכע וויכטיגע פונקטן וואס איז בשעתו געשריבן געווארן אין פארום פון א בריוו דורך אברכי הכולל אין וויליאמסבורג, די פאקטן זענען מער ווייניגער די זעלבע, ס'איז נאר אינטערעסאנט צו הערן פון א צווייטן ווינקל ווי אזוי מען האט עס דעמאלטס (זומער תשנ"ט) אפגעשריבן, און ס'ווארפט א בילד אביסל אויף דאס רבנות אין ירושלים, ווי אויך אויפן עצם התמנות פונעם בן השלישי אין סאטמאר.

 

מיר אנשי שלומינו תלמידים פון רבי'ן שליט"א וואס זינט דער רבי האט ממלא געווען דעם כסא הרבנות אין אונזער קהלה זענען מיר סרים למשמעתו און זיין ווארט איז ביי אונז אלעמאל געווען הייליג און טייער, ווייסן, אז דער רבי האט אומצאליגע מאל ערווענט אז זיין רצון איז אז זיין עלטסטער זון הגה"צ אבד"ק קרית יואל שליט"א זאל משמש זיין אלס רב - צו אונטער א צווייטן נאמען - אויף אלע סאטמארע קהלות איבער די גארער וועלט. ביי פארשידענע אומאנגענעמע געלעגענהייטן - נישט מער געדאכט - האט ער דאס, און נאכמער פון דעם, קלאר ארויסגעזאגט פאר אלע זיינע קינדער הגאוה"צ שליט"א און פאר די ראשי הקהלה.

נאך היי יאר, אינמיטן ווינטער תשנ"ט האט דער רבי שליט"א געשיקט דעם איבערגעגעבענעם ראש הקהל הרבני ר' בערל פריעדמאן שליט"א מיט א שליחות צום קרית יואל'ער רב שליט"א אז דער רבי בעט אים אז ער זאל ווערן "רב הצעיר" אין קהילת סאטמאר, דאס איז אזא פאסטן וואס אינדערהיים איז דאס געווען אין פולע קהילות ווען דער שטאטס רב האט איינגעזען אז די צרכי העיר זענען פארמערט געווארן האט ער גענומען זיינס א זון וואס זאל אים שטיין צו די האנט און ארויסהעלפן בהנהגת הקהלה, דער רב פון קרית יואל האט דאס דעמאלטס אפגעזאגט צוליב זיינע פערזענליכע מאטיוון.

יעצט, מכנף הארץ זמירות שמענו אז דער רצון פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א פאר די לעצטע צען יאר - צו אפשר נאכמער - איז אלס געווען אז זיין דריטער זון הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק' בירושלים שליט"א ער זאל קומען קיין וויליאמסבורג און משמש זיין ברבנות "לאקאל", די שמועה האט ביז דערווייל נאכנישט קיין שום ערנסטן גרונט, דער פאקט האט באוויזן אז די שמועה איז ברייט אנגענומען געווארן ביי "אלע" אנשי שלומינו, ד.ה. הן ביים אלגעמיינעם ציבור וועלכע שטייען אין א פאראייניגטן נעגאטיוון מיינונג, און סיי ביי די יחידים וואס לאזן ארויס די שמועות, אלס דירעקטע סתירה צו דעם אפעציעלן על פי תורה והלכה'דיגן התמנות מיט וואס דער רב פון קרית יואל איז אויפגענומען געווארן דעם פארגאנגענעם חול המועד.

מיר זענען נישט קיין "אינסיידערס" און מיר ווייסן נישט גענוי וואס איז דער ריינער אמת און מציאות, אבער מיר וועלן זיך יא ערלויבן צו פרעגן געציילטע קשיות וואס שווימען ארויף העערענדיג די שמועות.

א) עס איז פאר יעדן באקאנט אז הגה"צ רב ור"מ דקהלתינו בירושלים שליט"א האט פאר לאנגע יארן משמש געווען אלס ראש ישיבה אין די ישיבה לצעירים דאהי אין וויליאמסבורג, און אזוי אויך האט ער רוב יארן געהאלטען די שבת הגדול און שבת שובה דרשות אין גרויסן בית המדרש, שטעלט זיך די פראגע, אויב וואלט געווען דעם רבי'נס רצון אלע יארן אז ער זאל פירן אונזער קהלה אין וויליאמסבורג, פארוואס האט ער דאס קיינמאל נישט אויסגעפירט למעשה, אלע קינדער פון רבי'ן האבן באקומען שטעלעס אין די קהלה אין די ערשטע יארן נאכדעם וואס דער רבי האט ערפילט דאס כסא הרבנות אין קהל יטב לב, און פארוואס דאס האט דער רבי נישט תיכף דאס אויסגעפירט ביי הגה"צ רבי זלמן לייב שליט"א, נאר איהם געשטעלט אין בארא פארק משמש זיין בכתר הרבנות דקהל "עצי חיים" דסיגוט בארא פארק, אונדערצייט וואס הגה"צ רב ור"מ דקיט"ל בארא פארק שליט"א און הגה"צ רבי שלום אליעזר שליט"א האבען משמש געווען און די בתי מדרשים דקהל יטב לב און בארא פארק?.

ב) לאמיר זאגן אז אין יענע יארן איז נאך די קהלה נישט געווען אזוי ברייט פארצווייגט און עס האט נישט אויסגעפעלט קיין רב אין וויליאמסבורג, פארוואס האט אבער דער רבי אים ממנה געווען ערשט פאראיאר אלס רב אין ירושלים אויב האט ער געהאלטן אז ער איז דער מענטש וואס דארף פירן די קהלה אין וויליאמסבורג?, דעמאלטס איז דאך די קהלה שוין זיכער געווען אזוי פארצווייגט ווי היינט צו טאג ?.

ג) נאכמער אין די זעלבע צייט וואס ער איז געפארן קיין ירושלים, האט דער רבי נאך אלץ עטליכע מאל געבעטן זיין בנו בכורו דעם רב פון קרית יואל שליט"א אז ער זאל אננעמען דעם פאסטן?.

 ד) מיר וועלן זיך ערלויבן צו גיין א טריט ווייטער, אויב איז אמת אז דאס איז געווען דער רצון פון רבי'ן שליט"א די אלע יארן, פארוואס האבן די יחידים געשיקט שליחות'ער מיט פארהאנדלונגען באגלייט מיט ווארענונגען און סטראשונקעס צום רב שליט"א פון קרית יואל, מיט תנאים אויב ער וועט זיך יא צושטעלן צו זיי וועלן זיי יא לאזן, און אז ער וועט זיך נישט צושטעלן צו זיי וועט עס אים טייער קאסטן, דאס איז דאך בלויז דעם רבי'נס רצון, און איבערן רבי'נס ווילן איז דען שייך צו פארהאנדלען און סטראשענען א צווייטן?.

ה) נאכמער, עס האט דערציילט איינער פין די "געטרייע" משב"ק פון רבינו שליט"א אז פאר עטליכע וואכן צוריק - גלייך נאך פורים העעל"ט - האט דעם רבי'נס גבאי, אים געשיקט מיט א "מעסעדש" צום רב פון קרית יואל אז ער איז גרייט מיט אים צו "פארהאנדלען" אויב ער וועט אים נאכגעבן געוויסע תנאים, וואס צווישן זיי איז געווען אז ער זאל ארויסווארפן פון ביהמ"ד געוויסע מענטשן וואס האבן געטוהן מעשים וואס זענען געווען נישט לפי רוחו, האט ער דרייסט ערקלערט אז ער וויל זיך מיטן רב מער נישט טרעפן "און יעצט וועל איך אים ווייזן"... פרעגן מיר מיט וואונדער, אויב טוט מען בלויז מיט א געטריישאפט ממלא זיין דעם רבי'נס רצון וואס איז שייך צו האנדלען?, וואס איז שייך תנאים? און וואס הייסט "איך" וועל אים ווייזן.

ו) אויסער דעם קוקן מיר מיט וואונדער, אזעלכע אחריות'לאזע מענטשן שטייען ביים רודער?, מען נעמט א זאך וואס רירט אן בלבה של כלל ישראל און מען נעמט זיך אויס דערביי פאליטישע תנאים?, און ווייל דער רב פון קרית יואל באזיצט די אמת'ע שטריכן פון א רב בישראל און ער וועט זיין תורה'דיגע און יושר'דיגע מיינונגען קיינמאל נישט אוועקבייגן אפילו פאר "גרויס כבוד" דערפאר קומט אים די רדיפות און בזיונות?, דערפאר מאכט מען א וויסטע לצנות פון די גרעסטע און ערליכסטע אידישע קהלה אויף דער וועלט?. דערפאר פארקויפט מען אין גאס אז דער רב פין קהל חסידי סאטמאר ירושלים מוז קומען ווייל דער רב פון קרית יואל "וויל נישט"?, אוודאי וויל ער נישט, ער וויל זיין א אמת'ער רב בישראל, ער וויל נישט זיין אונטערדרוקט אונטערן דעת בעלי בתים מיט די פולע תנאים און פארהאנדלונגען.

ז) ווידער אויב איז דער רבי ביי זיין פעסטע מיינונג אז דער רב פון ירושלים זאל איבערנעמען די קהלה פארוואס האט מען אזוי מורא אריינצולאזן מענטשן רעדן צום רבי'ן איבער דעם ענין?, פארוואס האט מען פונעם רבי'ן מיט אכזריות און אומפארשעמטע חוצפה "אוועקגעריסן" זיין תלמיד חביב -אונזער באליבטער ראש הכולל- מיט וועמען ער לערנט שוין בערך "פופצן יאר" שיעורים טאג טעגליך?, פארוואס אז דער רבי האט בפירוש באפוילן פארן ראש הכולל שליט"א אז ער זאל קומען צו אים אין שטוב האט מען אים געסטראשעט מיטן לעבן אויב ער וועט גיין?, פארוואס אז ס'האט זיך געדאכט פאר עמיצן פון די שטועב מענטשען, אז איינער וויל דערציילן פארן רבי'ן אז דער ראש הכולל שליט"א געפונט זיך יא אין וויליאמסבורג האט מען יענעם מיט חוצפה אוועקגעשלעפט ווען ער האט געהאלטן אינמיטן רעדן צום רבי'ן?, און ביז ווילאנג עס האט שיעור נישט געגרייכט די חוצפה ביזן לעצטן מעסטל, ווען דער רבי האט דעם ראש הכולל פערזענליך צוריקגערופן ברוב עם אין ביהמ"ד הגדול האט מען אים נישט אריינגעלאזט, הנשמע כמוהו?!!.

ח) פארוואס אז אייניגע פון די ראשי הקהלה האבן ביי אן אסיפה זיך אויסגעדריקט מיט געוויסע ווערטער, וואס איז שלא לפי רוחם פון די יחידים רופט מען זיי אן און נאכן אויסגיסן א מויל מיט די געמיינסטע ניבול פה - וואס פאסט נישט פארן גרוע שבישראל כ"ש פאר איינעם וואס פארנעמט א ערנסטן פאסטן בבית רבינו - ווארנט מען אים מיטן ערגסטן?.

פון וואס האט איר אזוי מורא?, דער רבי קען דאך זיי זאגן דרייסט זיין מיינונג, ווער וועט זיך דערוואגן צו זאגן אנדערש?!

ט) דאס לצנות איז דאך אין לשער..., אידן גייען אריין צום רבי'ן, און רעדן אין די ענינים און זיי ווערן ערשטוינט צו הערן אז דער רבי איז בכלל נישט ביי די מיינונג וואס די יחידים פארקויפן אין די גאסן, ווען זיי דרוקן אויס זייער שטוינונג ברבים, און די שמועות פארשפרייטן זיך ביז געציילטע שעות באקומען זיי א טעלעפאן קאל, און זיי הייבן אן לייקענען וואס זיי האבן פריער דערציילט, ווייסט אפשר עמיצער וואס דא גייט פאר?.

און אז די ראש הקהלה גייען אריין צום רבי'ן אנע דעם וואס זיי זאלן האבן געמאכט אן אפוינמענט בעפאר ביים יחיד, און זיי הערן דייטליך פון רבי'נס מויל אז "מעולם לא עלתה על דעתי אהערצוברענגען ר' זלמן לייב'ן"..., דערציילט מען אין די גאסן אז דער רבי האט זיי ארויסגעווארפן פון שטוב, און גיי ווייס...

י) מה חרי האף הגדול הזה, וואס איז דער פארדרוס?, פארוואס זאגט דער 'זעלבסט געקרוינטער' ניי געווארענער מנהל המוסדות פאר ר' ש. מ. ל. דעם פארגאנגענעם שבועות אין גרויסן ביהמ"ד אין "וויליאמסבורג", "אז איך וויל קען איך מאכן בערל פריעדמאן אויס ראש הקהל", פארוואס דארף ער ווערן אויס ראה"ק?, אז דער רבי וועט אים זאגן וואס ער וויל מיינט איר אז ר' בערל וועט נישט פאלגן???.

דאס זענען קשיות וואס פאדערן א תשובה

אנטשולדיגטס, מיר ברויכען נישט קיין תשובה מיר ווייסן דער אמת!!

 

יעצט וועלן מיר איבערהיפן וואס איז נישט נוגע צום ענין און מיר וועלן מעתיק זיין אביסל שפעטער אינעם בריוו

 

די יחידים וואס א שיין טייל פון זיי זענען "באקרוינט" מיט בלעכענע פנימ'ער רוקן ארויס א תמימות'דיגע שאלה, ווער זאגט אז מען מיינט א טיילונג?, ווען בארא פארק, מאנסי, מאנטריאל, לאנדאן, אנטווערפען, מאנטשעסטער, בני ברק, האבן אויפגענומען א רב האט איינער געמיינט אז מען גייט מאכן א טיילונג?, אדרבא איבעראל האט דער גאנצער ציבור מיטגעשטימט און זיך מיטגעפרייט, וואס עפעס האט יעצט דער ציבור באשלאסן אז מען מיינט א טיילונג?.

א] בעפאר מיר טרעטן צו צום ענטפער מוזן מיר זיך אנטשולדיגן פארוואס מיר האבן נישט אויסגערעכענט ירושלים אויף די ליסטע פון די קהילות וואס דער ציבור האט נישט געהאט קיין קריטיק ווען זיי האבן אויפגענומען א רב, ווייל וויפיל עס איז באקאנט זענען יא געווען עטליכע חכמים הרואים את הנולד וואס האבן שוין דעמאלטס געהאלטן אז עס מיינט א טיילונג, ווען הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו בירושלים שליט"א איז געפארן ראש חודש ניסן תשנ"ז קיין ארץ ישראל צו באטראכטן די קהלה, איז דאן פארגעקומען א שיינע אויפנאמע פון אנ"ש אין ירושלים און די רבנים און דרשנים האבן געמוטיגט דעם נייעם רב אז ער זאל ווי שנעלער קומען איבערנעמען דאס רבנות אין ירושלים, איינער פון די דרשנים וועלכער איז ספעציעל געשיקט געווארן פון אמעריקע צו דעם מעמד - וואס איז געווען אויך א מסיבה פאר די מוסדות יטב לב באה"ק - איז געווען דער איינציגסטער וואס האט אין זיין דרשה נישט דערמאנט קיין ווארט פון דעם נייעם רב, דאס איז געווען אונזער רעספעקטפולער ראש הקהל ר' סענדער דייטש עליו השלום, ווען די עסקנים - וועלכע האבן אים געקענט אלס איש חכם ונבון - האבן אים פארגעהאלטן דערויף, האט ער געענטפערט כדרכו אין קורצע געמאסטענע ווערטער "איך וויל נישט האבן קיין חלק אינעם צוטיילן סאטמאר אין צווייען...".

ב] איצט צו אונזער ענין, אונזער קהלה האט ח"ו נישט קיין פאראיבל ווען מען נעמט אויף א רב אין איינע פון די סאטמארע קהילות, אמת, ביי יעדע געלעגענהייט ווען מען האט אויפגענומען א רב אין א סאטמארע קהלה האבן מיר אלע זיך מיטגעפרייט און געשטיצט די אויפנאמע, און ביז היינט צו טאג באגלייטן אלע קהלות איבער דער גארער וועלט איינער דעם צווייטן ווי גוטע ברודער.

דא איז אבער דער ענין גאר א צווייטער צוליב עטליכע סיבות.

ג] פון די אלע "פארהאנדלונגען" ווי מיר רופן עס אן בלשון נקי', מעסעדזשעס, ווארענונגען און סטראשונקעס, מקח וממכר'ס וואס איז פארגעקומען ביז ס'האלט היינט ווי ס'האלט, איז קלאר פאר יעדן אז דא רעדט זיך נישט פון סתם אויפנעמען א רב אויף די קהלה ווי זיי רופן עס "לאקאל", אפגערעדט פון דעם פאקט אז וויליאמסבורג איז די צענטראלע קהלה פון גאנץ סאטמאר, און א רב אויף וויליאמסבורג מיינט אנפירן מיט אלע פונקציעס וואס איז נוגע אנ"ש פון אומעטום, האבן די יחידים דאס קלאר ארויסגעזאגט, עס איז א גיעול נפש צו זען זייערע פאשקעווילן ווי זיי פארפירן אז מאנכע רעדן איבערן "עתיד", און מיר פרעגן זיי, עטץ שעמטס ענק נישט?, ווער האט בכלל אריינגעברענגט אזא געשפרעך צווישן עולם?, ווער האט אנגעהויבן צו רעדן איבער די ענינים?, עס גלויבט זיך נישט אז מענטשן זאלן האבן אזעלכע פאלשע פרצופים.

ה] נאך גאר פאר א יאר איז איינער פון די ראשי הקהלה צוגעגאנגען צו איינעם פון די יחידים וואס פארנעמט א הויכע פאזיציע אין די הנהלת המוסדות און אים געשטעלט א פראגע, ווי אזוי שעמסטו זיך נישט צו ארבעטן אהערצוברענגען ר' זלמן לייב'ן דו האסט דאך אליין געהערט ווי אזוי דער רבי האט פארלאנגט פון אים אן הבטחה פאר די אפעירעישאן אין תשנ"ו, דו ווייסט דאך דעם רבי'נס רצון?, האט ער גענטפערט מיט א קאלטבלוטיגקייט "וואס איז?, הי טשענדז היז מיינד...".

קודם כל זאל יעדער זען קלאר ווער עס רעדט פונעם עתיד, ווער עס האבן די געשפרעכן אריינגעברענגט אינעם עולם, אבער פון די צווייטע זייט לאמיר פארשטיין, פארוואס דארף מען זאגן הי טשענדז היז מיינד, מען מיינט דאך נישט קיין טיילונג ס'איז דאך נאר "לאקאל" נו, וואס איז די סתירה? 

*

אז פארמעגליך רעדט פון דברים ידועים, באקאנט, באוואוסט, ברענגן מיר וואס מיר האבן אלע געוואוסט תשנ"ט

*




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/8/2009 07:43 לינק ישיר 

 

פארמעגליך שרייבט:

ר' אהרן האט געקענט טאן מער און שטערקערע שריט ווי משה גבאי, ווייל ר' אהרן איז געווען גרייט צו טאן אלעס אין דער וועלט, און משה גבאי איז געווען באגרעניצט ווייל ער האט געמוזט אכט געבען אויפן ברך משה'ס כבוד. ר' אהרן איז ארום געפארען אין די גאנצע וועלט מיטען שקר אז דער טאטע האט אים געשיקט, אבער משה גבאי האט דאס נישט געקענט פארלייקענען ווייל עס איז געווען א שטילער קריג און כדי נישט צו פארשעמען דעם ברך משה האט ער נישט געקענט זיין דער וואס זאל אויס שיסען דעם ערשטען שאס, מיט דעם וואס ער וועלט ארויסגעקומען עפענטליך אז ר' אהרן איז א שקרן וכזבן.

דא לאכט מען, פרשת יסוד איתן, איסור בלאט, אייניקלעך חתונות, א' חיי שרה דרשה ועוד ועוד יוכיח.

ווייטער שרייבט דער לץ:

מען טאר נישט גלייבען דעם צוויבעל, און מען זעט טאקע אז אפילו ר' אהרן גלייבט אים אויך נישט. והא ראיה, ער האט דאך געמאכט א דעקלעראציע א טאג נאך וואס ר' זלמן לייב איז געווארען רב, ח"י סיון תשנ"ט, אז פלניא גזלנא, ווי אזוי די הלכה זאגט פאר. נו פארוואס האט ער נישט גערופען צו דין תורה זיין ברידער, נאך די פטירה פון ברך משה, אז ער האט עדים פארוועם דער טאטע האט געזאגט אז ער זאל זיין דער רב?

די קשיא איז א קשיא ווי נאך אסאך קשיות אויף רבינו שליט"א פארוואס ער טוט אדער איז זיך מונע פון טון געוויסע זאכן וואס ער מעג טון על פי תורה, און די תירוץ אויף דעם איז אז ער איז חס על כבוד אביו, דאס איז דאך כו"ע מודי אז ס'איז געבליבן א גרויסע ירושה פון רבין מיט חפצים וואס רבינו שליט"א האט נאך גארנישט געזען דערפון אין די צייט וואס דער בן השלישי איז זיך משתמש מיט אסאך חפצים, נאר קוקט אויס אז ס'האט א סיבה פארוואס ס'איז נישט אנגעקומען דערווייל צו דין תורה.

און דא איז נישט מער ווי דאס ארט מעתיק צו זיין ציטאטן די באקאנטע דרשה וואס רבינו שליט"א האט געזאגט מיטוואך נאכט פ' בהעלותך תשנ"ט ביי זיך אין שטוב פאר די קבוצת אנ"ש פון וומסב"ג.

"עס איז מיר זייער פיינפול און ווייטאגלעך צו רעדן פון דעם ענין, באמת האב איך געקלערט בכלל נישט צו רעדן פון דעם ענין, אזוי ווי איר זעט ביז היינט, איר זענט אהער געקומען דא רעדן צו מיר, איך בין נישט געווען גערישט, איך האב נישט געוואוסט אז מען קומט, איך האב אייך נישט וואס צו זאגן, עס איז נישטא וואס צו זאגן, איך קען נישט זאגן און איך טאר נישט זאגן.

ס'טוט מיר וויי איבער דעם כבוד פון טאטן און פון די מאמע און פון די קהלה קדושה וואס איז ליידער מושפל געווארן, עס טוט מיר זייער וויי ווי ביים טאטן אין שטוב דרייען זיך ארום פוחזים וריקים וואס זיכען נאר צו מאכן א פירוד ביים טאטן ח"ו, זיי ברענגן רכילות לה"ר שקרים וכזבים, מיט אזעלכע העצעס וואס לאזט זיך גארנישט זאגן.

ווען איך בין געווען שבת אין שטאט האב איך ליידער אליין געזען ביים טאטן אין שטוב ווי איינער פון די שטוב מענטשן האבן בעצם יום השבת, פרייטאג צו נאכטס, ארויפגעלייגט א טאפ זופ אויפן פייער ר"ל, איך האב געגעבן א געשריי "געוואלד! שבת!"

יענער האט געלאכט פון מיר, דאס האב איך אליינס געזען, רח"ל, און מיט זיי דארף דער טאטע זאל זיין געזונט זיין אין שטוב, זיי זענען אים משמש און זיי פירן די שטוב ר"ל, עס טוט מיר זייער וויי אז איך האב אזא שרעקליכן חילול שבת צוגעזען, און נאך ביים טאטן אין שטוב.

מיר דארפן נאר בעטן און מתפלל זיין צום בוכ"ע אז דער טאטע זאל זיין געזונט און שטארק, און איך בעט ענק איר זאלט מתפלל זיין אז עס זאל ח"ו נישט זיין קיין פירוד, איך בעט אייך בעטס דעם באשעפער אז עס זאל זיין שלום ביים טאטן אין שטוב, אז די טאטע און די מאמע זאלן זיין געזונט און האב מנוחת הנפש, דער טאטע זאל זען נחת פון די קהלה און די מוסדות הק', א קאפיטל תהלים טוט מער אויף פון אלעם.

איך וויל איר זאלט וויסן, עס זענען טאקע דארטן דא מענטשן וואס דרייען זיך ארום און נוצן אויס דעם טאטנס שטוב פאר זייערע געמיינע צוועקן, אבער א מענטש טאר גארנישט טון, א הנהגה קען מען זיך נישט אליין נעמען און קיינער קען דאס נישט געבן, דאס ליגט נישט אין די הענט פון א בשר ודם, נאר דער באשעפער אליין ער געט, און פארוועם ער געט קען עס קיינער נישט אועקנעמען.

ממילא איז נישט שייך וואס צו טון, מען קען גארנישט טון!, איך פון מיין זייט האב איך געטון וואס די הלכה איז, איך האב ארויסגענומען א שולחן ערוך און איבערגעלערנט הלכות כיבוד אב ואם כדי איך זאל ח"ו נישט דורכפאלן. עס איז דא א תורה און עס איז דא א שולחן ערוך, און מען טאר ח"ו נישט מצער זיין א טאטן, איך וועל אי"ה נישט טון קיין שום פעולה וואס קען מצער זיין אדער מאכן א חלישות הדעת פארן טאטן זאל זיין געזונט אפילו אויף א רגע.

איך האף איך וועל קענען ביישטיין דעם נסיון אפילו עס איז שווער, גלייבט מיר ס'איז באמת שווער, און אפילו עס זאל דארפן קאסטן קרית יואל, וועל איך אי"ה אויך גארנישט טון קעגן די תורה.

און פאר ענק זאג איך אן, הוי זהיר בגחלתן שלא תכוה, קיינער זאל ח"ו נישט טון קיין שום פעולה וואס דער טאטע קען האבן די מינדעסטע צער".

קאמענטארן זענען איבריג

ווייטער שרייבט ער

קומען מיר צוריק אז וואס דער ברך משה האט באמת געוואלט ווייסט קיינער נישט. און וואס מען זאגט אז ווייל אזוי וויל יענער און עס האט דעריבער נישט קיין געוויכט.

די סברה ע"פ שכל זאגט אז עס קען נישט זיין אז ער האט געוואלט אלעס איבערגעבען פאר ר' אהרן. ווייל פארוואס קומט זיך אים אז בלויז ער זאל אלעס איבערנעמען און זיין ברודער וואס איז נאך אזוי ראוי ווי אים, זאל "גארנישט" באקומען? וואס עפעס קומט זיך פאר איינעם אלעס און פאר דעם צווייטער גארנישט?

לשיטתך וואס איז געווען די סברא פונעם ייטב לב און דער קדושת יו"ט? פאר איין זון אלעס און פאר די אנדערע גארנישט?

און איבער טוישן מיינונג איז נישט כדאי אפילו זיך צו טענה'נען, אויב איז דאס דיין תירוץ איז עס בלויז א קשיא.

א קליינע שאלה נאר, פארמעגליך שרייבט:

אלענפאלס נארמאלע מענטשען איבער הויפט חכמים, פרעגען נישט אזעלכע קשיות. און משה האט אויך קיינאמל נישט גערעדט אזעלכע האקעלע נושאים מיט א עלטערען רבין. און ר' אהרן האט אויך נישט זיך געוואגט צו פרעגען משה צו ער ווייסט עפעס פרטים פון נאך די פטירה. עס האט נישט עקסיסטירט אזא ביליגקייט צווישען אים און משה.

אפשר קענען מיר פארשטיין אויף וואסערע בריוו דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אדר תשנ"ז אז ער געדענקט נישט וואס ער האט אונטערגעשריבן, און נאך א קשיא פארוואס האט ר' הירצקא צוויבל געכאפט א פאטש פון גבאי'ן אדר תשנ"ז?

און מען זעט אז עד היום הזה איז משה נישט ארויס געקומען מיט סיי וואס דער רבי האט מיט אים גערעדט בנוגע די ענינים פון א צוואה אדער ווערטער בעל פה פון נאך די פטירה.

אזוי? איז וואס איז מיט די א.ג. צוואה וואס מען האט געוויזן פאר די לשכה, דאס האט דער ברך משה אליין אויפגעטייפט און עס אוועקגעלייגט? זיי מסביר

משה האט דעריבער זיכער זיך אויך פארגעשטעלט אז דער ברך משה אלס א קלוגער מענטש, אלס ענוותן, אלס א געטרייער טאטע צו זיינע קינדער, וועט זיכער איבער געבען פאר זיין זון ר' זלמן לייב א בכבודיגע רבנות פאסטען.

נו, ירושלים איז נישט גענוג בכבוד'יג, וואס איז געווען די עמערזשענסי אים צוריקצוברענגן 18 חדשים נאכן אהינפארן, און בלויז איין חודש נאכדעם וואס די קהלה האט די ערשטע מאל געהערט פונעם רבין אז ער איז רב דארט?

ווייל דער ברך משה האט נישט געהאלטען אז איין מענטש קען אלעס פירען, און אלס ענו האט ער זיך זיכער נישט געהאלטען פאר א רבי און ער קען די רעביסטעווע אין זיין א צוואה פארשרייבען פאר איינעם אז צו יענעם זאל יעדער געבען קוויטלעך.

שתי שאלות, אויב דער ברך משה האט געהאלטן אז איינער קען נישט פירן די גאנצע קהלה, פארוואס האט ער בחייו נישט אויפגענומען נאך א סאטמארע רבי, ס'איז געווען גענוג קאנדידאטן פון די תלמידי רבינו.

און נאך א קשיא, זינט ווען מיינט א צוואה פאר וועם צו געבן קוויטלעך, צוואה מיינט ווער ס'זאל זיין די מנהיג העדה אין סאטמאר, איינעם וואלט געשטערט אז דער בן השלישי ערקלערט זיך אלס סיגעטער רבי, ער וואלט געהאט גענוג חסידים וואס זענען נישט געווען צופרידן מיט די הנהגה אין סאטמאר, און אפילו סאטמארע אידן וואלטן נישט געגאנגען צו זיינע טישן און אפילו זיך קוויטלען ביי אים כדי מחזק צו זיין דעם רבינס זון?

איך וועל מעתיק זיין וואס איינער האט מיר געשריבן אין אימעיל:

ערשטנס איך האב זייער הנאה אז דו האסט אנגעהויבן שריייבן וועגן דעם, איך האב נישט געליינט די ארטיקלען פון פארמעגליך, סיי ווייל איך האב נישט קיין געדולד און סיי ווייל איך האב שוין אסאך געהערט זייערע שטותים פון חברים וועלכע האבן מיך געטרייט איבערצוצייגן אין זלמן לייבס גערעכטיגקייט.

איך בין בעצם נישט קיין סאטמאר'ער, איך בין אבער היימיש אין סאטמאר, און איך האב גענומען מיין שטעלונג מיט ר' אהרן'ס זייט

איך בין אויסדרוקלעך נישט קיין שוואנץ פון ר' אהרן, איך קען אים אביסל פערזענליך, און איך האב דיר גענוג צו זאגן חסרונות אויף אים, דאס האט אבער נישט צום ענין. לגבי דעם ענין פון די חלוקה פרשה, האב איך נאר וואס צו זאגן לטובת ר' אהרן, איך ווייס נישט פונקטליך ווען איך וועל דיר שרייבן, אבער איך האב גאנץ היפש וואס צו שרייבן, אבער ערשטנס וויל איך דיר זאגן שקויעח פארן אנהייבן ענטפערן, און צווייטנס, איך פארשטיי טאקע נישט פארוואס עס זאל זיך נישט נעמען עמיצער און מאכן טאקע א גרונטליכע דשאב און אראפלייגן דעם אמת כמו שהוא

איך וועל נאך אפשר שפעטער שרייבן נאך וועגן דעם, אבער איך וויל נאר זאגן אזויפיהל צום אנהייב, איך האלט אויך אז עס איז לכאורה נישט געווען (כמעט) קייין מעגליכקייט אז סאטמאר זאל אריבערגיין פון ברך משה צום רבין אן א חלוקה, דאס געט אבער נישט קיין רעכט פאר די וואס האבן דאס געטאהן, און דאס מיינט אויך נישט אז עס האט געמוזט ווערן אויף אזא מיאוס'ן אופן וואס האט געהאט אזעלכע שווערע אפעקטן אויף דעם מצב הדור בכלל און אויף דעם מציאות אין סאטמאר בפרט

און מיין ענטפער צו דעם איד איז, מיר אלע האלטן קלאר אז ס'וואלט געווען א חלוקה, ווייל א איש על העדה וואס זאל קענען גיין לפי רוחו של כל אחד ואחד איז נאר משה רבינו געווען, אבער פונקט ווי זידיטשוב מיינט היינט אויך ספינקא בורשטין וכו' וואס גייען אויף דעם דרך, און קאסוב אין וויזניץ איז איין גזע ועוד, די זעלבע איז סיגעט סאטמאר איין גזע, און זאגן קלאר די אלע וואס האבן געהערט פונעם רבין איבער די נושא, די רבי האט געוואלט ער זאל זיין סיגעטער רב (צו רבי), און ווי געזאגט מיר אלע וואלטן געגאנגען אים מחזק זיין, פונקט ווי מיר אלע פלעגן גיין צו ר'הערשעלע ספינקער ז"ל הגם ס'איז נישט געווען סאטמארע נוסח אבער ער איז געווען בשיטה אחת, די זעלבע וואלט געווען דא, נאר מעשה שטן הצליח.

פונקטליך ווען דער רבי האט אפגעמאכט צו געבען פאר ר' זלמן לייבען, וויליאמסבורג, ווייס איך נישט. אבער דאס האט מען געזען אז ער אליין האט דאס אים געגעבען, דער ברך משה האט דאס אליין געוואלט און ער איז גרייט געווען צו פארלירען מענטשען איבער דעם, פונקט ווי ער איז גרייט געווען תשמ"ה זיך צו קריגען מיט די דעמאלטסדיגע קעגנער פון יענע רבנות. דאס איז וואס יעדער האט געזען.

ווי קאמיש זענען די ווערטער אז די רבי איז געווען גרייט צו פארלירן מענטשן פארן פרייז פון די רבנות, און מיר לייגן צו נישט נאר מענטשן, נאר עטליכע קינדער אויך פאר דעם פרייז.

בימים ההם איז געגאנגען די טענה מיטן צוגלייכן דעם מצב צו דעם מצב פון תשמ"ה ווען רבינו שליט"א איז אויפגענומען אין קרית יואל אלס רב ואב"ד, אז פונקט ווי דעמאלטס איז אויך געווען א גרויסער ציבור וואס האט זיך מתנגד געווען, פונדעסוועגן היינט צו טאג איז זי די שענסטע סאטמארע קהלה, און דאס זעלבע וועט אויך זיין אין וויליאמסבורג.

מען דארף זיך אבער מתבונן זיין, ווער זענען געווען די וואס האבן זיך דעמאלטס ארויסגעשטעלט קעגן דאס התמנות פונעם רבין אין קרית יואל, די גוטע פריינד פונעם ברך משה צו זיינע בלוט שונאים?, און ווידער ווער זענען געווען וואס האבן געקעמפט פאר די התמנות פונעם בן השלישי אין וויליאמסבורג, די גוטע פריינד פון ברך משה צו די זעלבע בלוט שונאים?. יבואו הדברים ויעידו על עצמן...

אויסער דעם האמת עד לעצמו ווי ס'האט זיך גאר שנעל ארויסגעשטעלט אז רוב ציבור האט דעמאלטס אויך מיטגעהאלטן מיטן רב, נאר מחמת אימת המושלים האט מען זיך פארמאכט דאס מויל, דוכט זיך אז קיינער פרובירט נישט צו זאגן אז רוב ציבור האט טאקע אזוי אויך געהאלטן אין וויליאמסבורג.

סך הכל, תשמ"ה האט דער רבי באצאלט א פרייז אז עס האבן אים איבערגעלאזט אזעלכע וואס האבן סיי ווי געקוקט מיט א בייז אויג אויף אלעם וואס גייט נישט אויפן טאקט ווי דער רבי זכרוינע לבראכע, און האבן געווארט א געלעגנהייט צו האבן א תירוץ אוועקצוגיין, און תשנ"ט איז דער פרייז געווען טויזנטער אנ"ש וואס האבן זיך געקלאמערט ביי זיינע טישן און הקפות און געשטאנען שעות אריינצוגיין מיט א קוויטל.

לייגט זיך אפילו אויפן שכל צו פארגלייכן די צוויי זאכן.

ודרך אגב איז כדאי צו פארצייכענען אז תשמ"ה ווען ר' הערשל פאלקאוויטש איז אריין בעטן דעם רבין אז ענדערש זאל דער בן השלישי קומען, האט אים דער רבי געעענטפערט בזה"ל: יודע צדיק נפש בהמתו.

אבער די גרעסטע ראיה אז ר' אהרן און זיינע מענטשען האבען אויך געוויסט אז עס איז דער ברך משה אליין וואס וויל עס און עס איז נישט משהס ארבעט; א ראיה אז ר' אהרן האט געוויסט אז זיין טאטע איז געזונט און איז ביי זיך, און ווייסט שוין איינמאל וואס ער טוט, ווייל פון יענעם פסח און ווייטער, זענען זיי אלע געווארען די גרעסטע שונאים פארן ברך משה אליין. זיי האבען דעם ברך משה אפען געשאלטען און צושטערט יעדע טיש, און צושטערט אלע תפילות אין ביהמ"ד. זיי האבען ביי גוט שבת זאגען די ערשטע וואך נאך די התמנות געשריגען קולי קולות ווען דער רבי איז ארויף אויפען ארון קודש.

ממש געווארן שונאים, איך בין געווען ביים רבין אומצאליגע מאל מיט א קוויטל נאך תש"ס, בדרך כלל איז איינס פון יעדע צען וואס מען האט געטראפן אין ווארט שטוב געווען פון די "נייע" חסידים, (אנטשולדיגט נישט פון די נייע חסידים, ווייל די זענען קיינמאל נישט געקומען, נאר די וואס זענען יא געווען אביסל חסידים פאר תש"ס און זענען יעצט אריבער צום בן השלישי האבן דעמאלטס געפילט אז מען מוז מחזק זיין דעם רבין, ווייל ממש ער האט נישט קיינעם) די איבריגע זענען געווען פון די א. ג. נייע שונאים. והדברים ידועים לכל, דאס דערציילט יעדער וואס איז געווען מיט א קוויטל נאך תש"ס.

ווייטער וואס ער שרייבט (אלעס א העתק פונעם גבאי בריוו סיון תש"ס) איז נישט כדאי מעיר צו זיין, ווייל הדברים ידועים לכל.

*
ווער ס'האט וואס מוסיף צו זיין קען שיקן אין תיבה אישית אדער אויף אי מעיל

[email protected]

 



תוקן על ידי האמתנעדרת ב- 02/08/2009 7:53:19




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/8/2009 07:24 לינק ישיר 

 

 

פרק ד' - רצון צדיק

פארמעגליך שרייבט:

"איך מיין אז עס איז געווען יענעם ווינטער ווען הירצקע צוויבעל האט אויפגערודערט סאטמאר אז דער רבי דער ברך משה האט אים געפרעגט, על פי לשונו: וואס האבן די רשעים געוואלט אז איך זאל זיי אונטערשרייבען. די רשעים זענען געווען אליעזר קעסטענבוים און משה דער גבאי.

עד היום הזה ווייסט קיינער נישט (אויסער הירצקע, אליעזר, און משה) וואס איז דעמאלטס פארגעקומען, אויב עפעס. עס איז שוין דורך אריבער 10 יאר און עס נאך אלץ נישט ארויפגעשווימען וואסערע חתימה האט איינער געוואלט צו טאקע ארויסדערווישט פונעם ברך משה".

איך בלעים נישט פארמעגליך אז ער ווייסט נישט, ער איז נאך געווען צו יונג, אבער מיר ווייסן וואס מיר האבן שוין יענע יארן געהערט פון ר' הירצקא צוויבל.

קודם פאר אלעם זע איך אז ער איז מודה אז דער רבי האט געפרעגט "וואס האבן די רשעים געוואלט אז איך זאל זיי אונטערשרייבען".

יעצט וועלן מיר דערציילן, כ"ז כסלו תשנ"ז איז נסתלק געווארן דער תולדות אהרן רבי ז"ל, און ווי באקאנט איז געווארן אין זיין קהלה א פילוג, אויך דורך זיינע אייגענע גבאים, ס'איז געווארן א תולדות אברהם יצחק רבי און א תולדות אהרן רבי.

סאטמאר האט ווי פארשטענדליך נישט געקענט נעמען א שטעלונג אין די מחלוקה, ממילא האט מען זיך אייניג צוגעשטעלט צו ביידע, אין חודש אדר תשנ"ז איז - מעגליך צוליב א געלט אקציע - געשריבן געווארן א המלצה בריוו פאר ביידע רבי'ס, ס'איז געווארן אונטערגעשריבן אינעם זעלבן טאג, אויב איך געדענק גוט איז עס געווען ד' אדר א', און אינעם זעלבן טאג האט דער רבי אונטערגעשריבן נאך א בריוו וואס האט געדארפט לויטען א צוואה איבער צוטיילן סאטמאר. (קוקט אויס אז דורך דעם וועג האט מען געקענט גרינגער ארבעטן אויפן רבין)

למעשה פלעגט דער רבי האבן ביי זיך א קאפי פון אלע בריוון, און עטליכע טעג שפעטער - קוקט אויס - האט זיך דער רבי געכאפט איבער וואס ער האט געשריבן, און ער האט אנגעהויבן צו זוכן דעם קאפי, ווי פארשטענדליך איז נישט געווען קיין קאפי צוליב סיבות ידועות.

ר' הירצקא צוויבל איז געווען איינער פון די נאנטסטע מענטשן פון רבין, אפגערעדט פון זיין עלטער, א אינגערמאן וואס האט שוין דעמאלטס געהאלטן נאך פופצן יאר פון האבן טעגליכע שיעורים מיטן רבין, א אינגערמאן א תלמיד חכם וואס איז זעלטן צו טרעפן אזא אינגערמאן אן א רבנות פאסטן, און ס'איז ידוע פאר יעדן ווי שטארק דער רבי האט אים מעריץ געווען, דער רבי אליין האט אים אמאל ברבים ביים טיש געהייסן זיך אריינזעצן אינעם אויבן אן נאך פאר ער איז געווען דרייסיג יאר!.

(און מיט דעם איז מורא'דיג פארשטענדליך פארוואס דער רבי האט אין אים געטראפן איש כלבבו איבערצוגעבן די צוואה איבער דאס ממלא מקום פאר רבינו שליט"א)

איז אויסגעקומען אז דער רבי האט געלערנט מיט אים, האט זיך דער רבי פאר אים אפגערעדט ער האט אונטערגעשריבן א בריוו, און ער טרעפט עס נישט, מעגליך דער רבי האט אים געזאגט בערך דעם תוכן מעגליך נישט, איך ווייס נישט, למעשה איז ער ארויפגעקומען אויפן תוכן פונעם בריוו און ער האט עס דערציילט פאר וועם מען דארף, און ס'איז געווארן א גערודער אין די קהלה.

דער גבאי ווען ער איז געוואר געווארן דערפון, האט ער איין נאכט אריבערגערופן ר' הירצקא צום רבינס הויז, ווי ער ער האט געהאט א מיטינג מיט זיינע נאנטע, און בפני כל עם ועדה האט ער אים אראפגעלאזט א פראסק, זאגנדיג יעצט וועסטו געדענקן צו האלטן דאס מויל.

די גאנצע אנאליז איבער ארויסשטעלן יודל וויינשטאק, און די סיבה וועגן פלאנירן ברויך נישט קיין ענטפער, ס'איז פראסטע הנחות וואס פארמעגליך (וואס געדענקט נישט פונקטליך פון תשנ"ז נאר פון תשנ"ו) האט באשלאסן.

נאר איין פונקט וואס ער שרייבט:

און באמת ווייסט מען נישט וואס דער פלאן פון ברך משה איז געווען תשנ"ו. קיינער ווייסט נישט, עכ"פ נישט וואס עס איז ידוע דערווייל פארן ציבור, צו דער ברך משה האט אלעס געוואלט געבען פאר ר' אהרן צו ער האט געוואלט געבען אויך פאר זיין אנדערען זון. און אט דער אומוויסענדיגקייט, דער אומקלארקייט, האט געמאכט אז ר' אהרן מוז זיך אנהייבען נעמען אליין.

יא פארמעגליך, קינדער אין די ווינדלען האבן נישט געוואוסט תשנ"ו, אבער מיר אלע האבן געוואוסט, און נאך ווי, טאקע אין יענעם יאר האט דער רבי באפוילן זיין צוואה פאר ר' הירצקא צוויבל און פארן סאטמרן רב פון מאנטשעסטער (און ווער ווייסט פאר וועם נאך וואס זענען כובש עדותם). און אין יענעם יאר חודש אייר פאר די אפעראציע האט דער רבי נאכאמאל געלאזט רופן זיין בן השלישי אים מודיע זיין אז ער זאל נישט טאטשן סאטמאר.

ס'האט דערציילט (כ'געדענק נישט מאמענטאל דעם נאמען, ווער ס'געדענקט זאל ביטע מעלדן) א איד וואס איז געווען גאר נאנט צום ברך משה, אין יאר תשמ"ג (אדער תשמ"ד) ווען די ישיבת עצי חיים אין ב"פ - וואס איז געשטאנען אונטער די פירערשאפט פונעם בן השלישי - האט זיך פארמאכט, האט דער רבי דעמאלטס געגעבן די נכסים פון די סיגעטע ישיבה און ביהמ"ד פארן בן השלישי (איך בין נישט קלאר אין די דעטאלן וואס פונקטליך ער האט באקומען ווער ס'ווייסט זאל ביטע מודיע זיין) האט דער איד דעמאלטס געפרעגט דעם רבין, אזא פארמעגן געט דער רבי פאר איין קינד, האט אים דער רבי געענטפערט, איך גיב אים גאנץ סיגעט זאל ער פילן ער האט באקומען גענוג, איך וויל נישט ער זאל אנרירן סאטמאר.

און דאס איז זיכער אז משה איז געווען דער געטרייסטער מענטש פארן ברך משה. אפגעזען וויפיל פאליטיק און גארבעדש עס איז אלץ געווארפען געווארען אויף זיין זייט, און וויפיל מען האט געזאגט אז ער פירט אריין דעם רבין אין אלע שמוץ און פאליטיק. ווייל קיינער ווייסט נישט וואס באמת האט זיך אפגעשפילט און וויפיל שמוץ ער האט גענומען אויף זיך אז עס זאל נישט גיין אויפן רביןס חשבון, כסדר כל הגבאים, וד"ל.

קודם זיי מסביר וואס מייינט דער וד"ל.

צווייטנס, דא איז שוין דא אשכול פון זיינע פעולות וואס האבן געהויבן דעם כבוד פון רבין, והמפורסמות אי"צ ראי', מען דארף זיי נישט איבער'חזר'ן.

נאר חזר גוט איבער די ווערטער, כסדר כל הגבאים, די גבאים האבן א גוטע היסטאריע.

די דריי האבען דאך פארוואנדעלט די גאנצע ארונישע פארטיי פאר די שוואכסטע מענטשען וואס עס איז נאר פארהאן. מען מוז זיי פארקויפען די גרעסטע שטותים אז זיי זאלען האבען די מינימאלסטע חיות. מען פארקויפט זיי וואך איין וואך אויס אזעלעכע דמיונות מיט חזיונות אז אלע פון זיי, האלטען נאכען ליינען אז די אנדערע זייט פון זיי, איז שוין קאפוט, פערטיג, טויט, געשטארבען.

די נארמאלסטע מענטשען זענען געווארען אזוי שוואך ווי זייער רבי. זיי קענען שוין נישט דורך גיין בעדפארד עוועניו ווייל אפשר וועלן זיי ח"ו זען וואס וועט זיי קענען ברענגען מחשבות אז זיי לעבען אין א דמיון.

אזוי וואלטן ענק געוואלט

אבער פאוואליע. עס שטעלט זיך א פראגע. פארוואס האט דער ברך משה טאקע באשלאסען צו שיקען זיין זון ר' זלמן לייב קיין ירושלים? קלוגע מענטשען האבען שוין איצט געזען אז סאטמאר גייט זיין צוטיילט. זיכער האט מען נישט געקענט פאראויס זען ווי טיף און ווי ברייט דער טיילונג גייט זיין, אבער א טיילונג אין חסידים האבען שוין קלוגע מענטשען פארגעזען, נו פארוואס האט דער ברך משה דאס געטון?

איין מינוט, פריער איז געשטאנען עפעס אנדערש, פריער שטייט

אלץ ווייסער וויסן צו דערציילען אז משה דער גבאי און ר' אהרן האבן געארבעט דעמאלטס אינאיינעם מיט א 'קנוניא' (כלשון עמרם כהן, עיין טעיפ סיון תשנ"ט) אז דורך שיקען דעם סיגוטער רב קיין ארץ ישראל וועט ר' אהרן אין חו"ל זיין דער איינציגער מ"מ און פולער פירער.... דערפאר האבען זיי צווישען זיך באשלאסען אז דעם קליינעם ברידער דארף מען טראגען ווי ווייטער מען קען, נאר דא זאל ער נישט בלייבען. זיי וואלטן אים דעמאלטס געטראגן קיין אסטראליע.

קשיא פארמעגליך אפארמעגליך, תיקו

און דא קומען די מורא'דיגע קשיות

קומט זיין נאנטער מענטש, הירצקע צוויבעל און זאגט, אז פאר אים האט דער ברך משה עס יא געזאגט נאך אין די יארען איידער ער האט שוין אנגעהויבען פארגעסען. צוויבעל באווארענט זיך און מאכט זיכער אז עס איז געווען יארען איידער די מחלוקה. וואס ער מיינט איז, אז עס איז געווען נאך איידער דער רבי האט אנגעהויבען פארגעסען, ווייל ר' אהרן האלט דאך אז אויב איז מען נאר אביסעל שוואך איז מען שוין דערנאך. א רבין וואס איז שוואך מעג מען פארשעמען פאר די גאנצע וועלט, מען "מוז" אויפשפילען פאר די גאנצע וועלט ווי שטארק די זקנה איז געווען קפצה. און די גאנצע טענה פון ר' אהרן און זיינע מענטשען איז, אז אלע זאכען וואס איז געשען פון תשנ"ט איז געווען צוליב דער רבי איז שוואך געווען און דאס ווערט נישט גערעכענט (נאר אויב ער מאכט אים פארטאגס רב הצעיר). דעריבער האט צוויבעל זיכער געמאכט צו זאגען אז דער ברך משה האט דאס אים געזאגט ווען ער איז נאך געווען געזונט און שטארק. דאס איז בערך תשנ"ה-נ"ו

(פון ראחובער רב וועל איך בכלל נישט רעדען ווייל דער ברך משה האט אין זיין לעבען נישט גערעדט צו שוטים. און ווער עס איז נאך נישט איבערצייגט איבער זיין "חכמה", זאל ביטע אויס הערען זיין עדותשאפט.)

צוויבעל איז דאן אלט געווען 27-29 יאר. קען דען זיין אז דער ברך משה איז געווען אזוי אומאחריותדיג אז פאר א יונגעמאנטשיקעל געט ער איבער אזעלכע דברים ברומו של עולם? קען דען זיין אז דער ברך משה איז געווען אזא אומחריותדיג אז די ווערטער זיינע זאל נישט ווערען דורך אים געהעריג פארשריבען? מען רעדט דאך דא פון איבער צו געבען די גרעסטע קהילה אויף דער וועלט, די גרעסטע מוסדות אין די וועלט, סאטמאר פארמאגט קע"ה 25-30 טויזענט תשב"ר כ"י, און דאס גיט מען איבער אזוי, נישט מיר און נישט דיר?

עס האט נאך דאן געלעבט די אלטע קהלס לייט, ווי ר' לייבוש, ר' סענדער, ר' יודל ראזענבערג, ר' משה ארי' גליק, ר' ליפא שווארץ, איז יעלה על הדעת אז זיי לאזט ער ארויס פון די האקעלסטע נושאים און גיט עס איבער פאר א שנוק? עס איז דאך דער גרעסטער בזיון פארן ברך משה אזא זאך צו טון.

געגעבן אזא שיס א סטעיטמענט אויפן ראחובער רב, און אלעס איז אפגעפרעגט, א איד וואס איז נערץ ונקדש אין גאנץ מאנשעסטער און ווייטער, אבער אויב טראכט מען נישט ווי די קאמפאני איז ער שוין פארקערט ווי א חכם.

יעצט די קשיא פארוואס דער רבי האט עס איבערגעגעבן נאר פאר ר' הירצקא און נישט פאר אנדערע איז קיין קשיא, איינס איז פארשטענדליך ר' הירצקא איז געווען פון זיינע נאנטסטע מענטשן, דער ברך משה האט געהאט א שטערקערן קשר מיט א תלמיד חכם ווי מיט א קהל'ס מאן צו א גביר א. ד. ג., ר' הירצקא איז דער איינציגסטער מענטש וואס ווען ער איז נתרחק געווארן פון רבינ'ס שטוב האט דער רבי איבערגעדרייט א וועלט פארוואס ער קומט מער נישט, אין ביהמ"ד האט אים דער רבי ברבים צוגערופן און געפרעגט, ממילא מיט זיין קרבות איז עס זייער פארשטענדליך, אפגעזען זיין עלטער.

צווייטנס, ווער זאגט דער רבי האט עס נישט געזאגט פאר די אלע אויסגערעכנטע מענטשן, האבן די אידן דען געלעבט בעת פטירתו של רבינו - אדער אפילו בעת דעם טיילונג - זיי זאלן עס קענען איבערגעבן, מי יודע אויב נישט פאר דעם האט דער גבאי געווארט ביז נאך זייער נפטר ווערן ווייל ער האט געוואוסט אז זיי ווייסן דעם רבינ'ס רצון. אונזער הייליגער רבי איז אבער געווען א חכם עדיף מנביא, ער האט נישט געוואוסט ווי לאנג ער וועט מאריך ימים זיין, האט ער גענומען עדות צוויי יונגע מענטשן פאר עדות (אויב נישט מער כנ"ל).




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/7/2009 19:17 לינק ישיר 

   

קודם א שטיקל הוספה צו די פרשת הרבנות אין ירושלים, באקומען אין אימעיל:

איך בין געווען ביי א ברית ביי איינע פון מהרז"ל'ס קינדער ווען מען האט אנגעהויבן רעדן וועגן אים שיקן קיין ירושלים און איך האב געפרעגט דעם קינד זיינעם (איך בין דעמאלס געווען זייער גוט מיט אים) אויב עס איז אמת, און צו ער וויל טאקע פארן

ער האט מיר געענטפערט: עס איז אלעס משה'ס משוגעת'ן מיין שווער וויל נישט פארן, מיין שוויגער איז זייער דערקעגן, עס איז אלעס משה מיט זיינע חשבונות.

מיר קענען נאר מוסיף זיין, אז דאס איז אויך געווען דער שמועס אויף די גאס יענע צייט, אז זיין רעבעצין איז גאר שטארק דערקעגן.

*

און יעצט נאך א אי מעיל בנוגע די געוואלדיגע התקשרות פונעם בן השלישי:

באקומען אין אי מעיל:

ווי באקאנט איז די אהבה והכנעה וואס רבינו שליט"א האט געהאט צי זיין טאטע איז נישט צים באשרייבען. צי וואס איך וויל צי קימען איז אז למשל שמחת תורה ווען ער האט שוין געהאט א הערליכע ציבור אין מאנראו איז ער נאך אלץ יעדעס יאר. יאר איין יאר אויס געקימען צים טאטען.

אין דערקעגן דער בן השלישי וואס האט געהאט אפשר 50 יודען אין ב פ איז זיך געבליבן פראווענען רעביסטעווע פאר זיך ("בחי' האב")

איין יאר איך מיין אז תשנ"ג.(נאך א מאל איך מיין.! נישט זיכער מען קען עס נאכקיקען אויף די מוצאי שמח"ת ווי באלד געשריבן)  ווען ער איז געבליבען אין ב פ. איז ער געקימען מוצאי שמחת תורה קיין וויס"ב ווייל די באגלייטען איז אים דאך אינטרעסאנט געווען איז ווען ער איז אנגעקימען איז ער גלייך ציגעגאנגען צי הויז אף בעדפארד אנשטאט צי קימען צים טאטענס טיש כדי צי קענען כאפען א גיטע פלאץ אויפן טראסע

מען האט באגלייט דעם רעבען ביזען הויז איך בין גשטאנען שוין א לענגערע צייט בעפאר.  געציילטע מינוטן בעפאר די רבי איז ארויס געקימען אין דער בן השלישי איז שוין גשטאנען אויפן פארטש קימט פליצלינג ארויס צי לויפען דער בן השני (בדומה לא) אין הייבט אן צי פראסקענען אין מאכען קולו קולות אויף אים "דיין ברידער אהרן האט א ריזיגן עולם ביי זיך איןדאך  ווייסט ער ציקימען צי טאטי אין די מיט דיינע פארשטינקענע פיפציג יודן קימסטי נישט. שעמ דיך". אין ער האט אים אראפ געווארפען די שטריימעל אין די (אמאליגע פענסי) גלעזער. ע"כ האי מעיל.

מיר האפן נאך אי"ה צו שרייבן א ברייטערע אנאליז אויף די פארלעצונגען, וואס מיינט פארלעצונגען, און ווער ס'האט געטון פארלעצונגען, ועוד חזון למועד

*

איידער מיר גייען צום שבת התוועדות, וועלן מיר קודם אביסל צוריקשפרינגען צו אנהייב יאר ווייל פארמעגליך האט זיך דערמאנט פון יודל וויינשטאק'ס חתונה.

איז אזוי, איבער די גאנצע אנאליז אויף מאנטשעסטער איז גוט נאר מעתיק צו זיין וואס 'וואלןסח' האט געשריבן, ווי פאלגענד:

יודל וויינשטאק איז געווען פארהאסט אפילו ביי אנ"ש צוליב זיין אויסערגעווענליכע קלוגשאפט, און פארשטענדליך אז ווי א יאר שפעטער וואס רבינו שליט"א איז געווען מער אריינגעטון בעניני קהלתינו און מען איז געקומען אין בארירונג מיט יודל וויינשטאק האט זיך מער ארויסגעשטארט דעם צורך פון האבן א צווייטער מענטש וואס זאל זין דער מוליך ומביא.

דער פלאן פון חיים שלמה פישער איז ערשט אויפגעקומען פסח תשנ"ח, חשון תשנ"ח איז גארנישט געווען אנדערש ווי חשון תשנ"ז אדער תשנ"ו, רבינו שליט"א איז געווען ביי די חתונה א לענגערע צייט, מנהג המקום אין אייראפע איז אז רבנים זאגן דברי תורה ביי די חתונה, רבינו שליט"א האט דארט אויך געזאגט דברי תורה און געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה אזוי ווי ער פלעגט טון ביי אלע נאנטע ידידים זיינע.

פארמעגליך שרייבט:

ר' אהרן איז געבליבען אין די פארשטופטע מאנטשעסטער אויף שב"ק און נישט געפארען צו די חסידישער לאנדאן ווי עס געפינט זיך א ריזיגע סאטמארע קהילה און זייער מוסדות התורה, ווייל ר' אהרן און זיינע יועצים האבען נאך דעמאלטס נישט געקענט וויסען ווי אזוי דער עולם אין אייראפע וועט אויף נעמען דעם פאלשען שבת התוועדות.

און ווען דער רבי איז אין לאנדאן פארט ער קיינמאל נישט צו די פארשטופטע מאנטשעסטער, ווייל ווען מען איז אין לאנדאן איז מען אין לאנדאן אין אין מאנטשעסטער איז מען אין מאנטשעסטער.

וועסטו פרעגן א מורא'דיגע קשיא פארוואס איז ער געפארן קיין אנטווערפן וואס איז ווייטער, דאס איז פשוט, ער האט געהאט א קינד דארט, און אז ער איז געקומען האט מען שוין צוגעשטעלט אהנחת אבן הפינה אויך.

אייראפע האט נאך קיינמאל נישט געהאט א שבת התוועדות צו וואס ניו יארק איז שוין געווען צוגעוואינט שוין עטליכע יאר.

מיר האלטן יעצט חודש חשון תשנ"ח, ס'איז געווען סך הכל איין שבת התוועדות בשלח תשנ"ז אין וויליאמסבורג, און איין שבת התוועדות אין אנטווערפן משפטים תשנ"ז, אפשר קען אונזער פארמעגליך מסביר זיין פון וועלכע עטליכע יארן שבת התוועדות ער רעדט?

נאכען אהיים קומען פון אייראפע איז פארגעקומען א גרויסער שינו ביי ר' אהרן. ער איז געווארען אזוי "פאמפד אפ" אז נאך יענעם שבת ביי זיין באטע האט ער, עפ"י עצת שמואל ווידער דער מח וואשער, אנגהויבען זינגען ניגונים במשך דעם גאנצען באטע.

נאכאמאל א הערה וואס 'וואלןסח' שרייבט, וכיהודא ועוד לקרא זענען מיר אויך עדות דערצו:

די געפערליכע סארט ניגונים וואס מען האט אנגעהויבן זינגען ביים באטע באשטייט פון: י-ה רבון עלם, י-ה אכסוף, און מה ידידות, דאס איז עס עד כאן. (וואס אגב רבינו הברך משה פלעגט די ניגונים אלס זינגען ביי זיך אינדערהיים, דוכט זיך בכלל אין סיגעט פלעגט מען עס זינגען, ער האט נאר געדארפט אויפהערן ווען ער איז געווארן רבי צוליב די רביזכרוינעלבראכע אידן, עיין ארטיקל סופערמעסי). איך האב דעמאלטס געלערנט אין ישיבה, און איך ווייס פארוואס און ווער ס'האט עס אנגעהויבן, יענע יאר איז געקומען פון ירושלים עיה"ק הר"ר אברהם יעקב יאקאב, און ער האט עס  אנגעדרייט, און די יועצים (ווי פארמעגליך רופט עס) זענען גראדע געווען דערקעגן, איך גיי נישט שרייבן קיין נעמען איך ווייס עס אבער פאר א פאקט, און דאס איז איינע פון די סיבות וואס דער ר' אברהם יאקאב ואחיו פארטראגן זיך נישט מיט די היינטיגע שטוב מענטשן.

און דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן שב"ק פרשת שמות תשנ"ח, קנאפע צוויי חדשים נאך מאנטשעסטער.

זייט דער הייליגער ישמח משה האט אנגעהויבען פירען טיש פאר צוויי הונדערט יאר צוריק. און וויבאלד ער האט האט נאר געזונגען כל מקדש און מנוחה ושמחה, זענען די חסידים קאלט ווי אייז. און די קאלט קייט האט זיך אריבערגעצויגען ווייטער צו זיין אייניקעל דער הייליגער יטב לב, וואס האט נאר אויך געזונגען די צוויי ניגונים, און אזוי האט זיך ווייטער געפירט דער הייליגער קדושת יו"ט און זיינע צוויי היליגע זון דער עצי חיים מיטען רבין ז"ל און שפעטער דער ברך משה.

זיי האבען געפירט טיש זייער פשוט. געזונגען שלום עליכם אן קיין תנועות מיט די הענט, זיי האבען קידוש געמאכט, ווייטער אן קיין שרייען מיט קולות, געטיילט שריים, געזונגען צוויי זמירות, געזאגט תורה, געגעסען לעבער, געבענטשט און געטאנצט אין א רינג אז ביום השביעי.

ווי דערמאנט אויבן, קוקט אויס פארמעגליך קען נישט די סיגעטער היסטאריע, אין סיגעט האט מען געזונגען מער ווי כל מקדש און מנוחה ושמחה, פארוואס ביים דברי יואל נישט ווייס איך נישט, אבער דאס איז דער מציאות.

*

חנוכה תשנ"ח האט דער בן השלישי געצינדן חנוכה לעכט אין ביהמ"ד באגלייט מיט א כאר. (נישט קיין פארלעצונג)

מוצאי שבת שקלים תשנ"ח איז פארגעקומען א מלוה מלכה פאר אינגעלייט יוצאי הישיבה, א שטייגער ווי איחוד התלמידים.

חוהמ"פ תשנ"ח האט רבינו שליט"א געזאגט די יערליכע חוה"מ דרשה אין וויליאמסבורג.

נאך פסח תשנ"ח האט זיך מאיזה סיבה אויפגעהערט די תמיכה פון רבינ'ס שטווב פארן כולל עצי חיים אין בני ברק. (מפי' ר' אורי' שווארץ)

שבועות תשנ"ח האט דער רבי מכבד געווען רבינו שליט"א זאגן דעם קרעפיל פשטל, און דערנאך האט דער רבי מוסיף געווען כמה חידושים בדרך אגדה.

סיון תשנ"ח איז געווען די חתונה פון חדב"נ ר' דוד דוב דושינסקיא, וועלן מיר צוריקגיין און זען וואס פארמעגליך שרייבט:

"דער שקר אז ר' מאיר בראנדסדארפער איז שרעקליך מקושר צו ר' אהרן איז אין תשנ"ח געווען אזוי גרויס אז קיינער האט דאס אפילו נישט געקענט אפלייקענען. עד היום הזה ווייסט מען נישט וואס דער שקר פון דעם קשר האט באדייטעט. ר' מאיר האט ביז זיין לעצטען טאג אויף די וועלט למעשה גארנישט דעליווערט פאר ר' אהרן און אפיציעל איז נישט געווען עפעס וואס ער האט אפילו איינמאל ארויסגעוויזען פאר ר' אהרן מער ווי פאר זיין ברידער".

אהבה און הערצה איז א זאך וואס יעדער זעט, מיר אלע האבן עס געזען ביי די גרויסע חתונה סיון תשנ"ח די מחול לצדיקים, און מיט וויפיל פארמעגליך וועט עס וועלן מינימייזן וועט אים עס נישט העלפן, און ס'האט זיך אנגעזען שפעטער אויך עטליכע מאל ווען זיי האבן זיך געטראפן עד שנתו האחרונה ועד בכלל, ביי די שבע ברכות פארגאנגענעם ווינטער אין בני ברק.

מיר דארפן נישט מער ווי דעם וואס מיר האבן צוגעזען ביי די באזוך פון ר' מאיר ביי רבינו שליט"א אין ירושלים אלול תשס"ז, ווי רבי מאיר האט עטליכע מאל געבעטן (היות ס'איז געווען אפגעשמועסט אז מען גייט נישט צו קיין שום פרעמדע מוסד) רבינו שליט"א זאל קומען באזוכן די בית השחיטה פון די עדה זאגנדיג בלשונו "ס'וועט אונז זיין א גרויס כבוד און חשיבות", עיני ראו ולא זר, אז איר ווילט קענט איר קריגן אויף א מציאות. דער גאנצער באזוך ביי די שחיטה וי אזוי מען איז אדורך יעדע זאך.

זאת ועוד, איך וועל נישט זיין איבעראשט צו הערן אין יארן ארום ענליכע ווערטער אויף הרב וואזנער שליט"א דער שקר אז הרב וואזנער בראנדסדארפער איז שרעקליך מקושר צו ר' אהרן איז אין תשס"ח געווען אזוי גרויס אז קיינער האט דאס אפילו נישט געקענט אפלייקענען. עד היום הזה ווייסט מען נישט וואס דער שקר פון דעם קשר האט באדייטעט". דער פאפיר איז אלעס סובל.

ווייטער שרייבט ער:

"עס איז מיר נישט באקאנט ווען ר' אהרן האט דאס אפגעמאכט, צו ווער עס האט אים געגעבען די עצה אז מיט דעם וועט ער זיך אהערשטעלען אלץ א תקיף און א בעל יכולת, אלץ א פירער און אלץ א קנאי איינס אין דער וועלט, אבער בלויז עטליכע מינוטען אינעם קבלת פנים, וואס איז פארגעקומען אונטען אין זאל פון ביהמ"ד, האט זיך ר' אהרן, אן די ברילען מחמת גרויס ערנסקייט, ספאנטאניש אויף געשטעלט פון זיין פלאץ און זיך גענומען שרייען מיט אום באנימענע קולות: שייגעץ הער אויף צו כאפען בילדער! טראגטס אים ארויס! עס איז א ערנסטער זמן, דער טאטע זיצט דא, מען וועט נישט כאפען קיין בילדער. און לאזט וויסען פארען גאנצען ציבור, אז ער וועט נישט לאזען כאפען קיין בילדער ביי די גאנצע חתונה. עס איז א חוצפה נוראה! ער האט געמאכט איבערקערענישען צוויי מאל ביי די קבלת פנים, אזוי ווייט אז דער ברך משה האט אים שוין געהייסען אויף הערען צו שרייען".

מיר איז יא באקאנט, פון ווען מיר קענען רבינו שליט"א איז ער געווען באקאנט אלס אויסגעשפראכן קעגן בילדער, ווער ס'איז מיטגעווען ביי די נסיעה אין א"י תשנ"ד ווייסט דאס צו דערציילן, ס'איז אפילו געבליבן א באקאנטע בילד ווי רבינו שליט"א וייזט אויף איין בילדער כאפער ער זאל אויפהערן (דאס בילד איז געכאפט געווארן פון די אנדערע זייט פון א צווייטן בילדער כאפער)

מיר געדענקן גענוג טישן ביים רבין ז"ל וואס רבינו שליט"א האט פארפירט קעגן בילדער כאפער, און יא, מיר געדענקן אויך ווען רבינו שליט"א האט ביי די פתיחה ל"ג בעומר תשנ"ח מעורר געווען וועגן פיקטשערס וואס בחורים כאפן, און דער "געטרייע" גבאי האט צוגעשטעלט זיינס א מענטש וואס זאל האלטן אין איין בליצן פיקטשערס ביים ל"ג בעומר טיש (שפעטער אין זעלבן טאג באותו מקום) צו ווייזן אז מען דארף נישט פאלגן. (און יענע טיש קען באצייכנט ווערן דאס ערשטע מאל וואס א טיש איז געווארן איבערגעדרייט צוליב דעם גבאי).

און במשך די יארן שפעטער האבן מיר אויך כמה פעמים געהערט רבינו שליט"א מתריע זיין דערקעגן, נאר וואס, מיר ווייסן אז אונזער פארמעגליך גייט דא פרעגן א לומד'ישע קשיא, זעסט דאך היינט איז ער שוין נישט מוחה בריש גלי אזוי ווי דעמאלטס, דער תירוץ איז זייער פשוט, און דאס פאדערט א לענגערע אפהאנדלונג אויף אסאך זאכן וואס האט זיך געטוישט ווען מען האט זיך דערזען מיטן מציאות, אז דאס תקיפות ווען ס'קומט צו עניני הדת קלאפט נישט גוט צוריק, ווייל מיר לעבן נישט אין יאר תר"פ נאר אין יאר תש"ס, און הגם שאל אביך ויגדך אז אזוי האט אויסגעקוקט א רב אינדערהיים, און אזוי האט ער מוחה געווען קעגן זיינע אייגענע בני הקהלה ווען ער האט געזען א פירצה, דאך איז עס אנדערש אינעם היינטיגן דור. און ווי געזאגט עוד חזון למועד א לענגערע אפהאנדלונג אויף דעם. (און דאס איז שוין אפגערעדט פון דעם אז אין יענע יארן איז געווען גרינגער לוחם צו זיין אויף בילדער ווי היינט ווען יעדער האט א קעמערע ביי זיך אין טאש אויב האט ער א טעלעפאן אויך)

ביי די חתונה האט זיך ר' אהרן ניטאמאל אונטערגעהויבען ווען הרב דושינסקי איז אריינגעקומען צו די חתונה. און נאכמער, הרב דושינסקי האט אפגענומען מז"ט פון דעם גאנצען אויבען אן, אויפן וועג גייענדיג צו זיין פלאץ אין מיטען, און ווען ער איז אן געקומען צו ר' אהרן און געגעבען די האנט, האט זיך ר' אהרן נישט אויפגעשטעלט און נישטאמאל זיך אויס געדרייט אויף זיין זייט, נאר אים צוריק געגעבען די האנט ריק ווערט, אין די זעלבע צייט ווען דער ברך משה האט יא אפגעגעבען דעם גרעסטען כבוד פאר הרב דושינסקי. דאס האבען געזען אלע הרב דושינסקיס מענטשען.

דא קען מען אנהייבן דן זיין צו דער רבי האט אים בכלל באמערקט צו נישט, אבער א שאד די צייט זיך קריגן אויף א מציאות ווען ס'איז א מעשה פון איבער צען יאר צוריק.

כאטש ר' אהרן האט שוין חתונה געמאכט אין קרית יואל דריי קינדער פאר די חתונה, און דאס איז געווען זיין זעקסטע קינד, דאך האט מען ביי יענע חתונה געפילט אין די לופט די רבי'סטעווע, מען האט געבויט דאס ערשטע מאל א שאטער ספעציעל פאר'ן עסן, און ר' אהרן איז ארומגעגאנגען ביי די סעודה טיילן מזל טוב פאר יעדן איינעם. ר' אהרןס יועץ פרטי אהרן מתתיהו דייטש מיט נאך צענדליגער "שוויצערס" האבן באגלייט די מערכה פון א' ביז ת' אז עס זאל קלאפן מיט די רביסטעווע פונעם רב הצעיר.

ווער ס'קען פארצייכענען וועלכע חלקים עס האבן ביי די חתונה איבערגעשטיגן די חתונה פונעם וויליאמסבורגער רב און פון ר' העניך זאל ביטע פארצייכענען.

א שאטער איז געווען זייער פארשטענדליך, א יאר פריער (אב תשנ"ז) איז געווען אויפן זעלבן מקום די חתונה פון בן אב"ד מאנטריאל שליט"א, און ס'האט נישט געקלאפט ביים צושטעלן די בענק צום מצוה טאנץ, האט מען אויספרובירט דעם וועג אז דער פלאץ פון עסן זאל נישט זיין די זעלבע פלאץ פון טאנצן.

דאס ארומגיין טיילן מזל טוב פאר יעדן איז א זאך וואס יעדער פשוטער מחותן טוט, און דער רבי אליין האט עס אויך געטון ביי די פריערדיגע חתונות.

די חלק פונעם טאנץ מיט רבי מאיר איז שוין פריער געשריבן געווארן.

פארמעגליך שרייבט איבער קבלת פנים פארן בי"ד:

פון דארט איז דער רבי אינאיינעם מיטען בית דין ארויס אויף די גאס צום גרויסן סטעידש אויף בעדפארד עוועניו וואו עס האט זיך באטייליגט טויזנטער מענטשען. צום ערשט האט גערעדט דער ראש הקהל ר' סענדר דייטש ז"ל, און אין נאמען פונעם ברך משה האט גערעדט זיין איידעם רבי חיים יהושע דער רב אין מאנסי. דאס האט ר' אהרן נישט אויסגעהאלטען און אויך נישט זיינע מענטשען, ווייל זיי האבן געוואלט מען זאל קענען איבערשפילן די פריערדיגע צוויי מסיבות, התייסדות קרן הצלה און שנת העשר, וואו דער ברך משה איז געווען דער הויפט רעדנער ביים קבלת פנים. דערנאך האט גערעדט ר' מנשה כ"ץ אב"ד פריימאן. נאכדעם האבן גערעדט ר' משה הלברשטאם און ר' מאיר בראנדסדארפער. צום סוף האט גערעדט הגאון ר' טובי' ווייס שליט"א דעמאלט דומ"ץ אנטווערפען היינט גאב"ד ירושלים.

מיר וועלן פארציילן נייעס פאר פארמעגליך, רבינו שליט"א איז ביי די קבלת פנים נישט געווען, די סיבה דערפון ווייל יענעם טאג איז ל"ע נפטר געווארן אשת הרה"ח ר' וואלף גליק שליט"א יו"ר וועד להוצאת ספרי רבינו שליט"א איינע פון זיינע נאנטסטע מענטשן, און לכבודו איז דער רבי געבליבן ביי די לוי' מספיד זיין און נישט געקומען צום קבלת פנים.

ביי דעם גרויסען עצרת אין ארמארי געביידע האט שוין ר' אהרן יא גערעדט און ער האט זיך אויפגעטאן מיט א דראמאטישען טאן און געפאמפעט: "פון קרית יואל אליין איז אריינגעקומען איבער א מיליאן דאלער פאר קרן הצלה"... זיין דרשה איז דעמאלט געווען די "סטעיט אוו די יוניאן" ביי די אהרונים, מען האט דעמאלט געשמועסט אז דער חבר הביד"צ ר' יעקב בלויא האט זיך נאכדעם אויסגעדריקט: שוין לאנג נישט געהערט אזא דרשה מלא שחצנות!

אינטערעסאנט איך האב באלאנגט דעמאלטס ביי די אהרונים, איך האב קיינמאל נישט געהערט אזא אויסדרוק בשם ר' יעקב. אפגערעדט פון זיין הערצה צום רבין וואס האלט אן עד היום הזה.

*

זומער תשנ"ח איז דער ברך משה געפארן צום ישמח משה'ס יארצייט מיט אלע זיינע קינדער.

די ווידיא וואס מען האט ארויפגעלייגט ווי רבינו שליט"א נעמט די בעכער פון טאטן און גיט פארן קליינעם ברידער צו טרינקען, איז פון די יא"צ סעודה כ"ח תמוז תשנ"ח אין דעברעצין ביי יענע נסיעה. וואס ביי די סעודת הילולא האט דער רבי מכבד געווען רבינו שליט"א צו זאגן דברי תורה. (מן הסתם דעם יונגערן ברידער אויך ער האט זיך נאר נישט געהאט צוגעגרייט)

ביי יענע נסיעה איז געווען א כאאסישע איבערקערענישט און אוממסודר'גקייט, ווער ס'איז געווען ביי יענע נסיעה ווייסט צו דערציילן, ס'איז אבער נישט דאס פלאץ דא פאר דעם.

אינעם זעלבן זומער האט סאטמאר פארלוירן דריי גענערעלער, וואס מיט זייער פטירה האט דער גבאי ראויג געקענט זאגן "אזיל גברא דקא מספינא מיני'" תלתא משמע. הרה"ח ר' לייבוש לעפקאוויטש ט' באב, הרה"ח ר' ליפא שווארץ י"ט באב, הרה"ח ר' סענדר דייטש י"א אלול.

י"א אלול תשנ"ח איז געווען די גרויסע באבובע חתונה בת אב"ד סאטמאר ב"פ, דאס ברויך א עקסטערע אפהאנדלונג וואס דער גבאי האט געוואלט צופיקסן ר' בעריש, די כאאס ביי די חתונה וכו'.

*

פארמעגליך שרייבט:

ווי שוין געשריבען פריער זענען ענדע יאר תשנ"ח נפטר געווארען דריי אלטע לייבען פון סאטמאר, ר' לייבוש לעפקאוויטש, ר' סענדער דייטש און ר' ליפא שווארץ פון ירושלים. און אום דירעקט האט זייער הסתלקות געהאט א אפעקט אויף די מחלוקת אין סאטמאר. נאך זייער נפטר ווערען איז דער מצב געווען אין די בחינה פון וימת יוסף וכל אחיו וכל הדור ההוא, און ווי עס שטייט ווייטער אין פסוק ויקם מלך חדש על מצריים אשר לא ידע את יוסף.

די דריי זענען געווען אן א שיעור מאל מער ערנסטער ווי להבדיל בערעל פרידמאן און יצחק ראזענבערג. זיי וואלטען ווען קיינמאל נישט צוגעלאזט אזא עסק ביש, און אפילו ר' אהרן אליין וואלט זיך געשעמט צו פירען אזא ביליגע מאכט-געכאפעכץ. אבער עס איז געווען באשערט אז די אלע עלטערע בונים פון סאטמאר זאלען נישט מוזען צוזען וואס איז געשען צו סאטמאר, וואס זיי האבען אזויפיל געהאלפען פארן רבין זי"ע צו בויען און עס פירען.

ר' לייבוש און ר' סענדער האבען קיינמאל נישט געגליכען ר' אהרן ווייל זיי האבען אים געקענט פון דער נאנט און עס איז געווען באקאנט אז ר' זלמן לייב איז פאר זיי מער צום הארצען.

עיין לעיל, והדברים ידועים, און די קשיא ווערט נאר שווער, היכי תמצא אז בחיים חיותם האט מען נישט געקענט מאכן דעם טשעינזדש אין סאטמאר, נאכן קוקן דעם ריפארט קארד תשנ"ו (ווי פארמעגליך רופט עס), און ערשט ווען די אלע זענען נפטר געווארן דעמאלטס האט מען געמאכט דעם טשעינזדש.

*
ווער ס'האט וואס מוסיף צו זיין קען שיקן אין תיבה אישית אדער אויף אי מעיל

[email protected]



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 05/08/2009 2:56:41




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2009 17:08 לינק ישיר 

 

פרק ג' - בימיו נפלגה הארץ

פארמעגליך שרייבט:

"און איך מיין אז ווינטער תשנ"ז האט זיך טאקע דער סיגוטער רב באזעצט אין ירושלים. צום סורפרייז פון סאטמאר אין ירושלים האט דער רב זייער מצליח געווען און זיי האבען אים זייער געגליכען".

יונגערמאן, איר מיינט נישט גוט, מיר וועלן אביסל אראפלייגן די השתלשלות.

ווי אויבן דערמאנט האט דער גבאי אפגעשטעלט רבינו שליט"א כ' אלול תשנ"ו פון אויסרופן ר' חיים הערש אלס רב אין ירושלים, אבער ווי לאנג קען מען שלעפן, אינדערצווישן האט זיך אנגעהויבן א רעדע אז מען קען אים נישט אויפנעמען ווייל ער איז נאך צו יונג.

ווען רבינו שליט"א איז אהיימגעקומען דעמאלטס פון ארץ ישראל, און למעשה איז ר' חיים הערש נאכנישט געווען רב אין סאטמאר ירושלים, איז דעמאלטס אביסל נתגלה געווארן דער ציל פונעם גבאין, און במשך די קומענדיגע חדשים איז די זאך געווארן מער און מער קלארער.

אין כסלו תשנ"ז געשיקט רמ"מ טירנויער זאגן א דרשה דארט, ס'האט געהייסן א פלאן אז ער זאל ווערן דער רב אין סאטמאר ירושלים, למעשה האט ער נישט צופיל נושא חן געווען, זאת ועוד אחרת ער האט זיך צובראכן א פיס, און סוף כל הדברים איז די זאך אראפ פון טיש.

אינצווישן האבן אנגעהויבן קומען שמועות אז די קאמפאני וויל שיקן דעם בן השלישי קיין ירושלים, און ס'איז אפן געהערט געווארן דעמאלטס אז דער רבי וויל צוטיילן סאטמאר, רבינו שליט"א זאל זיין אין אמעריקא און דער בן השלישי אין ארץ ישראל און אין אייראפע.

עס איז כדי צו באמערקן אז דאן פאר דער בן השלישי איז געפארען קיין ירושלים בשליחות פון די צוויי "געטרייע" שטוב מענטשן פון רבין (פר"מ קסט"ב), האט דער אותו האיש באקימען א בריוו פון איינעם פון ראשי הקהלה, קעגען דעם געדאנק, מיט די סיבה פון מאויבי תחכמני, אז וואו באלד די לעפקעס מיט די יאקאבאוויטשליך בראש פון דעם אומפארגעסליכען וויגדער ווילען אזוי שטארק אז דער בן השלישי זאל פארן, דארף דאס פאר אינז זיין די גרעסטע סימן אז ער זאל נישט פארען.

נאכן באקימען דעם בריוו איז דער אותו האיש ארום געגאנגען און ביהמ''ד שמעקען ווער עס האט זיך געוואגט אים צו שיקען אזא בריוו, וואו איז מען אזוי שנעל דערגאנגען זיינע קרומע שריט? , אבער ער האט נישט געקענט דערגיין ווער עס איז.

א פאר יאר נאכדעם, ווען די מלחמה האט שוין געפלאקערט, צוישען פסח און שבועות תשנ''ט האט זיך אויפגעשטעלט און זופניק הרה''ח ר' יודל ווערצבערגער שליט''א און ער האט ארויס גברענגט די זעלבע זאך וואס עס איז געשטאנען אויף די בריוו ווארט ביי ווארט!

דער אותו האיש איז געווארען ווילד, די נערווען האבן אים אנגעפאנגען שפילען, ער ער האט א טאג נאך דעם געטראפען ר' יודל און ער האט געפענט אויף אים א פיסק מיט די ערגסטע ווערטער די שיגץ! די רשע! איך דאווען מיט דיר אויף איין באנק, און די קענטס מיר נישט זאגען אז דו האסט געשריבען דעם בריוו, ווארט נאר ווארט!

א פאר וואכען נאך דעם האט כלל ישראל טאקע געהאט די זכיה, ווען דער אותו האיש האט זיך אויף געשטעלט און זופניק, און אראפגעריסען דעם ר' יודלען אפען ארגסטען פארנעם, ניטאמאל אויף ר' עמרם כהן הי''ו האט ער אזוי גערעדט!

עכ''פ עס האט אים געבאדערט, ווען מען כאפט אויף זיינע שיגץ שטיק, ער האט דאס נישט געקענט פארנעמען, ער האט געחלישט צו בלייבען א שיינע יוד, אויס זען וואו ר' יוסל , אשכנזי נישט וואלדמאן!

כ"ט שבט תשנ"ז איז געווען די ערשטע פראבע אז דער בן השלישי זאל זאגן א דרשה אין בני ברק ביי די מסיבה לטובת המוסדות, און זען צו ער איז נושא חן ביים ציבור. למעשה איז זיין שוואגער דער מאקאווער רב דעמאלס אוועק, און דער בן השלישי האט עוסק געווען פאר די משפחה, איז אין די לעצטע מינוט געטוישט געווארן דער פלאן, און רבינו שליט"א וואס האט יענעם שבת שקלים געדארפט זיין אין אנטווערפן, געמאכט א סטאפ אין ארץ ישראל, און געזאגט די דרשה.

למעשה איז דער בן השלישי ערשט געפארן שבת החודש תשנ"ז קיין ירושלים פאר א.ג. פראבע, ס'זענען מיטגעפארן עטליכע ראשי קהלה, און דעמאלטס ווען מען האט געבעטן הרה"ח ר' סענדר דייטש ז"ל ער זאל מיטפארן, האט דער חכימא דיהודאי געענטפערט "איך וויל נישט האבן קיין חלק אין צוטיילן סאטמאר".

(הגה, מיר טוען מוסיף זיין עטליכע ווערטער, נאכדעם וואס אין די לעצטע טעג האבן מיר געזען עמיצער שרייבט מיט א קלארקייט אז ר' סענדר איז דארט געווען, מיר האבן זיך פארבינדן מיט גוטע פריינד אין ירושלים מברר צו זיין, און די האבן באשטעטיגט אז ר' סענדר איז טאקע געפארן צו די מגבית וואס איז פארגעקומען לטובת מוסדות יטב לב, אבער אויף שב"ק איז ער קלאר נישט געווען דארט, און ער האט געזאגט דעם סטעיטמענט אז ער וויל נישט האבן קיין חלק און צוטיילן סאטמאר)

און דא איז אויך דאס פלאץ ארויסצוברענגן די גרויסע אהבה (מסותרת) וואס ר' סענדר האט געהאט צו קאמפאני, וואס פארמעגליך וויל דאס אפלייקענען און איבערדרייען קערה על פי', ס'האט זיך ארום געדרייט א ווערטל בחדשים האחרונות לימי חייו, ווי באקאנט איז ר' סענדר נעבעך געווען קראנק אויף די ביטערע מחלה, און די דאקטורים האבן געזאגט אז זיי קענען עס ארויסנעמען מיט לעזער שטראלן, האט ר' סענדר זיך אנגערופן, פון "לעזער" האב איך שוין גענוג געהאט.

אגב, האבן מיר באקומען א ידיעה אין אישית, אז ווען ר' סענדער איז געליגען און שפיטאל, איז אים דער בן השלישי געגאנגען מבקר חולה זיין, האט אים ר' סענדער געפרעגט און פנים, פארוואס פארסטו אויף ירושלים? ווייסטו דען נישט אז די וואס האבן דיר געשיקט, ווילן אז זאלסט דערנאך קימען קיין וומ''ס, און דאס וועט גורם זיין א חלוקה און סאטמאר?

האט אים דער נועם המידות גענפערט בנועם מידותיו! אז וואס זאל איך טאן? דער טאטע וויל אזוי!

האט אים ר' סענדער גענטפערט! איך ווייס וואס דיין טאטע וויל, ער וויל נישט אז די זאלסט פארען קיין ירושלים!

זייט דעמאלס, האט ר' סענדר מער נישט געוואלט אים קיקען און פנים, ער האט געזאגט פאר זיין אייניקל (וואס האט פארציילט די דאזיגע עפיזאד) אז ווען ער קימט זאל ער אים זאגען אז ער שלאפט.

ענדגילטיג האט ער זיך באזעצט אין ירושלים ווינטער תשנ"ח, נאכן געבן א בליק אויף די טעיפ פון די חתונה פון זיין טאכטער אלול תשנ"ז, זעען מיר אז ס'שטייט נאך דארט אב"ד סיגעט.

יעצט צו מען האט אים געגליכען, קלאר אז יא (עכ"פ אזוי זענען דעמאלט געווען די שמועות), ער האט געלעבט זייער גוט מיטן ציבור, קיינעם נישט געטשעפעט, עכט א וואוילע רב.

יעצט צוריק צו פארמעגליך:

בעפאר ער איז אנגעקומען האט ער זיך אויסגענומען מיט די היזיגע פאליטיקאנטען אז אלע פאליטיק וואס איז דאן געווען אין ירושלים (אנשיל שווארטץ וואס איז געווען זייער פארפיינטעט ביי אלעמען דארט און אויך האט ער זיך צו ריבען מיט די היזיגע פאליטיקאנטען, און ר' חיים הערש מייזליש) דארף זיין געסעטעלט בעפאר ער פארט. און מען האט זיך צוגעשטעלט.

ווען ער איז אנגעקומען דארט איז אנשיל שווארץ שוין געווען אינדרויסען פון די הנהלה המוסדות און ר' חיים הערש מייזליש האט זיך באזעצט אין בני ברק און איבער גענומען די ראש ישיבה אמט פון ר' מענדעל דאווידאוויטש וואס האט געהאט דעם אמט פאר 35 יאר, און מען האט ארויסגעשטעלט נאר דערפאר ווייל ר' חיים הערשען דארף מען עפעס א טיטול געבען. דאס הייסט לכאורה א ריכטיגער מתכבד בקלון חבירו.

פרשת אנשיל שווארץ דארף א עקסטערע אפהאנדלונג, ער איז געווען דער תמיד של שחר אין די מחלוקה, וואס האט דערנאך קראנק געמאכט זיין טאטן הרה"ח ר' ליפא הי"ד. די שני עושי רשע האבן אים ענג געמאכט דאס פלאץ און ענדגילטיג פארשיקט ווייל ער האט געוואוסט צופיל, ער האט געהאט די ביכער און רעסיט ביכער, וואס מען האט זיך געקענט איבערצייגען שווארץ אויף ווייס אז דער גנב קעסנבוים האט נישט נאר נישט געגעבן קיין איין פעני פון זיין טאש פאר קרית ויאל משה! נאר ער האט זיך אנגעפילט די טאשען, אז ער מיט זיינע קינדער זאלן זיך קענען רופן ''פיטרון'' די קימענדיגע 500 יאר!!!!

צוליב די דאזיגע חטא האבן די תרי צנא דדהבא ארויסגעשליידערט ר' אנשיל וואו א הינט! און ר' ליפא שווארץ וואס האט אויפ געבויט די מוסדות דארט מיט די צוויי הענט, האט שיעור באקימען א הארץ אטאק! ווען עס קימט אבער צו שררה צו געלט ווער קיקט אויף א זעלכע זאכען?

מיר ווילן נאר פארשטיין, פארוואס ווען מען פארשיקט (כלשונו מען סעטלט) ר' חיים הערש כדי דער בן השלישי זאל האבן א פאסטן איז עס נארמאל, און ווען מען פארשיקט ר"מ דאווידאוויטש ר' חיים הערש זאל האבן א פאסטן איז עס מתכבד בקלון חבירו. מאי חזית דדמיך סמיק טפי????.

און צו די זייט איז כדי צו נאטירן א שיינע עפיזאד וואס איז זיך פארלאפן, אנהייב ווינטער תשנ"ח איז ח"י גאלד געקומען אין אוצר הספרים פון די מתיבתא און געבעטן א דיסק פון אלע פתגמין קדישין'ס וואס די ישיבה האט ארויסגעגעבן, זאגנדיג אז דער בן השלישי דארף עס פאר מראי מקומות, האט מען אים געגעבן א פרינט אוט, ער איז אבער נישט געווען צופרידן, ער דארף דוקא א דיסק, למעשה ווען ער האט עס נישט באקומען איז ער געגאנגען צו רבינו שליט"א, און על פי פקודתו האט מען עס געגעבן. (פאר די וואס ווייסן נישט האט רז"ל געהאט (קען זיין ער האט נאך) א קאמפיוטער אינדערהיים, פארשטייט זיך נאר מען האט עס גע'אסר'ט).

ס'איז נישט מער ווי פארשטענדליך, ער האט זיך געזען מיט א עול פון זאגן יעדע וואך צוויי מאל תורה, אין די צייט וואס ביז היינט האט ער געדארפט זאגן איינמאל א זמן א דרשה, האט ער געדארפט אביסל הילף, און דער עלטערער ברודער האט אים עס גערן צוגעשטעלט.

אויף די שיינע באשרייבונג וואס ער שרייבט איבער ירושלים וועלן מיר נישט קאמענטירן, מיר וועלן אננעמען אז אלעס איז אמת ויציב.

מיר וועלן נאר צוגיין צו וואס ער שרייבט:

"ר' אהרן האט זיך אין דער ענדע געבראכען. ער האט אנגענומען די בקשות פון בני ברק אז זיי ווילען נאר אים האבן אלץ רב, און משה מיטען ירושלימער רב וועלען אים אין דער ענדע באגראבען.

 און מתתיהו דייטש האט אים אויפגעקלערט אז עס איז צייט אנצוהייבען זיך בויען. מען קען נישט ווארטען אויף מיתת אביו, מען מוז אנהייבען שוין ווערען אומאפיציעל רבי איבער גאנץ סאטמאר.

זיי האבען אים דערפאלגרייך אויפגעקלערט אז עז איז צייט אנהייבען מאכען שבת פאר זיך, ער דארף זיך ארומנעמען מיט נייע מעטשען און אפלאזען זיין טאטענס נאנטע, ווייל זיי וועלען אים נישט לאזען אלעס טון. זיי וועלען פאר זיכער נישט צו לאזען אז ר' אהרן זאל שוין ווערען דער מ"מ.

 און בני ברק האט באקומען די גוטסהייסונג פון קרית יואל אז ער שטייט זיי צו דער האנט און ער וועט זיי ח"ו נישט לאזען פאלען.

 און אזוי האט ער אנגעהויבען אריינצוקומען אויף שבתים קיין וויליאמסבורג צו מאכען התוועדותן ווייל זיין טאטע זיצט אין פלארידע און די יונגעלייט ברויכען א דבר חיזוק ווי קאלט וואסער פאר א מידען און אויף קיין בארא פארק ווייל די דארטיגע יונגעלייט זענען שוין אויך פארחלשט פאר די דברי חיזוק.

 און אונטער די קוליסען האט אנגעהויבן אויסשיסען א ברענדיגער פאליטיק צווישען אים אין משה.

 משה האט אלעס געזען. און איך וועל אייך נישט דערציילען אז משה גבאי האט געמיינט דעם אייבערשטען צו די קהילה. איך בין נישט געשטעלט געווארען צו פארענטפערען משהן. אבער די פאקטען זענען אז משה האט געזען א קלארען פארלעצונג פון די אפמאכען און פון די הנהגת פון א עלטערען רבין צו א זון וועלעכער איז שרעקליך אמביציעס שוין איבערצונעמען די מלוכה.

משה האט פארשטייט זיך, נישט צוזם געלייגט זיינע הענט. ער האט אנגעהויבען א אומאפיציעלען קריג מיט ר' אהרן וואס יעדער האט דאס געזען, און דער איד האט כסדר אראפ געברענגט דרשות פון ירושלימער רב, אבער דער ציבור האט אפילו אין די מחשבות נישט געוואלט טראכטען דערפון. עס איז געווען א בחינה פון איך זע גארנישט און איך הער גארנישט.

ווינטער תשנ"ט האט זיך דער פייער פיל פארגערעסערט און האט עווענטועל צוגעפירט אז דער ירושלימער רב איז געקומען קיין וויליאמסבורג ווערען דער רב פון סאטמאר".

יעצט וועלן מיר דערציילן אביסל היסטאריע פאר אונזער פארמעגליך.

שב"ק פרשת בשלח תשנ"ז איז געווען דער ערשטער שבת התוועדות אין סאטמאר, נאך איידער דער בן השלישי האט אפילו באטראטן די אדמת קודש פאר פראבע.

שב"ק פרשת משפטים תשנ"ז איז געווען די צווייטע אין די ראי', ווען רבינו שליט"א איז געפארן אויפנעמען בנו הגדול אלס אב"ד סאטמאר אנטווערפן, און ס'זענען זיך צוזאמען געקומען אנ"ש פון אייראפע.

און דאס איז אלעס איז א המשך פון וואס איז אויבן געשריבן, דער רבי ז"ל האט מער נישט געזאגט קיין תורה, און דער עולם האט געוואלט הערן, הגם א גרויסער ציבור האט ביז היינט אויך נישט געהערט יעדע וואך די תורה ביי שלש סעודות צוליב וואס דער רבי האט געהאט א שטילע קול, איז אבער דאך געווען די דרשות אין די ימי החול וואס מען האט יא געהערט, און יעצט אז מען האט געדארפט בעטן, האט מען שוין געבעטן א גרויסע פארציע.

און נאך א קליינע הערה שלא מן הענין צו וואס ער שרייבט: "אבער די פאקטען זענען אז משה האט געזען א קלארען פארלעצונג פון די אפמאכען און פון די הנהגת פון א עלטערען רבין צו א זון וועלכער איז שרעקליך אמביציעס שוין איבערצונעמען די מלוכה".

די מציאות איז אז סאטמאר האט זיך שוין איינמאל אפגעבריט אן א מנהיג, ווער ס'ווייסט ווייסט, און ווער נישט קען פרעגן זיינע עלטערן אדער זיידעס, סאטמאר פון תשכ"ח איז תשל"ט איז געווען כאדאראם, דער רבי ז"ל האט נישט געזאגט תורה, נישט געפירט טישן, און ס'איז געווען איש כל הישר בעיניו יעשה, און די מכה האט זיך גאר שווער פארהיילט אפילו נאך די פטירה.

דערפאר איז נישט געווען מער ווי רעכט, אז די אינגעלייט האבן געטענ'הט, דער רבי זאל אונז פירן קעגן משיח, און אוודאי דעמאלטס וועט יעדער ווערן אויסגעהיילט, אבער וואס טוט זיך דערווייל, ווער וועט משמיע זיין דעם דבר ה', און ס'האט יעדער פארשטאנען אז ב"ה יש לנו תרופה בבית המלכות, אז רבינו שליט"א איז כוחו גדול צוזאמען צו האלטן דעם ציבור, און דערפאר זענען פארגעקומען די אלע שבת התוועדות'ער.

און זאל אונז הער פארמעגליך מסביר זיין, ווי זענען די שטאטוטען וואס א עלטסטער זון דארף זיך פירן אז דאס איז פארלעצט געווארן, און לעומתו ברוך יאמרו, פארוואס ווען א זון האלט א דרשה פאר זיין טאטנס קהלה ביי א פארזאמלונג שב"ק אין א זאל, הייסט דאס רבינו בחיי, און ווען א זון פירט א טיש שושן פורים בחיי אביו על מקום אביו בבית מדרשו של אביו, צו הקפות בחיי אביו בבית מדרשו של אביו, הייסט דאס נישט קיין פארלעצונג.

און נאך א זייטיגע נאטיץ וואס האט געזאגט א איד וואס האט נאך משמש געווען ביי רביה"ק הדברי יואל זי"ע, דאס איז הרה"ח ר' שמואל בראך וואס ווער ס'קען אים ווייסט אז דאס איז נישט סתם א גאסן יונג, האט ער זיך אמאל אויסגעדרוקט ביי א דרשה ברבים (געדרוקט אין קונטרס מערכת יסוד איתן).

דער קרית יואל'ער רב זאל געזונט זיין, איז דאך אזא מין חסיד פון זיין טאטן, וואס איך מיין אז ס'איז נישטא אין די וועלט נאך אזא מין חסיד פונעם רבי'ן, און אז מ'זאל מיך פרעגן וואס איך האב אינזין ביי די ברכה "על הצדיקים", וואלט איך געזאגט אז אוודאי דעם רבי'ן זאל געזונט זיין, און ביי "על החסידים" איז זיכער דאס דעם קרית יואל'ער רב, ווייל ס'איז נישטא נאך אזוי א חסיד פונעם רבי'ן ווי דער רב זאל זיין געזונט און שטארק.

און דאס איז געזאגט געווארן תש"ס, נאך די א. ג. פארלעצונגען, פון א איד וואס איז א תלמיד חכם, און איז אויך געווען א משב"ק ביי א סאטמארע רבי.

און יעצט נאך א נקודה מענין לענין וואס פארמעגליך שרייבט שפעטער, (מיר דארפן פרובירן צו לויפן פון ארטיקל צום אנדערן ווייל דער פארמעגליך האט נישט געשריבן אין א סדר):

"עס איז פארהאן "געזעצען" און "הלכות" ביי רעביסטעוועס. עס איז פארהאן עטישקייטען פון אין מלכות נוגעת בחברתה, עס איז פארהאן עטישקייטען פון פשוטע כיבוד אב, כאטש דער טאטע איז פאקטיש נישט מוחה. עס איז פארהאן עטישקייטען וואס פשוט עס "פאסט" נישט. עס פאסט נישט אז א פשוטער זון זאל אפילו צולאזען אז מען זאל פאר אים מאכען דאס וואס עס באלאנגט פאר א פשוטער טאטען. אפגערעדט פון א זון פון א רבין וואס לעבט און איז געזונט.

ר' אהרן האט קיינמאל זיך נישט אויפגעשטעלט ברבים און אפילו נישט פריוואט געזאגט, אז מען זאל נישט טון דאס מינדעסטע וואס באלאנגט פארען רבין. ער האט נאר געמיטינגט מיט זיינע יועצים, וואס מען קען יא טון און מיט וואס קען ער ווייזען פאר אלע סאטטמארע קהילות אז ער איז דער נעקסטער אין די רייע פון די דינאסטיע. למשל, אריין צוברענגען א גאנצען פיש, ביי א סעודה ברבים, איז בהחלט א זאך וואס געהערט צום רבין. אנצוגרייטען זילבערנע כלים ביי א שבת התוועדות איז נאך ארגער ווי זיך אנטאן א טלית פרייטאג צו נאכטס און מאכען דערמיט קידוש. צו הענגען לעמפעלעך און טאוולען ברוך הבא און מזל טוב, געהערט אויסשליסליך פארען רבין. אוודאי שטייט נישט ארויס געשריבען אין שו"ע אז אויב א זון הונגערט נאך די זאכען איז ער עובר אויף כיבוד אב, אבער עס פארשטייט יעדער אז די סארט זאכען זענען פונקט ווי זיך זעצען פיזיש אויפן טאטענס פלאץ".

איך ווייס באמת נישט וואס גייט פאר מיט דעם פארמעגליך, זינט ווען האט א גאנצער פיש מיט רעביסטווע, וויפיל מאל האבן מיר שוין געזען ביי בנש"ק אדער דיינים וואס דער בעל שמחה איז אים מעריץ צו ער איז א תלמיד אדער ממקשיבי שיעוריו, און ער האט א חשובע שטעלע, אז מען ברענגט אים אריין א גאנצע פיש.

זינט ווען האט זילבערנע כלים מיט רעביסטווע, זינט ווען האט ברוך הבא סיינס מיט לעמפעלעך מיט רעביסטווע, און לשיטתך ווען דער בן השלישי איז געפארן פראווען שבתים אין קרית יואל אדער אין לאנדאן איז נישט געווען קיין לעמפעלעך בחיי אביו, בעיני ראיתי אז יא.

הער פארמעגליך, ביטע דעם נעקסטן ארטיקל זיי מעתיק פון די "פארלעצונג ביכל" וואס מיינט פארלעצונגען, און ביי וועם ס'גייט יא אן און ביי וועם ס'גייט נישט אן.

און יעצט צו נאך א ענין וואס איז נוגע צום יאר תשנ"ח.

פארמעגליך שרייבט:

אין יענע צייט האט מען אנגעהויבען הערן מאחורי הפרגוד אז דער ברך משה וויל צעטיילן סאטמאר אין די לענג און נישט אין די ברייט. דאס הייסט, אייראפא און ארץ ישראל פאר ר' זלמן לייב, און אמעריקע פאר ר' אהרן. ר' אהרן האט זיך גענומען קעמפן מיט ציין און נעגל און געזען נישט צוצולאזן אז עפעס זאל קענען צושטאנד קומען. דער "וכל זה איננו שוה לי" האט אנגעהויבען ארבעטען אויפן גרעסטען טעמפא. די "איחוד" קאמפאני אין שפיץ פון ר' אהרן און זיין יועץ פרטי האבן אנגעהויבען מאכען אלע סארט פלענער אז גאנץ סאטמאר זאל זיין אינטער ר' אהרן, סיי ארץ ישראל און סיי אייראפע, און מטכס עצה געווען און ווי אזוי מען קען אפווישען דעם גרויסען שבת פ' נח וואס איז פארגעקומען אין ירושלים, נישט נאר דעם שבת נאר אויך דעם בעל השבת, דאס איז דער יונגערער זון פונעם ברך משה.

לכבוד דעם האבען זיי אנגעהויבן צוגרייטן פלענער פאר א "התוועדות" פון אנשי שלומינו חסידי סאטמאר אין אייראפע "בשליחות" פונעם ברך משה, דורך בנו הגדול הגאב"ד ור"מ קרית יואל, וואס זאל דינען אלס א כינוס פאר גאנץ אייראפע און פארשטייט זיך, צו פארזיכערן ר' אהרןס מאכט און אז מען קען נישט אוועקנעמען פון אים אייראפע.

שבת חיי שרה תשנ"ח, איז ר' אהרן געפארן קיין מאנטשעסטער, ווען זיין דעמאלטדיגער גבאי, יודל וויינשטאק האט חתונה געמאכט דארט, און ער האט געמאכט א שבת התוועדות. ער איז שוין דעמאלטס נישט געווען אזוי נאנט מיט יודלען, און יודל האט געוויסט אז ער גיייט פון דארט פליען נאך זייענדיג דארט ביי אים אין הויז פאר 18 שווערע יארען. אבער וואס טוט מען נישט פאר אזא געטרייע מענטש ווי יודל... איז געווארען אז ר' אהרן וועט פארן צו די חתונה, און דעמאלטס האט די ערשטע מאל געהייסן אין סאטמאר-אייראפע א "שבת התוועדות", א זאך וואס איז קיינמאל פריער נאכנישט געהאט געווען אויף יענעם קאנטינענט, און ר' אהרן האט זיך באשטעלט צעטלעך וואו מען זאל שרייבן אז דער חשוב'ער גאסט הגאון הצדיק אבד"ק קרית יואל שליט"א קומט צו פארן בשליחות אביו כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק שליט"א.

און אזוי ווי עס איז נאך דאן געווען די "קאלטע קריג" עפאכע און משה האט זיך אפיציעל נישט אפען געקריגט מיט ר' אהרן, איז נישט געווען ווער עס זאל אויף דעקען דעם פאלשען "שליחות", און עס איז נישט געווען ווער עס זאל אויף דעקען דעם שלייער אין וואס ר' אהרן האט זיך איינגעהילט.

ר' אהרן איז געווען ביי די חתונה ביי יודל וויינשטאק, דערנאך האט זיך אנגעהויבן די באזוכן ביי די רבנים און די פיקטשערס, א קבלת פנים אין בית המדרש פון סאטמאר מאנטשעסטער, און א גרויסען שבת. אויך איז ר' אהרן געפלויגן אויף איין טאג קיין אנטווערפען, וואו ער האט געפראוועט א מעמד הנחת אבן הפינה פאר די נייע סאטמארער ת"ת אין אנטווערפען, אויך באגלייט מיט כבוד, פאמפע און פיקטשערס און מיט זיין יועץ פרטי אהרן מתתיהו דייטש וועלעכער איז געווען דער ארכיטעקט פון פארכאפען אלעס אין דער וועלט.

אינטערעסאנט, יודל וויינשטאק האט שוין א שידוך געטון מיט זיין זון א שיינע פאר חדשים פארן שב"ק נח, און וויפיל מיר געדענקן איז די פלענער פאר די נסיעה אויך געווען גרייט פריער, אבער אז אונזער בן השלישי האט אריינגעהאקט אינמיטן א שבת אין ירושלים מוז זיין אז שב"ק חיי שרה איז געווען צוליב דעם, מן הסתם איז שב"ק פקודי תשס"ה אין לאנדאן אויך געווען צוליב שב"ק ויקהל תשס"ה אין לאנדאן (פאר ווער ס'געדענקט).

"א זאך וואס איז קיינמאל פריער נאכנישט געהאט געווען אויף יענעם קאנטינענט."

א האלב יאר פריער איז עס געווען אין אנטווערפן.

"אפאר וואכען שפעטער יענעם ווינטער, שבת פרשת ויחי, איז ר' חיים יהושע הלברשטאם דער רב פון סאטמאר-מאנסי געפארן קיין לאנדאן אויף א שבת, און עס איז אומעטים געלייגט געווארען מודעות אז ער קומט צו פארען בשליחות חותנו מרן רבינו זצ"ל, וועגן דעם נייעם בית המדרש אין מאנסי.

ער האט געהאט א געלונגענעם שבת, און אויך האבן אלע ראשי הקהילה ומנהלי המוסדות פון לאנדאן אים אפגעווארט ביים עירפארט. אויך איז אליעזר קעסטנבוים געפארן אינאיינעם מיט אים, און אויף אליעזר האבן די מודעות געשריבן די זעלבע: "זכה להיות כשליח המלך מכ"ק רבינו שליט"א הלוך ונסוע ביחד עם הגה"צ חדב"נ לעיר הבירה לאנדאן". דאס איז שוין געווען א עון בל יכופר, ווייל אליעזר איז געווען שונא נומבער איינס ביי ר' אהרן און זיין קאמפאני, און יעדעס מאל וואס מען האט געשריבן "בשליחות" אויף אן אנדערן ווי ר' אהרן, האבן זיי עס אנגעקוקט סיי ווי א פגיעה, און אויך ווי א זלזול און ליצנות, ווייל אזוי ווערט די גאנצע "בשליחות" פון ר' אהרן אויך נאר א פורים".

א) זענען די מודעות נישט געווען קיין פארלעצונגען? ב) מי ערב לנו אז דער בשליחות איז אמת און דער אנדערע בשליחות נישט?.

המשך יבא
בענין שבת התוועדות תשנ"ח

ווער ס'האט וואס מוסיף צו זיין קען שיקן אין תיבה אישית אדער אויף אי מעיל

[email protected]




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די "אומגעפעלשטע" סאטמאר חלוקה, היסטאריע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext