אהרונים ערקלערן קריג קעגן הרה''צ רבי ליפא ט''ב שליט''א
און א גאר אומפארשטענדליכן שריט זענען די העכסטע שרייבער פון די אהרונים ארויס מיט א גאר שמוציגן קאמפיין
אקעגן דעם צווייטן זוהן פון ברך משה זצ''ל הרה''צ ר' ליפא שליט''א רב דקהל ברך משה, ר' ליפא שליט''א איז היינט צוטאגס זייער ארויפגעקוקט ביים סאטמארן ציבור צוליב דעם וואס ער האט געלייגט זיינע אייגענע אינטערעסן אין א
זייט און זיך פייער צוגעשטעלט בחיי אביו לימין אביו זצ''ל און אין די צייט וואס עטליכע געשוויסטער האבן ערקלערט
קריג צוליב תאוות הכבוד והשררה מיט זייער אייגענעם טאטן, האט ר' ליפא שליט''א זיך נישט אוועקגעריקט פון איהם,
טראץ וואס ר' אהרן איז געווען די נאנטסטע מיט איהם ווי אלע אנדערע געשוויסטער און טראץ דעם וואס זיין שטיין לימין
אביו האט איהם אפגעקאסט אסאך חבירים ווי אויך האט עס איהם געקאסט זיין פרנסה פון די הדפסת ספרי אביו הק' וואס
די אהרונים האבן איהם צוגעכאפט און עובר געווען אויף א הוראה מפורשת פונעם מחבר פון דעם ספר, עכ''ז האט ער ווי
ער האט פארציילט ברבים מיט בכיות ביי די שבעה פון אביו זצ''ל אז דער ברך משה האט איהם פערזענליך געבעטן א
תקיעת כף אז ער וועט זיין אויף זיין זייט ווי דעמאלס האט ער טאקע געשוואוירן געטריישאפט צו איהם און ערקלערט אז
ער וועט זיין א געטרייע סאלדאט פארן טאטן, און ווי יעדער האט געזעהן האט ער עס טאקע געטריי אויסגעפירט בנאמנות
מיטן שטיין עד זיבולא בתרייתא לימין אביו מיט א זעלטענע געטריישאפט און אלע ענינים.