בית פורומים אחים אנחנו

הערליכן ארטיקל פון הרב אלימלך שטערן קעגן שלמה פאפענהיים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/8/2009 08:06 לינק ישיר 
הערליכן ארטיקל פון הרב אלימלך שטערן קעגן שלמה פאפענהיים



ווילט איר ליינען א געשמאקן הערליכען ארטיקל, נאך דערצו ארומגענומען מיט קנאות'דיגע תוכן ליינט דעם ארטיקל דעי וואך אין "איד" פון הרב אלימלך שטערן שליט"א,

ווי ער ברענגט ארויס זייער שטארק דעם אויפברויז, פון די ערליכע אידן קעגן דעם העסליכן אינטערוויא וואס דער אלטער שלמה פאפענהיים האט געגעבן פאר די "משפחה" מאגעזין, אראפרייסענדיג די ערליכע פראטעסטן וואס די יקרי ירושלים האבן דורך געפירט.

ער פאנגט אן מיט מורא'דיגע ווערטער פונעם הייליגן נצי"ב, איבער דעם גרויסן כח וואס די קנאים אין ירושלים האבן, ער רופט עס אן מיטן לשון, אפי' ביז "משוגע", און זיי קוקן נישט וואס די חכמים בעיניהם זאגן.

דערנאך רייסט ער אראפ דאס גיין לויפן צו דעם צוניסטישן פרעסע, און זיי געבן שטאף אין מויל קעגן די ערליכע אידן, 

אויך ברענגט ער ארויס דאס ביליג'קייט פון אינזער באקאנטן קדוש'על, מיט זיינע נאכפאלגערס, וואס זענען געלאפן צו דעם מאגאזין, וואס דורך דעם שלעפן זיי אריין היימישע ליינער'ס,
 
און נאך דעם ברענגן זיי די היימישע מענטשען וואס ווילן זיך צושטעלן, און זיך געפעלן אין די אויגן פון די פרעמדע, אריינצוברענגן זייערע דיעות און אינזער קרייזן (אין "העדה" וואלט עס קיינמאל ווען נישט געדרוקט געווארן), און אזוי אפצוקילן דעם הייליגן פייער. 

צום סוף פירט ער אויס מיט חיזוק פאר די ירושלים'ע אידן, אז זיי זאלן וויסן אז די ערליכע אידן זענען מיט זיי, און זיי זאלן ווייטער אנגיין מיט זייער הייליגע ארבייט.

און פירט אויס מיט א מעשה וואס איז אראפ געברענגט אין זמירות דברי יואל (יא יא, ער איז אנגעפיקעוועיט מיט דעם אפיקורס'ישן ביכל זמירות דברי יואל, און פון דארט האט ער באקומען די אלע "אמונה טפילה" דיעות, און נאכדעם איז א ווינדער אז ער שרייבט אזעלכע העסליכע ארטיקלן, צונויף געשטעלט מיט דברי חשק..................)
ווי די רבי ז"ל האט שטארק מחזק געווען די קנאים, און ח"ו נישט געלאזט רעדן אקעגן זיי.

ליינטס און האטס הנאה! 



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2009 00:23 לינק ישיר 

מיר זענען אלע אלטמאדישע אידן וואס גייען נאך דעם "רעבעזיכרוינעבראכע", עס איז אונז א בכבוד'יגער טיטל!

זאגסט עס ווי מער!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/8/2009 23:56 לינק ישיר 



איך האלט אז מ'דארף עס איבער דרוקן אויף לשון קודש, אין פארשפרייטן צווישן די קנאי'שע קרייזן אין ארץ ישראל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/8/2009 17:43 לינק ישיר 

איך האב מורא אז דער אלימלך שטערען איז נאך פון די "אלטמאדישע" יודען, ער גייט נאך ווי א נער מיט די "אלטמאדישע תורה", איך וויל מיך געטרויען צו זאגען אז ער רעכענט זיך נאך מיט די אלטע עקסטרעמע רביה"ק הויואל משה זי"ע, און אויב איז ער טאקע פון די צוריקגעבליבענע אלטמאדישע יודען, זאל ער גיין צו די "רעבעזיכרוינעבראכע" יודען וואס ווילען נאך קענען און געדענקען די אלטע תורות פון די אלטע רבי זי"ע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > הערליכן ארטיקל פון הרב אלימלך שטערן קעגן שלמה פאפענהיים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext