ווי אלע ליינער זעהען, האבן צענדליגער ניקס אינעם ארונישען פארום געעפענט אשכולים אויף צענדליגער מענטשען, נאר כדי צו פארדרייען און פארטושען "זייער" עולם אז מיט דעם וועט מען דעם פארמעגליך שטיל מאכען. אזויווי זיי קענען גארנישט ענטפערען אויף מיינע מאמרים וואס ווערט געליינט דורך צענדליגער טויזענטער אידען איבער די גאצע וועלט, האבען זיי אנגענומען אנדערע סארט טאקטיקען. זיי האבען אנגעהויבען א פערזענליכע מלחמה מיט פארשידענע מענטשען, און אולי וועט דאס האבען א השפעה אויף אונז צו אויף הערען מיט די מאמרים.
ווילען מיר דא מעלדען בשער בת רבים. מיר שרייבען ווייטער די היסטאריע און עס וועט אי"ה ווייטער אנגיין. מיר האלטען נאך ווייט פון דער ענדע. מיר האלטען הערשט ביי די בר מצוה אין ירושלים עיה"ק, שבט תשנ"ט. און מיר האבען נאך נישט אנגערירט די שרעקליכע טעג פון נאך פסח תשנ"ט, וואס דאס וועט אי"ה זיין זעלטענע באשרייבונגען יעדע איינע פאר זיך.
אבער אין די זעלבע צייט מוזען מיר איבער בעטען די אידען וואס ליידען זיך אן וועגען אונזער באשרייבונג.
מיר מוזען איבערבעטען הר"ר ליפא אבד"ק זענטא. מיר מוזען איבער בעטען הר"ר שלום אליעזר וואס אין קעגען רעאקציע, האט מען זיך גענומען אויף זיינע ביינער. מיר מוזען איבער בעטען ר' משה דעם גבאי'ן וואס ער איז נחשד צו זיין "פארמעגליך"... אויך מוזען מיר איבער בעטען דעם "פיש סוחר" און די רעדאקציע פון "צייטשריפט" מאגאזין, וואס ווערט אויך נחשד צו זיין "פארמעגליך"... מיר מוזען איבער בעטען דעם "משכיל" ר' משה לייב דייטש וואס ער האט זיך ארויס געזען פון די קרית יואלער קהל יטב לב, ווייל ער איז נחשד צו זיין "פארמעגליך"...
פון איין זייט, האבען מיר הנאה צו זעהן ווי שטארק משוגע זיי זענען פון די מאמרים. שוין לאנגע יארען וואס די ארונים פירען אן א "הייד פארק" פארום, וואס איז בלויז געשטעלט צו שיסען חיצים וליסטראות אויף אונזער רבי'ן ר' זלמן לייב, מיט אלע זיינע חסידים און עס האט נאך קיינמאל נישט אנגערירט נישט אים און קיין איינע פון זיינע מענטעשן.
דא פליצלינג, הייבען מיר אן צו שרייבען, בלויז היסטאריע, אן קיין שמוץ, אן קיין נעמען, נאר געציילטע נעמען, ממש וועמען עס איז וויכטיג צו דערמאנען אלץ די היסטאריע, און זיי זענען אלע משוגע געווארען. זייער גאנצער פארטיי איז לא עלינו אראפ פון גלייך געוויכט. זיי שרייבען שרעקליך ווילד ממש ווי קיינמאל בעפאר.
זיי האבען אנגעהויבען שרייבען שטותים און געבעקסען על דא ועל הא, בויקאטירען ביזנעסער, מען זאל נישט אדווערטייזען אין צייטשריפט, אלעס ווייל "מן הסתם" איז ער פארמעגליך.
אלזא איך בעט זיי אלע איבער און איך האף זיי זענען מיר מוחל.
און צו די ליינער טו איך מיך ווענדען. אלע פון אייך זאלען אלעס טאן זיך נישט צו לאזען שאנטאזשירען. אויב הייסען זיי בויקאטירען "מלכות" און ר' מאיר ראטה, זאלען מיר אלע, "נאר" קויפן דייקא פון ר' מאיר ראטה. יעדער יונדערמאן זאל נאר פארלאנגען "מלכות" ציצית, און מלכות אלע פראדוקטען. אויב הייסען זיי בויקאטירען "צייטשריפט" זאל יעדער דירעקט קויפען דעם צייטשריפט. אויב הייסען זיי בויקאטירען "עס ענד דאבעליו" זאל יעדער שיקען די פרויען דייקא דארט.
מיר טארען זיך קיינמאל נישט דערשרעקען פון זיי. זיי זענען היינט א קלארע מיניאריטעט אין וויליאמסבורג און אפילו אין בארא פארק. לאמיר ווייזען סאלדאריטעט מיט אונזערע מענטשען. לאמיר ווייזען פאר יעדען אונזערע כוחות און אז מיר זענען א שטארקע פארטיי.
און מיר און אלע מיט-ארבעטער פון אונזער זייט, וועלען ווייטער שרייבען, ווייל מיר שרעקען זיך נישט. די ארונים מיט ר' אהרן בראש, זענען ביי אונז אויסגעשפיגען און אויסגעשפילט.
שוין איצט, שוין היינט זאל יעדער פארשטיין וואס זיין פליכט איז ווען מען אטאקירט אונז מיט אונזערע מענטשען. א פארטיי קען מען נישט אונטער ברענגען, און לאמיר ווייזען וואס מיינט א ציבור.
זיך ווידער זען אי"ה אינעם הויפט אשכול מארגען.
אייערע גוטע ידידים, פארמעגליך