האט טאקע היפאקריסטווע מער נישט קיין שיעור?
אין דער איד פון פאריגע וואך איז פאראן א שמוציג ארטיקל קעגן דעם חבר הנהלת העדה ר' שלמה פאפענהיים - וועלכער איז, אגב, געווען פון די הויפט שטופער ארויפצוברענגען ריח"מ פריעדמאן אויפן רבנות שטוהל פון ירושלים, און יעצט פארשטייט מען שוין אביסל בעסער פארוואס... - פאר די דראסטישע שטעלונג וואס יענער האט גענומען אין אן אינטערוויו מיט די משפחה מאגאזין אין אר"י.
אפגעזען פון די עצם טעמע - וואס איז קלאר אז ער האט געטרעטן אויף א טיף-פאראייטערטע וואונד, און אפילו ס'איז א שטארקע חוצפה מצידו ארויסצוטרעטן אפן קעגן זיין אייגענעם רב, און דאס זעלבסט דארף פארדאמט ווערן מיט די שארפסטע לשונות, איז זיכער אז ער איז נישט קיין יחיד צווישן די חברי העדה החרדית - אין וואס ר' מיילעך שטערן צולאזט זיך כדרכו, מוז ער דארט אריינרוקן לכבוד תשעה באב אויך זיין נארישע בויך ווייטאג וועגן זיין אייגענע פאליטיק (קוקט אויס ער קען נישט דורכגיין קיין ניין טעג אן עסן פלייש אדער טרונקען בלוט).
בחכמתו הנפלאה טוט ער אויף אן אויפטו, אז די סיבה פארוואס הרב פאפנהיים האט זיך געוואגט ארויסצוגיין מיט אן אפענע אטאקע קעגן די שטעלונג פון זיין אייגענעם רב קומט דערפאר וואס דער משפחה איז געקומען מאכן אן אינטערוויו ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א דעם פארגאנגענעם פסח, און דער בילד פון רבי'ן אויפן ווייץ פעלד - וואס ווי עס שיינט קרענקט עס אים ביז די זיבעטע ריפ - האט אויטאמאטיש געמאכט דעם פאפנהיים זאגן וואס ער האט געזאגט.
לאמיר א מינוט אוועקגיין פון די שטאקיגע טפשות וואס גיסט זיך דא פון אים, כ'וויל אים נאר פרעגן, צו האסטו טאקע אזא קאצן קאפ?
האסט שוין פארגעסן ווער איז געווען דער ערשטער רבי ביים היימישן ציבור וואס דער משפחה האט געהאט אויף אים א הערליכן ארטיקל, באגלייט מיט בילדער פון די קעניגליכע שטוב? האט קיינער אין איד אפיס נישט געדענקט דעם אינטערוויו מכלומר'שט מיט רביה"ק בעל ברך משה זי"ע בימי חליו אין יאר תשס"ה, וואס איז געשריבן געווארן אין זעלבן איד אפיס?
כ'ווייס שוין לאנג אז ווען ס'קומט צו סאטמאר איז ביי זיי אלעס מותר. די ערגסטע שקרים, די גרעסטע רשעות, די נארישסטע טפשות, אבער אזא טרוקענער היפאקריטיזם?
 |
|
|