רבינו שליט"א אין טעקסאס - שחיטה קרית יואל א רעאליטעט
נעכטן נאכמיטאג איז געקומען די נייעס אז רבינו הגה"ק שליט"א וועט היינט אפפליען קיין טעקסאס צו די שחיטה קרית יואל, וואו ער וועט זיך אומקוקן נאכאמאל איידער ער גיט דערויף זיין הסכמה אז עס קומט נאך אלע הידורים און חומרות וואס ער האט איינגעשטעלט דארט.
הודו לה' כי טוב אז מ'קען שוין ב"ה באלד אנהייבן צו קויפן די מהודר'דיגסטע פלייש וואס איז נאר אמאל געווען צו באקומען. און דאס וועט אי"ה צוגעשטעלט ווערן פאר אלע אידן מחמירים בכשרות.
פינקט ווי יעדער ווייסט אז KJ עופות איז די מערסטע מהודר פון אלע טשיקן פלענטס אויפן כדור הארץ, די גרעסטע חומרות מיט טעכנאלאגיע, דאס זעלבע האפט מען אז די בהמה פלייש וועט אי"ה אויך זיין אזא סוקסעס, כאטש ס'וועט טאקע קאסטן טייערער, וועלן זיך אידן מחמירים און מהדרים בכשרות לאזן קאסטן אפילו עס קאסט אביסל מער.
צבי הירש מיט אלע זאליס! כ'האב פאר נישט די ווערטער ענק צו טרייסטן.
די מציאת אז יעדע רב אדער ''בעל מכשיר'' וואס קומט אריין דארט גייט ארויס פין התפעלות פין אזא אויסנאם מהודר'דיג בית השחיטה,
ספעציעל נאכ'ן איבערבויען (דא זעה איך אז די ווייסט נישט וואס די רעדסט, ווייל) די גרעסטע פראיעקט ווען מ'האט איבערגעבויט איז געווען די נייע וועג פין זאלצן, ווייל רבינו שליט''א האט ג'טעהנ'ט אז אויב ס'ווייקט זיך אויף טשעינס נאכ'ן זאלצען, ציט זיך די עוף איין אין די זאלץ ווייקט זיך נישט כהלכה, אין מ'האט דעריבער אינוועסטירט ''א מיליאן דאללער'' (א ביזנעס....) אין מ'האב אינסטאלירט ספעציעלע לעכעריגע טישען וואס פאר'ן שטייטלעך אין די עוף ליגט געהעריג, א חומרא וואס יעדער באווינדערט, אין היינט צו טאג איז עס נאכנישט דא ביי קיין איין היימישע בית השחיטה.
אגב, איינס פין די שטערקעסטע זאכען אויף וואס רבינו שליט''א לייגט א דגוש איז אויפן זאלצען וואס מ'עפענט אויף די טשיקענס איגאנצען (נישט סתם א שפאלט אינמיטן אזווי ביי די ממליחה ואליך פלייש) אין מ'ניצט שטיין זאלץ וואס רביה''ק ז''ל בד''י האט פארלאנגט, אין די זאלצער זענען היימישע יודן יראים ושלימים וכי'
(מפי עדי ראי')
קיין שום שקרים אין סקאנדאלען וועלן נישט קענען אראפנעמן דעם גיטן נאמען פין מהודר'דיגע שחיטה, ציליב דעם וואס יעדע רב אדער בעל מכשיר האט דארט ציטריט, אין איבערצייגט זיך אליין די שקר פין ענקערע נער'ישע סקאנדאלן, שקר אין לו רגלים
תוקן על ידי rebyankel ב- 05/08/2009 23:55:04
נשלח ב-5/8/2009 22:15
לאמיר האפן אז די בהמות וועלן זיין מער כשר ווי די עופות
נשלח ב-5/8/2009 20:09
יא איך קום דארט אריין און קויף דארט עופות ווייל איך האב נישט קיין בעסערס.
איך קויף שוין די עופות פאר איבער 18 יאהר נאך פון ווען ר' נח גפן האט געשחט'ן אין קליינעם פארמאט 2 מאל א וואך פאר די געברויך פון די כשרות מהדרים אידן, (נישט פאר ביזנעס) אהנע פראפאגאנדע און נאר לשם כשרות טאקע. די גאנצע פראצידור איז געוועהן אין די קליינע בנין פון איטער די בוטשער אין שאפינג צענטער. ר' דוד פרידלענדער איז געוועהן משגיח און האט אבאכט געגעבן וויאזוי אפענהיים מיט עקשטיין מיט פייערשטיין האבן כשר געמאכט. דאמאלט איז געוועהן אסאך בעסער.
נשלח ב-5/8/2009 20:03
Rabbiny on a visit yesterday in Ohr Hatorah, Dallas Texas,( with R' David Rosenberg)with Rabbi Aryeh Feigenbaum Rabbi Of Ohr HaTorah
נשלח ב-5/8/2009 17:41
צבי הירש
זיי אזוי גוט -די מיינסט דאך נישט חלילה קיין פאליטיק די מיינסט דאך נאר אידישקייט-סאו זאג נישט קיין בויך סברות נאר ברענג נאך פון די אלע גדולים און רבנים וואס האבן שוין באזיכט דארט וואס זיי זאגן און אדרבה סיי וואספארא חומרא ס'איז דערווייל איינעם בייגעפאלן איז עס אין ק"י תיכף געטון געווארן אפעזען וויפיל געלט עס האט געקאסט