| נשלח ב-3/8/2009 21:26 |
|
| |
גאסט עדיטאריעל: שמואל ווידער'ס מיסיע צופאלט!
ווען שמואל ווידער האט זיך דערזען מיט א פראבלעם נאך די פטירה פונעם ברך משה, "וויאזוי מאכט מען פון ר' אהרן א צדיק הדור?", מענטשן געדענקן דאך זאכן, מען קען דאך נישט פירן דעם עולם ביי די נאז.
האט דער מח וואשער באשלאסן אז אנשטאט גיין ווי דער איד, וואס די גאנצע זאך פון אויפבויען גייט צוביסלעך, מען טרייבט נישט איבער, וואס דאס כאפט נישט די בחורים, וועט מען מאכן א קאמפיין וואס ער האט אנגערופן "באשר הוא שם", דאס איז געווען די קאוד פונעם מיסיע, ער האט צוזאמענגערופן אלע בלאט שרייבער אין איין שטוב און זיי טרענירט צום מעכטיגן קאמאנדא אקציע "באשר הוא שם".
שמואל ווידער האט זיי קלאר געזאגט: "דער באדייט איז אז ווען דו שרייבסט, זאלסטו טראכטן כאילו עס האט נישט פאסירט גארנישט אינעם פארגאנגענהייט, כאילו די רבי איז אראפגעקומען יעצט אויף די וועלט אלץ א גאון וקדוש, כאילו דו שרייבסט פונעם בעל שם טוב, אפילו דער מח דערקוטשעט מיט פראגעס זאל זיין די כתיבה שליט על הלב".
דער מהלך וועט ריזיג ארבעטן - האט ער געטענהט - "ווען מען גייט ממש עד הסוף, מען שרייבט זאכן וואס מענטשן האבן נאך קיינמאל נישט געזען, איז עס אנדערש ווי ווען מען גייט אויף א מיטלוועג, ווייל מענטשן רייבן זיך די אויגן און מען קומט צום באשלוס אז עס איז זיכער יש דברים בגו, עס ציהט אריין מענטשן אין א פאנטאזיע וואס מען האט אייביג ארויפגעקוקט, און מען פרייט זיך צו באגעגענען דערמיט".
שמואל ווידער האט קלארגעמאכט: "כסדר זאל זיין פרישע מעשיות און אפדעיטס, פרישע איבערראשונגען וואס זאל מאכן מענטשן שטיין פארגאפט, מען זאל נישט קענען טענה'ן אז איין זאך איז געווען איבערגעטריבן, ווייל עס קומען כסדר פרישע און ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל אזויפיל איבערצוטרייבן".
"באשר הוא שם" גארנישט וואס ער איז געווען אמאל, ער איז א א בעל שם טוב שנולד, עד הסוף, גארנישט איז נישט איבערגעטריבן!
ווי עס געדענקט זיך נאך האבן די ארונים אליינס נישט געגלייבט וואס עס פאסירט מיט זיי נאך די פטירה פונעם ברך משה, א וואך נאכדעם האט מען געזען אזויפיל חידושים אינעם בלאט אז די וועלט איז געשטאנען שטום קעגן דעם מעכטיגן כח, די דעקל פונעם בלאט איז געווען אויסגעדרייט אויף די ברייט, א זאך וואס האט נאכנישט פאסירט, און די גאנצע באשרייבונג פונעם הייליגן רבינ'ס ערשטע שבת איז געווען מלובש מיט ווערטער און פראזן וואס מען זעט נישט זיינס גלייכן אין די באשרייבונגען פון די לעצטערע יארן פון חסידישע היסטאריע (ר' אלימלך לייפער האט דערנאך געהאט א מעכטיגע ארטיקל ווי ער האט גוט צונומען דעם "איתרעותא דלעילא" און די אלע אראמישע ווערטער וואס די ארונים האבן דאן גענוצט אין דער בלאט צו באצייכענען דעם ינוקא וחדוותא דקדישא).
"נאכ'ן ענדיגן האט מרן הגה"ק שליט"א טועם געווען פון די פשטידא כמנהג אבותיו הקדושים לבית סיגוט סאטמאר, ווען אלעמענס אויגן זענען געווענדעט צוצוזעהן די הייליגע עבודה אויבן אן אויפן קדשי קדשים" אט אזוי בערך איז געווען באשריבן יעדע קלייניגקייט, אונטערן קאוד נאמען "באשר הוא שם".
און ווער רעדט נאך ווי ער האט זיך געטראפן מיט זיין הייליגע טאטע ביי קדושה, און זיך ביטערליך צואוויינט, דעמאלטץ האט ער גארנישט געזאגט, אבער הערשט שפעטער האט ער זיך ארויסגעכאפט אז ער האט זיך געטראפן מיטן הייליגן טאטן. די מעשה איז געווען באגלייט מיט אזאלכע אויסדרוקן וואס האט זיך געקענט דאכטן אז מען ליינט די "ווינדערליכע מעשיות" ביכער.
דער דאזיגער מיסיע האט זיך ארויסגעשטעלט צו ארבעטן גאר אגרעסיוו, עס האט מיטגעשלעפט פון אנהייב בחורים און אינגעלייטלעך, אבער צוביסלעך האבן זיך אויך עלטערע ארונים געטראפן ווערן געשטופט פונעם באבלדיגן שמעלץ טאפ. און מען האט דאס אזויפיל מאל פארקויפט און געקייט ביז דער הגה"ק איז טאקע געווארן הגה"ק, און א בקי בשבילי דרקיע כשבילי (שארטקאטס) דקרית יואל.
שמואל איז געווען זיכער אז קיינער וועט נישט צוריקגיין באשרייבן אלטע זאכן וואס זענען יארן געווען באקאנט, ווייל ער וועט מאכן זיכער אז אפילו די זאליס וועלן פארגעסן פון דעם, מען וועט זיי געבן אזויפיל קאפווייטאג אז זיי וועלן דארפן זיין משוגע זיך צו נעמען באשרייבן אלטע זאכן, די גאנצע היסטאריע פון די תש"מ-נ' יארן וועט ווערן פארגעסן און אפגעווישט דורך יעדעם, ווייל דער "באשר הוא שם" וועט מיטשלעפן יעדעם איינעם, די זאליס אלץ שנאה, און די ארונים אלץ אהבה.
חוץ דעם איז ער געווען זיכער אז די זאליס וועלן נישט האבן קיין פלאטפארמע וואו אויסצולופטערן דעם פשוטן היסטאריע, וואו וועלן זיי עס לייגן? אין דער איד? דער איד איז נישט דער בלאט, משוגע זאלן זיי זיין צו מאכן א פאשעקוויל פון דער איד.
אין דער זעלבער צייט איז זייער פראפאגאנדע מאשין אויף הייד פארק געלאפן די אלע יארן אן אויפהער און געשאסן קאנאנען מיט שמוץ און פראפאגאנדע, א זאך וואס האט בעקפייערט אויף א ריזיגן און מיאוסן פארנעם צוריק אריין אין די ארונים, די באטל באבלדיגע סעלצער וואס זיי האבן געעעפנט האט אויפגעקראכט און זיי אנגעשפריצט די גאנצע קערפער פון קאפ ביז פוס.
ווייל עס קען קומען א פריוואטע מענטש און באשרייבן די היסטאריע פון סאטמאר פשוט און גראד, פאקטן וואס זענען געווען באקאנט פאר יעדעם, און די פרישע דור האט מחמת ריבוי הפראפאגאנדע פון די "באשר הוא שם" מיסיע נישט געהאט קיין געלגנהייט צו וויסן. נישט אין דער איד שרייבט מען עס, און נישט אויף קיין איין פלאטפארמע פון די זאליס. נאר אויף די איזרעאלישן וועבזייטל הייד פארק ווי יעדער יחיד קען קומען און שרייבן.
תוקן על ידי שנעלקל ב- 03/08/2009 21:25:37
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2009 17:57 |
|
| |
שנעלקעל:
אין א פרישע אומגלויבליכע שריט פון די ארונים קעגן די ארטיקלעך פון פארמעגליך, האבן נישט מער און נישט ווייניגער די גרעסטע פון זייער אפיציעלע שרייבער אויף הייד פארק: סופרעמעסי, זשוליאני, גאסט און נאך, אונטערגענומען א מעכטיגע אפענסיווע קעגן פארמעגליך'ס ארטיקלעך, וואס אנטשפרעכט איינמאל פאר אלעמאל איבערצוצייגן אלע ארונים אז פארמעגליך איז בכלל נישט אזוי מעכטיג.
אין פאקט איז פארמעגליך מכלומרש א פליק צו סופערעמסי ארטיקעל איז קום נישט זאגען אז פארמעגליך איז דער ערשטע, ער שרייבט נאר צוליב די מעכטיגע אפקלאנג פון סופערעמסי וואס שרייבט MATURE איו נישט ווי א בעיבי (פארמעגליך), כ'רעדט נישט פין די עצם שמוץ וכדו' וואס פארמעגליך האט אריינגעברענגט אויף די היימישע פורום'ס.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2009 02:25 |
|
| |
| שנעלקל כתב: |  | מען גייט עפענען א אשכול און מען גייט ווייזן פאר יעדעם אז מיר קענען אויך ארויפריקן צפיות, אין א האלבן טאג האבן זיי ארויפגעלייגט 100 טויזנט צפיות!,
דאס ווארט "געלעכטער" איז צו קליין און נישטיג קעגן די אמת'ע געפילן וואס עס קומט ארויף, מען קען שטיין און שטוינען ווי האויפגערעגטקייט מקלקל את השורה, זיי האקן זיך די קאפ און וואנט און רייסן די האר ווי א קליין קינד וואס מען געבט אים נישט נאך
|
|
קענסט מיר אפשר מסביר זיין וואס דו רעדסט דא?
יא, אזוי ווי פארמעגליך וויל דיר מחזק זיין אז "טויזנטער מענטשן" ליינען די מעכטיגע ארטיקל (און? וואס איז ווייטער? ווער טוישט זיך? וועלכע פרעמדער גלייבט אין א איינזייטיגע פאשקעוויל? - לאמיר נישט פארקריכן) האבן זיי נישט געוואלט דו זאלסט באקומען דעם חיזוק, און מ'האט פארציילט דעם עולם די גרויסע סוד, אז ציפיות קען מען אליין ארויפרוקן!
און וואס איז דיין תשובה?
איין מינוט, איך ליין עס איבער.
כווייס נישט, איך זעה נישט גארנישט. האסט עפעס געענטפערט?.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2009 00:46 |
|
| |
אין א פרישע אומגלויבליכע שריט פון די ארונים קעגן די ארטיקלעך פון פארמעגליך, האבן נישט מער און נישט ווייניגער די גרעסטע פון זייער אפיציעלע שרייבער אויף הייד פארק: סופרעמעסי, זשוליאני, גאסט און נאך, אונטערגענומען א מעכטיגע אפענסיווע קעגן פארמעגליך'ס ארטיקלעך, וואס אנטשפרעכט איינמאל פאר אלעמאל איבערצוצייגן אלע ארונים אז פארמעגליך איז בכלל נישט אזוי מעכטיג.
עס האבן זיך צוגעשטעלט די גרעסטע אפיציעלע מענטשן פון זייער לאגער, און מען גייט עעעעענדליך באגראבן פארמעגליך!
נו? וואס?
מען גייט עפענען א אשכול און מען גייט ווייזן פאר יעדעם אז מיר קענען אויך ארויפריקן צפיות, אין א האלבן טאג האבן זיי ארויפגעלייגט 100 טויזנט צפיות!, בעטנדיג יעדעם איינעם ווער עס קען זאל צוהעלפן צום מעכטיגן קאמפיין.
דאס ווארט "געלעכטער" איז צו קליין און נישטיג קעגן די אמת'ע געפילן וואס עס קומט ארויף, מען קען שטיין און שטוינען ווי האויפגערעגטקייט מקלקל את השורה, זיי האקן זיך די קאפ און וואנט און רייסן די האר ווי א קליין קינד וואס מען געבט אים נישט נאך
פאר א דרויסנדיגער מענטש פון סאטמאר איז עס לכאורה ממש אומפארשטענדליך, אבער ווי איך האב געשריבן אויבן האט דאס א פשוט'ע סיבה, מיט איין נארישע ארטיקל פון פשוטע היסטאריע ציטערן זיי אז זייער גאנצע ארבעט וועט גיין לאיבוד, איז זייער פארשטענדליך פארוואס זיי שיקן אזאלכע ווי סופרעמעסי - וואס איז געווען דער אפיציעלער (שליח) פון דער בלאט ארויפצולייגן רייכמאנ'ס בלאט ארטיקלעך אויף הייד פארק - און אנדערע אפיציעלע ניקס ארויפצורוקן די צפיות, און דערמיט איינמאל פאר אלעמאל ווייזן אז פארמעגליך איז א קאקארויטש.
תוקן על ידי שנעלקל ב- 04/08/2009 0:46:05
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2009 23:17 |
|
| |
דער "פארשטיי" איז נישט קיין סאטמארער, ער איז פשוט צומישט לעצטנס, זיינע תגובות זענען געווארן מורא'דיג צומישט, דאס איז א חלק פון דעם בלבול המוחות און כאאס וואס דער "פארמעגליך" האט אנגעארבעט מיט זיינע מורא'גידע ארטיקלן.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2009 23:12 |
|
| |
שעלטען??????? דו הערסט אויף? דו ריפסט מיך א זאל?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2009 23:12 |
|
| |
יא, שנעלקעלע איז פשוט עקסיידעט, ער איז שיכור פון די אומערווארטעטע סוקסעס פון די זאלונים פארטיי, אנגעהויבן פון די חוץ לדרך הטבע'דיגע התמנות פון דעם "קליינעם" בן הרביעי, איבערגענומען רוב סאטמאר אין גאר א קורצע תקופה, געעפנט א נייע ישיבה גדולה אין שטאט, און וויפיל שקר און שמוץ די ארונים האבן געפרואווט צו שיסן דערויף האלטן זיי ביים עפענען דעם קומענדיגן זמן מיט איבער אכט הונדערט בחורים, די הערלכיע ניייע ישיבה בנין אין קווינס וואס איז ממש כלילת יופי משוש כל הארץ, מיט די געלונגענע מוסדות און גרעסטע חסידישע קעמפס, מיט די ניי שנעל אויפגעכאפטע ביהמ"ד אין לפידות וואס איז קוים דריי וואכן אפן און עס ווירבלט מיט מנינים און לומדים א גאנצן טאג, מיט די נייע הערליכע ביהמ"ד אין מחנה "נחלת יעקב" וואו דער ביהמ"ד איז געפאקט פון פרי פארטאגס ביז שפעט אין די נאכט.
און ועל כולם איז ער שיכור פאר שמחה מיט פארמאגן אזא הייליגן חשוב'ן רבי'ן שליט"א, א בר דעת, א ירא שמים, א תלמיד חכם עצום, מיט א שכל הישר, עובד ה' דורך און דורך, נישט קיין בעיבי און נישט קיין אטענשאן זוכער, רעדט מיט רעספעקט צו יעדע מענטש, בפרט צו רבנים און ערליכע אידן, א מוסטער פון א רבי..
נו, איך האב נישט קיין טענות צו שנעלקעלע, ער האט דאך שוין איינמאל מיט וואס צו זיין פרייליך און צופרידן. בפרט ווען מ'קלערט נאר אריין, ווען נישט די סייעתא דשמייא פון "בן פראדל" וואס וואלטן מיר היינט געהאט? ווער וואלט געווען אונזער רבי?
ברוך הוא אלוקינו......
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2009 23:11 |
|
| |
איך הייב שוין אן מורא צו אבן אז דער פארשטיי איז א סאטמארער וואס שפילט אהרוני
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2009 21:31 |
|
| |
וואס מיינט ער ער דא דער שנעלקאלע?
די סטעי אויפן בית החיים וואס איז דורוכגעפאלען? און די זאליס וועלן זיך מיזען בעטען ביי ר' יוסף ווייס אז ער זאל אפוואשען זייער נישט לעבעדעדיגע?
די חתונה תקנות וואס די גאנצע וועלט איז מודה אז עס איז א גוטע זאך? חוץ די זאליס וואס ספענדען וואס מער צילוב להוציא מליבם?
די שוהל און לאפידות וואס כאפט עפעס נישט אויף?
די באשרייבאכס פון ר' ליפא מיט די קוואדערלעך?
וואס קוועשט אים פאר דעם שנעלקעלע?
|
|
|
|
|