דעפרעסטע זאליס פון טעקסאס אדער טריפה פלייש אין קרית יואל???
יא....
נאכן איינזען אז די גאנצע וועלט ווארט מיט שפאנונג אויף די נייע מהודר'דיגע בשר בהמה, וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען על אדמת אמעריקע.
און נאכן איינזען אז בקרוב וועט כלל ישראל האבן מהודר'דיגע בהמה פלייש אין צוגאב צו די מהודר'דיגע עופות פלייש.
האבן די זאליס פאבריצירט א מעשה'לע מיט קראטשינאוויסקי פון לעיקוואוד אדער קראונהייטס
און יענער האט געטראפן א פרישע פינקל פרשה אין קרית יואל.
דער פאשקעוויל רופט די דיינים וואלדמאן מיט ראזענפעלד זאלן זיך אריינטאן אין די פרשה
עס קומט צום לאכן.
פארוואס הייסט ער אויך רופן דעם גרויסן גאון וצדיק הרב הקדוש רבי יצחק שווארץ האדמו"ר מבראד
אדער דעם בן השני הרב הצדיק הקדוש רבי ליפא'לע מזענטא?
ווער עס האט א פראבלעם, זאל אנרופן איין מענטש, דעם בעל המכשיר פון קרית יואל שחיטה:
הגאון הגדול ר' משולם פאלאטשעק שליט"א. (וועלכער ווערט נישט דערמאנט).
וואס איז צומות הגידין?
א יעדע בעל חי האט שטארקע מוקסלען ביים פוס אויף וואס דער בעל חי שטייט, אבהמה פארמאגט 4 אזענע אדערן און א טשיקן פארמאגט 16. און עס שטייט אוןשו"ע אז אויב ס'פעלט איינס אדער ס'איז צוריסען איז עס טריפה.
יעצט, אין אלע בית השחיטות (חוץ אין א"י) איז מען נישט בודק קיין צומת הגידין.
און היות כ"ק רבינו שליט"א פארלאנג אלעמאל אז אונזער בית השחיטה זאל זייןדאס בעסטע אין כשרות, ע"כ יעדע חומרה אדער יעדע זאך וואס איז שייךנאכצוקוקן שטעלט מען באזונדערע משגיחים, און יעדע זאך וואס איז דא אגעוויסע פראצענט זענען דא באזונדערע משגיחים אכטונג צו בלויז אויף דעם ווילמשל קושקעס לונגעלעך לעבערלעך וכדו'. און אזויווי דער בית השחיטה האט זיךאיינגעקויפט דעם בעסטן נאמען קומען צו גיין פון אסאך פרעמדע קרייזן דא צוקויפן ובתוכם אידן פון לעיקוואד, וואס זיי זענען מדקדק בקלה כבחמורה, וואס זוכן די מהודר'דיגסטע פלייש.
צווישן די משגיחים וואס קומען אראפ פאר די לעקוואד'ער אידן איז הרה"ג ר' אהרן קארשינסקי ני"ו (נישט ארי') וואס ער איז מומחה צו דערקענען פון דרויסן צו די צומות הגדין האבן א שאלה, ונותנים באהבה רשות זה לזה, לערנט ער אויס די היגע משגיחים וויאזוי דאס דערקענען פון דרויסן און אויב מאכט זיך א שאלה דעמאלט עפענט מען עס אויף און מקוקט אריין פון אינעווייניג. מ'האט אויפדעם געביט געשטעלט צוויי ספעציעלע משגיחים וואס קוקן דורך יעדן איינציגען עוף, און ווי פארשטענדליך איז נארמאל אז מזוכט טרעפט מען, און עס איז ווי א שיפמענט אמאל איז עס ריין אונגאנצן און אמאל טרעפט קלענערע פראצענטן און אמאל מער. לעצטענס האט מען געזעהן אז עס מאכט זיך מער עס האט זיך שוין אפילו געמאכט אז אזויפיל ווי 7% זאלן זיין טריפה, און תלי"ת אז ביי אונז קוקט מען נישט אויף קיין געלט און עס ווערט אוועקגעווארפן פונקט ווי אלע אנדערע שאלות, (אין אנדערע בתי שחיטה ווייסט מען ניטאמאל פון אזאנע זאכן).
צום שלוס!
אזוי ווי כ"ק רבינו שליט"א האלט, אז עס טאר נישט זיין קיין סודות אין כשרות ובפרט ביי פלייש, זענען די טירן אפן לכל הרוצה, האבן מיר זייער הנאה אז דער ציבור זאל מיטהאלטן וואס איז כשר און וואס איז טריפה, אדרבה זאלן זיי אנהייבן טענה'ן מער וועט מען געוואור ווערן די הידורים פון די קרית יואל'ע שחיטה.
תוקן על ידי יודלע ב- 10/08/2009 22:22:08
נשלח ב-10/8/2009 19:23
היפאקריט'ן ! אפי' א ליגנט דארף מען אויסטרעפן עס זאל זיין מיט א טעם און לשיטתכם וואס גייען טוהן די רבנים מען וועט נעמען פלייש פון א אנדערע בית השחיטה וואס מען איז בכלל נישט בודק די צומת הגידין אתמההטיפשים הרוצה לשקר ירחיק עדותו .
נשלח ב-10/8/2009 18:27
פין די זאלי'ס פארום: (פארמעגליך היימישע געבעקסן)
זינטאג גייט פארקומען א גרויסע אסיפה אין לעקוואד ווי די רבנים וועלן ארויסגעבן מער פרטים וועגן דעם פראבלעם און וועגן כשר'ן די כלים.
דערווייל האבן זיי שוין געמאלדן אז זיי נעמען מער נישט קיין פלייש ביי די ארוינים
זייער פארביסענקייט אין דערביטערקייט, פירט זיי אין גרינט, אין נאכדעם וואס איבעראל האט מען זיך שוין איבערצייגט די לעכערליכקייט פינעם בולבול אין דאס וכל הפוסל ''במומו פוסל'', גייען זיי נאך נעבעך אן מיט די העץ, פארמעגליך אין זיין סטעף זענען איינגעשפאנט אין די ארבעט, קיין שום פאקט איז דארט נישט דא קיין פראבלעם מכחיש צו זיין, אפי' די גרעסטע רבנים וועלכע האבען דארט באזיכט וועלן עס אפלייקענען, וועלן זיי שנעל ברענגן פרישע געבעקסן, נעבעך!
הקנאה והתאווה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם......... אבער נישט סתם!
איך בין אמאל געווען אין ניו העמפשיר (ווען ער איז נאך נישט געווען רבי, און אויך נאך נישט זייער א גרויסע רב) האט מיר דאן דער קעכער געזאגט (חיים בלייך) אז איין זאך וואס ער מיז זיך צושטעלן צו ר' אהרן מער פון יעדן איז, אז ער עסט נאר בשר עוף.
נשלח ב-10/8/2009 02:31
וואס האלט איר וואלט די רבי געדארפט טון ווען ער איז געוואויר געווארען פון די פראבלעם?
וואס האלט איר וואלט וואלט א צווייטער געטון?
וואס האט די רבי למעשה געטון?
סיי, ס'האט נאך מער דערהויבן די כתר שם טוב פינעם בית השחיטה המהודרת, ווען יעדער האט זיך (צווישען אנדערע הידורים) איבערצייגט, אז קרית יואל איז די ''איינציגסטע'' בית השחיטה אין אמעריקע וואס מ'האט ביז היינט בודק געווען די צומת הגידין (למעט: סקווירא אין קאהן'ס וואס צייגען זיך אויך אויס אין כשרות אין הידורים), אין נאר די מדקדקים בכשרות וואס זענען מקפיד צו עסן נאר פין דעם שחיטה המהודרת זענען ניצל געווארען פין דעם פראבלעם, (אפי' להלכה קען זיין איז עס א מיעוט שאינו מצוי), די 2 אויבערדערמאנטע דיינים שליט''א ווערן די לעצטע פאר טאג באלגערט פין די גרעסטע רבנים אין בעלי מכשירים וואס בעטן זיי אויסצולערנען וויאזוי מען איז בודק די גידין אין דער מציאות הדברים וכו'(כ'קען נישט דא אויסרעכנן ווער, ווייל כ'וויל קיינעם נישט וויי טוען אין כ'וויל נישט צונעמן קיין ביזנעס, זיי האבען לכאורה אין דין פין א שוגג, כ'האב אבער עטליכע נעמען פין א 100% קראנטע מקור, אין איר וואלט אלע געשפרינגן ווען איר וואלט געהערט די נעמען), דער בעל מכשיר פין חבורה אין לעיקוואד האט פאר יעדן מסביר געווען די לעכערליכקייט פין דעם שקר בשמו, אין אויסגערעכנט די ברייט בארימטע חמרות אין הידורים וואס דער בית השחיטה פארמאגט, אין ווערט וועכענטליך ציגעלייגט.
סיי, מ'האט זיך איבערצייגט די הפקרות וואס הערשט אין די ג'גזלט'ע בוטשער, וואס די גאנצע השגחה איז דורך דעם מענעזשער וואס איז נאכנישט דארט א גאנצע יאר, נאכדעם וואס מ'האט ארויסגעווארפן דעם לאנג יעריגען מענזשער וואס האט אריינגעלייגט שווערע כוחות אויפצוארבייטן דעם בוטשער פאר'ן חטא פין נישט גיין אין שפאן, (וואס אגב די מפוקפוק'דיגע הכשר איז שוין מ'מליחה ואילך אויך נישט, נאכדעם וואס זיי האבען לעצטנס אפגעזאגט זייער משגיח ביי די מליחה אין ווינלאנד {הרה''ח ר' ישראל מאיר פרידמאן הי''ו} אין מ'האט אים ערזעצט דורך א פרעמדער שוחט, וואס וויבאלד רוב טאג איז דער שוחט פארנומען מיט די שחיטה, קען ער נאר זעהן די מליחה אפאר מיניט אין די איבריגע שעות זאלצען דארט גוים {ר' ישראל מאיר פלעגט דארט שטיין די גאנצע צייט אלץ משגיח תמידי} די תירוץ.... ביים אפזגען איז געווען ווייל קרית יואל פלעגט אמאל (פאר מ'האט געפענט די שחיטה המהודרת) צאלען א חלק פאר די השגחה, אין וויבלאד די ב''פ בוטשער צאלט אויך מער נישט (ווייל לויטן פארלאנג פין די רבני המכשירים הדומ''ץ קיט''ל ב''פ והג' ר' אפרים שמעון לייכטאג, נעמט מען אלע פלייש נאר פין ק''י) קענען זיי זיך מער נישט אפארדען די הכשר ביי די מליחה (כ'האב געמיינט אז ס'דא א נייע ב''פ בוטשער)) אין אין סטאר אליין ווייסט יעדער וואס פאר א השגחה דארט איז דא..... (כ'רעדט נישט פין דעם וואס מ'האט אויפגעהערט צו ניצן שטיין זאלץ טראץ א קלארע הוראה פין רביה''ק ז''ל אין מ'האט נישט מודיע געווען פאר'ן א''ג בעל מכשיר אין פאר די קאסטומער'ס)
צום ענין: לויט ווי ס'קוקט אויס איז דאס א וויירוס וואס די טשיקענס ליידען לעצטענס דערפון אין מ'ארבעט שוין א שטיק צייט דערויף (ס'אז איז כדי צו באמערקן דאס וואס איז שוין באקאנט אז ווי נאר מ'האט באמערקט דעם פראבלעם האט מען מודיע געווען ע''פ בקשתו פינעם דיין שליט''א פאר די אנדערע בית השחיטה'ס (נאכמאל: הגם להלכה קען אז עס נאר א מיעוט שאינו מצוי))
ברוך הוא אלוקינו שבראנו ''לכבודו'' ''והבדלנו'' מן התועים, ונתן לנו תורת ''אמת'' וכו'
ע''כ דבריו
בלייב איך נאר איבער מיט א בקשה פאר די זאלי'ס, טרעפט ווי שנעלער א סקאנדאל אויף טעקסאס (איך שטעל ענק אויף די חזקה, ס'וועט נישט לאנג נעמען)
נשלח ב-9/8/2009 09:15
(תימענער:)
אין די ''זאלי'' פורום שרייבט איינער א גרויסע אויפדעקונג מכלומרשט
אויפדעקונג: שוחט פון בני ברק באשטעטיגט סקאנדאל
יא.
דער לאנג-יעריגער סאטמארער בני ברק'ער שוחט, הרה"ח ר' שניאור זלמן טאבאק שליט"א דער ראש השוחטים פון שחיטת הגרמי"ל לאנדא, באשטעטיגט די סקאנדאל וואס טוט זיך איצט אפ מיט די פלייש און קרית יואל, שוין מיט דריי יאר צוריק.
וגופא דעובדא הכא הוה, ר' שניאור זלמן איז געקומען צו פארן צו ר' אהרן אויפ'ן ערשטן יו"ט שבועות אלס רבי, שנת תשס"ו, און זייענדיג א גרויסער שוחט, איז ער געגאנגען קוקן און באזוכן דעם בית השחיטה "המהודרת" פון קרית יואל.
א טאג שפעטער האט ער זיך געזעגנט מיט א קוויטל ביי ר' אהרן, און האט זיך אפגערעדט פאר ר' אהרן אז עס איז נישטא קיין משגיח ביי די שחיטה וואס קוקט איבער די צומת הגידין, האט עם ר' אהרן גענטפערט כהאי לישנא: "אז מאיר הירש זאגט אז מ'דארף נישט קיין משגיח, דארף מען נישט". דער ר' שניאור זלמן טאבאק איז גאר א תמימות'דיגער איד, אן ערליכער, א גרויסער ירא שמים, און איז געווארן זייער שטארק צוטרייסלט פון דעם ענטפער.
אהייקומענדיג און א"י איז ער געווען זייער צובראכן פון די שחיטה פירערשאפט אין קרית יואל, א פאר טעג דערויף איז ער געגאנגען מנחם אבל זיין די צווי "גרינפעלד" פון בארא פארק ר' נפתלי און ר' יעקב וועלכע זענען געזעצן "שבעה" און בני ברק בפטירת אמם.
דארט איז געזעצן א גרויסער אהרוני ר' גרשון כף פון די שחיטה משגיחים ביי הגרמי"ל לאנדא, און אויפן טיש האט מען גערעדט פון די בית השחיטה פון קרית יואל, און ר' שניאור זלמן האט געזאגט אז ער האט גרויסע טענות אויף די שחיטה, אז עס איז נישטא קיין משגיח, ווי אויבערדערמאנט.
אויפצומארגאנס האט עם ר' גרשון כף דער אהרוני באפאלן, היתכן די ביסט מוציא לעז אויף די שחיטה "המהודרת", און זאגסט עס נאך און פראנט פון די צווי גרינפעלד ברידער, וועלכע זענען שונאים פון רבי'ן.
ווען ר' אהרן איז געקומען דעם ווינטער קיין בני ברק צו אנטיילנעמען ביי די חתונה פון בן ר' חיים הערש מייזליש, איז ער געגאנגען שבת צופרי אויף קידוש נאכן דאווענען ביי ר' שניאור זלמן און שטוב, פאר צווי סיבות, איינס פון די סיבות איז, אז עס האט געדארפט הייסן א "פיוס" אויף דעם זלזול ענטפער איבער די שחיטה עד כאן המעשה.
אויף דעם איז געזאגט געווארן (ר''ה כ''ב:) כל מילתא דעבידא לאגלויי לא משקרי בה אינשי אבער אז מען איז נישט קיין בגדר אינשי איז מען יוא משקר ווייל נאכ'ן בירור און מען האט געפרעגט דעם שוחט אליין ר' שניאור זלמן נ''י צו ער האט גערעדט מיט'ן רבי'ן איבער צומת הגידין האט ער געזאגט א גרויס'ן לא מיט א א' רבתי בכלל זאגט ער איך פארשטיי נישט אין צומת הגידין און איך טו נישט דערין , די געבאקענע מעשה שטאמט פון זיין איידעם י. ב. וואס ער איז א באוואסטער בעל דמיון וואס יעדע ערשטע ווארט איז חוטא לאמת ווער האט אין זיין לעבן נאנישט ארויס גערעדט א גראד ווארט אויף אים זאגט דער פס' (משלי י' א') ובן כסיל תוגת אמו
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 09/08/2009 9:14:45
_________________
נשלח ב-7/8/2009 04:06
בערל550 כתב:
צו עסן כשר פלייש איז א מצוה!!!
צו זאגען אז ס'איז אסור ווייל איינער האט געזאגט אז דארט _____ (יעדן טאג א צווייטע זאך), איז א היפאקריט!!!!
אין צי זאגען אז סאיז נאר דא א הכשר ממליחה ואלך...ווייל איינער האט געזאגט אז דארט _____ (יעדן טאג א צווייטע זאך), איז א היפאקריט!!!!
נשלח ב-7/8/2009 03:59
צו עסן כשר פלייש איז א מצוה!!!
צו זאגען אז ס'איז אסור ווייל איינער האט געזאגט אז דארט _____ (יעדן טאג א צווייטע זאך), איז א היפאקריט!!!!
נשלח ב-7/8/2009 03:54
בערל550 כתב:
וואס פארשטייסטו נישט YES?
צו טון א זאך א קעגן די תורה איז זיכער אסור!!!
צו זאגען אז א איד איז א גנב ווייל איינער האט אים געזאגט אז ער איז א גנב, איז א היפאקריט!!!
I AGREE
דינען עבודה זרה איז אסור!!!
צו זאגען אז מ'טאר אהין נישט אריינגיין מוז מען נישט האבען אראפגעגאנגען פארדעם קוקען וויאזוי די ע"ז זעהט אויס!!!
I AGREE
קראנקע קינדער זאלען לערנען אין שערי חמלה איז מותר!!!
צו זאגען אז ס'איז אסור ווייל איינער האט געזאגט אז ס'איז דא דארט____ (איך ווייס נאך עד היום נישט וואס), איז א היפאקריט!!!
סאיז אלעס אן רעקארד וואס DR.בארנאדא האט געזאגט פאר די קארט אז די האר פין קאפ קען זיך אויפשטעלען מען דארף נישט אראפ קימען אין שערי חמלה פאר דעם, סאיז OPEN רעקארדס..האסט פארגעסען מיר לעבען אין אמעריקע סאיז א מלכות של חסד..
אפשר וויסט איר וואסערע עופות רבינו שליט"א (סיי וועלכער די ווילסט אזוי אנרופן) האט געגעסן אנגעהויבן פון זיינע וויגעלע יאהרן ביז ער האט אנגעטוהן די ווייסע זאקן?
55 יאהר געפיטערט פון טשיקן פלייש און בהמה פלייש פון מיעל מארט.
נשלח ב-7/8/2009 03:20
וואס פארשטייסטו נישט YES?
צו טון א זאך א קעגן די תורה איז זיכער אסור!!!
צו זאגען אז א איד איז א גנב ווייל איינער האט אים געזאגט אז ער איז א גנב, איז א היפאקריט!!!
דינען עבודה זרה איז אסור!!!
צו זאגען אז מ'טאר אהין נישט אריינגיין מוז מען נישט האבען אראפגעגאנגען פארדעם קוקען וויאזוי די ע"ז זעהט אויס!!!
קראנקע קינדער זאלען לערנען אין שערי חמלה איז מותר!!!
צו זאגען אז ס'איז אסור ווייל איינער האט געזאגט אז ס'איז דא דארט____ (איך ווייס נאך עד היום נישט וואס), איז א היפאקריט!!!
צו עסן כשר פלייש איז א מצוה!!!
צו זאגען אז ס'איז אסור ווייל איינער האט געזאגט אז דארט _____ (יעדן טאג א צווייטע זאך), איז א היפאקריט!!!!
נשלח ב-7/8/2009 03:05
YESWECAN3 כתב:
בערעלע!! זאג נאר ווען די רבי ז:ל האט געאסערט די בחירות איז ער אויך אראפגעגאנגען אין די כנסת זען וואס דארט טיט זיך? קאט דע קרעפ....איך זאג נישט חס ושלם אז עפעס איז ראנג מיט די קרית יואל שחיטה אבער זאגען אז מען קען נישט אסרן די סקול דיסטריקט ווייל מען איז נישט אליין אראפגעגאנגען איז שטיתים והבלים
איך וועל אויך ענטפערן אויף די זלונישע שפראך
ווען די תורה האט גע'אסר'ט רציחה, גניבה האט ער עס אויסגעטרייט פארדעם???
נשלח ב-7/8/2009 02:55
YESWECAN3 כתב:
בערעלע!! זאג נאר ווען די רבי ז:ל האט געאסערט די בחירות איז ער אויך אראפגעגאנגען אין די כנסת זען וואס דארט טיט זיך? קאט דע קרעפ....איך זאג נישט חס ושלם אז עפעס איז ראנג מיט די קרית יואל שחיטה אבער זאגען אז מען קען נישט אסרן די סקול דיסטריקט ווייל מען איז נישט אליין אראפגעגאנגען איז שטיתים והבלים
איך וועל עס אוישמועסן אין די זאלוינישע שפראך
צו אסרן א זאך וואס ר' אהרן האט געמאכט, נאכדערצו ווען ס'האט עפעס מיט העלפן פאר אידישע קינדער צו בגשמיות אדער ברוחניות דארף מען עס נישט גיין קוקן
ס'איז גענוג צו זאגן ר' אהרן האט עס געמאכט... און שוין....
לו יהא כדבריך ביי סקול דיסטריקט וואס טוט זיך מיט די שחיטה?? דיין צדיקל האט געזען די פעפער'ס אין קאורט הע