בית פורומים אחים אנחנו

די דורכגעפאלענע מיסיע פון בן פראדעל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/8/2009 21:19 לינק ישיר 
סמל ההודעה די דורכגעפאלענע מיסיע פון בן פראדעל

ביטע נישט ניצן מיין אשכול פאר ווילדע שטיקעס, עס מאכט מער חרבן ווי גוטס

א ענטפער צו פארמעגליך
********************************************
מכתב הסברה למבקשי אמת



ביטע נישט לייגן דא קיין תגובות. אויב ווילט איר לייגן תגובות קענט איר לייגן אין די הערות אשכול הערות: די דורכגעפאלענע מיסיע פון בן פראדעל

האמת עד לעצמו. שוין א לאנגע צייט וואס איך האב זיך געשלאגן מיט דער געדאנק, ארויסצוקומען אין דער עפנטליכקייט בשער בת רבים, און שרייבן איבער די אנגעווייגטאגטע טעמע וואס עס קומט פאר במחנינו, נעמענדיג אין באטראכט דעם מעגליכן בזיון מיט וואס דאס קען באגלייט ווערן, הן פאר די חשוב'ע קהילה הק', און הן כלפי מעלה, פאר'ן כבוד פון עטרת תפארת ראשינו, אונזער רבי און מנהיג, כ"ק מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע.

איך האב זיך גע'ישוב'ט און גע'ישוב'ט, געטראכט און איבערגעטראכט, אבער קוקנדיג אויף דעם שרעקליכן בלבול המוחות און טשטוש הגבולין האב איך באשלאסן ארויסצוזאגן את אשר עם לבבי און עטוואס פארציילן פאר די גאנצע וועלט ווער די מחריבי הקהילה זענען, וואס זייער ציל איז שוין איבער צוואנציג יאר, וואס זייער נידריגער גאנג איז געווען די אלע יארן, וויאזוי זיי האבן באוויזן צו געוועלטיגן אויפ'ן ציבור, והאמת עד לעצמו!

איך האף אז מיינע ווערטער וואס זענען געשריבן באמת ובצדק וועלן אויפגענומען ווערן מיט פארשטענדעניש און אויפריכטיגקייט, ווייל איך שרייב חלילה נישט מיט קיין שנאה, נאר ווי איינער וואס איז אנגעווייטאגט און זוכט קלאר צו מאכן די פארלאפענע געשעענישן וואס זענען פארגעקומען די לעצטע יארן, און די אומבאקאנטע און פארגעסענע פאסירונגען זאלן אביסל אויגעפרישט ווערן און נתברר ווערן כשמלה.

וטרם אחילה, לאמיך קלארשטעלן:

איך גיי זיך נישט פארמעסטן דא מיט די שרייבער פון פארווערטס צי מיט די שרייבער פונעם שמוציגן פנים אל פנים, און אויך נישט מיט'ן בן השני ליפא טייטלבוים, אדער מיטן געוועזענעם פיש סוחר.

 

עס איז נישט מיין ציל אפצוענטפערן זייערע שטותים, פינקט ווי עס איז נישט מיין ציל אפצוענטפערן דעם חיים ליבערמאן וועלכער האט געהאקט אויף מרן רביה"ק זי"ע, אדער אפצוענטפערן חיים שאולזאון, וועלכער האט געהאקט און געגאסן דברי בלע אויף מרן רבינו בעל ברך משה איבער צען יאר, וואך נאך וואך.

לאמיר נאר א טראכטן א רגע. איז מרן רביה"ק בעל דברי יואל קלענער געווארן ווייל ליבערמאן אדער דער טראנסילוואניער האבן אים באשמוצט וואך נאך וואך? און כאטש טויזענטער האבן דאס געליינט... האט דאס עפעס געווירקט?

איז מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע געווארן קלענער ווייל שאולזאון און די אנדערע מושחתים האבן אים אראפגעמאלן כאחד הריקים?  און כאטש טויזענטער האבן דאס געליינט... און מ'האט עס פארקויפט ביים ניוז סטענד ואין פוצה פה, האט דאס עפעס געווירקט?

דער תירוץ איז קלאר אז ניין.

פינקט אזוי דארפן מיר זיך גארנישט דערשרעקן פון די געמויזכעס פונעם פארווערטס שרייבער, און פונעם בן השני און פונעם געוועזענעם פיש סוחר.

איך בעט א תפלה לאל חי, אז מיינע שורות זאלן חלילה נישט שלעכט אויסגעטייטשט ווערן, און עס זאל גורם זיין אריינצוברענגען אהבה ואחוה ושלום ורעות, ואת אשר ישים ה' בפי אותו אדבר.

וזה החלי בעז"ה: 



פרק א'

צום אלעם ערשטן, איידער מ'הויבט אן אויסצורעכנען די השתשלות פון די נידריגע קליקע מושחתים און אלקעהאליקער פרידמאן, קעסטענבוים און די אנדערע זויפער, דארפן מיר זיך אליין פרעגן די הארבע קשיא, דלית נגר ובר נגר דיפרקיני': איז דאס נישט קיין פגיעה עצומה אין מרן הברך משה זצ''ל און אויף די גרעסטע קהילה קדושה אויפען כדור הארץ קהל יטב לב דסאטמאר, אז דער איינציגסטער דעה זאגער אין די קהילה הק' און אין בית מרן הברך משה זצ''ל האט מען קיין אנדערען נישט געפונען ווי דער גבאי וועמען קהל האט אויפגענומען צו שרייבן די קוויטלעך, שניידן חלה, און שטעלן משקה ביים שלחן הטהור פון מרן הברך משה זצ''ל און דערווייל האט ער דאס אויסגענוצט פאר זיינע ביליגע אינטריגיעס און מיט דעם מבזה און משפיל געווען כבוד מרן הברך משה זצ''ל בפני כל העולם כולו?

עס איז אויסער פון יעדן ספק ווער עס "געווען" דער איינציגסטער ווארט זאגער אין סאטמאר 20 יאר: אפילו א בלינדער האט דאס געזען, אז אויב האט נאר עמיצער פרובירט נאר צו צו זאגן א ווארט אדער אויפהייבן די אויגן-ברעמען אנדערש ווי עס איז "געווען" דער וואונטש פונעם "עבד לעבדי ה'", מעג ער זיין ווער אימער, אפילו דעם רבינ'ס קינדער און אייניקלעך, איז יענער גלייך געווארן מוחרם, מנודה, משוקץ מיט א שרעקליכע טעראר וואס איז נאך נישט געווען מיום הווסדה הארץ, און ליידער ליידער, האט ער האט געטראגן דעם "טבעת המלך שאין להשיב", און האט אויסגענוצט דעם נאמען פון מרן הברך משה זצ''ל, און גענומען "אדווענטעדזש" פונעם חולשת הבריאות פון מרן הברך משה זצ''ל לעשות מה שלבו חפץ!

ווען דער הולטייאישער גבאי וואלט נאר געזוכט די מיליאנען, ואילו לעבדים ולשפחות החרשנו.

דער מציאות איז אבער געווען אז "אין הצר שוה בנזק המלך", ער באגענוגענט זיך גארנישט מיט בלויז געלט. ער האט געהאט איין ציל, צו ווערן דער איין-איינציגער פיהרער, ער וויל זיין "רבי", ער וויל זיין "דיין", ער וויל זיין "ראש הקהל", ער וויל זיין "רעדאקטאר", ער וויל זיין "בעל מחנך", ער וויל זיין "אדמיניסטראטאר", ער וויל זיין "באנק מענדזשער". ער מוז זיין דער איינציגער אויטאריטעט אין אלע גשמיות'דיגע און רוחניות'דיגע ענינים, סיי דאהי אין וויליאמסבורג, אין בארא פארק, אין קרית יואל, אין אמעריקע און אין חוץ לארץ. אין ירושלים און אין בני ברק, אין לאנדאן און אנטווערפען, צי מאנסי אדער לעיקוואוד. און נאר די מוסדות הק' וועלכע זענען אים צום הארצן זאלן קענען עקזיסטירן, די אנדערע מוסדות וועלכע האבן זיך נישט געלאזט פירן פון זיין דיקטאט, האבן אלע געדארפט אונטערגיין, געבראכן ווערן להרג ולאבד למכה ולחרפה "כי אין הצר שוה בנזק המלך"!

און דא פרעגט יעדער די זעלבע קשיא: וויאזוי האבן מיר ערלויבט אז דער מושחת מאפיא גבאי זאל זיך וואגן צו מאכן בזיונות נוראות פון אונזער רבי'ן זי"ע, א זון פונעם הייליגן עצי חיים זי"ע, דער ממלק מקום פון רביה"ק זי"ע, און אים געמאכט ללעג ולקלס, לביזה ולחרפה בכל העולם כולו, ואין פוצה פה ומצפצף?

בכלל לאזט זיך נישט פארשטיין אז דאס האט ער צוריקבאצאלט פאר'ן זיין רבי'ן, וואס ער האט אים אויפגענומען פאר א גבאי, און דאס נוצט ער גאר אויס פאר זיינע ביליגע אינטערעסן, שוואוילטאגען, און הולטייאישע אויפפירעכץ, טראצדעם וואס דער רבי האט געליטן דערפון בזיונות נוראות רח"ל (וד"ל), האט ער זיך נישט אפגעהאלטן פון גארנישט.

וויאזוי האבן מיר צוגעלאזט אז אזא שפל ונבזה זאל ווערן דער איינציגער אפטרופוס אין די הייליגע קהילה קהל יטב לב דסאטמאר, און איר חרוב מאכן עד היסוד בה?

מאנכע וועלן פרעגן און מיט רעכט: וואס דער ציל מיטן באשרייבן דעם מושחת מנעוריו, זד יהיר לץ משה פרידמאן?

ווער ווייסט דען נישט אז ער קומט פון א צעבראכענע משפחה, זיין מאמע איז דאך נעבעך א, לאמיר נישט רעדן, יעדער קען זיינע ברידער, אלע פראבלעמען איינס ביי איינס.

אין די ישיבה אין צאנז סטריט איז ער געווען אן אראפגעקיקטער טעראריסט, דאס גאנצע לעבן זיינע איז פינקט ווי זיין שותף י.ש. גאלד און א. קעסטענבוים, ניבול פה, זימה וניאוף און אלקאהאליקס – יעדער ווייסט דאך דאס, און צי פעלט נאך אויס צו שרייבען איבער אים?

זיי זענען גערעכט, און מיר וועלן דעריבער טאקע זיך מונע זיין פון שרייבן זיין פינסטערע היסטאריע, און מיר וועלן זיך האלטן צו די ליניע פון די השלתשלות הדברים, און איצט אביסל אויסשמועסן, וויאזוי עס איז ערמעגליכט געווארן אז דער דורכגעפרעסענער יונג משה פרידמאן האט זיך אזוי משתלט געווען, ביז מיט גרויס סייעתא דשמיא האט מרן רבינו שליט"א געזאגט פאר דעם מלאך המשחית משה פרידמאן: הרף! איך נעם פון דיר קיין שום ארדערס נישט! קענסט שיסן און הענגן און אומברענגען אבער איך וועל זיך פאר דיר נישט בייגן קיין כי הוא זה.


די תורה הקדושה זאגט אין שירת האזינו עטליכע ווערטער, וועלכע זענען מקוים געווארן ביי דעם מושחת משה פרידמאן און זיין אלקאהאליקער קליקע, ווארט ביי ווארט:


"וישמן ישרון ויבעט, שמנת עבית כסית, ויטוש אלוקי עשהו וינבל צור ישעתו".


שמנת
! ער איז געווארן א מיליאנער פון ציבור'ש געלט, (קרית ויואל משה. או.די.עי., דער איד. 82 לי עוועניו. איחוד עולמי. כולל יטב לב י"ד רמ"א. פתח תקוה און נאך). ער האט זיך ארויפגעזעצט אויף יעדע איינציגע מאכטפולע פאזיציע אין סאטמאר, דורך געוואלדטאט און טעראר.

אן זיך חנפענען צו אים האט קיינער נישט געקענט באקומען קיין שום פאסטן. ער האט זיך אליין גענומען שררה און גדולה און זיינע הענט, און עס אויסגענוצט צו רודפ'ן הייליגע אידן, יראי אלוקים וחושבי שמו, דיינים און מורי הוראה. און אלעס אונטער'ן מאנטעל פון כ"ק מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע! (עס וועט שפעטער אויסגעשמועסט ווערן די קלארע פאקטן ארום או.די.עי., קרית ויואל משה, 82 לי עוועניו, איחוד עלומי, און נאך.)


עבית! דער גראבער יונג האט קאלטערהייט אנגעהויבן אוועקמאכן אלע גדולי התורה שבדור. ער האט מלגלג געווען על צדיקים וקדושים בפרהסיא, נאר ווייל זיי זענען נישט נאכגעשלעפט געווארן נאך זיין טעראר רעזשים. מיר האבן געהערט דעם קאסעט (וואס ער האט נאך נישט באוויזן מבער צו זיין) ווי ער זאגט פאר ר' גדלי' פויגל נ"י, אויף מרן הברך משה זצ''ל "איך האב אים אין די בעק-פאקעט"...

אויף די זעלבע טעיפ הערט מען ווי ער טשעפעט אביגדור יאקאבאוויטש ע"ה - (הגה: באותה שעה זענען זיי געווען צוקריגט און אויף מעסער שטעך. שפעטער ווען הגה"ק רמ"א איז נסתלק געווארן האט דער אינטערנאציאנאלער בעל מחלוקת שלום געמאכט מיט די מאפיא פרידמאן/קעסטענבוים) - מיט עקלהאפטיגע, שוידערליכע, משכילישע און נידריגע ווערטער, און ער האט נאך די העזה מבזה צו זיין און אפלאכן פון דעם צדיק וקדוש עליון רבי משה אריה פריינד זצוקללה"ה גאב"ד ירושלים. זאגענדיג "דער קליינער רינדיכיגער פון הוניאד וועט נישט באלעבאטעווען אין סאטמאר"!

אייגענטליך, וואס האט אים הגה"ק ר' משה אריה זי"ע געטאן?

פארוואס האט דער מושחת פרידמאן געדארפט שפילן פאליטישע שאך מיט דעם אינטערנאציאנעלן בעל מחלוקת. און צי וואס האט דער מופקר געדארפט אין דעם אריינשפילן אז ס'זאל חלילה ווערן א מחלוקה צווישן די קדושים  מרן הברך משה זי"ע און מרן הרמ"א פריינד זי"ע?

פאר ווער עס האט די פראגע, דער האט זיך נאך נישט אויסגעלערנט אז אויף דעם מאפיא און אלקאהאליקער פרידמאן/קעסטענבוים פרעגט מען נישט קיין קשיות. שפעטער וועלן מיר נאך צוריקומען און באריכות אויסשמועסן זיין נידערטרעכטיגע מלחמה קעגן דעם שר התורה הגאון הקדוש הרמ"א פריינד זצוק"ל.



כסית
! ער האט אנגעהויבן "בועט" זיין און טעראריזירן אין אלעמען וועלכע האבן נישט אויסגעפאלגט זיינע באפעלן. בגדול החל ובקטן כילה פאר די אלע וואס האבן זיך נישט אונטערגעווארפן אונטער זיין בלוטיגע רעזשים. ער האט אנגעהויבן פאטשען און שטויסן אונזער אומפארגעסליכן ראש הקהל הרה"ח המפואר, כליל המעלות והמדות ר' סענדער דייטש ע"ה. (וועמען ער האט ארויסגעווארפן פון "דער איד", נאכן ארבעטען דארט איבער א יובל שנים, זייענדיג דער יד ימינו פון רבינו הק' זי"ע אין די שווערסטע מצבים, ווי עס וועט שפעטער ארויסגעברענגט ווערן
באריכות.)
.

דאס בלוט קאכט ליידער ווי מיר זענען געשטאנען כאבן דומם און צוגעקיקט ווי דער אכזר און טיראן שטייט מיט א אויסגעשארפטן שווערד און שינדט די הויט מיט אכזריות נוראה, פון אלע וועלכע זענען נישט געגאנגען אין שפאן.

דער יונגאטש מיט זיין קליקע רוצחים און אלקאהאליקער פלעגן זיך צונויפקומען אין זייער הויפטקווארטיר אין דער איד אפיס און האבן דארט אפגעמאכט סטראטעגיע וויאזוי מ'וועט אויסנוצן דעם הייליגן ברך משה אויף זייערע השחתה, און מיר האבן דאס געזען און געשוויגן.

ער האט געצאפט דאס בלוט פון אונזער אומפארגעסליכן ראש הקהל ר' לייביש לעפקאוויטש ע"ה. ער איאיינעם מיט זיין שותף קעסטענבוים האבן אויפגעזאגט ר' לייביש'ן פון פרעזידענט פון או.די.עי. (תשמ"ד), ער האט אים גערופן "רוצח" במעמד צענדליגער מענטשן ביים רבי'ן אין שטוב, און ווי זיין בני משפחה האבן עדות געזאגט האט עס אים געקאסט א שטיק געזונט, און א קורצע צייט דערויף האט ער ליידער באקומען א סטראוק, והדברים ידועים לכל. הרה"ח ר' אברהם לעפקאוויטש נ"י האט אליין געזאגט פאר דעם שרייבער פון די דאזיגע שורות אז ער האט געהערט מפה אביו ר' לייביש ע"ה אז ער איז פאר יעדן איינעם מוחל, חוץ פאר משה גבאי איז ער נישט מוחל בזה ובבא! ווי אויך האט ער געהעצט ביים רבי'ן אין פלארידע אז ר' לייביש זאל ארויסגעווארפן ווערן פון די ישיבה אין תשמ"ו. (ווי עס שפעטער בארוכות אויסגעשמועסט ווערן).

ער האט געצאפט דאס בלוט פון אונזער אומפארגעסליכן ראש הקהל פון ירושלים עיה"ק, הגאון החסיד המפורסם רבי ליפא שווארץ ז"ל. ער האט אים מבזה געווען און ער האט אים משפיל געווען על לא דבר, בלויז ווייל ער האט נישט געוואלט אונטערווארפן אינטער זיין טעראר רעזשים. כאטשיג ר' ליפא זצ"ל איז געווען פון די איינציגסטע לייבן וואס רבינו הק' זי"ע האט געהאט אין ירושלים, און איז אויך געווען דעם גרעסטער און נאנסטער ידיד פון מרן הברך משה זצ''ל אלע יארן.
 
ר' ליפא שווארץ ע"ה איז אויך געווארן א ציל ברעט פון דעם שיק אינגל פון דעם טעראריסט פרידמאן, דאס איז אונזער וואויל באקאנטער בן השלישי, וועלכער האט ערליך אויסגעפאלגט די באפעלן פונעם נאצישן רעזשים, פרידמאן/קעסטענבוים ענד קאפ. דער בן השלישי האט אים געשיקט א מעסעדזש דורך די צוויי הויפט אגענטן און טעראריסטן נח שטיינבערג און אפרים שטערן, אז אויב ליפא שווארץ וועט זיך נישט צושטעלן צו די נייע ארדענונג פון פרידמאן/קעסטענבוים וועט ער פליען ווי זון ר' אנשיל.

איר לייענט גוט. דער נועם המידות אפאראט האט שוין דעמאלטס אין ירושלים געארבעט מיט די זעלבע מעטאדן וואס זי האט גענוצט דאהי אין אמעריקע, נאכן צוריק עקספארטירן פון ירושלים.


דאס קומט צו צייגן פאר די גאנצע וועלט די 2 פונקטן, וועלכע זענען געקניפט און געבינדן:

1) די מאפיא פרידמאן/קעסטנבוים האבן נישט אויסגעקליבן רז"ל אומזיסט. ניין!

זיי האט גענוי געוואוסט אז זיי נעמן עמיצן וועלכער וועט זיי דינען געטריי און וועט טוען אלע השחתות אן קיין שום אפשטעל, ווי א ריכטיגער עבד לעבדי עבדים.

2) דער בן השלישי איז נישט קיין געווארן קיין אגענט פאר די מאפיא ווען ער איז אהערגעקומען, נאר ער איז אהינגעפארן על דעתי דהכא. דאס איז געווען דער גאנצער "עליה לצורך ירידה".

אזוי האט דער אומפארשעמטער יונג פארטריבן די שענסטע און חשוב'סטע אידן - די פני העדה פון סאטמאר – דורך זיין מאכן שונאים. און וועמען עס איז אים נישט געלונגען צו פארטרייבן האט ער  דערשטיקט, צעקוועטשט און אונטערדרוקט דורך זיין שמוציגע טעראר, והדברים ידועים לכל, ואכמ"ל.



 
פרק ב'

און דא איז דאס פלאץ אביסל אויסשמועסן

וואס איז דער אמת'ער תפקיד פון א גבאי?

דער תפקיד פון א גבאי איז:

1)                ארויסצוהעלפן דעם רבי'ן. = להוציא: נישט דער רבי זאל אים ארויסהעלפן;

2)                מאכן זיכער אז דעם רבינ'ס כבוד זאל נתרומם ווערן בכל קצוי תבל. = להוציא: נישט פארשמירן און פארפלעקן דעם רבי'ן פאר אייגענע אינטערעסן.;

3)                 צונויפברענגען דעם רבי'ן מיט די חסידים. = להוציא: נישט אפצוטיילן דעם רבי'ן פון זיינע געטרייע תלמידים וחסידים);

4)                 א) ארויסשלעפן דעם רבי'ן פון אלערליי פאליטיק; משפחה פראבלעמען. ב) ארויסציען דעם רבי'ן פון אלערליי מחלוקת און שנאת חנם. ג) האלטן דעם רבי'ן העכער פון אלע אינערליכע רייבערייען. ד) מאכן זיכער אז אינעם שטוב פון מרן הברך משה זצ''ל געפונען זיך נאר ערנסטע, איידעלע חסידים ואנשי מעשה. ה) זעהן צו קאנטראלירן דעם רבינ'ס סקעדזשועל און סדר היום, וויבאלד מרן הברך משה זצ''ל איז דאך טרוד, דארף ער האבן א מענטש וואס זאל וואכן אז דער רבי זאל ערשיינען איבעראל וואו מ'האט אים געלאדענט אן קיינע פאליטישע חשבונות און טריקס;

איצט לאמיר א בליק טאן וויאזוי ער האט אויסגעפירט זיין תפקיד די לעצטע צוואנציג יאר, און פארוואס דער מצב האט זיך ליידער דערקייקעלט אז דער נאמען פון מרן הברך משה זצ''ל איז ליידער אזוי מבוזה געווארן, דוקא דורך זיינע אייגענע שפלות'דיגע שטוב-מענטשן, און יא, אויך פון זיין אייגן קינד וועלכער האט געמאכט זייער א לאנגע נסיעה (מעבר לים) אריינצושלעפן דעם רבי'ן אין א נידריגע און שמוציגע פאליטיק, וואס זינט דער הייליגער בעשה"ק האט מייסד געווען זיין הייליגן דרך, איז נאך אזעלכעס נישט געווען אז א גבאי זאל דאס טאן פאר זיין אייגענעם רבי'ן, און אוודאי נישט קיין אייגן קינד, פאר א טאטן א רבן של ישראל, אלעס צוליב עגאאיזם פון תאוות הכבוד, הממון והשררה.

וכאן הבן שואל:

א) ווער האט וועמען ארויסגעהאלפן אין די לעצטע צוואנציג יאר? ב) ווער איז מבוזה געווארן פאר וועמען? מי נדחה בפני מי? ג) ווער האט זיך אויפגעשטעלט רעדן פאר וועמען? ד) ווער האט דא געמאכט מיליאנען פון ציבור'שע געלטער? ה) ווער האט נאך אזוי שטארק "אביוזד" זיין "פאוער", ווי זיין אייגענער גבאי, משה פריעדמאן? פאר וועמען נאך האט זיך דער רבי משפיל געווען אלע יארן אויב נישט פאר זיין אייגענעם גבאי'ן – ליידער ליידער האט ער דאס דערלעבט, אין די יארן וואס ער דארף אביסל מנוחה.

אפשר קען איינער אנווייזען:

א) ווען האט ער עפעס געטאן אז א רב, אדער סתם א יוד (וואס האט געהאט עפעס א טענה) זאל (צוריק) נתקרב ווערן צו מרן הברך משה זצ''ל.

ב) פארוואס האט ער געלאזט דערצו אז הונדערטער פאמיליעס און משפחות זאלן אויפגעברויזט ווערן אויף די הנהגה ווייל ער האט אנגעזייט פירוד לבבות קערנדלעך איבעראל וד"ל, און האט קיינמאל נישט געזוכט קיין וועג צוריק מאחד צו זיין די הערצער.

ג) ביי די פרשה פון בני יואל האט מען צענדליגער מאל געקענט קומען צו א פשרה. אחד היה משה פרידמאן וואס האט אלס געזאגט: "איך וועל זיי ווייזן". (נישט אז די בני יואל פעלט אויס צו מנין), אבער למען השלום, האט דער מאפיא פרידמאן נאר געארבעט: איך וועל זיי ווייזען". יעדער וואס ווייסט דעם אמת וועט מעיד זיין אז ער איז געווען דער וואס האט קיינמאל, "קיינמאל", נישט געזוכט קיין שלום, כאטשיג יעדער האט געזען אז דער פייער וועט נאך מער אויפפלאקערן.

ד) ביי די פרשה פון ר' יושע לעפקאוויטש נ"י האט די מאפיא פרידמאן/קעסטענבוים, געוואלט בארויבן דעם המון עם מיט צען טויזענט דאלער פער דירה, מיט א פרומען שלייער, אז דאס געלט וועט גיין פאר צדקה, לטובת דעם שיכון פון קרית ויואל משה. זיי האבן אנגעמאכט דעם פייער פון מחלוקת, און דערנאך נישט געלאזט קיין שלום.

ה) ביי די יערמיאש "גט פרשה" ביז צו די התייסדות פון די מיידל שולע בעקבי הצאן, האט ער קיינמאל נישט געלאזט פארהיילן די וואונדן נאר כסדר נאך מער אויפגעפלאקערט מחלקות, כאטשיג הגאון החסיד ר' יודל ראזענבערג ע"ה האט שוין אויסגעארבעט פונקטליכע פלענער פון א שלום.

ו) וויאזוי האט ער גערעדט צום זקן הרבנים כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א אינעם הייליגן טאג פון ערב יום הקדוש שנת תשמ"ג פארטאגס אויפן טעלעפאן?

ז) וויאזוי האט ער זיך געוואגט ארויסצוזאגן אזעלכע געמיינע און נידערטרעכטיגע דיבורים אויף הרה"ק מסקולען זי"ע ועכי"א, בלויז ווייל ער האט נישט געוואלט אז אחינו בני ישראל תושבי וויליאמסבורג, זאלן שטימען פאר דעם עוכר ישראל קאטש, וועלכער איז בשעתו געווען א בוזעם פריינט פאר די אייגענטימער פון או.די.עי. (קעסטענבוים, פרידמאן).

ח) וואס האט ער געטאן ערב יום הקדוש ווען ער האט באפוילן פאר הרה"ח ר' ליפא שווארץ ז"ל, ער זאל איבערגעבן פאר הגה"ק הרמ"א פריינד זצוק"ל אז כאטשיג ער איז רב אין ירושלים עיה"ק איז ער דאך נישט רב אין סאטמאר, און ער זאל זיך נישט וואגען אריינצולאזן זיין שוואגער דאווענען אין בית המדרש אויף רחוב יואל (ווי עס וועט ווייטער מער באהאנדעלט ווערן).

יעצט נאך די אלע יארן ווען עס איז קלאר נתברר געווארן כשמלה אז דער יונג האט מועל געווען אין זיין שליחות, זענען מיר מחויב זיך מתוודה צו זיין פאר די גאנצע וועלט, און זאגן "אבל אשמים אנחנו" אז מיר האבן צוגעלאזט דעם שעדליכען געוויקס פאר סאטמאר, פאר די קהילה הקדושה, פארן יהדות החרדית ובפרט פאר מרן הברך משה זצ''ל, און מיר האבן נישט מוחה געווען.

דער אמת איז אבער אז טראצדעם וואס מיר האבן געוויסט אז דער גבאי איז בטבע רע מנעוריו, און א מושחת משחר טל ילדתו, האבן מיר אבער געהאפט און געטראכט אז ס'איז א מום עובר, ס'איז טאקע א  פראבלעם אבער עס וועט מיט דער צייט פארהיילט ווערן, ער וועט אריינוואקסן אין זיין דזשאב, און ס'וועט ביי אים מקויים ווערן דער "מושל ומקשיב על דבר אמת משרתיו צדיקים". מיר האבן געהאלטן אז ס'איז א מכה אבער נישט אזוי וויכטיג אז מ'זאל דארפן אפערירן. מיר האבן נישט געוואלט מאכן קיין מחלוקת כל זמן אז עס איז נישט מסוכן און  מ'מוז נישט מאכן קיין עמוירדזשענסי אפעראציע. [למען האמת דארף יא ארויסגעברענגט ווערן, אז נאך פון גאנץ אנהייב זענען געווען צענדליגער אנשים מכובדים, אנשי מעשי און פני הקהילה, וואס האבן נישט געוואלט שלום מאכן מיטן מצב, און האבן זיך כסדר מתמרמר געווען, אז דער איש בליעל שטייט אין שפיץ פון די קהילה הק'.]

דער מציאות איז געווען אז ווי נאר דער ווארעם האט געזען אז זיין "פאוער" און שררה ווערט געלימיטעד, ווייל ליידער איז דאס בריאות השלימות פון הייליגען ברך משה שוואכער געווארן, און וואס א טאג שפעטער האט די מאפיא איינגעזען אז זיי שטייען דא אויס צו פארלירן אלעס. דעמאלט האט דער באנדיט זיך אנגעהויבן צו צעפירן די הענט – ערשט דאן האבן מיר זיך געכאפט ביים קאפ אז דער איז גאר א שרעקליכע סכנה פאר די קהילה הקדושה, ער איז א סכנה נוראה פאר מרן הברך משה זצ''ל און פאר גאנץ יהדות החרדית, און ער האלט זיך נישט אפ פון מאכן א חורבן נורא בקהילתינו הק' כידוע לכל, דעריבער האבן מיר געמוזט ארויסגיין אין א שווערע מלחמה קעגן אים, מיר מוזן זיך אפשאקלען פון דעם זד יהיר לץ שמו,, אפילו עס זאל אונז קאסטן א טייערן פרייז. פארפאלן, די ביטערע מחלה מוז מען ארויסשניידן אפילו עס קאסט חלילה א גליד.

און זאל דא קלאר געשטעלט ווערן. די מלחמה וואס איז אנטשטאנען איז נישט ווייל די טויזענטער אנשי שלומינו האבן אים עפעס געוואלט שלעכטס טאן, צונעמען זיינע מיליאנען אדער אוועקנעמען זיין מאכט און שררה. אויסדרוקליך נישט! די מלחמה איז געווארן ווייל מיר האבן זיך נישט געוואלט לאזן חרוב מאכן בידים! מיר האבן נישט מסכים געווען זיך אונטערצוווארפן אונטער זיין פירערשאפט און צושטיין צו זיין שרעקליכע השחתה און נאך דערצו מיט'ן גושפנא דמלכא, מאן מלכי רבנן! מיר האבן באשלאסן צו באקעמפן זיין "רויזעלע" פלאן (כלשונו). און מיר האבן נישט געלאזט איבערחזר'ן די "אנשי דלא מעלי" ווירטשאפט וואס האט געהערשט אין סאטמאר איידער מרן הברך משה זצ''ל איז נתמנה געווארן צו פירן די עדה הקדושה!

                                                                              *
אחרי ככלות הכל, לאמיר מאכן א קורצן סך הכל:

עס האט קיינער נישט געגלייבט אז קעגן דעם שרעקליכן מאפיא רינג קען מען פירן קריג, ווער רעדט נאך פון געווינען.

עס האט קיינער נישט גע'חלומט אז ס'איז מעגליך בייצוקומען דעם שלאנג, נאך אלעם האט ער דאך געהאט אין זיין באזיץ אין זיין קעשענע די מיליאנערן, די מוסדות, דעם הייליגן רבי'ן, אלע "שטוב מענטשן" די מלחכי פינכא, די "התאחדות הרבנים", די "עדה החרדית", אלע רבנים און גדולים איבער די גאנצע וועלט.

דער הייליגער באשעפער האט אבער אנדערש געוואלט, און אנדערש געפירט – און בחסדו הגדול האבן מיר באוויזן בכחו הגדול של כ"ק מרן רבינו הגאון הקדוש שליט"א, וועלכער איז געווען דער וועג ווייזער און אונזער פירער זיך פארמאסטן מיט די פינסטערע מאפיא, ער האט זיך סוקסעפול באוויזן זיך אפצוטרייסלען פון דעם שלאנג, אים אומשעדליך מאכן – און דורכדעם האבן צווי וואונדערליכע זאכן פאסירט:

 
 

1)      מיר זענען ב"ה פטור געווארן פון דעם קענסער, פון דעם קוץ מכאיב., והיה המחנה הנשאר לפליטה גדולה.

2)      אז דער צד השני האט אים ב"ה אויפגעפיקט, און ענדיגט דארט דעם דזשאב וואס ער האט אנגעהויבן תש"מ.

3)      דעריבער פארמאגט היינט די וועלט דעם אמת'ער נאכפאלגער פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע. וואס מיט דעם מאפיא און הפקר יונג האט דאס נישט געקענט פאסירן די אלע יארן. און פארדעם דארפן מיר זינגען שירה פאר'ן בוכ"ע.


פרק ג'

און דא וואלט כדאי געווען אביסל אויסשמועסן איבער דעם ענין פון

 אינשי דלא מעלי ביי מרן הברך משה זצ''ל!

מיר געדענקען נאך גוט די דברות קודש פון מרן הברך משה זצ''ל, ו' אלול תשל"ט לפ"ק. קוים צוויי וואכן נאכדעם וואס רבינו הקדוש זי"ע איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה. מרן הברך משה זצ''ל (דעמאלט סיגעט'ער רב) האט זיך אויפגעשטעלט בפני כל עם ועדה (דעם טעיפ האט ער שוין באוויזן מבער צו זיין), ביי די יומא דהילולא פון הגה"ק מרן בעל יטב לב זי"ע, וואס איז פארגעקומען אין גרויסן ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, און שארף ארויסגעטרעטן קעגן די "אינשי דלא מעלי" וועלכע האבן זיך געדרייט נעבן אונזער הייליגן רבי'ן זי"ע. דער ברך משה זצ"ל האט זיך גאר שארף אויסגעדרוקט קעגן די "קופה של שרצים", ער האט געזאגט אז עס האט יעדן וויי געטאן וואס די "אנשי דלא מעלי" און די לאבוצעס האבן דארט געטוהן, זיי זענען געווען א שאנדע פאר סאטמאר און פארן רבי'ן זי"ע און ווי שטרק די וועלט האט געליטן פון זיי.

עס זענען דעמאלטס געווען אסאך גדולי הדור, רבנים חשובים, גאונים וצדיקים און הייליגע אידן וועלכע האבן זיך נישט געקענט גלייבן אז דער פלימעניק פון רבינו הקדוש זי"ע זאל זאגן אזעלכע ווערטער אויף זיין הייליגן פעטער במעמד רבים, קוים צוויי וואכן נאך די הסתלקות ווען מ'האט זיך קוים אויפגעשטעלט פון די שבעה.

עס זענען געווען חשוב'ע רבנים וועלכע האבן געהאלטן אז עס איז מעגליך א פגיעה צו זאגן אויף רבינו הקדוש אז אינשי דלא מעלי האבן זיך געדרייט לעבן אים. האט דען רבינו הקדוש זי"ע נישט געוואוסט וואס עס טוט זיך ביי אים אין שטוב? אסאך רבנים תלמידים פון רבינו הק' האבן געהאלטן אז עס פאסט נישט צו זאגן אזעלכע ווערטער אויף א צדיק וקדוש, א מלאך אלוקים אשר אמרנו בצלו נחי' בגוים, און נאך דערצו דער ברך  משה זי"ע וואס איז אויפגעוואקסן ביי אים אין שטוב, און אים געהאדעוועט ווי אן אייגן קינד.

אבער ניין!

מרן הברך משה זצ''ל מיט זיין גרויסן כח הנהגה האט געוואלט ווייזן אז אפילו ביי אזא הייליגן צדיק אמת וואס האט אפענע אויגן פון איין עק וועלט ביז די צווייטע, קענען זיך דאך דרייען מושחתים נוראים רח"ל, נערים המנוערים פון תורה ומצוות, אינשי דלא מעלי, און דאס איז א חלק פון דעם גרויסן הסתרת פנים, כידוע ליודעים.

טייערע ברידער: עס האט זיך קלאר אויסגעשטעלט אז אויך ביים מרן הברך משה זצ''ל האט זיך אפגעשפילט די זעלבע זאך. מרן הברך משה זצ''ל איז ארומגענומען געווארן מיט די אנשי דלא מעלי "שטוב מענטשן" א גאנצן טאג בלי הרף, 7 טאג א וואך, 24 שעה אין טאג, אבער מען האט אים נישט געלאזט נישט זען ווער די געמיינע יונגען זענען, וואס זיי זענען און וואס זייער ציל איז. פון הימל האט מען נישט געלאזט אז מרן הברך משה זצ''ל זאל זען וואס דער "געטרייער" גבאי טוט מאחוריו.

עס איז קלאר, אז ווען ער וואלט געוויסט וואלט ער געהאט גרויס חלישות הדעת עד אין לשער. מיר פון דרויסן, האבן ליידער יא געזען ביז תשל"ט וויאזוי דאס הויז פון רבינו הקדוש זי"ע קוקט אויס, אז עס איז ליידער געווען בשפל המצב, און דערנאך ליידער, האט מען אונז נאכאמאל געשטראפט, אז מיר האבן ליידער נאכאמאל געזען אן ענליך אבער פיל פיל ערגער  און שרעקליכער בילד, ווי די "קופה של שרצים" און "לאבוצעס" האבן זיך משתלט געווען און זענען משפיל דעם כבוד פון מרן הברך משה זצ''ל און פון די קהילה הק' און אים געמאכט לחוכא וטלולא, צו שאנד און צו שפאט פאר די גאנצע וועלט.

מיר זאגן אבער: "מי יתננו ירחי קדם"! הלואי ווען מיר האבן ווען יענעם גבאי'ן, יענע אינשי דלא מעלי, יענע קופת של שרצים, יענע ווערים, און יענע לאבוצעס... מיר בענקען זיך ליידער נאך יענע אינשי דלא מעלי!... יענע אנשי דלא מעלי האבן נישט באוויזן צו מאכן א חוכא וטלולא פון רבינו הקדוש זי"ע צי מאכן ליצי ליצנות פונעם הייליגן רבי'ן זי"ע. זיי האבן זיך נישט געוואגט משפיל צו זיין כבודו הרמה עד לעפר, זיי האבן זיך נישט געוואגט אויפצושטעלן דעם צדיק יסוד עולם פון וואס ער זאל חלילה מבוזה ווערן... ניין!

מעגליך אז זיי האבן זיך נישט געוואגט, אדער איז מעגליך אז יענע רשעים זענען געווען אין א העכערע מדריגה פון דעם גבאי'ן. ווער ווייסט?

וואס האבן מיר געזען די אלע יארן?

מיר האבן ליידער בייגעוואוינט אז די קעדילעק קאר פון מרן הברך משה זצ''ל געפינט זיך אין שרעקליכע מקומות רח"ל. דער הויז בחור און דער דרייווער, דער שמש'ל און דעם אונטער-גבאי האט מען שוין געטראפן ארומפארן אין פארשידענע מקומות, סיי אין ניו יארק אין סיי אין מיאמי. מיט דעם הייליגן חפץ פונעם צדיק טוט מען רח"ל אזעלכע טריפה'נע מעשים. מיט די זעלבע קאר וואס מרן הברך משה זצ''ל פארט יעדן צופרי און ביהמ"ד דאווענען און עוסק זיין בתורה ובמצוות, איז די קאר גענוצט געווארן צו פארן אנדערע פלעצער וד"ל. אוי ואבוי שכך עלתה לנו בימינו, און מיר האבן דאס געמוזט צוקוקן און שווייגען! (ס'איז ליידער פאראן שרעקליכע בילדער ווי א ריזיגע גרופע פון די "משתמשים" געפינען זיך אויפן ביעטש אין מיאמי כחום היום, און וואס מען זעט דארט טאר מען אפילו נישט שרייבן).

מיר האבן געזען ווי דאס הויז פון מרן הברך משה זצ''ל איז פארוואנדעלט געווארן אין א ווערטסהויז. ווי מען האט געשיכור'ט דארט, מען רעדט דארט ניבול פה, מ'איז מגשם דאס הויז, מ'מאכט דארט ליצנות יומם ולילה, (ווי די הונדערטער טעיפס זענען די בעסטע עדות דערויף) און מיר האבן דאס געמוזט צוקוקן און שווייגען! 



פרק ד'

און אז מען רעדט פון "אנשי דלא מעלי" איז אויך כדאי ברייטער אויסצושמועסן די אלגעמיינע "ראלע" פון

שטוב מענטשען

אזוי ווי מיר האבן שוין פריער בארירט דעם ענין פון "אנשי דלא מעלי", איז כדאי אביסל ברייטער אויסצושמועסן דעם ענין פון "שטוב מענטשן" און וואספארע ראלע זיי האבן געשפילט ביי רבי'שע הויפן, וואס די פאלגען זענען ליידער זייער ביטער.

מיר דארפען נישט גייט צו ווייט אוועק. מיר דארפען זיך בלויז אומקוקען וויאזוי עטליכע פון די שענסטע חסידישע הויף אויף די וועלט זענען ליידער קאליע געגאנגען דורך "די שטוב מענטשן" און איבערהויפט דורך דעם  גבאי – וואס האט ליידער געטהון מיט זיין הייליגן רבי'ן מעשים אשר לא יעשו.

(זעה בריוו פון הגה"ק מסטראפקאוו זי"ע, וואס ער שרייבט איבער די מחלוקת אין צאנז, וואס ער האט מקבל געווען פון זיין הייליגן טאטן, דער דברי יחקאל זי"ע ועכי"א. ווי ער שרייבט קלארע ווערטער, אז די מחלוקה אין סאנז איז געקומען דורך "שטוב מענטשן" בעלי מחלוקת. וד"ל).

נסתרים דרכי השם - מיר פארשטייען נישט די השגחה עליונה, וויאזוי עס איז געקומען דערצו אז דער קדוש עליון, הצדיק הקדוש רבי אהרן מבעלזא איז פארפירט געווארען דורך זיין גבאי ר' שלום פויגל ע"ה, כידוע לכל.

בעלזא איז אלעמאל געווען באוויסט אלץ די גרעסטע לוחמים און קנאים. בעלזא איז פון אייביג אן געווען קעגן די אגודה והנגררים אחריהם. עס איז באוויסט אז דער הייליגער צדיק מהרי"ד מבעלזא זי"ע איז געווען פון די שארפסטע לוחמים און קנאים קעגן יעדע שייכות מיט ציונות ואביזרייהו, און דווקא דארט האט דער שטן געטראפן א אינטער-טיר דורך די "שטוב מענטשן" פון הייליגן צדיק רבי אהרן זי"ע, וואס איז געווען "זיין גבאי". כידוע לכל.

עס איז באוואוסט אז "איטשע מאיר" האט פארפירט דעם הייליגן צדיק בעלזער רב זי"ע אז דער פוסק הדור דער טשעבינער רב זי"ע האט אונטערגעשריבן אויף דעם "חוב קדוש" צו גיין צו די בחירות הטמאות. און אזוי האט ער ווייטער פארפירט שקרים פאר דעם פוסק הדור טשעבינער רב זצ"ל אז הרה"ק מבעלזא זי"ע האט אונטערגעשריבן, און אזוי האט ער ארויסדערווישט א חתימה סיי פונעם פוסק הדור הגאון מטשעבין זי"ע, און סיי פון דעם קדוש עליון דער בעלזער רבי זי"ע.

ווער איז אבער געשטאנען אינטער דעם? דער גבאי!

נאר דער גבאי האט געהאט צוטריט צום רבי'ן 24 שעה אין מעת לעת, און וויבאלד דער רבי האט געהאט צוטרוי צו זיין גבאי (ער האט בגודל קדושתו זיכער אויך געהאלטן אז זיין גבאי שפילט נישט קיין פאליטיקס, זאגט נישט קיין ליגענט, האט נישט קיין שונאים, הערט נישט קיין לשון הרע)... נאר אזוי איז ליידער געלונגען אז דער קדוש עליון הרה"ק מבעלזא זצוק"ל האט געגעבען זיין חתימה צו דעם "חוב קדוש".

דאס איז געווען אין בעלזא.


ווי געשמועסט אויבן, איז סאטמאר אויך ליידער נישט אויסגעמיטן די צרה פון "שטוב מענטשן"

דא אין סאטמאר איז ליידער אויך געווען אמאל ווען גבאים און "שטוב מענטשן" האבן געמאכט א שרעקליכען פירוד לבבות צווישן דעם רבינ'ס משפחה, ויצא מה שיצא מיט די ביטערע "רויזעלע פרשה" וד"ל.

מרן הברך משה זצ''ל האט כמ"פ פארציילט די השתלשלות הדברים וואס איז ממש תסמר שערות אנוש, אז ווען רבינו הקדוש והטהור זי"ע האט אמאל באזוכט ביי זיין איינציסטע טאכטער, די צדיקת חיה רוזא אין די לעצטע יארן אין איסט סייד, האבן די שטוב מענטשן נישט געלאזט אז רבינו הק' זי"ע זאל דארט טועם זיין און מאכן א ברכה, כידוע לכל וד"ל.

תיכף נאך ווען די צדיקת רויזעלע איז שוין ליידער נישט געווען בין החיים האט זיך אנגעהויבן די שרעקליכע רדיפות קעגן דעם לעצטן שריד מבית סיגעט, כ"ק מרן מרן הברך משה זצ''ל באופן מבהיל ונורא, וואס כאפט פשוט א שרעק צו רעדן דערפון.

יעדער געדענקט נאך ווען די "אינשי דלא מעלי" פלעגן פארהאקען די טיר פאר מרן הברך משה זצ''ל און אים נישט געלאזט אריינגיין אל הקודש פנימה צו רבינו הק' זי"ע. מ'האט איהם פראבירט צו דערווייטערן פונעם הייליגן צדיק, און מ'האט אים אויסגעטיילט די גרעסטע צרות ויסורים וואס איז נאר פארהאן. נאר ווייל זיי האבן געוויסט אז דער סיגעטער רב איז נישט "זייערס". און זיי האבן נישט איהם נישט אין זייער קאנטראל!

וויפיל מאל האט מען אראפגעשלעפט דעם טלית פון מרן הברך משה זצ''ל (דעמאלטדיגער סיגעט'ער רב), ווען ער איז געווען דער שליח ציבור אין הושענא רבה, ביי רביה"ק זי"ע. וויפיל מאל האט מען אים געציפט ביי די הייליגע טישן פון רביה"ק זי"ע? וויפיל מאל האט מען פארהאקט און אראפגעהאקט דעם טעלעפאן אויף מרן הברך משה זצ''ל?

אינעם הייליגן טאג הושענא רבא, ווען דער ברך משה האט געדאווענט פאר'ן עמוד ביים רבי'ן זי"ע אין די נישט געזונטע יארן, האבן פילע געזען ווי די בריונים דארט האבן אים געציפט און געשטויסן עד זוב דם. מ'האט אים געהאקט מיט די לולבים אויפן קאפ, און אים פשוט

עס דרייען זיך נאך ארום טויזענטער און צענדליגער טויזענטער עדי ראיה און עדי שמיעה וואס האבן געזען מיט זייערע אויגן וואס די "אנשי דלא מעלי" האבן געטאן מיט מרן הברך משה זצ''ל. איינמאל האט מען אים אריינגעשריגן אין די קאר אז ער זאל זיך נישט דערוואגן צו קומען נאכאמאל. א צווייטער האט איבערגעקערט א הייס טעפל וואסער אויף אים און אים נעבעך אפגעבראטן רח"ל.

עס איז ליידער קלאר אז די "געוואלדטאטן" זענען נישט געקומען "פערצופאל". עס האט געהאט א פונקטליכן ציל, מרחק צו זיין די הייליגע חבילה. דער ס"מ האט געוואוסט אז נאר אזוי וועט די הייליגע קהילה און די הייליגע מוסדות חרוב ווערן רח"ל.

ואם בארזים נפלה שלהבת, מה יענו איזובי קיר.

אויב האט מען געזען אזעלכע פארבארגענע זאכן ביי הייליגע צדיקים שרפי קודש, ווי ביים הייליגן צאנזער רב זי"ע און ביי נאך צדיקים וקדושים, און צום סוף ביי רבינו הגה"ק זי"ע, וואס איז געווען א מלאך ה' צבקות, מיט אפענע אויגן פון איין עק וועלט ביז די צווייטע ווי ביי אמאליגע תלמידי בעשה"ק זי"ע, איז דאך זיכער אז דער שטן פון היינט האט נאך אזא כח אריינצופירן אונזער גבאי אין זיין נעץ און אזוי חרוב מאכן די שענסטע קהילה אויפען כדור הארץ.

די זעלבע זאך האט פאסירט מיט אונזער גבאי דנן.. איין גבאי מיט אפאר אונטער-גבאי'לעך, שמש'לעך, דרייווערלעך (אלע באצאלטע אגענטען) האבן אויסגענוצט זייער אפענע טיר ביי מרן הברך משה זצ''ל פאר זייערע שחצנות, צו מאכן מחלוקת און שנאת חנם, אן קיין מורא שמים און אן קיין מורא רבך פירן זיי ארום דעם רבן של ישראל מיט עקלהאפטיגע און נידערטרעכטיגע בלבולים וואס מאכט דערציטערן יעדען וואס הערט עס.

אין די קומענדיגע קאפיטלען וויאזוי די געמיינע גבאים, אלקאהאליקער און טערעראריסטן אינטער שוץ פון "שטוב מענטשן" האבן אנגעהויבען שוידערליכע העצעס קעגן כ"ק מרן רביה"ק שליט"א, וירא הקהל וישפוט. און וויאזוי זיי זענען ב"ה אזוי מעכטיג דורכגעפאלן.


  פרק ה'

אצינד א שטיקל איבערבליק איבער די

איבערגאנג אין סאטמאר פון תשל"ט און ווייטער

יעצט אז עס איז שוין אויפגעוויזן געווארן, אז עס חלילה נישט קיין פגיעה אין מרן הברך משה זצ"ל, צו זאגן קלאר און הויך אז ביי אים שטוב שועלים הלכו בו. נישט שועלים נאר מחבלי כרמים, אלקאהאליקער און נידריגע טעראריסטן.

ווי מיר האבן שוין אויפגעברענגט פריער אז ביי אסאך קדושי עליון זענען זייערע שמשים און מקורבים זענען געווען "אנשי דלא מעלי", פעלט זיך אויס אביסל אויסצושמועסן און איבערגיין די היסטאריע פון די לעצטע 20 יאר, מיט אלע פראבלעמען און מאכן א שטיקל סך הכל, וואס מיר האבן געליטן פון דעם "יד ימינו" פון מרן הברך משה זצ''ל, וויאזוי עס איז געווארן פון "ימין" א "שמאל" ליידער.

יעדער ווייסט אז סאטמאר איז די גרעסטע קהילה אויף די וועלט מיט די מערסטע מעמבערס. עס איז אויך נישט קיין סוד אז סאטמאר איז די איינציגסטע קהילה וואס די שונאים פון אינעווייניג זענען באשטאנען (אויסגעוואקסן) פון גרויסע פראצענט פון די קהילה. צו דורך פרעמדע געוויקסן ווי די מורדים און טויזנטער אנדערע וועלכע זענען ביי אונז אויפגעוואקסן און דערנאך הקדיח געווען תבשילם ברבים.

נישט יעדער ווייסט די ריכטיגע סיבה דערצו. אסאך האבן שוין פארגעסן אלע סקאנדאלן און שערוריה'ס וואס זענען פארגעקומען במשך די פארלאפענע 20 יאר, און מיינען נעבעך אז דער רבי שליט"א אליין איז חלילה שולדיג אין דעם!

למען הפונקטליכקייט דארף ארויסגעברענגט ווערן דער ענין פון דעם דערווייטערטקייט וואס אזויפיל אנשי שלומינו האבן אנגעהויבען שפירן די לעצטע צוואנציג יאר אין סאטמאר, ביז עס האט זיך דערקייקעלט צו דעם ווי מיר האלטן היינט.

 

*

מיר געדענקען נאך ווען רבינו הק' והטהור איז נסתלק געווארען (די קרוב צו 40 און העכער וועלכע געדענקע), איז געווען א געוואלדיגער בראך פאר גאנץ כלל ישראל. כלל ישראל איז פאר'יתומ'ט געווארען פון א מנהיג ישראל אמיתי. אבער נאך מער איז געווען דער בראך פאר סאטמאר און פאר אנשי שלומינו איבער די גאנצע וועלט. עס איז געווען "גדול כים שברינו" אונזער טאטע און רבי איז אוועקגעריסן געווארען, מיר זענען געבליבן "יתומים", מיר האבן זיך נישט געקענט צוזאמקלויבן פון די שרעקליכע אבידה וואס מיר האבן פארלוירן. מיר, תלמידים און חסידים פון רבינו הק' זי"ע האבן חלילה געמיינט אז ס'איז "בא השמש בצהרים" אין די בחינה פון "נפלו ולא יכלו קום" רח"ל.

מיר זענען געווען אזוי דערשיטערט און אזוי פארלוירן אז אונזער טאטע און רבי איז ליידער אוועקגענומען געווארען פון אונז, אז מיר האבן נישט געוואוסט וואס ווייטער צו טוהן. ווי פארשטענדליך איז גלייך געווארען א ערנסטער פראבלעם וואס ווייטער צו טהון, זאל מען אויפנעמען א נייעם רבי'ן אויפען ארט פון רבינו הק' זי"ע אדער נישט. די פראגע איז באמת געווען: איז פאראן איינער אין דעם דור וואס איז ראוי צו זיין דער ממלא מקום פון רבינו הק' זי"ע אדער נישט?

די גרעסטע פירער פון די קהילה, און גלייכצייטיג די גרעסטע לייבן פון סאטמאר און די נאענטסטע צו רבינו הק' זי"ע ועכי"א, ווי למשל, הגה"צ ר' נתן יוסף מייזעלס ז"ל, הרה"ח ר' יוסף אשכנזי ע"ה, הרה"ח ר' לייביש לעפקאוויטש ע"ה, הרה"ח ר' אלכסנדר סענדער דייטש ע"ה, הרה"ח ר' יודל ראזענבערג ע"ה, הרה"ח ר' יונה וויטריאל ע"ה און נאך זקני חסידי רבינו הק' זי"ע דערונטער אויך ר' עזריאל גליק האבן געהאלטן זייער קלאר אז קיינער קען ממילא נישט ערזעצן אונזער הייליגן רבי'ן זי"ע, וועלכער איז געווען דער מייסד פון די קהילה, און אויך האט מען געוואוסט אז דער הייליגער רבי זי"ע האט נישט איבערגעלאזט קיין שום צוואה איבער א ממלא מקום, דעריבער האבן זיי געהאלטן און געטנה'ט אז קהל יטב לב דסאטמאר בכל קצוי תבל זאל נישט אויפנעמען קיינעם על מקומו.

הרה"ח המפורסם ר' יודל ראזענבערג ע"ה האט געוואלט מאכן א פשרה, קיין ממלא מקום זאל מען טאקע נישט ממנה זיין על מקומו פון רבינו הק' זי"ע, אבער מען זאל אויפנעמען א וועד הרבנים, און אין שפיץ זאל שטיין דער ברך משה זצ"ל. און אזוי האט אויך געהאלטען הגה"צ רבי נתן יוסף ז"ל. אנדערע האבן געהאלטן אז די דיינים וועמען רבינו הק' זי"ע האט ממנה געווען זאלן אנפירען מיט די קהילה הק', און מען זאל נישט אויפנעמען קיין נייעם רבי'ן, וואס האט נישט באקומען קיין קלארע סמיכה פון רבינו הק' זי"ע. (קיין צוואה איז דאך נישט נישטא, כנודע לכל).

אויך געדענקט מען נאך וואס דער משב"ק פון רבי'ן זי"ע, ר' עזריאל גליק הי"ו האט דעמאלטס פארגעשלאגן און געפאדערט אז מען זאל נישט אויפנעמען קיין נייעם רבי'ן, נאר "די שטוב" זאל ווייטער פירן סאטמאר, און אלעס וועט קלאפען הונדערט פראצענט. ר' עזריאל האט געהאט די דרייסטקייט צו פארלאנגן פונעם ברך משה זצ''ל אין די שבעה, ער זאל זיך אויפשטעלן אין בית המדרש און זאגן אז ער וויל נישט זיין ממלא מקום פון רבינו הק' זי"ע.

מיר, די פשוט'ע המון עם האבן געפרעגט, און וואס וועט זיין אויב עס וועט זיך מאכן א פראבלעם אין לאנדאן אדער אין ירושלים עיה"ק. ווער וועט דעמאלטס זיין דער פירער און דער הוגה דיעות?

ר' עזריאל שליט"א ברוב חכמתו האט געענטפערט אויפן פלאן בזה"ל: עס איז היינט דא א קאנקארד, און ביז 12 שעה בין איך אין ארץ ישראל!... והדברים ידועים לכל, ואכמ"ל.

אויך איז געווען א אנדערע פשרה אז מען זאל נאר אויפנעמען א רב און נישט קיין רבי.

דאס הייסט אז קיינער זאל למעשה נישט זיין קיין ממלא מקום פונעם רבי'ן זי"ע. סאטמאר וועט האבן א רב אזוי ווי אלע שטעטלעך האבן געהאט אין דער אלטער היים, אבער א  רבי, אויפ'ן שטייגער ווי רביה"ק זאל מען נישט ממנה זיין.

מיר תלמידי וחסידי מרן הברך משה זצ''ל, די פשוט'ע המון עם, איז דאס נישט געפאלן. מיר זענען שוין געווען זאט פון "די שטוב", מיר האבן נישט געוואלט אז די "אנשי דלא מעלי" און "לאבוצעס" זאלן פירן די הייליגע קהילה, מיר האבן גע'טענה'ט אז סאטמאר דארף האבן א קיום, און מיר ווילן אז מען זאל תיכף ומיד אויפנעמען דעם ברך משה לרב ומנהיג פון די עדה הקדושה, מיר האבן געוואלט זען א המשכה צו דעם וועג וואס רבינו הק' האט אונז געלערנט, מיר האבן געוואלט אז די קהילה זאל האבן א קיום אן קיין זיז כל שהוא, און דאס קען נאר זיין ווען די קהילה הק' איז פאראייניגט אונטער איין וועג-ווייזער, אונטער איין ממלא מקום, אונטער איין רבי, אונטער איין מנהיג, און אונטער איין קעניג וועלכער זאל אונז צוזאמענהאלטן, און מיר דארפען נישט קיין "שטוב"!

[עס לאזט זיך פשוט נישט פארגעסן דעם ערשטן ראש השנה נאך די ביטערע הסתלקות אין קרית יואל. שוידערליכע זכורונת שווימען אריף ווי מען האט זיך געשלאגן אויף די בימה פאר די הייליגע ספרי תורה ביים ליינען, ווען ר' עזריאל גליק שליט"א מיט די אנדערע גבאים האבן נישט געלאזט מאכן קיין "מי שברך" פאר'ן נייעם רבי'ן, טראץ דעם וואס ער איז שוין נתמנה געווארן נאך איידער די שלושים אלס ממלא מקום. – וברם זכור אותו איש לטוב, הרה"ח ר' ישראל דוד ווייס ע"ה, וועלכער איז געווען דער וואס האט זיך אויפגעשטעלט און אראפגעשטעלט א פיס, אז מ'וועט נישט ווייטער ליינען ביז מ'וועט נישט מאכן קיין "מי שבירך". – פון דעם זעען מיר אז נאר מיר, די "פשוטי עם" זענען געווען די וואס האבן געוואלט א מורה דרך, און נאר צוליב אונזער וויי-געשריי האבן זיך די "טאטעס" פון סאטמאר געמוזט רעכענען].

עס איז קלאר אז נאר צוליב אונזער וויי געשריי האבן די פירערשאפט באאמטע פון קהל יטב לב דסאטמאר זיך אונטערגעגעבן אונטער דרוק און צוואנג אז מ'דארף ממנה זיין דעם סיגעטער רב אלס ממלא מקום פון רבינו הק' זי"ע.

ווען עס איז געווארן די ערשטע יארצייט פון רבי'ן זי"ע, כ"ו אב תש"מ, האט זיך גאנץ סאטמאר פאראייניגט אונטער די נשיאות פון מרן הברך משה זצ''ל. עס זענען דא געווען די גדולי הדור אשר בגן עדן מנוחתם, ה"ה, הגה"ק פוסק הדור בעל מנחת יצחק זי"ע, הרה"ק ר' יעקב לייזער מפשעווארסק זי"ע, הרה"ק הרמ"א פריינד זי"ע און נאך גדולי דורינו, וועלכע זענען אלע געקומען מחזק זיין די קהילה הק' וואס רביה"ק זי"ע האט מייסד געווען.

תיכף נאך דעם וואס דער ברך  משה איז נתמנה געווארען איז גאנץ סאטמאר פאראייניגט געווארען אונטער רבינו הגה"ק שליט"א. אפילו די וועלכע האבן געהאט א אלטע שנאה צו מרן הברך משה זצ''ל און האבן אים גע'רודפ'ט, האבן אויך שטילערהייט איינגערוהט. יעדער האט שלום געמאכט מיטן מצב. אפילו אין קרית יואל, זענען די וואס האבן נישט געוואלט קיין ממלא מקום פאר קיין שום פרייז, זענען אויך שטיל געווען, און ממש נאר איינצלענע האבן זיך געוואגט צו רודערן.

 

*

יעצט לאמיר זעהן וויאזוי איז געווארען מחלוקת אין סאטמאר?

וויאזוי איז די קהילה געווארען צושפאלטן און צובראכן פון אלע זייטן, אז אזויפיל שונאים האבן כסדר ארויסגעשפראצט פון אלע זייטן ביזן היינטיגן טאג?

וואס האט דא פאסירט אין די שיינע קהילה אז עס איז געווארן אזוי פארשוועמט מיט "מתנגדים" מבית ומבחוץ?

 עס האט נאר איין תירוץ:

עס האט ליידער איין ענטפער: מ'האט אויפגענומען א יונגן גבאי, א יונג א טעראריסט, א מושחת דורך און דורך, וועלכער האט נישט געהאט קיין אחריות פאר די קהילה, א גבאי אן קיין ערפארונג, א גבאי אן קיין געפיל, א גבאי אן קיין אינטערעס פון די קהילה. א גבאי וועמען קיינער האט נישט רעקאמענדירט, א גבאי וואס האט געהאט א עקלהאפטיגע היסטאריע, א גבאי וואס האט געהאט א שמוציגן "בעק-גראונד" פון אלס בחור – א גבאי וועלכער קומט פון א קראנקע צעדרייטע משפחה, א גבאי וואס איז אויפגעוואקסן אין א שטוב פון לויטער גייסטיג-אומסטאבילע נעבעך, אזא איינעם האט מען געשטעלט ביים רודער פון די גרעסטע קהילה אויפ'ן כדור הארץ – ויצא העגל הזה!

פארזעצונג קומט אי"ה



תוקן על ידי שסופסקים ב- 05/08/2009 22:04:11




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2009 21:58 לינק ישיר 

מנהג_העולם כתב:

יעצט לאמיר זעהן וויאזוי איז געווארען מחלוקת אין סאטמאר?

וויאזוי איז די קהילה געווארען צושפאלטן און צובראכן פון אלע זייטן, אז אזויפיל שונאים האבן כסדר ארויסגעשפראצט פון אלע זייטן ביזן היינטיגן טאג?

וואס האט דא פאסירט אין די שיינע קהילה אז עס איז געווארן אזוי פארשוועמט מיט "מתנגדים" מבית ומבחוץ?

 עס האט נאר איין תירוץ:

עס האט ליידער איין ענטפער: מ'האט אויפגענומען א יונגן גבאי, א יונג א טעראריסט, א מושחת דורך און דורך, וועלכער האט נישט געהאט קיין אחריות פאר די קהילה, א גבאי אן קיין ערפארונג, א גבאי אן קיין געפיל, א גבאי אן קיין אינטערעס פון די קהילה. א גבאי וועמען קיינער האט נישט רעקאמענדירט, א גבאי וואס האט געהאט א עקלהאפטיגע היסטאריע, א גבאי וואס האט געהאט א שמוציגן "בעק-גראונד" פון אלס בחור – א גבאי וועלכער קומט פון א קראנקע צעדרייטע משפחה, א גבאי וואס איז אויפגעוואקסן אין א שטוב פון לויטער גייסטיג-אומסטאבילע נעבעך, אזא איינעם האט מען געשטעלט ביים רודער פון די גרעסטע קהילה אויפ'ן כדור הארץ – ויצא העגל הזה!

 


איך מיין נישט קיין ווילדע שטיקעס בכלל... נאר פשוט צו ערפילן די זאצן וואס דו האסט ארויסגעלאזט בעפאר דו גייסט צו דיין פארזעצונג...

איז אזוי, יא! עס האט נאר איין תירוץ און איין ענטפער:

מ'האט אויפגענומען א יונגן גבאי, א יונג א טעראריסט, א מושחת דורך און דורך, וועלכער האט נישט געהאט קיין אחריות פאר די קהילה, א גבאי אן קיין ערפארונג, א גבאי אן קיין געפיל, א גבאי אן קיין אינטערעס פון די קהילה. א גבאי וועמען קיינער האט נישט רעקאמענדירט, א גבאי וואס האט געהאט א עקלהאפטיגע היסטאריע, א גבאי וואס האט געהאט א שמוציגן "בעק-גראונד" פון אלס בחור – א גבאי וועלכער קומט פון א קראנקע צעדרייטע משפחה, א גבאי וואס איז אויפגעוואקסן אין א שטוב פון לויטער גייסטיג-אומסטאבילע נעבעך, אזא איינעם האט מען געשטעלט ביים רודער פון די גרעסטע קהילה אויפ'ן כדור הארץ – ויצא העגל הזה!  =  דער יונגער גבאי, דער טעראריסט, האט פון די ערשטע מינוט אריינקומענדיג אין אמט איינגעקלאפט פאניע-בראט מיט דעם יונגן יוגערמאנטשיק - דער בנו הגדול פון אונזער הייליגן רבין - און אינאיינעם האבן זיי פארמירט דעם "עגל הזה"!!

די אלע שמוץ וואס עס ווערט געשריבן אין פריערדיגן תגובה פון אנהויב ביז צו די ענדע, יא, אלעס אלעס אלעס וואס ווערט צוגערעכענט צו די קרעדיט פון בן פראדל, אין דעם אלעם האט געהאט א שיינע חלק דער בנו הגדול מרן הגה"ק שליט"א!!

צונאזאם, האנט ביי האנט, ווי געשוואירן אין איין מיסיע, זענען זיי ביידע "בן פראדל" מיט "בנו הגדול מרן הגה"ק שליט"א" געועון פארנומען טאג און נאכט צו האקן און בראקן רעכטס און לינקס, אלעס און יעדעם וואס איז געשטאנען אין זייער וועג!

אין א ריכטיגע געמיינזאמע בונד, האבן זיי אינאיינעם אפגעטוהן כל מה שלבם חפץ, אנדעם וואס דער רבי רבינו הקדוש דער ברך משה זי"ע זאל האבן דאס מינדסטע ידיעה איבער זייער ריכטיכן פארשווארצטן פנים.

אין "בן פראדל" האט ער געגלייבט (נסתרים דרכי ה'.. ונעלמה מעיניו האמת נעבעך בעוה"ר) אז ער איז א געטרייער גבאי במלוא מובן המלה, איבערגעגעבן און ערליך. און אין "בנו הגדול"
האט ער געגלייבט (נסתרים דרכי ה'.. ונעלמה מעיניו האמת נעבעך בעוה"ר) אז ער איז א ערליכער יונגעמאן ותלמיד חכם ומתמיד עצום עסוק בתורה ויראת שמים.

און אט אזוי, אונטער די גרויסע כח הנהגה פון רבי'ן דער ברך משה זי"ע, האבן דער "גבאי" און "גרויסער זוהן" חרוב געמאכט כרם בית סאטמאר, געשאפן מיט זייערע נידערטרעכטיגע מעשים הונדערטער און טויזנטער שונאים פאר קהלתינו הקדושה וועלכע איז געווען דער כלילת יופי, און אנגעברעגנט א צער נורא מיט חרפות ובושות פאר רבינו הקדוש בעל ברך משה זי"ע וכל בני קהלתו ועדתו איבער די וועלט.

דאס איז נאר אין קורצן ממש וואס עס ברויך דערהערט ווערן בשייכות מיט די לאנגע לאנגע שורות פון דאזיגן אשכול, ווי דער שרייבער גיסט זיך אויס דאס אנגעווייטאגט הארץ אויף דעם בן פראדל, און משום איזה סיבה טוט ער אויסמיטן די ראלע פון בנו הגדול כ"ק מרן רבינו הקדוש שליט"א אין די חורבן פון קהלתינו הקדושה והטהורה.

און צו דעם קעפל איבער דעם גבאי'ס מיסיע וואס איז דורכגעפאלן, איז נישטא צו רעאגירן בלויז אז: יא! די מיסיע פון די צוויי מטרופים "בן פראדל" און "בנו הגדול" איז געלויבט השי"ת מיאוס דורכגעפאלן, און ב"ה אז אלפי אלפים מאנשי שלומינו דאנקן יעדן טאג דעם בורא עולם אין די לעצטע צעהן יאר אז לא עזב עמנו חסדו - און אין דעם גרויסן ביטערן הסתרת פנים האט ער אויף אונז אראפגעקוקט וראה בעני עמיו - און האט שלא כדרך הטבע איבערגעדרייט דאס גאנצע קערה על פיה, צונישט מאכנדיג די אלע לאנגיעריגע פלענער פון די פראדלזאהן-בנו הגדול קליקע, וברוב נסים ונפלאות הראה לנו אות לטובה מיט די החזרת העטרה ליושנה (גראדע מיט די אייגענע הילף און ארבעט פונעם גבאי'ן וועלכע האט זיך איין שיינעם טאג צעשלאגן מיט זיין טעראר-בוזעם-פריינד בנו הגדול) בהתמנותו פון א רב אויף די קהלה קדושה וועלכע איז מיט די איינציגע ציל פון להגדיל תורה ולהאדירה מרבה דעם כבוד שמים און איז מנהיג דעם ציבור האלפים האמונים וצרופים לדרך התורה והיראה המסורה.

איך האב נאך אסאך צו פארציילן און לאזן הערן איבער די ריזיגע ראלע וואס בנו הגדול הגאון הקדוש האט געהאט אין די אלע אויבנדערמאנטע השחתה מעשים פון בן פראדל און די קליקע... אבער דאס וועט שוין מוזן זיין א אנדערע מאל...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2009 22:08 לינק ישיר 

ביטע נישט לייגן דא קיין תגובות. אויב ווילט איר לייגן תגובות קענט איר לייגן אין די הערות אשכול הערות: די דורכגעפאלענע מיסיע פון בן פראדעל

שסופסקים






תוקן על ידי שסופסקים ב- 05/08/2009 22:07:12




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/8/2009 22:29 לינק ישיר 

 

פרק ו'

די סקאנדאלן מיט וואס סאטמאר איז געפלאגט געווארן דורך דעם

משתמש בקודש –  משה גבאי

ווען מען דערמאנט דעם נאמען פון משה גבאי היינט צו טאג, רופט עס ארויס א שמייכל פון נצחון, וויאזוי רוב מנין ורוב בנין פון סאטמאר האבן ספאנטאן באשלאסן אז דער יונג וועט אונז נישט פירן, ער וועט אונז נישט אייינטיילן וועלכן רבי'ן צו נעמען, וויאזוי צו בויען ישיבות און וויאזוי מען איז מחנך צאן קדשים, אדער אפילו וועלכע צייטונג צו לייענען.

דאס איז היינט. אבער ווען מען קוקט צוריק מיט אביסל, זעט מען זיך מיט גאר אן אנדער בילד.

עס לאזט זיך פשוט נישט גלייבן, דער טעראריסט משה גבאי מיט זיינע געמיינע קליקע, וועלכע זענען העכער 20 יאר געשטאנען ביים רודער פון סאטמאר, פון וועמען די גאנצע וועלט האט געציטערט, וויסענדיג אז ער איז דער כיטערער טעראראריסט, וועלכער קען  יעדן "פיקסן", קען יעדן אנלערנען, און קען יעדן "ווייזען" און אומברענגען, נאכדערצו האבנדיג דעם גרויסן רבי'ן מרן בעל ברך  משה זי"ע אין די "בעק פאקעט", פאכענדיג מיט'ן שווערד, האט זיך קיינער נישט דערוואגט אנצוהייבן מיט אים – אבער די רבבות אנשי שלומינו יונג און אלט, זקנים ונערים, האבן אלע אים געווארפען דעם גט, אינאיינעם מיט זיין גאנצע באנדע אלקאהאליקער.

עס דערמאנט זיך וואס הרה"ח המפורסם ר' סענדער דייטש ע"ה האט געזאגט אויף דעם יונג, ווען ער איז ליידער געווען אונטערגעווארפן אינטער זיינע בליטיגע שטיוול און האט מורא געהאט פאר משה'ס טעראר עד יומו האחרון. האט דער חכימא דיהודאי ר' סענדער געזאגט א טרעפליך ווארט: "די וועלט איז מקנא ברסלב ווייל זיי האבן נישט קיין רבי'ן ! איך בין זיי אבער מקנא ווייל זיי האבן נישט קיין גבאי" !

ר' סענדער האט עס נישט געזאגט בדרך צחות אדער אלץ א וויץ. ער האט עס נעבעך זייער ערנסט געזאגט. ר' סענדער האט געזאגט פאר זיינע קינדער און אייניקלעך און פאר יעדן איינעם, אז ער, דער גבאי, איז שולדיג אין די ירידה אין סאטמאר.

 

 

*

משה פרידמאן ווערט ערוויילט, וויאזוי?

ווי עס איז באקאנט זענען געווען עטליכע קאנדידאטן פאר דעם אמט פון גבאות, לעמוד לימין קדשו פון מרן הברך משה זצ''ל. צווישן די ערנסטע קאדידאטן זענען געווען:

הרבני החסיד המפורסם ר' יקותיאל הערש ווערצבערגר שליט"א, (וועלכער איז געווען פון די אריות שבחבורה פון רבינו הק' זי"ע, און דער רבי זי"ע האט זיך געשפיגעלט מיט אים כל ימיו);

הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט"א, (וואס איז געווען פון די "תורה שרייבער" ביי רביה"ק זי"ע אין די ערשטע יארן אין אמעריקע);

הרה"ח ר' בנימין אליעזר ווערצבערגער שליט"א.

הרה"ח ר' ירמי' קאהן שליט"א, מקרית יואל;

 און נאך א צאל ערנסטע אידן, יראי ה' וחושבי שמו, תלמידי וחסידי רביה"ק זי"ע, אנשים מכובדים און אנשי מעשה וועלכע האבן אין זיך א טראפ ערנסטקייט, יראת שמים, מענטשליכקייט און ארענטליכקייט סיי אויפן געביט פון בין אדם לחבירו און סיי אויפ'ן געביט פון בין אדם למקום.

אבער, ווי עס איז באקאנט האט דער יונג געהאט א גאנצע קאמפאניע געארבעט אינאיינעם האנט-ביי-האנט, בראש וראשון זיין שותף אין השחתה ר' אליעזר קעסטענבוים, יעקב שמשון גאלד מיט ר' יעקב יצחק גאלד און נאך עטליכע פון די קליקע, וועלכע האבן זיכער געמאכט אז קיינער פון די אויבנדערמאנטע זאלן נישט אויפגענומען ווערן, נאר משה פרידמאן, דער 29 יעריגער סעילסמאן פון ארטשערד סטריט, ער זאל געקרוינט ווערן אלס גבאי הוא ולא אחר.

עס האבן נישט געהאלפן די תחנונים פון החסיד המפורסם ר' שלמה בראווער ע"ה, וועלכער איז געווען א ידיד נאמן פון מרן הברך משה זצ''ל נאך פון סיגעט. אזוי איך האבן זיך געבעטן די געטרייעסטע ידידים צו מרן הברך משה זצ''ל ווי ר' אברהם יעקב גלאנצער ע"ה, ר' ליפא לעפקאוויטש ע"ה ולבחל"ח זיינע ידידים מאז ומקדם הרה"ח ר' זלמן ליכטמאן  שליט"א, ר' דוד הויער שליט"א, ר' חיים משה שטויבער שליט"א, און נאך א צאל ידידים נאמנים אז ער זאל נישט אויפנעמען משה פרידמאן פאר גבאי, וויסענדיג אז פון דעם יונג וועט מען נאר האבן צרות, און אז מ'זאל שטיין ווייט פון אים.

דער בן השני ר' ליפא האט יא געקענט באשטיין צו האבן דארט א שטריק און "אנדרייער", צי וואס דארף ער אן ערנסטן מענטש. ליפא'לע האט שטארק צוגערעדט דערצו, און אלע תחנונים פון די ערנסטע ידידים און נאענטע מענטש האבן נישט געהאלפן, און מעשה שטן הצליח. די אויבנדערמאנטע "יושבים ראשונה" האבן איינגעלייגט וועלטן אז משה פרידמאן זאל מיטגיין מיט'ן רבי'ן שליט"א קיין פלארידא ווינטער שנת תש"מ, (מכלומרשט אלץ פראבע), און עס איז איז באשטעטיט געווארן דער פאקט אז משה פרידמאן איז אויפגענומען געווארן פאר גבאי און אלץ דער אפיציעלער דעה זאגער פון די גרעסטע קהילה אויף די וועלט.

פון יענע מינוט אן האט זיך אנגעהויבען די גייסטיגע, פאליטישע, אידישע און מענטשליכע ירידה אין סאטמאר.

עס האט נישט קיין לאנגע צייט צו באמערקן מה טובו פון דעם איש בליעל.  - די מבינים אין די קהילה האבן גלייך אויפגעמערקט אז דער נייער גבאי איז עפעס נישט ניכטער אלע 24 שעה אין טאג. פון אנהייב האט מען נישט געגלייבט אז דאס איז טאקע אמת. מ'האט געטראכט, זיכער איז עס א פערצופאל, זיכער איז ער געווען ביי עפעס א קידוש אדער א וואכנאכט, צי גאר א פדיון הבן. א גבאי א דראנק, מאן דכר שמי'.

איינער פריער, א צווייטער שפעטער, האבן אבער אלע איינגעזען אז סאטמאר ווערט טאקע געפירט דורך א נידערטרעכטיגן אלקאהאליקער און א שיכור וואס האט נישט קיין טראפ ערנסטקייט און באגלויבטקייט. עס האט זיך בליץ שנעל ארויסגעשטעלט אז מ'האט דא צו טהון מיט א צעדרייטען יונג, א ליגנער און א "אחד בפה ואחד בלב'ניק" וואס האט נישט קיין שום רעספעקט און אחריות פאר זיין פאסטן. ביז א שטיק צייט זענען טויזענטער אין די קהילה הק' געקומען צו די אייגענע הכרה אז דער וואס שטייט אין שפיץ פון סאטמאר איז קארופטירט דורך אין דורך, מיר ווערן איינפאך געטריבן פון א משוגענעם יונג,וועלכער פאברענגט מיט נידריגע יונגען און רעדט ניבול פה און איז נאר ביזי מיט פיקסן דעם און פיקסן יענעם.דאסט האט געמאכט אויפציטערן יעדן ערנסטען מענטש אין די קהילה.

מ'האט נישט געדארפט זיין קיין גרויסער מבין צו זען וואס עס ליגט אונטער די ווייסע פיאות פון משה פרידמאן. פון גאנץ אנהייב האט מען שוין געזען אז ער איז א מענטש וואס ווערט געטריבן פון א שרעקליכע עגאאיזם און תאוות השררה. עס האט יעדער געזען אז ביי די פרייטיג צו נאכטס טישן איז ער כמעט נישט דארט. ער שניידט אפ די חלה, שטעלט ביר און מאכט שוין פליטה. ביי שלוש סעודות, ביי די הייליגע סעודות רעוא דרעין האט מען זיך ווידער ארומגעזען אז גלייך נאך די פיש איז עפעס דער גבאי ווי פארשוואונדן געווארן אין ים אריין.

דאס אלעס איז נאך אבער גארנישט. עס האבן גלייך אנגעהויבן ארויסצוקומען פארשידענע פאקטן וויאזוי ער אינאיינעם מיט זיין שותף ר' אליעזר קעסטענבוים הייבן אן אריינצושטעקן זיינע פינסטערע נעגל אין די צענטראלע ישיבה 82 לי עוועניו, גלייך דערנאך איז מען געקומען דערויף אז ער האט זיך אליין אריינגעשטעלט אין די פארוואלטונג פון דער איד, (די פרעסע פון סאטמאר) און שטילערהייט האט ער אנגעהויבן איינעם שטויסן און א צווייטן בויען, אלעס לויט זיינע פאליטישע מאכערייקעס.

                                                                              *




תוקן על ידי שסופסקים ב- 06/08/2009 23:45:37




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > די דורכגעפאלענע מיסיע פון בן פראדעל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext