בית פורומים כל העולם כולו

זאליס ווארפען פלאקען אויפן רעביזכרוינעליווראכע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/8/2009 22:27 לינק ישיר 
זאליס ווארפען פלאקען אויפן רעביזכרוינעליווראכע


פון א צווייטען פרעספעקטיוו וואס האט נישט מיט די שחיטה זעלבסט וויל איך ערווענען א נושא וואס מקען שטארק ארומברייטערין ועוד חזון אבער אויף דערווייל וועל איך זיך באגענוגען מיט די פאלגענדע.

די זאליס האבען מיט א געוויסער צביון - וואס כהיום איז עס שוין די צביון כמעט אראפגעקומען - אראפגעמאלען ווי זיי זענען די אמתע שומרי הגחלת שלא תכבה מיט א געוויסער שלייער פון קנאות ואכמ"ל.

אבער סהאט זיך ארויסגישטעלט אז למעשה ביי די אלע פרשות האט עס געשטימט לטובת "פארטיי"תם, לעניננו וועט נעמען אין קאנטראסט פרשה דינן אקעגן פרשת אריזאנא ווייץ.

ביי פרשת אריזאנע ווייץ זענען זיי גיווען אין געוואלדיגען פארלעגנהייט "דער אהרנען" ער קאמאנדעוועט שוין ווייטער, מזעהט למעשה ווער איז די ריכטיגער מנהיג ומעמיד הדת על תילה, אבער פון די אנדערע זייט סתם אפלאכען "פאסט" נישט פאר די אזויגערופענע "פרומע" אידן מיטן "אמתן" בליק ווי אזוי די רבז"ל וואלט אזא צייט געטוהן, ווייל די רבז"ל וואסארא חומרא ער האט געפונען אין קיום המצוות האט ער עס נאכגעלאפען [און אין מצה בעקעריי כידוע, פרעגט אייך נאך ביי ר' ליפא לעווי'ס קינדער [מייסד הבעקעריי] און די ראזענבערג'ס, וויפיל קאפווי מהאט גיהאט פון רבין, מיט אלע חומרות והידורים, וואס זיי האבען מקיים גיווען מיטן גאנצען אימפעט לקיים רצון צדיק, למשל נישט פינען, אויך ביי א תקופה האט די רבי גיפאדערט מזאל ניצען שטיינערנע טישען און וועלגערערס [צוליב די קילקייט וואס שטיין טראגט מיט זיך], מהאט זיך גידארפט איינבעטען ביים רבין אין מסביר זיין אז סנישט פראקטיש און סוועט קאסטן הון תועפות, נחזור לענין].

זענען די זאליס אויפגעקומען מיט א וואלקענבראך, הלמאי מ"לאכט פון די פריעריגע", "מאיז קלוגער פון די פריעריגע", "מווארפט פלאקען אויף די פריערגע", און אזוי ארום איז געלונגען אהערצושטעלען אז גאר די ארונים זענען די וואס זענען משנה פון רבי'ן, סאיז קיינער נישט פון די זאליס איינגעפאלען אולי דעס אז ווען סקומט אונטער א חומרא און מלאכט דערפון, דאס איז גאר די שינוי פון דרך הסלולה, ווי אזוי האט נאר נאסאדער רב גיזאגט ווען מהאט אים פארגיהאלטען, הלמאי ער נעמט זיך אהן פארן סאטמער רב בו בזמן ווען די צד הנגד איז א נכד סאנז, האט דער נאסאדער גיענפערט "סאנז איז תורה, און סאטמאר רב איז אויך די תורה".

שמעו נא אחי! "סאטמער איז תורה" און גארנישט אנדערש און אז מקען באשיינען די תורה מיט א חומרא ברויך מען דאס נאכלויפען נישט דער היפך, דעריבער איז איבעריג צו מאכען יעצט די ס"ה ווער האט משנה גיווען ביי פרשת אריזאנע.

יעצט צום ענין, די זאליס זענען דאן אויפגעקומען מיט א אויפראס ביי פרשת אריזאנא  "הלמאי מאיז משנה", שטעלט זיך די פראגע ווי שעמט מען זיך נישט נאכצוזאגען פון א לעקוואדער רב אז מדארף בודק זיין, בו בזמן ווען די סדר השחיטה האט שוין א דרך הסלולה נאך פון רבין, און ווי אזוי וואגט מען זיך משנה צו זיין אנהויבען בודק זיין צומת הגידין, און זיין קלוגער פון רבין, הא? אין לך היפאקראטיזים גדולה מזו.

נאר די תירוץ איז פשוט נישטא קיין וואלד נישט קיין בערען, סאיז די איין ציהל אונטער ברעכען דעם אהרענען, וואס שטעלט זיך ארויס מער און מער צו זיין די קברנוטה של היהדות פון די צווייטע העלפט ת"ש יאר הונדערט, דעריבער איז נישטא קיין שום היפקראטאזיא, אלעס  "לפי רוח הפארטיי", ביי פרשת אריזאנא איז דאס  "הלמאי מאיז משנה", ביי פרשת העופות האט גאר די רבז"ל "מאכיל נבילות וטריפות גיווען פאר אידעשע קינדער".

משא"כ ביי אונז וואס דער באדייט פון סאטמאר איז תורה, און ווי מקען מחמיר זיין איז מען מחמיר, אין אויב מהערט א פראבלעם פון צומת הגידין הערט מען אויס די טענה נישט משרייט אריינגעווארפען פלאקען און די אלע נערישקייטע, נאר מטוט צום זאך און מפארעכט, דאס הייסט געגאנגען און דרך הסלולה פון רבין ז"ל, גארנישט עפעס אנדערש.

די מעסעדש איז קליפ און קלאר

ביי וועם "איז סאטמאר די תורה" און ביי וועם " איז סאטמאר א פארטיי".
                                       
איז געבליבען נאר איין פראגע פאר אייך זאליס:

ווער זענען די וואס ווארפען פלאקען אויפן רבי'ן ז"ל?!


תוקן על ידי עליגעיטאר ב- 05/08/2009 22:30:42




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאליס ווארפען פלאקען אויפן רעביזכרוינעליווראכע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext