ארום זוכנדיג אין דעם סייט דורכאויס די לעצטע שטיקל צייט האב איך באמערקט אז עס באקומט צוביסלעך מער און מער לינקס, (פאר די וואס זענען נישט אזוי באקאנט, געווענליך א לינק דערקענט מען דורך אן אונטערליין,)
ווי אויך קוקט אויס אז אנשטאט די אלטע קעסטעלעך פון מדור וכו' גייט דארטן זיין נאר לינקס אין די אויבערשטע העלפט קעסטל, און אין די אונטערשטע העלפט גייט זיין נייעס און באמערקונגען
נעמט אויך אינאכט אז אינעווייניג אין די לינקס איז אויך דא (און עס ווערט צוביסלעך מער און מער) לינקס צ.ב.ש. פלוני אלמוני האט געוואוינט אין שטאט איז דאס אויך א לינק
דאס איז מיין אויפפאסונג אדרבא לאזט אויך הערן אייער מיינוג.
ווי אויך וואלט געווען א גוטע זאך אז ער זאל עפענען בלאגס ווי מענטש זאלן אליינס קענען אריינשרייבן און קאמענטירן אונטער אן עקסטערן פארום ??? וואס זאגן אנדערע דערצו, א חלק מענטשן (בפרט די פארשערס און שטודירערס) זאגן אז נישט ווייל דעמאלטס קען זיך אנהייבן א גאנצע מבוכה אויף יעדער זאך און עס וועלן אריינגעלייגט ווערן זאכן וואס זענען נאך נישט אויסגעקלארט, לאזט הערן אייער מיינונג, ווי אויך שיקט איהם קאמענטס, ווי עס קוקט אויס רעכנט ער זיך שטארק מיט די פידבעק