בית פורומים אחים אנחנו

זיך נישט טענהן מיט קיין ארונים: פארוואס?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/8/2009 00:02 לינק ישיר 
זיך נישט טענהן מיט קיין ארונים: פארוואס?

עס איז קלאר אז אפילו עס זאל זיין אזוי ווי די ארונים זאגען אז זיי זענען יא געווען חסידים פונעם ברך משה רבי, איז געווען אז אין די ערשטע צוואנציג יאר אויב איינער האט גערעט אפילו נאר אויף משה גבאי איז געווארען פארעכענט אלץ א שונא ביי אלע היינטיגע ארונים אין איז געווען אויס געשטעלט צי....... .היינט זאגט דער ארויני אסאך ערגער פין די אזוי געריפענע מתנגדים. וויפיל טינט, הייזעריגע העלזער, טאנערייען, מחלוקת צווישען משפחות, עגמת נפש, אין נאך, אין נאך, אין נאך, איז געווארען פראקטעצירט לכבוד דעם, אין וואס האט זיך ארויס געשטעלט, לויטען ארויני, לכאורה האט ער זיך נאר געמאכט ער האט עס נישט געמיינט ערנסט וועגען עס איז דעך נישט געווען ער עס איז דעך געווען משה ער האט זיך נאר ציגעשטעלט, אגב דאס איז דאך געווען איין לימוד זכות אז זיי מיינען עס ערנסט, דרך אגב דערמאן איך מיך אז ווען דער ברך משה האט געאסרט די בלאט אין אויפען באס זענען ארויף געקימען די ארוינים מיט די בלאט אינטער זייער ארעם האט זיך איינער אנגעריפען צי זיי ליינטס נישט דעם בלאט ווייל אזוי וועט עטץ האבען א פתחון פה אויף יענע וועלט אז עטץ האטץ געטון זאכען במשך די אלע יארן נאר וועגען דעם רצון פין רבין, אויב ליינט איר יעצט דעם בלאט וועט איר ברענען אין גהינים פאר יעדע צער וואס איר האט מצער געווען א איד, בקיציר עס איז נתגלה הדבר למפרע אז זיי זענען קיינמאל קיין חסידים נישט געווען,
פאר אינז זעט עס אויס אזוי ווי מען זאגט פאר א מענטש הייב אויף דעם באקס עס איז זייער א שווערע אין ער גארטלט זיך אן מיטן גאנצען כוח אין הייבט עס אויף ווען עס האט ניטאמאל איין אנס געוואגען, וד"ל
במילא מורי ורבותי עס איז א שאד יעדעס ווארט, טינט, הייזעריגע העלזער, טאנערייען, מחלוקת צווישען משפחות, עגמת נפש, ווייל איין טאג קענען מיר געוואר ווערען אז איינער האט זיי נאר ארים געפירט אין יענער איז שילדיג אויף אלעם אין מיר וועלען אויסזען אזוי ווי יענער וואס האט נעבעך אויפגעהויבען די שווערע באקס,  



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/8/2009 00:15 לינק ישיר 

משל למה הדבר דומה
ווען איך זאל זיין חס ושלום אין כעס אין וועלען דערלאנגען א פראסק פאר איינעם,
יענער לויפט ביז ער באמערקט מיין קליין אינגעלע,
 ער הייבט אים אויף אין האלט אים אויף זיין אקסעל,
א יעדער פארשטייט אז איך וועל אים נישט דערלאנגען א פראסק ווי לאנג דאס דאס מיינט אויך א וויטאג פאר מיין קינד,
בלית ברירה וועל איך מיך מיזען באראיגען אין זיך באהערשען,
אויב וועסטו זען אז איינער פירט זיך אנדרשט איז משמע אז דאס קינד וואס יענער האלט איז נישט זיינס,
במילא בין איך מיך מיט דעם פרט זיך מחולק מיט מר' לא לנו אז אמאל זענען זיי יא געווען חסידים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/8/2009 23:46 לינק ישיר 

יא יא יאחצל..

עס איז קיין ספק נישט אז די יעניגע וואס פאררופן זיך געטרייע תלמידים וחסידים פון רבי'ן דער ברך משה זי"ע, זיי און נאר זיי האבן פון אים געמאכט דאס גרעסטע גענאר אין זיינע לעצטערע יארן מימי חייו עלי אדמות.

איך וועל נישט אריינגיין אצינד אין קיין אריכות הדברים, אבער עס איז גענוג בלויז צו דערמאנען די שוידערליכע וועלט'ס ליצנות און ביטערע שפאט וואס די חברה האבן מיט אים געמאכט די אלע יארן פון די מינוט אן וואס ער האט ערקלערט זיין קלארע שטעלונג איבער דאס רבנות אין וויליאמסבורג.

יא, טאקע מיט די גאנצע שלייער פון "געטרייע תלמידים וחסידים" האבן זיי אים צו שאנד געמאכט ווען אימער ס'איז געווען א מעגליכקייט.
איך ווייס אז דער חשבון זייערע איז געווען פשוט שוואך צו מאכן דאס כח הרבנות פון דעם דעמאלט'דיגן וויליאמסבורגער רב, און דאס האבן זיי געוואלט מיט ערקלערן דעם רבי'ן הברך משה אלס עלטערער נישט געזונטער מענטש וואס ווייסט בחייכון וביומיכון, און דערמיט אראפצוברענגן די רוחניות'דיגע מאכט וואס דער וויליאמסבורגער רב האט באקומען פון זיין פאטער בהנהגת הקהלה ומוסדותי', אבער למעשה אחרי ככלות הכל האבן זיי זיך דערוואגט צו ווידערשפעניגן אין זייער רבי ומנהיג - וועלכע האט זיי געטריי געפאשעט אזויפיל יארן מיט אמת'ע ליבשאפט און איבערגעגעבנקייט.

איך בין נישט אינטערסירט וואס די "שטוב מענטשן" האבן אלס געטוהן און וויפל זיי וועלן זיין שולדיג אין דעם, אבער דאס איז שוין אמאל זיכער אז די חברה "געטרייע תלמידים וחסידים" האבן מיט זייער גרויסע געזארגקייט פארן רבינ'ס כבוד אים צושאנד געברענגט לעת זקנתו - און אלעס דורך די דירעקטע אנפירערשאפט און צושטימונג פונעם בנו הגדול מרן הגאון הקדוש - וכדי בזיון וקצף!

"דער בלאט" פון די אלע יארן יוכיח!  קוקט נאר איבער די שונד-בלאט ארכיוון און איבערצייגט אייך ווי וואך איין און וואך אויס האט מען דעם רבינ'ס כבוד געהיטן אז עס זאל נישט אפגעהיטן ווערן!
איך וועל דייקא נישט אויסרעכענען קיינע דעטאלן, ווייל הזמן יכלה והם לא יוכלו, און אויב הייב איך אן ווייס איך ווען איך וועל דערמיט ענדיגן. רבים רבים מספור זענען די פילצאליגע פעלער בלי שיעור וערך וואס די חברה האבן בריש גלי לעיני כל ישראל אים צושאנד געברענגט בלי חרפה ובושה.
אדרבה זאל איינער (פארמעגליך איז שוין גענונג פארנומען ביז איבערן קאפ...) זיך נעמען די מיה און אראפברענגן א שלימות'דיגן איבערזיכט אויף זייערע גרויליגע מעשים וואס האבן אזוי מיאוס פארשעמט דעם רבי'ן הברך משה, און וויאזוי די אויסשליסליכע "געטרייע תלמידים וחסידים" האבן געמאכט ליצנות אויפן ערגסטן פארנעם פון א רבן של ישראל!

מיט אזעלכע 'חסידים' בין איך זיכער אז דער רבי הברך משה האט בכלל נישט געברויכט קיינע 'מתנגדים'!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/8/2009 21:43 לינק ישיר 

 

זיך נישט טענהן מיט קיין ארונים: פארוואס?

עס איז קלאר,

אז אפילו עס זאל זיין אזוי ווי די ארונים זאגען אז זיי זענען יא חסידים פונעם ברך משה רבי,

איז געווען אין יענע יארן אז אויב איינער האט גערעט אפילו נאר אויף משה גבאי איז געווארען פארעכענט אלץ א שונא ביי די אלע היינטיגע ארונים,
אין איז געווען אויס געשטעלט צי....... .

היינט רעד דער ארויני אסאך ערגער פין די אזוי געריפענע מתנגדים נישט אויף משה גבאי נאר אויפן רבין אליין.

וויפיל טינט, הייזעריגע העלזער, טאנערייען, מחלוקת צווישען משפחות, עגמת נפש, אין נאך, אין נאך, אין נאך,

איז געווארען פראקטעצירט לכבוד דעם,

אין וואס האט זיך ארויס געשטעלט,

לויטען ארויני, לכאורה האט ער זיך נאר געמאכט אדער לכה"פ נישט ער איז שילדיג געווען, וועגען עס איז דעך נישט געווען ער עס איז דעך געווען משה, ער האט זיך נאר ............

 אגב דאס איז נאך געווען איין לימוד זכות אז זיי מיינען עס ערנסט,

 אזוי שרייבענדיג די שורות דערמאן איך זיך, אז ווען דער ברך משה האט געאסרט די בלאט, איז אויפען באס אהיים פין דער ארבעט ארויף געקימען ארוינים מיט די בלאט אינטער זייער ארעם,

 האט זיך איינער אנגעריפען צי זיי "ליינטס נישט דעם בלאט ווייל אזוי וועט עטץ האבען א פתחון פה אויף יענע וועלט אז עטץ האטץ געטון זאכען במשך די אלע יארן נאר וועגען דעם רצון פין רבי,
 אויב ליינט איר יעצט דעם בלאט וועט איר ברענען אין גהינים פאר יעדע צער וואס איר האט מצער געווען א איד,

היוצא לנו מכל זה

עס איז נתגלה הדבר למפרע אז זיי זענען קיינמאל קיין חסידים נישט געווען,

 
פאר אינז זעט עס אויס אזוי ווי מען זאגט פאר א מענטש הייב אויף דעם באקס עס איז זייער א שווערע,

 אין ער גארטלט זיך אן מיטן גאנצען כוח אין הייבט עס אויף, ווען עס האט ניטאמאל איין אנס געוואגען, וד"ל
במילא מורי ורבותי עס איז א שאד יעדעס ווארט, טינט, הייזעריגע העלזער, טאנערייען, מחלוקת צווישען משפחות, עגמת נפש, ווייל איין טאג קענען מיר געוואר ווערען אז איינער האט זיי נאר ארים געפירט אין יענער איז שילדיג אויף אלעם אין מיר וועלען אויסזען אזוי ווי יענער וואס האט נעבעך אויפגעהויבען די שווערע באקס,

עטץ האטס פלען חוזק געמאכט פין אינז, ווען מיר וואלטן געוויסט דאס וואס איז נתגלה געווארן שפעטער וואלטן מיר זיך אנגעשפארט אסאך עגמת נפש, פארפאלען עטס האטס עס גיט געמאכט,    

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/8/2009 00:07 לינק ישיר 

גערעכט ביזטו...

אט דאס האבעך געשריבן פריער אין א אנדער אשכול..


פשוט צו ערפילן די זאצן וואס מנהג_העולם האסט ארויסגעלאזט אין זיי לעצטן תגובה...

- יעצט לאמיר זעהן וויאזוי איז געווארען מחלוקת אין סאטמאר?

- וויאזוי איז די קהילה געווארען צושפאלטן און צובראכן פון אלע זייטן, אז אזויפיל שונאים האבן כסדר ארויסגעשפראצט פון אלע זייטן ביזן היינטיגן טאג?

- וואס האט דא פאסירט אין די שיינע קהילה אז עס איז געווארן אזוי פארשוועמט מיט "מתנגדים" מבית ומבחוץ?

 עס האט נאר איין תירוץ....

איז אזוי, יא! עס האט נאר איין תירוץ און איין ענטפער:

מ'האט אויפגענומען א יונגן גבאי, א יונג א טעראריסט, א מושחת דורך און דורך, וועלכער האט נישט געהאט קיין אחריות פאר די קהילה, א גבאי אן קיין ערפארונג, א גבאי אן קיין געפיל, א גבאי אן קיין אינטערעס פון די קהילה. א גבאי וועמען קיינער האט נישט רעקאמענדירט, א גבאי וואס האט געהאט א עקלהאפטיגע היסטאריע, א גבאי וואס האט געהאט א שמוציגן "בעק-גראונד" פון אלס בחור – א גבאי וועלכער קומט פון א קראנקע צעדרייטע משפחה, א גבאי וואס איז אויפגעוואקסן אין א שטוב פון לויטער גייסטיג-אומסטאבילע נעבעך, אזא איינעם האט מען געשטעלט ביים רודער פון די גרעסטע קהילה אויפ'ן כדור הארץ – ויצא העגל הזה!  =  דער יונגער גבאי, דער טעראריסט, האט פון די ערשטע מינוט אריינקומענדיג אין אמט איינגעקלאפט פאניע-בראט מיט דעם יונגן יוגערמאנטשיק - דער בנו הגדול פון אונזער הייליגן רבין - און אינאיינעם האבן זיי פארמירט דעם "עגל הזה"!!

די אלע שמוץ וואס עס ווערט געשריבן אין פריערדיגן תגובה פון אנהויב ביז צו די ענדע, יא, אלעס אלעס אלעס וואס ווערט צוגערעכענט צו די קרעדיט פון בן פראדל, אין דעם אלעם האט געהאט א שיינע חלק דער בנו הגדול מרן הגה"ק שליט"א!!

צונאזאם, האנט ביי האנט, ווי געשוואירן אין איין מיסיע, זענען זיי ביידע "בן פראדל" מיט "בנו הגדול מרן הגה"ק שליט"א" געועון פארנומען טאג און נאכט צו האקן און בראקן רעכטס און לינקס, אלעס און יעדעם וואס איז געשטאנען אין זייער וועג!

אין א ריכטיגע געמיינזאמע בונד, האבן זיי אינאיינעם אפגעטוהן כל מה שלבם חפץ, אנדעם וואס דער רבי רבינו הקדוש דער ברך משה זי"ע זאל האבן דאס מינדסטע ידיעה איבער זייער ריכטיכן פארשווארצטן פנים.

אין "בן פראדל" האט ער געגלייבט (נסתרים דרכי ה'.. ונעלמה מעיניו האמת נעבעך בעוה"ר) אז ער איז א געטרייער גבאי במלוא מובן המלה, איבערגעגעבן און ערליך. און אין "בנו הגדול" האט ער געגלייבט (נסתרים דרכי ה'.. ונעלמה מעיניו האמת נעבעך בעוה"ר) אז ער איז א ערליכער יונגעמאן ותלמיד חכם ומתמיד עצום עסוק בתורה ויראת שמים.

און אט אזוי, אונטער די גרויסע כח הנהגה פון רבי'ן דער ברך משה זי"ע, האבן דער "גבאי" און "גרויסער זוהן" חרוב געמאכט כרם בית סאטמאר, געשאפן מיט זייערע נידערטרעכטיגע מעשים הונדערטער און טויזנטער שונאים פאר קהלתינו הקדושה וועלכע איז געווען דער כלילת יופי, און אנגעברעגנט א צער נורא מיט חרפות ובושות פאר רבינו הקדוש בעל ברך משה זי"ע וכל בני קהלתו ועדתו איבער די וועלט.

דאס איז נאר אין קורצן ממש וואס עס ברויך דערהערט ווערן בשייכות מיט די לאנגע לאנגע שורות פון דאזיגן אשכול, ווי דער שרייבער גיסט זיך אויס דאס אנגעווייטאגט הארץ אויף דעם בן פראדל, און משום איזה סיבה טוט ער אויסמיטן די ראלע פון בנו הגדול כ"ק מרן רבינו הקדוש שליט"א אין די חורבן פון קהלתינו הקדושה והטהורה.

און צו דעם קעפל איבער דעם גבאי'ס מיסיע וואס איז דורכגעפאלן, איז נישטא צו רעאגירן בלויז אז: יא! די מיסיע פון די צוויי מטרופים "בן פראדל" און "בנו הגדול" איז געלויבט השי"ת מיאוס דורכגעפאלן, און ב"ה אז אלפי אלפים מאנשי שלומינו דאנקן יעדן טאג דעם בורא עולם אין די לעצטע צעהן יאר אז לא עזב עמנו חסדו - און אין דעם גרויסן ביטערן הסתרת פנים האט ער אויף אונז אראפגעקוקט וראה בעני עמיו - און האט שלא כדרך הטבע איבערגעדרייט דאס גאנצע קערה על פיה, צונישט מאכנדיג די אלע לאנגיעריגע פלענער פון די פראדלזאהן-בנו הגדול קליקע, וברוב נסים ונפלאות הראה לנו אות לטובה מיט די החזרת העטרה ליושנה (גראדע מיט די אייגענע הילף און ארבעט פונעם גבאי'ן וועלכע האט זיך איין שיינעם טאג צעשלאגן מיט זיין טעראר-בוזעם-פריינד בנו הגדול) בהתמנותו פון א רב אויף די קהלה קדושה וועלכע איז מיט די איינציגע ציל פון להגדיל תורה ולהאדירה מרבה דעם כבוד שמים און איז מנהיג דעם ציבור האלפים האמונים וצרופים לדרך התורה והיראה המסורה.

איך האב נאך אסאך צו פארציילן און לאזן הערן איבער די ריזיגע ראלע וואס בנו הגדול הגאון הקדוש האט געהאט אין די אלע אויבנדערמאנטע השחתה מעשים פון בן פראדל און די קליקע... אבער דאס וועט שוין מוזן זיין א אנדערע מאל...


תוקן על ידי לא_לנו ב- 06/08/2009 0:03:45




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > זיך נישט טענהן מיט קיין ארונים: פארוואס?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext