די לעצטע וואכן איז מורא'דיג שטארק נפרץ געווארן די ענין פון חוצפה יסגי די זאליס/בני המן/מוסרים/מסרבין לדין/הולכי בערכאות/בג''ץ הציוני שטעלן זיך נישט אפ פאר גארנישט און באשמוצן כל הקודש לנו, הן דא אויף הייד פארק און הן אויף TWITTER זיי באשמוצן רבינו הק' בעל ברך משה זי''ע ויבלחט''א רבינו שליט''א טאג טעגליך אן קיין שום בושה, ואחרון כביר וואס זיי האבן זיך דערקייקלט צו פארשעמען די מהודר'דיגע סאטמאר'ע שחיטה וואס שטטייט שוין 60 יאר צום גוטן און אין די לעצטע עטליכע זינט עס איז געלונגען צו עפיענען א אייגענע בית השחיטה ב''ה זענען אלע הידורים מער גרינגער און מעיר בתוקפו ב''ה, נישט מער און נישט ווייניגער ווי באשמוצן די שחיטה המקובלת און ארויפלייגן א קטרוג אויף כלל ישראל אז גאנץ כלל ישראל עסט ח''ו נבילות, מיר בעטן זיי בכל לשון של בקשה עס קומט שוין די הייליגע טעג ביטע האטס חרטה פון ענקערע שלעכטע מעשים און הערטס אויף צו באשמוצן כל הקודש לנו,
נשלח ב-6/8/2009 06:49
איין פראבלעם האסטו נאר
אז דאס האט גארנישט מיט זי זאליס,
דאס קימט פון די עיר התורה לעיקוואד
פארשטייט זיך אז כדי צו מאכן א "קאווער אפ", גייט מען עס ארויף שמירן אויף די זאליס
פון עיר התורה לעיקוואד קומט נישט גארנישט, דער איד פון לעיקוואד קומט יעדע וואך זיין א עומד על גביו פאר די פלייש פון בני קהלתו וואס ווערן דא גע'שחט'ן און ער פארלאנגט א הידור וואס קרית יואל איז די איינציגסטע שחיטה אין אמעריקע וואס האט די חומרא, אלע אנדערע שחיטות קוקן נישט דערויף טרעפט מען עס נישט, די מהודר'דיגע סאטמארע שחיטה קוקט יא טרעפט מען עס ביי א מיעוט שאינוי מצוי, און עס איז מותר לכתחלה והא ראי' וויילאנד אין דזשי ענד דזשי קוקן נישט דערויף, לשיטתך לאמיר דיר פרעגן, פארוואס האט די בריוו נישט קיין נאמען? פארוואס שטייט דא אז מען דארף פרעגן די דיינים? פארוואס קומען די דיינים נישט אליינס ארויס מיט א בריוו? פארוואס עפעס נאר בני המן דיינים? פארוואס שטייט נאר היים נומערס? פארוואס נישט די ספרים שטוב? פארוואס עסטו נאך פלייש? פארוואס האסטו נאך נישט גע'כשר'ט דיינע כלים?
אלעס האט 1 תירוץ, א פלענע בני המן פרי האט בשעת'ן עסן פלייש געשריבן דעם בריוו מיט א טעלאפאן ביכל אין די האנט אויפן נאמען פון די איד אין לעיקוואד און אלעס שטימט, די אלע וואס באשמוצן סאטמאר וועלן באצאלן א טייערן פרייז, הוי זהיר בגחלתן
נשלח ב-6/8/2009 07:22
סאיז אין פלאץ צו לייגן דא מיין תגובה וואס איך האב געשריבן אין אן אנדערן אשכול
יעצט גערעדט צו א משגיח כשרות,
פרעג איך איהם צו ער ווייסט עפעס צו זאגן וועגן די פרישע סקאנדאל
זאג ער מיר ער ווייסט פון גארנישט.
פרעג ער מיר אויס, מער פרטים
זאג איך איהם אז ס'רעד זיך וועגן עפעס א שחיטה "חבורה" פון לעיקוואד,
זאגט ער מיר
אז זיי פלעגן טאקע שעכטען אין קרית יואל
אבער ער האט פינקט לעצטענס גערעדט צו איינעם פון זיי, און יענער האט איהם געזאגט
אז SEPTEMBER 1 גייען זיי אנפאנגן צו שעכטען ביי די גרויסע קאמפעני "עמפייער", וואס שטייט היינט אינטער די השגחה פון ר' בנימין גרובער שליט"א
(פארוואס ווייסט ער טאקע נישט,
ס'קען טאקע זיין וועגן דעם סקאנדאל,
אבער ס'איז אינטערסאנט אנצומערקען,
אז אלס א חלק פון זייער פאבליק רילעישאן'ס(עיין פראטאקל פון הכשר בד"ץ קרית יואל בענין פאבליק ריעלעישן'ס)פארקויפן זיי אז ס'איז די מהודר'סטיגע שחיטה, (וואס אגב האב איך געהערט פון רבנים מפורסמים אז סאיז גארנישט בעסער פון אנדערע שחיטות) אבער דא זעט מען ווי א פרומע שחיטה, האט אפגעמאכט אז זיי גייען זיך זיכען בעסערע פלעצער)
נאכדעם זאגט איך איהם אז ס'רעד זיך עפעס וועגן די צומת הגידין
זאגט ער מיר אז ער ווייזט נישט וואס דא איז געווען
אבער דאס איז אינטערסאנט
אז קרית יואל איז אנדערש פון אלע אנדערע שחיטות כלפי דעם
ווייל ווי באקאנט, אז אין אמעריקע איז מען נאר בודק די קישקע
ווייל אויף אלע אנדערע זאכן איז דא א חזקה אז ס'טרעפט זיך נישט
אדער קען זיין, אז מהאט געזען אז ס'איז אזא גרויסער פראצענט
צוואנציג פראצענט!
מאכט דאס א גרויסער פראבלעם פאר די גאנצע שחיטה,
מער פון דעם ווייס איך נישט דערווייל.
תוקן על ידי שמעון93 ב- 06/08/2009 8:02:26
נשלח ב-6/8/2009 07:37
לכבוד המלמד להועיל מוהר"ר אברהם שיחי'
בנוגע וועגן די פלייש איז אינטרעסאנט און איך ווייס נאך נישט פונקטליך די מעשה מערטצע השם וועל איך עס מברר זיין
אבער בנוגע דיין שערורי' בנוגע בארעדן סאטמאר וויל איך באטאנען וואס איך ווייס נישט צי די ווייסט אז עס איז היינט דא צוויי סאטמארס... איטס עה מערע אף ע פעקט. פינטל
נ.ב. איך וואלט אייך אפגעזאגט פון מלומדות. אבער און די ווייט בילדונג האב איך נישט קיין דעה
תוקן על ידי שד_ר ב- 06/08/2009 7:34:06
נשלח ב-6/8/2009 18:39
עס איז ב"ה נישט קיין טעמע וואס איז נוגע רוב ציבור ערליכע אידן תלמידי וחסידי סאטמאר וואס פארלאזען זיך ממילא נישט אויף אזא מפוקפיקדיגן מענטש
וואס ווי באקאנט ווי באגלייבט דער ספעלשי בעבי אין וואס פארא סמכות ער האט איז וועט ער אלעס טוען אין דער וועלט פאר זיין ביזנעס ער איז אין א " פריוואטער " ביזנעס פראבלעם מיט א קרייז מיט וועם ער וויל טוען ביזנעס אין עס איז נישט נוגע פאר די אידן וואס זענען מדקדק צו האבן איינעם א אמתדיגער ערליכען מענטש אין כשרות בכלל אין אין שחיטה בפרט אין וועלן נישט עסען פין א קצב וואס זוכט צו מאכען א מאכערייקע פין זיין פריוואטער ביזנעס