אהרונים ווארפן ארויס פרינציפל צוליב נייעם ביה"ח!
עס איז הימל און ערד און דער נייער ארטאדאקסישער בית החיים!
ווי עס גייען ארום שמועות די לעצטע פאר טעג זייט דער אפעלעט קאורט האט אפגעווארפן דעם טי-אר-א פארלאנג פון קהל יטב לב דסאטמאר קעגן די טרויעריג בארימטע הולכי בערכאות וועלכע האבן זיך משתלט געווען אויפן בית החיים אין קרית יואל מקום מנוחתם פון רבינו הקוה"ט זי"ע און רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצוק"ל, גרייט מען זיך בקרוב מקדש צו זיין דעם נייעם בית החיים, און דערמיט וועט מען פארזעצן מיטן דרך ההתבדלות וואס רבותינו הקדושים לבית סיגעט זי"ע האבן געטאן אין אונגארן ביי די באקאנטע טיילונג פון די נעאלאגן.
האב איך פריער באקומען א מעסעדזש, אז נעכטן האט ר' וואלף גליק נ"י אדמיניסטרעיטער פון יו-טי-עי- אוו קרית יואל אנגעקאלט איינע פון די פרינסיפל פון זייער מיידל סקול, אז אויב איר מאן איז נישט מבטל דעם מקח פונעם שטח ווערט פארלירט זי שוין איר פאסטן
פארשטייט זיך אז זי האט זיך נישט דערשראקן און אים געזאגט, אדרבה, מארגן קום איך נישט אריין אין סקול.
און לויט ווי זאך קענער געבן איבער, גייט קומען גרויסע סורפרייזעס אין די קומענדיגע טעג און וואכן.
ימים ידברו!