בית פורומים כל העולם כולו

כ"ו אב תשס"ט יומא הילולא של מרן רבינו הקדוש זי"ע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/8/2009 07:25 לינק ישיר 
כ"ו אב תשס"ט יומא הילולא של מרן רבינו הקדוש זי"ע

אין די נאנטע טעג געפאלט אויס די יארצייט פין אינזער הייליגען רבין' דער בעל דברי יואל זי"ע .

לויט ווי איך הער גייט קומען רייכע אין העכסט באלערנדע באשרייבנגען אויפן רבי'ן פין אלע יודישע אין אנגלא יודישע אויסגאבעס.

חברא קדישא האט שוין געמאלדן, אז קיין איין קאר וועט נישט קענען ארויף פארן דורכ'ן טויער צים ציון
זיי וועלן צישטעלן אייגענע טראנפאטציע ארויף צי גיין .

דער אייבישטער די זכות פין דעם גרויסען צדיק זאלן מיר אלע געהאלפען ווערן מיט כל מילי דמיטב.

תוקן על ידי ארגינעלער ב- 07/08/2009 7:21:31




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/8/2009 20:53 לינק ישיר 

כ'הער אז דער באקאנטער מסור י' וואלדמאן, איז געווען פין די הויפט באגלייטער פאר'ן בועט באביו, אין איז געשטאנען לעבן אים די גאנצע צייט, בשעת'ן ארויפגיין אין ביה''ח,
ס'זיכער דא בילדער דערפון, מ'דארף עס שאפען פאר אלע געלטער.
ער האט געהאט באשטעלט מאסען פאטאגראפירער אויפן פלאץ, צווישען זיי אין א העליקאפטער, (מיינענדיג אז ער גייט קענען ווייזען בעלות)

אגב, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס דער מסור איז ביינאכט געווארען אזוי ווילד אזש די פאליציי האט אים געדארפט ארעסטירן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/8/2009 00:03 לינק ישיר 

א טיפיקעל שמועס צווישן צוויי ישיבע קטאנע בחורים פון נעפענעק קעמפ נאכן עליה לציון פונעם זאב"ד שליט"א.


יענקל: נטע, האסט געזעהן וואספארא עולם די רבי שליט"א האט געהאט ביים ציון?

נטע: איך בין גראדע געווען אין אוהל ביי תהילים, עס איז געווען היפש פיל דארט.

יענקל: נאאא.. איך רעדט נישט פון די אוהל.

נטע: וואדען מיינסטו די ציון?

יענקל: כ'רעד פון די גאס, די גדר ארום.

נטע: אהההה.. נו, וואס איז געווען דארט? כ'האב געהערט א העליקאפטער אריין אונעם אוהל אריין.

יענקל: ס'רעדסטו?! העליקאפטער? האסט געדארפט זעהן וויפיל בחורים זענען געזיצן אויפן גאנצן גדר ארום. טויזענטער!

נטע: ממש אזוי?

יענקל: נאך מער! עס איז געווען א ריזיגער מראה. נאר דאס זעהן ווי שנעל און פלינק די בחורים זענען ארויפגעקראכן אויפן גדר, ממש ווי געלערנטע קריכער..

נטע: WOW, ממש וואונדערליך.

יענקל: יאפ. ווי נאר מ'האט געזעהן די ערשטע קאר אין די לאנגע רייע פון הערליכע קארס מיט בליצער'ס זענען די בחורים ספאנטאן געקומען צו לויפן און איינע נאך די אנדערע ארויפגעשפרינגען אויפן גדר.

נטע: ס'הייסט די פובליק סעיפטי האט געקראכט? הא?

יענקל: נאך ווי געקראכט. זיי האבן נישט געוויסט ווי אהין זיך צו דרייען זייער פנים.

נטע: און אזוי זענען מיסתמא די גאנצע חבריה אריינגעפארן ביזן אוהל ווי אייביג?

יענקל: עמממ... אכככההםם.. עמ נאר ביזן דרויסינדיגער גדר, אבער איינמ..

נטע: וואס הייסט?! די רבי איז נישט אריינגעפארן ווי אלע יארן?!

יענקל: אאממ.. ניין, אהרן האט נישט געלאזט.

נטע: שוין ווייטער האבן די ארונים אויסגעפירט? שאול האט דאך געזאגט אז אלעס איז געהעריג און אלעס בלייבט ביים אלטן?

יענקל: רעד שוין ווייניגער שטותים!

נטע: אה, סארי. עניוועי, אלזא זאגסטו אז ס'איז געווען אסאך בחורים אויף די גדר. פשיהא, דאס איז גאר גוטע נייעס. ס'כאטש דא גוטע בילדער דערפון?

יענקל: כ'האף אז עס וועט ליגן אויף הייד פארק.

נטע: זיכער, מ'דארף דאס פארשפרייטן איבעראל! ס'איז א מעכטיגע געוווינס.

יענקל: יא יא, איך גיי שוין רעדן מיט משה וואלף.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2009 19:30 לינק ישיר 

די לוזער קענען נאך אלץ נישט צו זיך קומען פינעם גרויסען ''סוקסעס'' ביים ווייזען בעלות כ''ו אב ביים ציון הק', אין זיי שיקען יעדע פאר מיניט ארום קליפס פין  די א''ג סאטמאר ריפארט אימעיל (די קאמפעני וואס האט איבערגענועמן תלמידי רבינו {מן הסתם איז תלמידי רבינו אין קווינס קעמפ אין דארט איז דא בעסער וואס צו טוהן ואכמ''ל})
ווי מ'זעהט ציהיצטע בחורים גלייך פין קווינס  קעמפ גייען ארויף קאמפס גרייט, אין זיי האבען זיך נעבעך נישט מיט וועם צו שלאגען {צו פייטן ווערן זיי חסידים}, ווען די פאליציי אין פאבליק סעיפטי מאכט זיכער אז זיי ביהעיוו'ן,  מ'הערט די העליקאפטער גראגערן (ביז די סטעיט פאליס האט  אים פארשיקט), די גרעסערע יוניט'ס  זיצען אויף די נייע גדר, מ'זעהט נישט דארט קיין מענטש העכער 23 
כ'ווייס ניטש וואיזוי מ'לייגט עס ארויף דא, אבער ווער עס ווייסט קען מיך געבן א אימעיל אדרעס,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/8/2009 02:11 לינק ישיר 

אוי וואס וועלען זיי טוהן ווען די נייע גדר וועט זיין פארטיג און אויך האבען די שטעכידיגע ווייערס אזויווי די אלטע....?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2009 02:02 לינק ישיר 
די אימעיל וואס די בעיבי'ס שיקען ארום

ליינט אין האט הנאה:

---------- Forwarded message ----------
From: Satmar Report <@gmail.com>
Date: 2009/8/17
Subject:
To:

 

נאכדעם וואס די ארוינים האבן זיך נישט געקענט בארוהיגן פון די מעכטיגע פאראסק וואס זיי האבן געכאפט כ"ז ניסן צוזאמען מיט זייער געסטאפא פאבליק סעיפטי בלע"ז. זיי האבן איינגעזען אז אפילו דער בלאט וואשט זייערע מוחות שוין 10 יאר אז מיר זיכן א  10ענטער צו מנין פארט איז רבינו שליט"א אנגעקומען מיט טויזענטער בחורים אין אינגעלייט און געפענט אלע מחיצות הה"ד מלך פורץ גדר, האבן זיי זיך יעצט דערטראכט צו א פרישע געשעפט.
 
כ"ו אב וועלן זיי שוין נישט זיין אזוי אומבאווארענט זיי וועלן ברענגען סעטיט פאליס!... די סעטיט פאליס וועט שטיין ביים טויער און אריינלאזן נאר רבינו שליט"א מיט איין גבאי און תיכף פארשליסן די טיר מיט די הילף פון פאליציי. די אויפטו וועט זיי דאפלט, קודם כל וועט  רבינו שליט"א דארפן ארויפשאפצירן מיט א איינציגער גבאי אבל וחפי ראש... און דערצי האבן די ארוינים געדינגען א עליקאפטער וואס וועט אופכאפן און ווייזן פאר די וועלט אז רבינו שליט"א האט נעבעך נישט קיין ציבור ער גייט אליינס... און דער צווייטער אויפטו מיטן שטעלן שטאטישע פאליציי האבן זיי זיך געמאכט דעם חשבון אז אונזערע בחורים וועלן זיך זיכער שלאגן מיט די סטעיט טרופער'ס וואס שטייען ביים טויער און די וועלט וועט זען אז "נישט נאר" מאנרא בויעס ווערן ארעסטירט אין מאנרא!

אבער רבות מחשבות בלב איש, טויזענטער בחורים און אינגעלייט האבן אפגעווארט דעם רבי'ן אין אלע שטחים אין און ארום דעם ביה"ח, זייער חלום אז רבינו שליט"א וועט אליינס אריינגיין האט זיך שוין א האלבע שעה איידער רבינו שליט"א איז אנגעקומען ארויסגעוויזן צו זיין א דורכפאל, די ביה"ח ביים גדר איז געווארן וואס א מינוט פילער מיט בחורים און אינגעלייט טראץ די באקענדיגע זין, ווען רבינו שליט"א איז אנגעקומען איז ער געווארן אפגעווארט מיט לערך טויזנעט בחורים אין אינגעלייט אינדרויסן פון ביה"ח און לערך טויזענט בחורים און אינגלייט אינווייניג פון ביה"ח, די רגע וואס די סטעיט טרופער'ס האבן באוויזן צו פארשליסן די אריינגאנג האט זיך אנגעהויבן א הערליכע בליד ווי הונדערטער בחורים און אינגעלייט זענען פשוט איבערגעקראכן דעם גדר פונם ביה"ח פשוט צו קענען אנקומען צום אוהל צוזמען מיט רבינו שליט"א!

נישט צום פארגעסן, אזוי ווי ס'איז אנגעקומען די מעסעדש פון "סאטמאר ריפארט" אז רבינו שליט"א איז אינטערוועגנס צום פעלד איז ביז עטליכע מינוט שוין נישט געווען קיין איין ליידיגע פלאץ פאר א קאר אויפן גאנצן שטח!
 
בערך 3 מינוט נאך דעם מעסעדש פון "סאטמאר ריפארט" איז די גאנצע שטח געווארן פארמאכט פאר פארקינג!
און בערך 5 מינוט שפעטער איז גאנץ סקאנעמאנק געווארן פארמאכט! מ'האט נישט געקענט אנקומען צום ציון בכלל! (דאס ערשטע מאל זייט כ"ו אב תשל"ט)

נישט לאכען!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/8/2009 01:58 לינק ישיר 
נאך א בילד, ווי די נער'נים ווארטן אפ די שני בני רבינו, א רחמנות!


רעדי טו פייט, אוי געוואלד, ס'נישטא מיט וועם, די טיר איז פארשפארט, פאליציי וואטש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/8/2009 01:54 לינק ישיר 
די בחורים ווארטן אויפ'ן לאזער


קיינער זאל מיך נישט באשילדיגן מיט'ן עס מפרסם זיין, ווייל די בעיבי'ס שיקען עס אליין ארום אויף אימעיל, נעבעך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/8/2009 01:46 לינק ישיר 

פין אישי:
א זאלי'ס קומט נעכטן ארויף אין ביה''ח אין שרייט ציהיצטערהייט, די יאר האט מיך די וועג ארויף גארנישט געקאסט כ'האב קיינעם נישט געגבן, זאגט אים איינער ס'וועט דיר אבער קאסטן נאכ'ן טויט....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/8/2009 23:48 לינק ישיר 

אין זייער פארום האלטן זיי נישט אויס אז ס'נישט געווען קיין געשלעג אין ביה''ח,
זיי האבען אזוי שווער געארבעט דערויף, אין ניטעמאל האט דער עולם געקוקט אויף זייער זייט!

כ'האב נישט די טרייסט ווערטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2009 22:26 לינק ישיר 

כ'זעה אין זייער דבר יום ביומו,  אז זיי האבען נעכטן געמאכט מנין תהילים אין ראדני פאר די אלע וואס גייען נישט צום ציון הק'

כ'האב נישט אז דאס געוויסט אן אפיציעל בויקאט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/8/2009 22:20 לינק ישיר 

וואגען זאל ער זיך צו גיין מיט די רוקען צו די רעבעצען!!! ער וועט זייער שנעל פארגעסען ווי אזוי ער הייסט!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/8/2009 21:53 לינק ישיר 
די אחים הבועטים באביהם, מיטן רוקן צו זיין ציון...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/8/2009 21:25 לינק ישיר 

 

תוקן על ידי rebyankel ב- 17/08/2009 21:53:44




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/8/2009 20:57 לינק ישיר 
די דערהויבענע 30'סטע יא''צ פין רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע

  ב''ה די גרויסע טאג איז אדורך מיט א זעלטענע התרוממת, מ'דארף אויף דעם דאנקען הקב''ה, ספעציעל אז ס'נישט געלונגען פאר די דערביטערעטע לוזער אנצידרייען קיין שום פראוואקאציעס,


ביי די זאלי'ס גופא איז א שיינע (ביטערע) פראצענט אינגאנצען נישט געקומען צום ציון הק', ווייל פאר זיי צו ציקוקען ווי  זייער בלוט שונא קאנטראלירט אזוי שיין דעם ביה''ח מיט דעם הייליגען אוהל איז ציפיל צו דערהייבן (א' ט' נצחון קומט פאר'ן רבי'ן ז''ל),
ס'געווען גראדע א פראצענט זאליס וואס זענען געקומען פרייטוג אדער שפעט ביינאכט נאך חצות, אין זיך געגבן א טובל אין ארויס, ס'זאל הייסען זיי זענען דארט געווען, נישט קענענדיג צו קיקען ווי די זכות פין רביה''ק איז מגין אז די ביה''ח זאל נישט אריינפאלען בידי מורדים בתורת משה, ובספרו הק' של רביה''ק ז''ל.


די טישעלך ביזען ציון איז געווען כמעט לויטער הייליגע מוסדות על טהרת הקודש, כמעט נישט פין די נועם הרשעות קאמפעני, ספעציעל האבען אויך היי יאר, יודן נישט געדארפט באגעגנן דעם מוסד וואס זייער מנהלים קלאגען דעם רבין'ס מוסודת אין ציוניסטישען בג''ץ ר''ל,
עס איז כדי צו באמערקן אז אין א נערישע-לוזערישע שריט האבען די זאלי'ס אנגענועמן די בקשה פינעם מוסד וואס קלאגט אין בג''ץ צו אלע זאלי'ס, אז מ'זאל נישט בעטן קיין בודקעס, ווייל ווען יא וואלטען די אפוועזענהייט פין די בג''ץ קלעגער שטערקער בולט געווען, (פאריאר האבען זייער אפוועזנהייט שטערקער בולט געווען, אין יעדער האט גערעדט אין די סיבה דערפון - א זאך וואס זיי ווילן פאר אלע געלטער דערשטיקען), אבער ר' מענדל מאיר בראווער האט זיי אנגעפופען אין יא געבעטן אין באקומען א בודקע, אזוי אויך האט כולל ויוא''מ אין מאנסי באקומען א בודקע (הגם זיי ביילאנגען נישט ביי די זאלי קאמפעני אבער פאר די סיבה פין רודפ'ן די סאטמארע יונגעלייט פין זייער כולל  וואלט געווען א ת' זיי נישט צו לאזען האבען א בודקע)

דעם רבין'ס עלי' לציון איז דורך מיט א זעלטענע דערהויבענקייט, וואס כ'האף אז א מיטבאטייליגטער וועט עס באשרייבען,

די התעוררת אין ציון הק' האט בוקע געווען רקיעים, די יאר איז געווען א זעלטענע גרעסרע ציבור, סיי ציליב'ן נאטירליכען געוויקס, אין ציליב דעם וואס די יא''צ איז אויסגעפאלען אין א זינטוג, וואס ערלויבט מער מענטשן צו קומען, אין אויף דעם זאגען אויך עדות אלע יודן וואס זענען געשטאנען נאך געלט,


דער עולם האט זיך אויך ספעציעל ווארים אנגערופן פאר די חברה קדישא, אין מחזק געווען זייער הייליגע ארבעט,  ווי אויך פאר די הייליגע ישיבה על קברו, די מוסודת הק' אין וומ''ס האבענדיג חזקה צו זיין דער איינציגסטער טענט אינעם ביה''ח.

דער פרע אדון איז אנגעקומען נאכמיטאג צייט, אין די פאליציי האט זיכער געמאכט אז ער ביהעיווט, למען השלום האט מען אים אריינגעלאזט פינעם אינטערשטן טיר, ער  זאל נישט דארפ'ן דורכגיין אלע צדקה טישלעך, מ'האט אים געלאזט וויסען אז אויב ער וויל ארויפפארען מיט א קאר, איז דא גרייט אינעם גדר א פראכטפולע אפגעקילטע קאר סערוויס פין די באוויסטע מאטי'ס קאר סערוויס, אבער טאמער וויל ער ארויפוואקען דעם גאנצען וועג, וועט ער זיין אחראי אויף זיי וועלכע רידעריי,
למעשה האט ער ענדרעש מכסים געווען ארויפצוואקען דעם גאנצען וועג אין די ביטערע היצען, (אפשר האט די קאר נישט געהאט גענוג בליצער'ס) אין דער אלטער הולך לבג''ץ האט ער געשיקט מיט'ן קאר סערוויס (א עזות אז ער מיט זיין רבי האבען די גאטס אריינצוקומען אין אינזער הייליגען רבין'ס אוהל, נאכען ארבייטען אזוי שווער אין פראבירן מיט אלע כוחות צו ציברעכן אין בארויבן זיי הייליגע קהילה אין ספעציעל מיטן קלאגען דעם רבין'ס מוסדות אין ציונסיטישען בג''ץ), די פאליציי האבען אריינגעלאזט די 2 אחים, שווים בקדושתם ובתורתם אינעם גדר, אין פארשפארט די טיר אינטער זיי, (אויפן זעלבן שטייגער ווי מ'וו'ק' האט אריינגעלאזט דעם רבי'ן שליט''א צו להבחל''ח זיי טאטע ז''ל אין קווינס קעמפ בעזות וברשעות בפני כל עם ועדה, אנכפענדיג אין רוקען אין שרייען נאר איינער אויף א מאל, כאילו מ'קאנטראלירט דא חאלאזען וואס שטיפען זיך), ווען אלע אנגערייצטע בחורים אין שלעגער'ס זענען געבליבן אויסגעשפארט,

אלס נקמה האבען זיי פראבירט אנדצודרייען עפעס קעגן דעם גארד וואס האט קאנטראלירט די טרעפיק ביינאכט נאכען יא''צ סעודה (עס דארף ספעציעל ארויסגעברענגט ווערן די גיטע אין פראפשענעל ארבעט פין די פאבליק סעיפטי דורך זייער געלונגענע קארדינעיטער ר' משה לייב וויטריאל, ווען נישט וואלט מען נאך יעצט געקענט זיצן אין טרעפיק אויף גארפילד אין פארעסט)  אין מיטן זקן ממרא האבען זיי געמאכט א חילול השם (מן הסתם איז די ת' אז די שווארצע גארד איז געווען א יוד..... ווער ווייסט) אזש די פאליציי האבען געוואלט ארעסטירן דעם איידעם אין טאכטער פין זייער געמיינע פירער אין ק''י פאר'ן אטאקארין דעם גארד וכו', אויף וואס ר' משה לייב {וואס איז אויך פיזיש אטאקירט געווארען} האט געבעטן מ'זאל זיי דערווייל גארנישט טוען,
{עס איז אגב, נאכמאל ארויסגעברענגט געווארען די בקשה פין תושבי ק''י פאר די ''וויליזש פירער'' צו גרינדען א אייגענע פאליציי אין נאר אזוי וועט ערמעגליכט ווערן צו פארמיידען אזאנע צידרייטע פרעים, א זאך וואס די וויליזש האלט זיך ציריק, ווייל די זאלי'ס טענ'ן אז זיי וועלן ווער'ן געטשעפט דערפון}

מיר האפען אז מיר זאלען אלע האבען אויסגע'פועל'ט אלעס גיטס, אין מיר זאלען זיך שוין טרעפן מיט אינזערע הייליגע רבי'ס בביאת גוא''צ במהרה.

עס וואלט געווען כדאי צו בארורען די שווערע ארבעט לחץ וכו' וואס די זאלי'ס האבען אנגעדרייט ביי די סטעיט פאלי'ס אין נאך, אז מ'זאל לאזען ארויפארען דעם בועט באביוו וברבו מיט זיינע לעלא'ס, ווי אויך דאס ווידער ברענגן א העליקאפטער פין די הייעך, וואס די פאליציי האט פארשיקט,  ועוד חזון.



תוקן על ידי rebyankel ב- 17/08/2009 21:52:49




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/8/2009 16:19 לינק ישיר 

נאר פאר די וואס ווילען וויסען!

אזוי ווי נאך אלע גרויסע מאורעת בחצרות קדשינו איז יעצט אויך געווען אז גלייך נאכן ענדיגען די דברות קודש פון רבינו שליט"א זענען די פובליק סעיפטי געשטאנען צוהילף פאר די טויזענטער קארס וואס פארן ארויס,

זיי האבען קאנטראליאט די טראפיק אזוי אז ס'זאל נישט דויערן לאנג פון ווען מ'זעצט זיך אריין אין קאר ביז מ'איז אינדרויסען פון שטעטל,

און ווי יעדע טרעפיק קאנטראלער אזוי אויך די KJPS האבען געסטאפט די טרעפיק פון אלע זייטען און ארויסגעלאזט די קארס פון דארט ווי זיי קומען די מערסטע,
און אונזער פאל האט מען אפגעשטעלט די טראפיק פון פארעסט און ארויסגעלאזט די קארס וואס זענען געקומען פון ביהמ"ד דורך העיס (אזוי אויך האבען זיי אהערגעשטעלט א מייסטערהאפטיגע ארבעט ביי סאטמאר העיס וואס דאס איז דא נישט נוגע)

האט זיך געמאכט אז דער קאר וואס די KJPS האט אפגעשטעלט אויף פארעסט איז געווען די אויטא פון ר' ישראל ג"ב און אין דעם אויטא איז געזעצן כ"ק ר' עזריאל גליק,

איך האלט אז ווען די טרעפיק קאנטראלער וואלט געווען א איד ווי למשל א חברים אדער מצילי אש וואלאנטיר אדער ר' משה לייב וויטריאל וואלט ער זיכער דורכגעלאזט ישראל'ן פאר ער שטעלט אפ דעם פארקער, נאר אזוי ווי די טרעפיק קאנטראלער איז געווען א פאלנער גוי און ער ווייסט נישט אז ישראל גיבט ידעס יאר געלט פאר די מוסדות איז אים נישט אנגעגאנגען ווער עס זיצט אין די קאר און אפגעשטעלט,

אבער דא האט זיך געמאכט א שטיקעל פאנטשער...

יוסל וואלדמאן'ס טאכטער האט דאס געזעהן אין געהאלטען אז די פובליק סעיפטי האט דאס דירעקט געטון האט זי אנגעפאנגען צו שרייען אויף די פובליק סעיפטי, און איר מאן איז איר געקומען צוהילף און זיי האבען פיזיש אטאקירט די פובליק סעיפטי, פארשטייט זיך אז איר טאטע ווארט דאך שוין אויף אזא געלעגענהייט א לאנגע צייט איז ער אויך געקומען צו לויפען,

און ווען די פובליק סעיפטי דירעקטאר -ר' משה לייב וויטריאל- איז אנגעקומען האבען זיי אים אויך פיזיש אטאקירט, צובראכען זיין גלעזער און געמאכט בלוטיגע צייכענעס אויף זיין הענט,

ווען די סטעיט פאליס איז אנגעקומען האבען זיי געוואלט ארעסטירען דעם אינגערמאן האט ער זיך אפגערעדט אז ער פילט נישט גוט, האט מען אים אריינגעטראגען אין הצלה גאראדזש פאר באהאנדלונגען,

ביז דערווייל איז פארגעקומען באהאנדלונגען צו מ'זאל אים יא ארעסטירען אדער נישט, צו מ'זאל אויך ארעסטירען יוסל'ן צו נישט,

למעשה ווייס איך נישט וואס ס'איז געווארען ווייל ס'איז געווארען שפעט אין כ'האב מיך געדארפט לייגען כדי צו קענען אויפשטיין לערנען מיין שיעור אין מסכת מכות און די חבורה יסודי התורה,
אבער איך מיין אז ס'איז נישט געווען קיין שום ארעסט, און כ'האב אויך נישט געזעהן אז די רעקארד זאל שרייבען פון אן ארעסט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > כ"ו אב תשס"ט יומא הילולא של מרן רבינו הקדוש זי"ע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext