ניין מענטשן זענען אומגעקומען שבת נאכמיטאג ווען א קליינער פליגער האט זיך צוזאם געשטויסן מיט אן העליקאפטער אין די לופטן העכערן האדסאן ריווער נעבן מאנהעטן, פיר טויטע האט מען שוין געפונען די אנדערע פינף זוכט מען נאך.
אן עראפלאן וואס איז געפארן קיין אוישען סיטי ניו דזשערסי האט אריינגעקראכט מיט זיין פליגעל אין אן העליקאפטער וואס האט געטראגן פינף איטאליענישע טוריסטן און א פילאט, ארון שבת מיטאג צייט זיי זענען דערנאך ביידע אריין געפאלן אין וואסער, אויפן עראפלאן זענען געווען איין פילאט און צוויי מיטרייזענדע.
עדות דערציילען אז דער עראפלאן איז געקומען צופארן פון אינטען און דערלאנגט א זעץ פארן העליקאפטער מיט זיין פליגעל, דער עראפלאן האט זיך גענומען פאלן צום וואסער מיט רויך פון אינטען און איז געדרייעטערהייט אריינגעפאלן, גלייך דערויף איז דער העליקאפטער אוין שטיקלעך זיך גענומען פאלן צו וואסער.
מעיאר בלומבער זאגט אז קיין איינער האט ווארשיינליך נישט איבער געלעבט דעם קראך און עס איז א ריקאווערי מיסיע און נישט א רעטונגס אקציע, זיי האבן אבער געמוזט ענדיגען שבת פארנאכטס ווען מען האט שוין נישט געקענט מער זעהן אינטערן וואסער, זיי האבן צוריק אנגעהויבן זוכן זונטאג פארטאגס, דערווייל האט מען שוין געטראפן פיר פון די ניין, אריינגערעכנט איין קינד.
אן העליקאפטער פילאט זאגט אז ער האט געזעהן דעם עראפלאן קומען אינטערן העליקאפטער און האט גלייך געמאלדן דעם העליקאפטער פילאט אז ער זאל זיך היטן אבער ער האט נישט באקומען קיין ענטפער, אין יענעם געגנט איז נישט דא קיין פלוהן ליניעס נאר אלעס גייט מיטן זעהן און יעדער ברויך זעהן וואס עס טוט זיך ארום אים און אויסמייטן אנדערע עירקרעפט.
תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 10/08/2009 1:50:39