צו די ערשטע שאלה פון געווארט, אויב A TIME קען מאכן געלט דערפון איז דער ענטפער: יא.
דער גאנצער שיף און אירע הוצאות ווערן אויסגעצאלט דורך א פריוואטער יחיד וואס וויל אז A TIME זאל מאכן געלט און אויך אז מענטשן זאלן צו דער זייט הנאה האבן.
אלזא, יעדער טיקעט וואס ווערט פארקויפט איז דאס ריין ריוח פאר A TIME.
מישמאש, דיינע הבלים שרייען עד לב השמים.
ווי לאזט דער וועד הרבנים פון "כולל שומרי החומות" מאכן א דינער ווען מ'ברענגט סתם אן די צייט, מ'הערט דרשות, זינגען און גראמען, סתם ביטול תורה. ווי לאזן זיי דאס צו?
דער אווענט איז א פשוטער דינער פאר A TIME (אזוי אויך א הכרת הטוב פאר זייערע וואלאנטירן) און בכדאי צו קענען בעטן א גרעסערער סכום ווי געווענליך ביי א דינער, שטעלט מען דאס צו רייך אויף א לוקסוזיער שיף, און חוץ די דרשות וועט מען בעיקר הערן דארט די היינטיגע גרעסטע אידישע זינגער'ס ווי אברהם פריעד, חזן העלפגאט, שלמי גערטנער און פינקי וועבער.
אלזא מישמאש, וואספארא "פאברענג"? און פון וואספארא "חורבן" רעדסטו דא?
|
|