בית פורומים כל העולם כולו

מעג מען ליינען פארמעגליך'ס ארטיקעל?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/8/2009 05:18 לינק ישיר 
מעג מען ליינען פארמעגליך'ס ארטיקעל?

נאכ'ן ליינען וויניגער ווי א פערטעל פון די ארטיקעל וואס ווערט געשריבען אויף א אנדער פורום בין איך געקומען צו די פראגע "צו מעג מען דאס ליינען???"

געמיינט האב איך אז איך גיי ליינען פאקטן בנוגע די סאטמארע מחלוקה וואס זענען לכאורה פאבריצירט געווארען אדער באפיצט געווארען לויטען געשמאק פונעם שרייבער (פונעם משלח פונעם שרייבער...) דערווייל טרעף איך מיך ליינען אן ארטיקעל וואס פשוט און פראסט מאכט חוזק פון רבינו שליט"א!! און אלע פריערדיגע שרייבערס און העצערס קענען זיך פארשטעקען פון דעם שרייבער.

אפגערעדט פון דעם אז כמעט יעדעס ווארט איז שקר ניטאמאל קרוב להיות אמת! (ווי למשל, ווי ער ברענגט אראפ אז די רבי איז קיין מתמיד קיינמאל נישט געווען....) אבער צו שרייבען אזעלכע זאכען אויף א גדול הדור, א צדיק אמת, דער פוסק אחרון בדורינו, א גאון, א קדוש, א בנן של קדושים וואלט מען זיך געדארפט קריעה רייסען!!!

און נישט נאר אויף רבינו הגה"ק שליט"א האט ער די העזה צו שרייבען נאר כדי משפיל צו זיין רבינו שליט"א מאכט ער ליצנות מיט זיין מיאוס'ן פעדער פון דאס גאנצע מהות פון חסידות אלעס כדי נידריג צו מאכען רבינו שליט"א און ער שטעלט זיך נישט אפ פאר גארנישט...

ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען אזא איינעם אויסגעשפיגען פון כלל ישראל!!!

און וואס ס'וואונדערט מיך איז אז ליינענדיג דא אויף דעים פורום זעה איך ווי דער עולם דא איז היבש באקאנט מיט זיין ארטיקעל, הגם רעדענדיג צו אידען אויפן גאס וואס איך ווייס אז זיי ליינען הייד פארק האב איך זיי געפרעגט אויף די ארטיקעל, און כמעט יעדער האט מיר געענטפערט אז "איך ליין עס נישט" און רוב האבען צוגעלייגט אז "מ'טאר דאס נישט ליינען" אבער  אפאר גולשים דא אויפן פארק זעה איך האלטען יא מיט מיט יעדעס ווארט וואס ער שרייבט,

איז מיין קשיא, נישט פאר די זאליס... עטץ האטס נישט קיין פראבלעם מיט גארנישט... אבער א איד וואס האט נאר א טראפקעלע יר"ש און ספעציעל איינער וואס רופט זיך א תלמוד אדער חסיד פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

מעג מען דאס ליינען???



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2009 01:13 לינק ישיר 

מה טובו, וואס איך קום דיר זאגן איז אז אויב דו האסט געוואלט מסביר זיין פארוואס מען זאל נישט טארן ליינען פארמעגליכ'ס ארטיקל האסטו נאר זיכער געמאכט אז נאך א שיינע פאר אידן זאלן עס ליינען און אז פארמעגליך ווערט א נומבער מיט וועמען זיך צו רעכענען. (איך קען עס נישט גלייבן: האסטו אמת'דיג געמיינט אז דו גייסט מיט דעם אשכול איבערצייגן איינעם נישט צו ליינען פארמעגליכ'ס ארטיקלען?)

נישט אז ס'באדערט מיך וואס פארמעגליך שרייבט, און ס'באדערט מיך אויך נישט וואס מען ענטפערט אים אפ. היידפארק איז א פלאץ וואו מען קומט זיך אויסלופטערן אביסל נאך א שווערן טאג ארבעט. ווער עס נעמט עפעס פערסאנעל דא באלאנגט נישט דא.

וואס יא? איך לאך נאר פון דיר און פון 'דיין' געדאנקען גאנג, וואס ווערט געזען סיי דא און סיי אין דיינע אנדערע אשכולות, ווי למשל די אשכול איבער די בלעקאוט אין קרית יואל. (און ס'באדערט מיך אויך נישט אז דער ווילידזש ווערט פארשווארצט ווייל איך וואוין אינגאנצן נישט אין קרית יואל. איך לאך נאר פון דיין געדאנקען גאנג אז א בלעקאוט אין קרית יואל דעזערווט א באזונדערן אשכול אויף היידפארק.)

מיט דיין אשכול דא האסטו מיך דערמאנט די באוואוסטע לאזונג: די אייער איז דארט קיינער זאל נישט ווארפן. דער חילוק איז נאר אז דער וואס האט דאס געזאגט ביי די אייער האט לכתחלה געוואלט אז מענטשן זאלן יא ווארפן אייער. משא"כ דו מיט דיין אשכול האסטו נאאיווערהייט געוואלט 'איבערצייגן' מענטשן נישט צו ווארפן קיין אייער. האב איך סארקאסטיש ארויסגעברענגט די לעכערליכקייט דערפון.

און פונקט ווי איך האב שוין געזאגט איז פארמעגליך פונקט אזא שוטה פאר'ן פארשווענדן אזויפיל צייט און עפארט אנצופירקלען זייטן אויף היידפארק ווען ער באקומט נישט גארנישט גארנישט דערפון. (איך קען פארט נישט גלייבן אז ס'זאל זיין עמיצער וואס זאל גרייט זיין צו צאלן געלט פאר אזעלכע שטותים.)

תוקן על ידי ziskeit ב- 11/08/2009 1:12:57




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2009 00:12 לינק ישיר 

זיסקייט כ'האב שוין אפאר מאל באמערקט ווי די האסט אזעלכע קרומע געדאנקען אז ס'איז א פחד!
פשוט די זעהסט אנדערש ווי ס'שטייט! און די פארשטייסט אנדערש ווי א יעדער בר דעת פארשטייט!

איך מיין ח"ו נישט דיך פערסאנעל, און ריעל לייף ביסטו בכלל נישט אזא מענטש לכאורה, אבער דא אויפ'ן פורום איז עס שרעקליך בולט,

פארוואס ווען איינער פארציילט א נייעס אז און ק"י איז געווען א בלעק אוט פארשטייסטו אז ער וויל מיט דעים פארשווארצען דעם ווילעדזש???
(דעיס איז נאר א משל און איך האב נישט קיין צייט פאר נאך, כ'דארף ערלעדיגען די גרויסע פראבלעמען... {נישט אויף הייד פארק...})

און ווען איינער פרעגט צו מ'מעג ליינען פארמעגליך'ס ארטיקלען פארשטייסטו אז ער וויל מיט דעים זאגען אז מ'זאל עס ליינען?!?!

אתמהה!!!!


יעדער וואס האט נאר געעפענט אפילו נאר די פורום ווייסט אז ס'איז דא נאך א פורום און דארט איז דא א שרייבער וואס רופט זיך פארמעגליך און ער שרייבט מיאוס...

סאו וואס קומסטו מיר יעצט מיט די אייער אויף די אנדערע זייט גאס?!?!?!

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 11/08/2009 0:18:18




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2009 00:05 לינק ישיר 

איך האב שוין געהאט געזאגט אז ס'נישטא גארנישט וואס זיך צי דערשרעקן פון יענעם ארטיקל, זערא, זילטש, נאדא, עס האט קיין שום השפעה אויף קיין שום מענטש, די איין איינציגע זאך וואס עס טוט איז אז אויף לשעה האבן די זאליס א דראג וואס מאכט זיי היי, און קענען זיך אינטערהאלטן, גארנישט מער, ס'נישט ווערט קיין איין סקונדע צו אפענטפערן יענעם ארטיקל, עכ"פ צי צוריקענטפערן נעגאטיוו אויף יחודים איז נישט אידישליך און ס'ארויסגעווארפענע צייט און האט קיין שום תכלית.

אגב דער ארטיקל פונעם בעקער ווייזט אויף קלאר אז מהרז"ל מיט זיינע בני יואל שותפים זענען פונעם ערשטן מינוט געווען אויסן צו איינעמען "אלעס", און ס'האט א שטארקע לאגישע סברה, ווייל וואו מ'זעהט פון יענעם ארטיקל איז אז די זאליס האלטן אז דער סאטמערער רבי איז דער ערגסטער נברא בעולם, דער גרעסטער שוטה דער גרעסטע רשע וכו וכו. און נישט פון לעצטנס, נאר פון דער טאג וואס ער איז געבוירן, אזוי ווייט אז דער רבי ז"ל בעל דבר"י בליל התקדש חג האט נישט געהאט קיין בעסערע דאגות אין קאפ נאר פירן פאליטיק מיט א יונג בחור'ל, א פרישער חתן און איהם מבייש זיין,  א קראנקהייט שוואנצונעס און א בזיון נורא צו זאגן אויפן רביה"ק זצ"ל, זיי מאכן דעם רבי'ן פאר א פראסטער משה גבאי, ולא עוד דער האלבער ויואל משה מיינט גאר ר' אהרן, די שלש סעודות תורות מיינט אויך ר' אהרן, בקיצור די גאנצע היסטאריע פון סאטמאר דרייט זיך ארום ר' אהרן, איך זעה נישט קיין בעסער ווארט אויף דעם ווי ל"ע. לפי זה אויב דער סאטמארער רבי איז טאקע אזא געפערליכער יונג איז דאך א פשטות אז דער מענטש, נישט נאר וואס ער טאר נישט פירן גאנץ סאטמאר, פארוואס זאל ער דען מעגן פירן אפי' א חלק פון סאטמאר? פארוואס יא? איינער וואס שלאגט, שרייט, גרעבטס, פארצט, האט "פיינט" דעם רבי'ן מעודו, ער דארף א ברעט אויף זיין טיש, פארוואס זאל ער אפי' מעגן זיך דרייען פראנק אין פריי אן א בענדל אויפן האלדז? ממילא אויב מ'האט די גלעגנהייט פון אזא מענטש צו אוועק נעמען אלעס איז דאך ממש א פארברעך עס נישט צו טאן. ממילא פאר די אלע וואס פרעגן היתכן ר' אהרן וויל אלעס, דער תירוץ איז אייזן פעסט; ווייל אויב דער שונא ארבעט אויך צו איינעמען אלעס האט מען פשוט נישט קיין ברירה און מ'מוז צוריקאפענטפערן אויפן זעלבן קאליבאר, נאר אזוי האט מען א שאנס צו בלייבן מיט עכ"פ האלב.

די פלא איז נאר וואס איך האב באמערקט אז ביי די זאליס ביזן העכסטן עשאלאן אייסערעט מען זיך איבער די שטותים, ערנסטע אידן זיצן נעבעך און הינגערן בכליון עניים נאך די הבלים פון יענעם בעקער, נעבעך נעבעך עד היכן יגענו, וויזוי האט נאר דער בלומענפעלד געזאגט וילכו אחר ההבל ויהבלו, נארמאלע ערענסטע זאליס זענען עדיקטעד צו די שטותים, דאס ווייזט זייער אסאך ווי יענער לאגער איז נעבעך אנגעקומען, ס'א ווייטאג...



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 11/08/2009 0:19:11




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2009 23:36 לינק ישיר 

די אייער זענען אויף די אנדערע גאס. קיינער זאל נישט ווארפן...

פארמעגליכ'ס ארטיקל איז אויפ'ן פארום אחים אנחנו. קיינער זאל עס נישט ליינען...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2009 23:12 לינק ישיר 

Ziskeit כתב:

ואחרון אחרון חביב, די וואס עפענען אן אשכול צי מען מעג ליינען יענעם און יענעם אשכול זענען די גרעסטע שוטים, ווייל אויב ווילן זיי יענעם קליין מאכן טוען זיי אים נאר גרעסער מאכן דורך אים געבן די אטענשאן פאר וועלכע ער שטרעבט.


דאס גראדע אגרי איך מיט דיר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/8/2009 23:08 לינק ישיר 

זיסקייט, מיט דיינע "גרעסערע פראבלעמען" אויסדריק דעמאנסטו מיר וואס א בדחן האט אמאל געזאגט אויף א געוויסער אינגערמאן אז יענער האט געמאכט אזא סדר ביי זיך אין שטוב אז ער נעמט קעיר פון די גרויסע פראבלעמען און דאס ווייב זיינער גיט ער צו ערלעדיגען די קלענערע פראבלעמען.

דהיינו, ער נעמט קעיר פון די גרויסע פראלעמען א שטייגער ווי די מלחמה אין איראק, די נאצינאלע העלט קעיר סיסטעם, די שלום אין מיטל מזרח וכדומה. פאר דאס ווייב זיינע גיט ער די קליינע פראבלעמען א שטייגער ווי די עלעקטעריק און געז בילס, די רענט באצאלן, שכר לימוד אא"וו.

דא אויף הייד פארק איז נישט דער פראבלעם די פרנסה, אקענאמיע, רענט און ביללס, דא פירט מען די "גרויסע" פראבלעמען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2009 22:46 לינק ישיר 

זיסקייט זיסער

קום נישט אן מיט גרעסערע פראבלעמען!!!
מ'רעדט נישט יעצט פון די גרעסערע פראבלעמען!!
ס'איז דא גענוג פלאץ אויף הייד פארק ווי מ'קען רעדן פון די גרעסערע פראבלעמען!!

אבער דא רעדט מען פון א פיצי פיצי פראבלעם (אויב סקען אפילו אנגערופען ווערן פראבלעם) פון ליינען אן ארטיקעל וואס שרייבט ווערטער וואס מ'טאר נישט ליינען, איך גלייב נישט אז אפילו "דער אלגעמיינער" וואלט אזאנס אריינגעלאזט.

אדרבא ס'איז דאך שוין דא היינט א "השגחה" אויף ליין מאטרעאל, וואס געט שוין היינט א השגחה אפילו אויף "דער שטערן" און "דער שפאקטיוו" לאמער זיי אנפרעגן אויב דאס באקומט זייער השגחה???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2009 22:36 לינק ישיר 

שוטים משוטים.

יא, איר זענט אלע שוטים.

די וואס שרייבן און די וואס ליינען.

די וואס שרייבן זענען אדער אזעלכע גרויסע ליידיגגייערס וועלכע האבן צופיל צייט אין טאג אדער באקומען זיי באצאלט גרויסע געלטער, ווייל אנדערש מאכט נישט קיין סענס אנצופילן אזויפיל צענדליגער זייטן מיט פטפוטי דברים.

און די וואס ליינען און נעמען עס אזוי צום הארצן זענען שוטים. אייער עקאנאמישער מצב וועט נישט ווערן בעסער אדער ערגער צוליב איין נארישן ארטיקל אויף היידפארק. עס איז דא גרעסערע פראבלעמען אויף די וועלט און אין אונזערע היימישע געגנטער בפרט, ווי די אלע פארטייאישע דיפערענצן.

ואחרון אחרון חביב, די וואס עפענען אן אשכול צי מען מעג ליינען יענעם און יענעם אשכול זענען די גרעסטע שוטים, ווייל אויב ווילן זיי יענעם קליין מאכן טוען זיי אים נאר גרעסער מאכן דורך אים געבן די אטענשאן פאר וועלכע ער שטרעבט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2009 22:26 לינק ישיר 
פארוואס האט מען אים געדינגען???

די פשוטע סיבה לפענ''ד פארוואס די דערביטערטע האבען אפגעמאכט צו דינגען פארמעגליך צו שרייבען די אויסגעארבייטע שקרים, איז: צו פראבירן אפציווישען די דערביטערקייט אין זייערע אייגענע רייען:
ווייל נאך אלעם איז אין די גאנצע וועלט באקאנט, די היסטאריע וויאזוי רז''ל האט זיך אריינגעצווינגען אין די רבני'שע טיטל'ן, וואס פאר א שמיציגע אקטן אכזריות'דיגע אין רשעות'דיגע מעשים זענען געניצט געווארען ער  זאל ניצן דעם טיטל וואס ער ניצט (למעשה, ווער ניצט עס חוץ די זאלי'ס???), אין דאס ווילן זיי אפווישען,

זיי קוקען היסטאריע זעהן זיי נישט כמעט קיין איינער פין זייערע מענטשן זאלען האבען געבויט אדער געטוהן סיי וועלכע עסקנות אין סאטמאר, זייט רביה''ק ז''ל בד''י איז נסתלק געווארען, (ביז דעמאלטס קען מען זיך אויך דינגען, נאך כ'וויל נישט אריינגיין אין די נושא) אייביג באגעגנט מען  זיך נאכמאל מיט די שמיציגע נעמען, פין די...... סאטמערע נדבנים אין עסקנים, אפי' ווען מ'קומט אין ראדני דאווענען (ווייל מ'גייט אפטוהן...) גיבט מען זיך א דריי אויס אין מ'קוקוט אויפן בלעכל וועמנ'ס  זיץ עס איז, אדער איז עס אראפגעבראכען אדער אנגעקאטשקעט מיט פוי ימ''ש, אין טאמער דער  בעל הזיץ האט נישט די זכי' זעהט מען די נאמען פין.........א סאטמערע איד וואס פלעגט דארט דאווענען, (איינס פין די סיבות פארוואס מ'האט געטוישט רוב בענק פין ראדני),

אין צילוב דעם האט מען געדינגן דעם שר השקרן, אין ער זאל טוישען מציאות אין פאקטן, מיט א ציענדע שפראך שילדערט זיינע געבעקסן, ער האט אבער פארזעהן די באקאנטע מימרא אז כל מילתא דעבידי לגלי' וכו',וואס ווי באקאנט גייט ביי זיי נישט אן, אבער מיט טויזענטער עדות  (לאוו דווקא פין סאטמאר) קען זיך דער גרעסטער שקרן נישט קרוגען.

למעשה וואס איז געבליבן, א גרויס חלק פין די זאלי'ס האלטן דאס נעבעך ווי עשרת הדברות, מ'חזרט עס אויפן לשון, אפי' מענטשן פין זייערע רייען וואס ווייסען קלאר די אמת, חזר'ן עס אויך איין, מ'פרינט עס אויף ווי גרעסערע פאנדס אין מ'לויפט ארום ס'האלט שוין ביי 200 /300 זייטן, וכו',  זיי זענען בלינד ווי ביליג אין נעריש זיי זענען מיטן רעדן פין א אימאינדעפצירטע היידפארק שרייבער מיט אזא דורשט, אזש די פני יודן ביי זיי האלטן עס אין טאש....... נעבעך......

אבער אין די וועלט, ''אלעס בלייבט ביים אלטן'' די הינט בילט אין די באן פארט (לשונו של זאלי כ''א כסליו, אריזאנע פלאזא),
ער האט די זעלבע צורה ווי תש''ס, ווען יעדער האט געוויסט וואס אינזער הייליגע רבי ז''ל וויל אין ווייסט עס נאך עד היום הזה,
יעדער ווייסט נאך זיין גרויס גאונות, טאקע אויך פין זיינע יארען אלץ מגי''ש אין ישיבה לצעירים,
יעדער זעהט זיינע מדות,
וכו' וכו'
אין מ'קען נישט ''דריקען אין טוישען קיין מוחות''.......

וואס יא, ער באקרוינט זיך אליין מיט דעם טיטול שקרן מיט אלע מפרשים, אין נאכדעם ווען ער וויל מאכען א בילבול קעגן דעם בית השחיטה המהודרת בעקפייערט עס אויף אלע פראנטן....

המ' ינחם.....

תוקן על ידי rebyankel ב- 10/08/2009 23:04:24




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/8/2009 22:14 לינק ישיר 

אבער און געהעריגע פאנטס פליס,
איך קען נישט ליינען דיינע פאנטס...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/8/2009 22:04 לינק ישיר 

פארשטיי, דער הסבר פאר זיך איז זעלבסט א גאר געלונגענער ארטיקל. און איך ערווארט פון דיר נאך.






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2009 21:32 לינק ישיר 

אזוי איך לייען עס יא, און איך ענפער אים אפי' אויף וואס ער שרייבט, וואלט איך געוואלט מסביר זיין פארוואס איך טוה דאס:

אזוי ווי אין די לעצטע שטיק צייט האבן זאכן זיך אנגעהויבן רירן אויף אן אנדערן ריכטונג ווי דער בן השלישי איז געווארן פארגעשריבן פון בן פראדל, מ'זיצט שוין ווידער אין סוואן לעיק מיט די פיס ארויף אבער מ'איז וואכזאם צום רעאליטעט אז די וועלט שלאפט נישט, די וועלט איז נישט משוגע צו זינגן קדוש פאר א שיפעלע זיבעלע מיט ווייסע זאקן, מ'ווערט בכלל נישט אנציקט פון די לאנגע בארד און שלאנקע פיאות אדער פון די געבויגענע ריקודין מיט די ווייסע בעקעטשע, ניטאמאל פון דעם פאקט אז ער באזיצט בגניבה דעם טאטן'ס הויז וואו די לעקטער איז אפען צו בעדפארד עוו. ביזן עלות השחר... דאס אלעס ברענגט נאך נישט אז "די וועלט זאל איינזען" אז "ער" איז דער סאטמאר רב, און דער גרויסער ברודער איז א פארגאנגנהייט, האט מען זיך אנגעהויבן כאפן ביים קאפ, אוי, ס'איז צרות...

די קאנצענטראציע פון די אנגעזעצטקייט האט העליש אויפגעפלאקערט זינט אונזער קאלאגע הער סופערעמסי האט געשריבען זיינע ארטיקלען וואו ער דעקט אויף דעם פאלשן שלייער פון די הייליגע "סעלף-היומען-העיטעד-פיעפל" אונטער דעם איצטלא פון "רבי'ן ז"ל"...

- נאכגעפאלגט, זינט דער בלאט (אין די פסח אויסגאבע) האט געשילדערט א לענגערן ארטיקעל "וואס דריקט שוין 10 יאר אויף די מוחות".

- ווייטער, זעענדיג דעם פאקט אז קהל יטב לב האט געראטעוועט דעם בית החיים פון די הענט פון די זאליבאנער.

- צו דעם איז צוגעקומען אז צוליב די ענגע עגאאיסטישע אינטערעסן פונעם בן השלישי וועלכער האט געפאדערט "מחילה", האט דער לאנגיעריגער משמש ר' שלמה ווערצבערגער הי''ו געשלאגען כפרות מיט די גאנצע זאלי באנדע, און דעפעקטירט צו קהל יטב לב, מיטברעגנדיג מיט זיך נכסי מלוג דעם בית החיים אין ניו זשערסי.

- מ'קוקט זיך ארום אויף דעם "אימעזש" ארום די וועלט, אלע גרויסע קהילות ווי, גור, בעלזא, סקווירא, און נאך, האבן איינגעפירט ביי זיך אין די קהלה די "חתונה תקנות" וואס איז נתקן געווארען דורך כ''ק אדמו''ר שליט''א.

- דא שטייט מען נאך א שרעקליכן דורכפאל, ווען ריכטערין קארלין דעמעראסט האט געצווינגען די זאלי'ס אין בארא פארק אז זיי מוזן זיך שטעלן צו - - - דעם שרעקליכן ווארט - - - דין תורה!!! אוי, א בראך אויף זיי, דער חלום פון פארכאפען די נכסי הקהלה אין ב''פ איז צינישט געווארן.

- אינצווישן קומט ארויס א בריוו פון די גרעסטע בתי דינים בכתב ידם פון די סאמע העכסטע גדולי ישראל בארצינו הק', וואו הגאון הגדול דער שבט הלוי שליט''א, כ''ק מרן גאב''ד ירושלים שליט''א און נאך, אז די זאלי'ס מוזן זאפארט ארויסגיין פון בג''ץ, דער סאמע בן השלישי ונועם המדות איז א "אח הוא לאיש משחית", - א טיטול וואס זיי וואלטן געצאלט טבין ותקילין דאס צו שמירן אויף זיין אח הגדול ממנו בחכמה ובתורה וביראת חטא.

- בנתיים שפילט זיך אפ דער געלונגענער "מיידלעך שטערן קאנצערט", וואו אלע רבנים און קהילות איבער גרעיטער ניו יארק, האבן אויסגערופן מיט א פאראייניגטע שטימע צו ר' זלמניו מיט די גאנצע לישקע באנדע, ''אין לנו חלק ונחלה עמכם''!!!

- דא הערט מען א שמועה רחוקה אז אט אט ווערט שוין פארווירקליכט די "שחיטה פון גסות" וואס רבינו שליט''א האט אראפגעשטעלט אין די שטאט טעקסאס, און ס'מאכט שוין אויף אירע טירן באלד נאכן זימער.

אפגעזען פונעם פאקט אז ביי די עמלקים / משכילים / נעאלאגן / מהרסים / מחריבים / מחוצפים / עזי-פנים / קאנטאניסטן / פראנקיסטן / נעא-נאציס / ציונים / פרעמדע / קלויזנבורג / סאשע / עברית / עפרא לפומי'ה / וויינבערגער פרשה / דף היומי / בן סורר ומורה א.א.וו. המכונים "אהרונים" (ברוך שם כבוד מלכותו...) הערשט א צופרידנהייט, מ'לערנט א מסכתא נאך א מסכתא, מ'האלט שוין ביי די זיבעטע מסכתא לאורך ימים ושנים, מ'האט א שבת א יו"ט, מ'איז ארויפגעקוקט ביי גדולי ישראל און רבנים בכל חצרות הקודש היראים לדבר ה', און אלעס גייט אן אן דעם "פילאט" פראדלזאהן.

מ'קוקט זיך ארום דעם פאקט אז העכער צוואנציג טויזנט ילדי תשב"ר ובחורי הישיבות ווערן נתחנך אין די מוסדות איבער גרעיטער ניו יארק, וועלכע ווייסן ניטאמאל פון דעם מן-הארץ הגדול און זיינע איידעלע מדות, זיי ווייסן נישט פון קיין סכמותא עליונה, קיין רצון צדיק, זיי האבן קיין אהבה מסותרת, זיי פאלגן נישט קיין "הנהגת התורה" נאר די תורה הק' זעלבסט, זיי זענען נישט געבינדן צו קיין "תהליכי הקהלה" נאר צו תהליכי התורה הק', זיי קימערן זיך נישט מיט אזעלכע נארישע לאזונגען ווי "לישקע'ס הבד"ץ", און "נקודה הפנימיות". אלעס פארט אויפן בעסטן און שענסטן פארנעם, גענוי אזוי ווי יעדער חסיד בארבע פינות העולם וואלט זיך געווינטשן אז "זיין רבי" און "זיין חסידות" זאלן אויסזען.

די אלע זאכן האט אריין געווארפען די זאליבאנער אין ערנסטע פאניק.

די דעמאלאריזאציע וואס הערשט און די זאלי פארטיי, האט זיך פארשטארקעט אויף גאר א גרויסן פארנעם, די ערענסטע זאליס האבן אנגעהויבען אראפשיילן דעם שאלאכץ וואס בן פראדעל האט ארויפגעקלעבט אויף זיייערע מוחות, אז:

- מ'גייט געווינען...

- מ'האט געווינען...

- אלעס בלייבט ביים אלטן...

- די בלאט גייט אונטער...

- דער ווילידש און קרית יואל גייט אריבער צו אים (ער האט דאס לאנג געחלומט זייט ר' לייביש איז א נפטר געווארן)...

- מ'גייט געווינען בארא פארק...

* מ'האט דעם בית החיים...

- ר' חיים דוד ווערט צוריק דיין...

- הגריח"מ פריעדמאן ווערט ירושלימ'ער רב...

- ר' זלמניו ווערט נשיא פון התאחדות, רב טוב, קרן הצלה, עדה החרדית, וכו' וכו'...

מ'האט זיך אנגעהויבן צו כאפען ביים קאפ, ''אוי, ס'איז צרות'', וואו שטייט מען אויף די וועלט?

פון די צווייטע זייט, אין דעסטראקציע איז גראדע געווען א סוקסעס ראטע, "דער איד" האט רעגלמעסיג אראפגעריסן דעם גרויסן "עמלק" פון דור, ווי זיי גלייכן צו בא'טיטול'ן כ''ק רבינו שליט''א, מען האט געהעצט, געשריגען, זיך געגעסן דאס געזונט, געשאלטן יענעם און זיך, יא! און די זאליס האבן געמיינט אז יא! זיי האבן עס!

אבער ווען מ'האט זיך געכאפט ביים קאפ אז אויפן פאזעטיוון פעלד מוז מען אויך עפעס אויף טאן, דא! איז געשען דער בראך! אויפן געביט פון פאזעטיווקייט שטייט מען נאך אזוי מען איז געשטאנען ח''י סיון תשנ''ט, ווען די "למה נגרע" געשריי איז ענדליך דערהערט געווארען! און אחוץ שרייבן אן ארטיקל אין "איד" העשירי יהי' קודש, טרעפט מען זיך ביי איה הקדשה...

א ערנסטע דעפערעסיע האט צוביסלעך גענומען אריינדרינגען אינערהאלב די זאלי פארטיי, די פארווארפן זענען געווארן דארט א אנגעזעענער גאסט, דער שרייט אויף דעם און יענער שרייט צוריק, 'יאקאבאוויטש' אויף 'לעפקאוויטש' און 'שטויבער' אויף 'וואלדמאן', דרינגענדע שריט האט געמוזט אקטיוויזירט ווערן צו ראטעווען דעם מאראל און די פארטיי, עס זאל נישט אינגאנצן פארפאלן גיין.

אנשטאט זיך נעמען ארבייטן און אריינלייגן כוחות אויף פאזעטיווקייט, זיך בויען, ווי א סאך ערנסטע זאלי'ס האבן געפאדערט, האט מען זיך גענומען פארשטארקן דער נעגאטיוון פראנט אויף גאר א שטארקן פארנעם, פארוואס?

ווייל: "נועם המדות"!

די קנאה ברענט שוין יארן אין הארצן פונעם בנו השלישי, ביי אים און ביי די רביצין, ביסטריץ מיט סיגוט האבן זיך נישט געפארט, מ'קוקט מיט וויסטע שנאה ווי דער ברודער פון קרית יואל וואקסט א גדול בישראל, זיין רביצין אין בארימט אלס אשת חיל און בעלת חסד, פאר חסידים און שונאים צוגלייך, און דא זיצט מען אין בארא פארק, מ'האט שוין פארמאכט די סיגוט'ער ישיבה וואס מ'האט באקומען בשנת תשמ"ב, מ'האט שוין מספיד געווען ביי לוי'ס און געשמייכלט ביי ניחום אבלים'ס פון די מגולחים, מ'איז שוין געפלויגן קיין ארץ ישראל איבערצונעמען די ארטיגע רביסטעווע, מ'איז שוין גאנצע צען יאר צוריק אין ברוקלין, און וואו האלט מען? ביי "נעילת החג טיש"!

דא קומט צו די ראלע פון בן פראדל (וואס א לענגערע אפהאנדלונג איבער אלע שטריכן פון דעם קראנקהאפטיגן פארשוין איז אונטערוועגנס), מ'טוט אלעס אויף זיין ראט, און ער קען בלויז נעגאטיוו! ער פארשטייט אינגאנצן נישט צו קיין פאזעטיווקייט, מען קען נישט טרעפן אין זיין רעקארד א שריט וואס ער האט געטאן, און ס'האט עמיצען נישט וויי געטאן! (אחוץ ווערן אראפגעקלאפט ביי אייזיק לעפקאוויטש...), און ער איז היינט דער "קאמאנדיר אין טשיף!" פון די גאנצע זאלי פארטיי, על פיו יצאו ועל פיו יבואו, שמעקט זיי יא אדער נישט.

אלזא, מען זוכט אפיר א רענדער מיט א גוט פיסקל, א צינישער קאלטער לץ, מיט א אנגעגעסענע האס קעגען רבינו שליט''א, און מ'האט גאנץ שנעל געטראפען א בר נש מיט די  דאזיגע טאלאנטן, "הרב" נפתלי בלומענפעלד"!

מ'האט אים אויפגעשטעלט פאר די קווינסער בוי'עס, און ער האט געהאלטען א מייסטערהאפטע רעדע, ער האט פרובירט אריינצובאכענען פאר די יונגע אומגעצייטיגטע מוחות, א תורות לאקשן פון עפעס א "נקודה הפנימית" פון רבי'ן ז''ל... די סך הכל פון די דרשה איז געווען, אז די נקודה פון רבי'ן ז''ל איז פיינט האבן, שעלטן, זידלען, שרייען, אויף יענעם, ובעיקר אויף ר' אהרן די קליפה פון היינטיגן דור וואס ער איז שולט אויף אונזערע מוחות, און קומען און ראדני דאווענען, אז די אהרוינים זאלן שעלטן, דאס איז בקיצור דעם סך הכל פון זיין דרשה.

איבריג צו זאגן אז כלל ישראל האט געוויינט פאר געלעכטער, פון די וואנדערבארע דרשה. (אגב, מ'האפט אויף נאך, אולי...)

זעענדיג אז דאס אלעס ברענגט נישט קיין פירות, די דרשות איז געווען פיל מער "שטאף" פאר די אהרונים ווי ווירקזאם פאר די זאליבאנער, האבן בן פראדל מיט הקדוש רבי זלמניו באשלאסן צו באקעמפן דעם "עמלק" פון דור דורך אן אנדערן מיטל.

איז יא! איר האט געטראפן! פארמעגליך!

מ'האט געדינגען דעם הער פארמעגליך, און ארויפגעלייגט אויף אים צוויי אויפגאבעס.

1. צו פעלשען די היסטאריע פון סאטמאר די לעצטע 30 יאר.

בויען פאלשע יסודות, דערנאך שרייבען די פאקטן, און  אויסשניצן די פאקטן, אזוי אז עס זאל שטימען מיט די פאלשע יסודות, אזוי ארום וועלן די זאלי'ס אביסעל אויפלעבן, אז זיי וועלן זיך ''פרייען'' אז זיי וועלן האלטן אז זיי האבן די זכי'ה צו זיין זאליבאנער, ווייל די באמבאסטישע פאקטן וואס הער פארמעגליך דעקט אויף, צייגן דאך קלאר אז רבינו שליט''א טאר נישט זיין קיין מנהיג ישראל, די הנהגה איז שוין רעזעווירט פאר ר' זלמניו, יא! נאך פון די צייטן פון ישמח משה זי''ע! דעריבער זענען זיי די עכטע סאטמארער, און די חסידים פון רבינו שליט''א זענען נישט מער און נישט ווייניגער ווי "ספלעשי" און ''ליבאוויטשער'', (זיי האבן אפי' ''עכטע'' בילדער פון רבינו שליט''א מיט א קנייטש-הוט, און פאכעט מיט די האנט אזוי דער לעצטער ליבאוויטשער פירער, נעבעך).

מ'לייגט א וויץ, א פערסענאלעטי, א פאקט, און היידא, דאס איז דאך ממש ער, איי, נאך א מזל מיר האבן אים אויפגעטוישט מיטן אחיו הצעיר.

2. דאס איז שוין פאר בן פראדעל פערזענליך: מחדש זיין שמיץ מיט ליצנות און לגיונות אויף  רבינו שליט''א.

דאס איז צו צייגן פאר רבינו שליט''א, אז ווען בן פראדל ווייזט מיטן לאנגן פינגער! דארף מען מורא האבן! ווען בן פראדעל שרייט ווי א ציגיינער "איך וועל דיך מאכען פאר רויזעלע" דארף מען מורא האבן און זיך לאזן...! דאס איז זיין פערזענליכע נקמה אין רבינו שליט''א, וואס איז לויט זיין קרומען קאפ דער  גורם אז זיינע לאנג יעריגע חלומות, איז צובלאזן געווארן ווי א זייפן בלאז.

דער ציל דארף אויך דינען ריינצואוואשן בן פראדל'ן! אז די גאנצע זאלי סומטאכע וואס בוזשעוועט אין די אידישע וועלט די לעצטע 10 יאר! האט גארנישט צו טאן מיט אים, ער איז א וואויל קינד, ער רעדט נישט קיין לשון הרע! זיצט און לערנט! מאכט מפתחות אויף דברי יואל, ממש א "עבד לעבדי ה'", דאס איז דער רבי דער ברך משה ח''ו, אדער גאר נאטורליך אז דער "פוטש" איז נישט געלונגען, פיין און וואויל, דער עיקר נישט מיט בן פראדל!

אונזער בן פראדעל האט א מנהג, אז יעדע זאך וואס ער טיט אין עניני הכלל, זאל ער פריוואט אויך בענעפעטירן, צו דעם האט ער א לאנג יעריגן שותף לדבר מצוה מיטן נאמען לואיס קעסטנבוים,  למשל: איחוד עולמי געלטער, קרית ויואל משה אין ירושלים עה''ק, דער איד, ער מוז איבעראל עפעס האבן פאר זיך אויך. אלזא, אויב מ'שרייבט שוין יא עפעס לטובת זלמניו, זאל ער שוין אויך בענעפעטירן דערפון.

ועל כולם קומט צו דער זייטיגער בענעפיט, אז לעפקאוויטש, יאקאבאוויטש, ...וויטש, ...וויטש, ...וויטש, ...וויטש, ...וויטש, ...וויטש, זאלן אלע איינזען אז דער ערפינדער פון דעם וואנדערבארן אויסטרעף צו קרוינען זייער אזוי געליבטן ר' זלמניו, דאס איז גאר געווען דער ברך משה אליינס! דער הייליגער רבי וועמען זייער אבי אבות ה...וויטש'עס, המנוח רבי אביגדור זיכרוינוילאווראכע, האט אזוי געגליכן און געשטיצט...

איצט צום ענין:

ווען מיר קומען קלארשטעלן די פאקטן מוזן מיר דאס צוטיילן אויף עטליכע מאסנאמען:

א) אויף דעם וואס עס ווערט געפעלשט היסטאריע, דאס איז א זאך וואס טאר נישט טעלארירט ווערן. פארוואס? וועגן די קומענדיגע דורות וואס האבן נישט מיטגעלעבט די בלוטיגע תקופה אין סאטמאר, זיי וועלן ליינען די פעלשערייען פון פארמעגליך און טאקע אנהייבן טראכטן אז "שוא עבוד אלקים", מ'קען זיין א תלמיד מובהק פון "דזשיגאן" און ווערן "סאטמאר רב"... דעריבער איז וויכטיג אראפצושטעלן די היסטארישע געשענענישן מיט אמת'ע ליכט!

ב) אויף דעם וואס ער באשמיצט רבינו שליט''א, דאס קען אדורכגיין אן קיין פיפס; אויף דעם איז נישט שייך צו ענטפערן; דאס איז שוין אזוי אלע דורות אז די משכילים לאכן אפ פון די צדיקים, דאס איז שוין אזוי יארן, עס איז גאר א כבוד פאר רבינו שליט''א, כל מה שאירע ליעקב אירע ליוסף.

- אויב איז דער ישמח משה זי"ע נישט קלענער געווארן ווען דער דיין אין אוהעל האט אויף אים געשריבן מיאוס... (עיין בדרשת רבינו הברך משה זי"ע בהכתרת רבינו שליט"א מוצש"ק וירא תשמ"ה אין קרית יואל, מ'קען עס הערן אויפן טעיפ).

- אויב איז רבי אלעזר ניסן זי"ע נישט קלענער געווארן ווען ער איז אנטלאפן מיט בזיונות פון סיגוט...

- אויב איז דער ייטב לב זי"ע נישט קלענער געווארן ווען ער האט געמוזט בחרפות ובושות אנטלויפן אינמיטן די נאכט פון די שטאט, און מ'האט אים געווארפן א שטיין אין קאפ אינמיטן די איינצוגס דרשה...

- אויב איז דער קדושת יו"ט זי"ע נישט קלענער געווארן ווען מ'האט אויף אים געשריבן כל דבר של גנאי ביי די סיגוט'ער מחלוקה...

- אויב איז דער עצי חיים זי"ע נישט קלענער געווארן ווען געוויסע "חסידים" האבן אים אונטערגעריסן און געקריגט מיט אים אין זיין גלילות...

- אויב איז דער הייליגער רבי מרן רבינו הקדוש מהר"י ט"ב זי"ע נישט קלענער געווארן ווען:

1. דער "טראנסאלוואנישער צייטונג" האט אים באקרוינט אלס דער "היטלער פון דור".

2. חיים ליבערמאן האט געשריבן וועכנטליך אין פארווערטס און דאס דערנאך געדריקט אין ביכל "דער רבי מיטן שטן"...

3. די איזרעלישע צייטונגען האבן אים געשאלטן אלס דער "שונא ישראל" נומער איינס, און געשאטן קיתונות של שופכין אויף הוד קדושתו...

- אויב איז רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע אויף קיין האר נישט קלענער געווארן ווען חיים שאולזאהן האט אים באשריבן מדי שבוע בשבוע מיט די ארגסטע לשונות של גנאי... (א ראי' אז ער איז נישט קלענער געווארן, ווייל אלע דעמאלט'דיגע ליינער באלעקן זיך היינט ווען ס'ווערט "אויפגעדעקט" אז דער פלאן פון ברענגן זלמניו קיין ברוקלין איז געווען דער "ברך משה"...)

- דאס זעלבע קען חלילה נישט רבינו שליט"א אויף קיין האר קלענער ווערן ווען בן פראדל, פארמעגליך בשליחות פונעם נועם המדות זעצן זיך שרייבן געמויזעכץ פון העכסטן קאליווער. און נישט דאס דארפן מיר ענטפערן.

ג) אויף דעם וואס ער וויל ח''ו אראפגעבן כאילו דער הייליגער רבי דער ברך משה האט עפעס צו טאן מיט די זאלי געמויזעכס, אויף דעם מוז מען ענטפערן! למען כבודו של אותו צדיק!

ד) אויף דעם וואס ער וויל ריינוואשען בן פראדל! מוז מען אויך ענטפערן, ווייל דער בן פראדעל איז באגאנגען אזא פארברעך אז ער איז ראוי לאותו איצטלא, ס'קומט זיך אים דעם כבוד זיך צו קוילערן אין קבר! למען ידעו דור אחרון אויף וואס א גבאי איז אלס עלול, און וואס דער תאוה פון כבוד און געלט קען צוברענגען! עס זאל אים נישט געשענקט ווערן, זיין נאמען זאל פארבלייבען לדראון ביי כלל ישראל! זיינע דורות שפעטער זאלן זיך שעמען אז ער איז געווען דער זיידע זייערער.

אלזא, איך מיין אז איך האב גענוג קלאר  געשטעלט פארוואס איך ליין עס יא! און פארוואס איך ענפער,



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 10/08/2009 23:30:53




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2009 21:02 לינק ישיר 

נאך פאר איך וויל וויסען אויב מ'מעג וויל איך וויסען צו מ'קען??

איך קען ליינען א נישט אמת'ע צוציענדע דראמאטישע ערציילונג נאר ווען איך ווייס אז ס'איז נישט אמת,
אבער ווען איינער וועט שרייבען א נישט אמת'ע מעשה און זאגען אז ס'איז אמת, קען מען עס נישט ליינען פארוואס? ווייל מ'זעהט דאך אז ס'שטימט נישט און ס'קען ניטאמאל זיין אמת מילא פארגייט די אפעטיט, אבער אויב ווייס איך אז ס'איז נישט אמת קאנצערטרירט מען נישט די מח אויף די פאקטען און אויף די דאטומען נאר אויף די דראמאטישקייט פונעם ערציילונג.

ביי דעם פארמעגליך איז די פראבלעם אז ער שרייבט עס אלס אמת'ע פאקטען,

ווען ער זאל ווען שרייבען סתם אז ער גייט צולייגען ר' אהרן'ן וואלטען טאקע אלע זאליס געלאכט ווי גוט ער מאכט עס, ער נעמט יעדע חסרון וואס א מענטש קען נאר האבען און שמירט עס ארויף אויף רבינו שליט"א און ס'איז פאן און אינטערעסאנט פאר די אלע אידען וואס יעדע שטיקעל לשון הרע אדער חוזק פון רבינו שליט"א נעמט ביי זיי אויף דעם אויבן אן,

און דעמאלטס וואלט איך טאקע געטראכט אויב מעג מען ליינען א זאך וואס איז געשריבען חוזק צו מאכען פון א מנהיג הדור.

אבער למעשה לייגט ער עס אראפ אלס אמת'ע פאקטען,
פאקט! די רבי איז קיינמאל קיין מתמיד נישט געווען!
פאקט! די רבי איז זייער א אויבערפלעכליכע לערנער!
פאקט! די רבי איז א נער!
פאקט! די רבי'ס מויל שטינקט צופרי!
פאקט! די רבי שטייט אויף 7:30!
פאקט! די רבי שלאפט 8 שעה א נאכט!

איך מיין אז מיט אזעלכע פאקטען  מאכט ער פון זיך חוזק נישט פונעם רבי'ן,

איז מיין שאלה צו קען מען עס אפילו ליינען??



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מעג מען ליינען פארמעגליך'ס ארטיקעל?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext