היינטיגע קארט אין ארענדש קאונטי ארונישע מאשען דינייעד
היינט איז געווען א הירונג אין ארענדש קאונטי וועגן דעם דיד פונעם בית החיים טרענספער, וואס דע קעיס איז געטרענספערט געווארן פון קינגס קאונטי דורך די דזאשקע דעמערעסט צו דו נייע דזאש מעקגוויק אין ארענדש קואנטי,
עס זענען זיך צוזאמגעקומען דו לויער פון אלע ביידע צדדים, אין דו ארונישע צד האט פארשטייט זיך גלייך אנגעהויבן מיטן נוסח אז דו זאליס לויער איז נישט קהל יטב לב ,במילא קענען זיי נישט פאטרעטן קיינעם נישט, אין ווער עס איז קהל יטב לב איז נאן דזעסטישעבאל במילא האבן זיי פארלאנגט א מאושען אז מען זאל עס ארויסווארפן, ווייל דו זאלישע לויערס קען נישט פאטרעטן קהל יטב לב, עס האט זיך אנגעהויבן א טענעריי פון איבער א שעה וועגן דע נושא אנגעפירט דורך דעם דזארשעס געהילף דזאוי פארגעטי, וואס ער האט זיך געשעלט פעסט אז ער וויל זיך נישט לאזען אריינשלעפן אין די נושא ווער עס איז קהל יטב לב נאר ער וויל ציגיין גראד צום פוינט פון דו דיד ,במילא האט די דזארש געגעבן ריסעס פאר א האלבע שעה אין ווען ער וועט ציריקומען וועט ער פאסקענען צו ער נעמט אן דו מאשען פון דו ארונים, אז דו זאלישע לויערס זענען נישט בארעכטיגט צו זיין א צד אין די קעיס
נאך א האלבע שעה איז דער דזארדש צריקגעקומען אין געזאגט אז ער ווארפט ארויס דע מאוישען פון דו ארונים אין דו זאליס זענען אויסדריקלעך יא א צד אין דע קעיס, אזוי ווי די אפיעלס אין דו אפעלעט האבן געטוען, אז עס איז דא א כהנא פריקשען אין א פריעדמאן פריקשען אזוי גייט יעצט אויך זיין
אין אויף אויגעסט 20 דארפען דו ארונים האבן אריינגעגעבן דו פארפירן פארוואס זיי האבן געמאכט דעם דיד טרענספער, אין ביז אויגעסט 29 דארפן דו זאליס אריינגעבען זייערע פעפערס , אין סעפטעמבער 9 וועט זיין דו הערינג
יעצט לויט מיין מיינונג האבן דו זאליס אביסעל פארדינט, אז דע טענה ווער איז קהל יטב לב האט מען געלייגט אין א זייט, וואס דעס איז געווען א גוטע טאקטיק פאר דו ארונים צו שלעפן צייט, אין דעס האט זיך גענדיגט יעצט, דארף מען זען וואס עס גייט זיין ווייטער צו דו ארונים וועלן אויסטרעפן א צווייטע ספין אדער וועלן דו ארונים האבן נאך א רויזנוואסער וואס וועט פאסקענען בלינדערהייט כאטשיק עס קוקט נישט אויס ווי דער דזאדזש איז אזא איינער אבער מען קען נישט וויסען
תוקן על ידי שמואליונה ב- 11/08/2009 20:25:10
 |
|
|