בית פורומים אחים אנחנו

רבותי, מ'טיילט געלט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/8/2009 21:31 לינק ישיר 
רבותי, מ'טיילט געלט

NEW YORK, Aug. 11 /PRNewswire/ -- To fight poverty in New York, George Soros, chairman of the Open Society Institute, today announced a $35 million gift to support low-income families across the state purchasing supplies and clothing for the new school year. Back To School New York, a collaborative effort involving the State of New York and the U.S. Department of Health and Human Services, will provide $200 per child to the families of the more than 850,000 children receiving public assistance or food stamps in New York State. Mr. Soros and Governor David Paterson announced the program at P.S. 208 in the Manhattan neighborhood of Harlem.

Dial the 888 number in back of your NYSbenefit card, press 1, enter your card #, and you will here the amount of cash you are entitled for.

EBT Cash Access Location Search

תוקן על ידי קל_וחומר ב- 11/08/2009 21:31:39

דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2009 20:53 לינק ישיר 

וואס טיט זיך קימט דעס פין א מחלל שבת?

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2009 19:55 לינק ישיר 

hatzula כתב:

דאסאיז א גרויסע געווינס פאר די עמך אידעלעך
1) נישט די ארגעניזעשאנס- נאר פאר יעדעם עמך אידעלע  פערעזענליך
2) נישט פאר די וועלט פארזארגערס- נאר פאר פאר די עמך אידעלעך
3) נישט פאר די מוסדות ( וואס אפילו זיי וואלטען עס באקומען עס -וועט דער עמך אידעלע נישט זעהן דערפון א פעני
4)נישט פאר גרויסע קאמפעניס- נאר פאר די עמך אידעלעך

6) א געווינס פאר אלע קליינע געשעפטען וואס פלאגען זיך מיט א שרעקליכען 40% וויינגער קאסטומערס
7) א געווינס פאר אלע גראסערי געשעפטען  וואס פלאגען זיך מיט גרויסע בילס פין הונדערטער עמך אידעלעך וואס זענען זיי שולדיג טויזנטערס 
8) א געווינס פאר פאר אלע אידן וואס קענען נעבעך נישט באצאלען די גרויסע קאסטען פין עלעקטעריק פאר די עירקאנדישאן (היעפ איז נאר פאר ווינטער צו הייצען אבער פאר היץ וואס איז  סאך ערגער פין קעלט-וואס עמך אידעלעך קענען נישט גיין אין זוצער מלבושים פין די גיואישע גאס  גיט די גאוו גארנישט

אלעס פיין אין וואויל, ווער גייט עס באצאלען?

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2009 19:51 לינק ישיר 

נשלח ב-12/8/2009 19:10 לינק ישיר 

ווייסט איינער אויב סאיז אמת אז די געלט קימט פין א איד ליידער א מחלל שבת איז דאס אמת ווייסט איינער ביטע זאגט אויב איר ווייסט איך וויל וויסען סאיז מיר שטארק נוגע צי וויסען

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2009 18:12 לינק ישיר 

קל_וחומר כתב:
את אשר יגורנו בא: סאושעליזם איז אנגעקומען

ווער געדענקט נאך וויאזוי מען האט אפגעשראקן דעם ציבור וואס דער סאושעליסט אבאמא גייט ברענגען פאר אמעריקע?

חברה, אונזערע ערגסטע קאשמארן זענען פארווירקליכט געווארן.

וואו מען גייט וואו מען שטייט הערט מען די שוידערליכע נייעס, עס פארן ארום הונדערטער טעקסט מעסעדזשעס. אלע היימישע גראסעריס און בענק זענען באלאגערט פון מענטשן. דער עולם שטייט פאר'אבל'ט און אנידערגעשלאגן. זיי פאכען טרויעריג אזעלכע קליינע פוד סטעמפ קארטלעך, וועלכע זענען דער מקור פון די שרעקליכע צרה.

איינער זאגט אז די גזירת גירוש ווערט גילטיג שוין היינט און ביז היינט צוויי אזייגער מוזן אלע אידן פארלאזן זייערע היימען, א צווייטער זאגט אז מען האט נאך 30 טעג און א דריטער זאגט אז די שתדלנים און פרנסי הקהלה האבן אויסגע'פועל'ט ביים פארשאלטענעם קייסער אז די גזירה זאל אפגעשטופט ווערן אויף 90 טעג.

אבער וויאזוי עס זאל נאר זיין איז די גזירה אין פולן קראפט. עס זענען פאראן די מער פארמעגליכע אידן, אויף וועלכע די קעניגרייך האט נישט גוזר געווען די ביטערע גזירה פון סאושעליזם, זיי זענען ב"ה באפרייט פון די צרה. אבער דאס איז גאר א קנאפער טרייסט ווען מען ווייסט אז אזויפיל טויזנטער אידן גייען ליידער אריבערגיין די שרעקליכע צרה פון סאושעליזם אויף אזא שוידערליכן אופן.

וויי געוואלד. אויף דעם האבן מיר אלע געוויינט.

איך האב געזען א אונטערעסאנטע תגובה אין ivelt.com

וואס לוינט זיך צי זיין א מיטל קלאס פארדינער?

הודעהדורך געלעגער אום מיטוואך אוגוסט 12, 2009 8:44 am

דער עולם איז לעבעדיג, מ'האט געמאכט אפאר הינדערטערס אויפן קארטעל, מ'איז פרייליך אין צופרידען, אין פארוואס דען נישט?

איך קוק אזוי צי, איך ליין די נייעס, איך האלט מיט דער ענטוזעיאסטישקייט אין די שמייכעל פונעם עולם, פיקטשערס פארען ארום וואו מ'זעהט דעם עולם שטיין אין די רייעס אין ארויס נעמען די מתנה וואס די גאווערמענט האט צוגעשיקט, אין אלעס קוק איך צי ווי א דרויסענדיגער.....

איך פארמאג נישט די קארטעל.....

איך ארבעט, אין איך פארדין ב"ה גאנץ נישט קשה, דער אויבערשטער זאל ווייטער העלפען, אבער.... אין דא קומט די גרויסע אבער...
איך וויל מקדים זיין,
אני מאמין באמונה שלימה אז יעדע דאלער וואס איז באשערט פאר מיר וועט אנקומען צי מיר, אין וואס איז נישט באשערט וועט נישט אנקומען אדער פארלוירען/פארשוועמט ווערען, אין דאס זעה איך אין מן הסתם יעדער בחוש,

מיין שאלה איז, וואס הייסט השתדלות?
א אינגערמאן וואס פארדינט לאמיר זאגען זעקס מייקעס א וואך נישט אויף די ביכער (למעשה ולא להלכה...)
אין ער האט אלע זייטיגע באנעסעס ווי פוד סטעמפס, מעדיקעד,וועלפעיר,וויק, אין סעקשאן אכט,
אזא אינגערמאן ווען מ'עווריטש אויס סוף יאר זיין אינקאם קומט דאס בערך אויס צי די זעלבע סכום וואו איינער וואס ארבעט אינגאנצען כשר אין מאכט 9 צו טויזענט דאלער א וואך,
אויב אזוי איז מיין שאלה, וואס לוינט זיך דאס? פארוואס זאל א מענטש וועלען ארבעטען לעגאל אין שוויצען פין ניינע ביז זעקסע אין צאלען 300 דאללער א וואך פאר טעקסעס? (פאר די אידן וואס ווייסען נישט, יא... דריי הינדערט דאללער גייט אראפ פין די געהאלט פאר טעקסעס....)

איך טראכט ערענסט צי ס'לוינט זיך נישט אויפצוגעבען די לעגאלא דזשאב אין גיין ווערען א מלמד...
יא אזוי וואו איר הערט, ווערען א מלמד...
ארבעטען פין צעהנע ביז דרייע, מאכען פיר הינדערט דאללער א וואך,
אין באקומען פ.ס. ס.8. ועוד ועוד...
נישט צאלען קיין שכר לימוד, קאנטרי פאר פרי (מיט עסען..), פאר פסח באקומען א באנאס, קימחא דפיסחא, כלי קודש, פורים געלט, ר"ח טיפס, חנוכה געלט, אין ווען ס'קומט חתונה צו מאכען די קינדער איז אויך נישט קיין פראבלעם, ס'איז דא וואוילע אידן וואס העלפען ארויס די כלי קודש...
יעדען טאג פין דרייע ביז זעקסע קען איך אפילו האבען א פארט טיים דזשאב,
א גלענציגע פלאן, ניין?
איך מיין נישט דא אינטערצירייסען די מלמדים, אדרבה, וואו לאנג מ'געט זאלען זיי נעמען מיט ביידע הענט...
איך טראכט נאר פארוואס איך זאל זיין דער נותן אין זיי די מקבל,

נישט נהנה זיין פין די שטאטישע פראגראמען, אין אריין צאלען יעדע וואך שווערע אפגעהארעוועטע געלט איז א שלעכטע פיעלינג...
אונזער ג'ערטער פרעזידענט פארשטייט אונז נישט... ער וויל נישט הערען פין קיין טעקס ברעיקס, איין זאך ווייסט ער פין נאך אין נאך טעקס, אין נאכדעם לויפט ער עס ארום טיילן פאר אלע שטותים...
די עקאנאמי האלט זיך אויף אונז מיטל קלאס פארדינערס,
אן די רעט דיס גאוס, לוינט זיך סאך ענדערש צו זיין א שנארער אין נישט ארבעטען, אין ארום לויפן קאלעקטען אלע שטאטישע הילפ,
אויב דאס איז וואס די סיסטעם פארלאנגט, נישט קיין פראבלעם, מ'גיימיר אויפשטיין יעדען טאג 9:30 אין גיין קאלעקטען אלע שטאטישע טשעקלעך....

מענטשען זאגען, ניין, פאר די נאמען לוינט זיך בעסער צו גיין גראד, זיין א נארמאלע מענטש, ס'בויט דיין קרעדיבילעטי, ביים ריטייערען וועסטו מאכען אסאך....

די אלע זאכען זענען שטותים....
די נאמען? ביי די יעצטיגע קריזיס, ווער איז געבליבען מיט זיין קרעדיט? מענטשען וואס האבען אייביג באצאלט אין צייט זענען יעצט אין די זעלבע פעקעל, קיינער קען קיין מארטעגדזש נישט באקומען, אין ווייטער, ווען די קריזיס וועט דורך גיין וועט אלעס גרינגער ווערען,
נארמאלע מענטש?
ווער איז מער נארמאל? איינער וואס ארבעט פין צעהן ביז דריי אדער איינער וואס לויפט פארסאפעט פין ניין ביז זעקס?
ווער איז רואוגער ווען ס'קומט צי באצאלען א גרויסע שבת ארדער אין איך דארף געבען קעש, אין אנדערע געבען איבער א הארטע פלעסטי אין מ'לאט זיי דורך...??

ריטייערען?
יעדע צוויי יאר פארט סייווי ארויף די רעטס, ווען איך וועל אנקומען צי די עידזש גייט עס לכאורה זיין ביי פיר אין זיבעציג, סא וואס לוינט זיך צי שוויצען א גאנץ לעבען פאר די פאר דאללער?
סא, נאכאמאל, פארוואס לוינט זיך צו זיין א מיטל קלאס פארדינער?

אה... אין פאר איך פארגעס,
די מיטל קלאס, ביי טעקס ריטורען מאכען צוריק א שיבוש אבער די לאו קלעס פארדינערס וואס האבען נישט געצאלט קיין דאללער טעקס דורכען יאר זיי מאכען צוריק אין די גרויסע נאמבערס....

שכל'דיג???

אדרבה וואס זאגט איר?

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2009 21:48 לינק ישיר 

וואס האט דאס מיט אבאמא??

עס זעט אויס ווי א לאקאלע זאך.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2009 21:44 לינק ישיר 

את אשר יגורנו בא: סאושעליזם איז אנגעקומען

ווער געדענקט נאך וויאזוי מען האט אפגעשראקן דעם ציבור וואס דער סאושעליסט אבאמא גייט ברענגען פאר אמעריקע?

חברה, אונזערע ערגסטע קאשמארן זענען פארווירקליכט געווארן.

וואו מען גייט וואו מען שטייט הערט מען די שוידערליכע נייעס, עס פארן ארום הונדערטער טעקסט מעסעדזשעס. אלע היימישע גראסעריס און בענק זענען באלאגערט פון מענטשן. דער עולם שטייט פאר'אבל'ט און אנידערגעשלאגן. זיי פאכען טרויעריג אזעלכע קליינע פוד סטעמפ קארטלעך, וועלכע זענען דער מקור פון די שרעקליכע צרה.

איינער זאגט אז די גזירת גירוש ווערט גילטיג שוין היינט און ביז היינט צוויי אזייגער מוזן אלע אידן פארלאזן זייערע היימען, א צווייטער זאגט אז מען האט נאך 30 טעג און א דריטער זאגט אז די שתדלנים און פרנסי הקהלה האבן אויסגע'פועל'ט ביים פארשאלטענעם קייסער אז די גזירה זאל אפגעשטופט ווערן אויף 90 טעג.

אבער וויאזוי עס זאל נאר זיין איז די גזירה אין פולן קראפט. עס זענען פאראן די מער פארמעגליכע אידן, אויף וועלכע די קעניגרייך האט נישט גוזר געווען די ביטערע גזירה פון סאושעליזם, זיי זענען ב"ה באפרייט פון די צרה. אבער דאס איז גאר א קנאפער טרייסט ווען מען ווייסט אז אזויפיל טויזנטער אידן גייען ליידער אריבערגיין די שרעקליכע צרה פון סאושעליזם אויף אזא שוידערליכן אופן.

וויי געוואלד. אויף דעם האבן מיר אלע געוויינט.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > רבותי, מ'טיילט געלט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext