א טייער ווארט פין א קליגען יוראפער יוד
דאוונעדיג די וואך אין טענקא ביהמ"ד אין בארא פארק האט איך געטראפן א סאטמערען יוד פין אייראפע שוין נישט קיין יונגערמאן, אין ס'איז געווארן דארט א קופקע ארום די שמועס די וואך פינעם רבי'ן ר' אהרן שליט"א אין בשלחן של מלכים
מיט הרב דוונער פין לאנדאן ,דער יוד האט פארציילט אז דער הרב דונער מיט וועם ער קען זיך זייער גוט
האט מורא'דיג גערעדט פין רבי'ן נאך דעם שמועס.
האט דער יוד פין אייראפע אויס געפירט מיט א מורא'דיגע ווארט
ס'איז נישט קיינער אין סאטמאר וואס איז מדמה כ"ק ר' אהרן שליט"א מסאטאר צי זיין פעטער דער בעל דברי יואל אין גרויסקייט
אין אזוי אויך איז קיינער נישט מדמה דעם בעל דברי יואל צי דברי חיים אין גרויסקייט
אין אזוי ווייטער דעם דברי חיים צי נועם אלימלך
דעם נועם אלימלך צים בעל שם הקדוש.
יעדער, צי מען פארשטייט עס, צי מען פארשייט עס נישט, ווייסט אז א צדיק פין א פריערדיג דור איז אסאך גרעסער ווי א צדיק פין א שפעטערדיגן דור.
ער האט נאך געזאגט א ווארט וואס ער האט געהערט פין הרה"ק ר' יענקעלע פין פעשווארסק זי"ע אז ס'איז זיכער אז דער קאשנציער מגיד איז גרעסער פינעם צאנזער רב, איי מען סזעהט נישט מיט וואס מען קען זיין גרעסער פינעם צאנזער רב
מיז מען אבער גלייבן אז דער קאשניצער מגיד איז געווען גרעסער עכלה"ק.
האט דער יוראפער איד אויסגעפירט, אז אבער וויפיל שלמה יאנקל געלבמאן האט משיג געווען דעם בעל דברי יואל
אין וויפיל ער האט אים אנלעזיריט אין באשריבן, איז כ"ק ר' אהרן שליט"א נאך אזוי גרויס אין יעדן הינזיכט ווי דעם בעל דברי יואל.
איך האב געזאגט דעם יוד אז אזא אמת האב איך שוין לאנג נישט געהערט.
תוקן על ידי יקרבו ב- 12/08/2009 1:11:23
 |
|
|