בית פורומים כל העולם כולו

זענען די רעפובליקאנער גענצליך אראפ פון זינען?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/8/2009 17:01 לינק ישיר 
זענען די רעפובליקאנער גענצליך אראפ פון זינען?

מילא ווען אפאר אלטע חברה ווערן אנגעשראקן צום טויט פון א צעהיצטע אטענשאן-זוכנדע סערא פעילין אז מ'גייט אויפשטעלן "טויט פענעלס" און זיי קומען שרייען ביי די טאון האלל מיטינגס איז נאך איין צרה, אבער סענאטאר טשאק גרעסלי? דער העכסטער רעפובליקאנער אין די קאמיטע וואס דארף באשטעטיגן דעם העלט קעיר ביל? ער איז אויך אראפ פון זינען צו דערקלערן אז "די רעגירונג גייט הרג'נען דיין באבע"? האט ער אפילו געליינט דעם ביל?

נאכמער, אויב ער האלט אז דער ביל איז אומקלאר אדער שעדליך, זאל ער טוישן די שפראך אינעם ביל צו קלארשטעלן פונקטליך פון וואס מ'רעדט, נישט ארומלויפן צוגיסן פאלשע אויל אויפן קאלטן פייער?!

איך מיין אז דאס זעלבסט דארף זיין גענוג אים ארויסצעווארפן פון סענאט! - חוץ אויב דער איבריגער עולם דארט איז פונקט אזוי משוגע.

בכלל פארשטיי איך נישט די אלע וואס גלויבן דעם וואנזיניגן איינרעדעניש. די עלטערע לייט אין אמעריקע זענען די לאיאלסטע דעמאקראטישע וויילער שוין יארן לאנג, און זיי קומען אלעמאל ארויס שטימען אין די מאסן. האלט עמיצער אז די דעמאקראטן זענען גרייט צו פארלירן זייער קריטישסטע וויילער באזע?

ווען משוגע וואלט וויי געטון...



תוקן על ידי אפשר_דאך ב- 13/08/2009 17:12:17




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/8/2009 17:05 לינק ישיר 

און בדרך אגב, אפשר קען מיר איינער העלפן טרעפן דעם קעגנערישן רעפובליקאנער העלט קעיר ביל? כ'מיין, נאך אלעם איז שוין אדורך דריי מאנאטן זינט די דעמאקראטן האבן ארויסגעשטעלט פיר בילס, און די רעפובליקאנער האבן אונז געהאלטן אין איין בארואיגן אז אט אט קומען זיי ארויס מיט א קעגנערישן ביל.

נו, וואו איז עס?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/8/2009 08:48 לינק ישיר 

אפשר_דאך כתב:
מילא ווען אפאר אלטע חברה ווערן אנגעשראקן צום טויט פון א צעהיצטע אטענשאן-זוכנדע סערא פעילין אז מ'גייט אויפשטעלן "טויט פענעלס" און זיי קומען שרייען ביי די טאון האלל מיטינגס איז נאך איין צרה, אבער סענאטאר טשאק גרעסלי? דער העכסטער רעפובליקאנער אין די קאמיטע וואס דארף באשטעטיגן דעם העלט קעיר ביל? ער איז אויך אראפ פון זינען צו דערקלערן אז "די רעגירונג גייט הרג'נען דיין באבע"? האט ער אפילו געליינט דעם ביל?


ניין ער נישט די האסט עס געליינט וואס? זאג נאר די אפילו וואזי וואשאינגטען זעט אויס?...



נאכמער, אויב ער האלט אז דער ביל איז אומקלאר אדער שעדליך, זאל ער טוישן די שפראך אינעם ביל צו קלארשטעלן פונקטליך פון וואס מ'רעדט, נישט ארומלויפן צוגיסן פאלשע אויל אויפן קאלטן פייער?!

דעס האט ער טאקע געטין האסט געליינט די נייעס היינט? נאדיר

WASHINGTON – Key senators are excluding a provision on end-of-life care from health overhaul legislation after language in a House bill caused a furor.

Senator Chuck Grassley of Iowa, top Republican on the Senate Finance Committee, said in a statement Thursday that the provision had been dropped from consideration because it could be misinterpreted or implemented incorrectly.

A health care bill passed by three House committees allows Medicare to reimburse doctors for voluntary counseling sessions about end-of-life decisions. But critics have claimed the provision could lead to death panels and euthanasia for seniors.

The Senate Finance Committee is still working to complete a bill.

THIS IS A BREAKING NEWS UPDATE. Check back soon for further information. AP's earlier story is below

http://news.yahoo.com/s/ap/20090813/ap_on_go_co/us_health_care_end_of_life_2
.
איך מיין אז דאס זעלבסט דארף זיין גענוג אים ארויסצעווארפן פון סענאט! - חוץ אויב דער איבריגער עולם דארט איז פונקט אזוי משוגע.

בכלל פארשטיי איך נישט די אלע וואס גלויבן דעם וואנזיניגן איינרעדעניש. די עלטערע לייט אין אמעריקע זענען די לאיאלסטע דעמאקראטישע וויילער שוין יארן לאנג, און זיי קומען אלעמאל ארויס שטימען אין די מאסן. האלט עמיצער אז די דעמאקראטן זענען גרייט צו פארלירן זייער קריטישסטע וויילער באזע?

ווען משוגע וואלט וויי געטון...

וואס טיען די דאמקראטען נישט פאר POWER ?, זאגען אז די סאלדאטען וואס זענען אין איראק זענען מערדערס פארשטייסטי יא?...

 



תוקן על ידי אפשר_דאך ב- 13/08/2009 17:12:17

 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זענען די רעפובליקאנער גענצליך אראפ פון זינען?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext