בית פורומים אחים אנחנו

די יארצייט פינעם הייליגען רבי'ן ז"ל אין אלעס ארום

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/8/2009 21:01 לינק ישיר 
די יארצייט פינעם הייליגען רבי'ן ז"ל אין אלעס ארום


איך מיין אז אזוי ווי עס קימט די הייליגע יארצייט פינעם רבי'ן ז"ל אין סוועט זיין נייעס (לאמיר האפן אז סוועט זיין נאר פאזעטיווע נייעס נישט קיין חילל השם) זאל מען אלעס שרייבן אין איין אשכול וואס זאגט דער עולם



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2009 19:38 לינק ישיר 

גראדע האבען די ארוינישע בחורים באקומען באפעלען פון זייער הארען אז זיי זאלען זיך האלטען רואיג, ווייל זיי האבען מורא אז מ'וועט זיך שלאגען וועט דאס שאפען פאר זיי א שלעכטע אימידזש ביי פאליס און ביי קאורט, זיי ווייסען אויכעט אז פאליס האט אנגעגרייט מער כוחות די יאר אז ס'זאל נישט אויסקיקען ווי די אנדערע יארען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/8/2009 21:03 לינק ישיר 

פוסק, גוט געזאגט, סאיז אלעס פארשטענדליכע זאכן, אבער סאיז זייער גוט אז איינער ברענגט עס ארויס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/8/2009 08:41 לינק ישיר 

מה נורא המקום הזה

ווי באקאנט האבן די אהרונים פארשאפט א טיילווייזע ליסטע פון "תלמידי רבינו"
און זיי שיקן ארויס דזשאנק מעיל מיט פאלשע מעסעדזשעס וועלכע זאלן אויסקוקן כאילו עס קומט פון תלמידי רבינו.
די וואך האבן זיי ארויסגעשיקט א מעסעדזש מכלומר'שט בשם די זאליס אז מען זאל זיך שלאגן ביים ציון

איז וויכטיג מעורר צו זיין דעם עולם,
אז מען זאל אפמאכן מיט א פעסטקייט אז ווען מען גייט צום ציון הקדוש
זאל מען זיך נישט לאזן פראוואצירן פון די אהרונים,
די אהרונים קענען באשטיין מען זאל מבזה צו זיין דעם כבוד פון רבינו הקדוש זי"ע,
אז ביומא דהילולא קדישא זאלן פארקומען געשלעגן ביי זיין הייליגן ציון.
עס שטערט זיי נישט דער כבוד המתים, פון די הונדערטער קברים
עס שטערט זיי אפילו נישט דער כבוד פון "ברך משה" וואס ליגט דאך אויך אין דעם בית החיים
ווייל דער גאנצער בית החיים און דער גאנצער הייליגער טאג פון כ"ו אב איז ביי זיי א שטיק ליצנות.
דער עיקר מען זאל קענען "ווייזן" און "ווייזן" און "ווייזן", נאכאמאל און נאכאמאל דעם "איך" "זיך" און "מיך".
זיי זענען דא פאר אלע סארט בעבישקייטן, (עי' פארמעגליך)
אז ר' אהרן קאסע האט די גרעסטע סיין וכדומה,
מען מאכט דארט אן אויסשטעלונג פון אלע סארט פאבליק סעיפטי קארדס
און מאכן זיכער מען זאל אנברעכן די ביינער פאר אפאר מענטשן, כדרכם בכל שנה ושנה.
און דער עיקר ס'זאל זיין "פאן"... אדער מען זאל האבן געטשעפעט וואס מער אידן (שונאים)...
אדער וועלכע מוסדות צדקה וחסד מען האט דאס יאר "מסדר געווען".
ליידער האבן זיי אזא רבי'ן, וואס האט זיי אויף דעם מחנך געווען,
און זיינע בחורים פארשטייען אפילו נישט צו ערנסטקייט.

עס איז אבער וויכטיג צו געדענקן פאר זיך אליין,
אז דער טאג כ"ו אב, איז גאר א הייליגער טאג,
אין דעם טאג, ביומא דהילולא פון דעם קדוש וטהור רביה"ק זי"ע
וואס האט בכח קדושתו מעמיד געווען די גאנצע מדינה כדת של תורה
וואס אדאנק דעם צדיק זענען דא היינט צו טאג צענדליגער טויזנטער אידן, נאמנים לה' ולתורתו
אין דעם טאג ווערן פארגאסן טייכן אידישע טרערן, און מען פועל'ט אויס ישועות ורפואות וכל מילי דמיטב

דארף מען צוגיין מיט א מורא'דיגן ערנסטקייט און מיט די ריכטיגע הכנה.
לערנען דעם הייליגן רבינס ספרים.
און אנזאגן די קינדער נישט נתפעל צו ווערן פון די אלע אהרונישע שטותים,
מיט וועלכן זיי זוכן מבלבל צו זיין דעם קאפ מיט די אלע זאכן
נאר קומען בכוונה, נישט כאפן א בליק אויף די אלע אטענשאן זוכערס און טשעפנאקעס.
און טאמער איינער ווערט יא געטשעפעט פון זיי, זאל ער זיך נישט נעמען צום הארצן,
נאר רחמנות האבן אויף דעם נארישן בחור וואס שטייט אין די היצן אין אזא הייליגן טאג כדי צו קענען טשעפענען אידן.

עס איז באמת א שאד אז א תלמיד פון הייליגן רבי'ן זי"ע
אדער גאר א בחור וואס האט געהאט די זכיה מסיים צו זיין דעם ספר הקדוש ויואל משה ביז די יארצייט
זאל זיין פארנומען מיט די אהרונישע ספעלישע בעבישקייטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/8/2009 05:02 לינק ישיר 

איך הער אז די ארונים האבן געקאלט זאגן אז מהרז"ל קען קימען ווען ער וויל צים ציון



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2009 23:56 לינק ישיר 

פון סאטמאר ריפארט

(To signup or cancel write to [email protected])
 
צהלי ורוני יושבת קרית יואל
 
קומענדיגן שבת פרשת ראה וועט כ"ק מרן רבינו שליט"א וויילן אין קרית יואל
די תפילות און טישן וועלן פארקומען אין ביהמ"ד הגדול דקהל ויואל משה
מנחה ערש"ק 8:15
עריכת השלחן 11:45
אמירת תהלים ע"י תשב"ר בהשתתפות כ"ק מרן רבינו שליט"א
שחרית 9:30
פארן ליינען וועט פארקומען א הכנסת ספר תורה נדבת הרה"ח ר' מאיר ראטה שליט"א
פרקי אבות 7:15 ע"י הרה"ג ר' שלמה לייב וויינבערגער חבר הבד"ץ
מוצאי שבת קודש וועט פארקומען א מלוה מלכה און סעודה לכבודה של תורה
אין ביהמ"ד תהלות יואל
11 Mountain Rd.
בהשתתתפות כ"ק מרן רבינו שליט"א 11:30
 
==תאו והתכנשו בהילולא דרבי==
רבינו שליט"א וועט ארויפגיין צום ציון פוקד זיין קברו של רביה"ק זי"ע בערך 4:00 נאכמיטאג
 אום 5:30 וועט מען זיך וואשן צום דעם גרויסן צענטראלן יארצייט סעודה לע"נ מרן רביה"ק זי"ע אינם בנין הת"ת  שע"י קהלתינו הק' בקרית יואל
 פון שטאט וועלן די מאנרא באסעס פון 8:00-9:00-10:15 זי אפשטעלן ביים בנין הת"ת
אויך אויפן וועג צוריק צום שטאט וועלן זיך די באסעס אפשטעלן ביים בנין הת"ת
אזוי אויך וועלן די עקסעלענט באסעס פון קאנטרי זיך אפשטעלן בייים בנין הת"ת
אין קרית יואל וועלן באסעס קרוסין צו און פון ת"ת יעדע 15 מינוט פון 5:30ביז 7:30
פריוואטע קארס וועלן נישט קענען פארקן ביים בנין הת"ת, ספעציעל פארקינג איז צוגעגריין ביי
BJ's
און פון דארט צום ת"ת וועלן קרוסירן שאטלס.
עלטערע אידן און רבנים וועט מען יא צולאזן מיט קאר'ס ביזן בנין הת"ת
 
תורתו יגן לנו
 
רבינו שליט"א וועט וויילן אין שטאט ביז יום ה' שופטים
שחרית בימות החול 8:30 זמן כניסה לרבינו בבית האכסניא 7:00-11:00 ביינאכט
יו"כ קטן מיטוואך שופטים ער"ח אלול תיכף אחר אמירת ספר תהלים, התחלת תהלים בשעה 11:00 פארמיטאג
 
----
 
כתיבת אותיות בבית הרה"ח ר' מאיר שליט"א
9 Mordche Scher
היינט פון 7:00 ביז 9:00 פארנאכטס
 
--------
 
קהלתינו הק' אין ב"פ לאדנט די אידן וואס וויילן אין שטאט שבת צום סעודת הילולא מוצש"ק 10:30 בבית מדרשינו 52
בבית מדרשינו הגדול אין וו"ב וועט מען זיך וואשען מוש"ק 10:30
 
--------
 
הנהלת העדה החרדית איז ארויס פון איר גדר און צוליב די וויכטיגקייט פונם מערכה למען קדושת השבת האבן זיי צוגליין די נאמען פון הרה"צ רב ור"ם קהל יט"ל ד'סאטמאר ירושלים צום קול קורא
 
-------
 
צו באקומען אין אלע געשעפטן "ראש גולת אריאל" אינטערסאנטע באשרייבונגען און בילדער פון מרן רביה"ק זי"ע
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2009 23:49 לינק ישיר 

איין מינוט נישט משה לייב דייטש שרייבט פארמעלגיך? אויב יא האט ער בערך 2 מנינים וואס ליינען פארוואס זאגסטו קוים א מנין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2009 23:47 לינק ישיר 

נעבעך
משה לייב דייטש האט נישט  ווי אויסצוברעכען זיינע   זאכן נאר אין  א קונטרסל פתגמין קדישין בלעטעל  וואס אפשר קוים א מנין יודען ליינען

תוקן על ידי hatzula ב- 13/08/2009 23:46:36




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2009 23:15 לינק ישיר 

פתגמין קדישין לפרשת ראה ומוגדל   ולרגל שנת השלושים להסתלקות מרן זי"ע - ולרגל יובל החמישים להופעת ספה"ק ויואל משה

 מאמרים בתוכו אודות המלחמת ה  שמתנהל בעיר ה שמה

http://www.scribd.com/doc/18555465/kov-vov-av5669-



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2009 23:12 לינק ישיר 

 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2009 22:55 לינק ישיר 

אין אויך זאל מען פועלן ביי די בוטשער פין די אהרונים אין קרית יואל אז זיי זאלן מער נישט מכשיל זיין דעם עולם אין פארקויפן בהמה פלייש וואס איז נישט געזאלצן מיט שטיין זאלץ רח"ל נאר נאכמאכן דע בני יואל בוטשער אין פארקויפן בהמה פלייש געזאלצן מיט שטיין זאלץ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2009 22:42 לינק ישיר 

פארשטיי פארוואס האסטו זיך אפגעשטעלט זיי ממשיך
אזוי אויך ווער עס קען פוילען ביי די עלמענטען וואס זענען ממשיך רופן דעם רבי'ן מיטן נאמען ויואל משה אז זיי זאלן אנהייבן זאגן דברי יואל וואס איז נקרא על שמו פון רבינו הקוה''ט בעל דברי יואל זי''ע , זאל עס טאן, און זאגען דערביי לע''נ רבינו יואל בו חנני יו''ט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2009 22:39 לינק ישיר 

ווער עס קען פוילען ביי די עלעמענטען,וואס האבן אריין געשטאכען א מעסער אונעם הייליגען ספר ויואל משה, מיטן גיין און דעם טמאמענעם ציוניסטישע בג''ץ, און טוען מיט דעם אנערקענען, די ציוניסטישע מדינה, מיט אירע געזעצען זאל עס טאן, און זאגען דער ביי לע''נ רבינו יואל בן חנני יו''ט,
אזוי אויך ווער עס קען פוילען ביי די עלמענטען וואס פירען דעם בוטשער פון 82 וואס איז נקרא על שמו פון רבינו הקוה''ט בעל דברי יואל זי''ע אז זיי זאלען זיך פירען לויט זיינע הוראות, וואו זאלצען די פלייש מיט שטיין זאלטץ, זאל עס טאן, און זאגען דערביי לע''נ רבינו יואל בו חנני יו''ט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2009 22:24 לינק ישיר 

באקומען פין תלמידי רבינו
יודען

מיר האלטען שוין ווייטער ביי די הילולא

פון רבינו הקדוש והטהור זיעוכ"י

טויזענטער יודען וועלען קומען פוקד זיין דעם ציון קודש הקדשים

וואס ליידער איז נשתלט ע"י זרים בעונותינו הרבים

קהל טוט אלעס ביכולתם על דרך התורה

להציל עשוק מיד עושקו ולהחזיר עטרה ליושנה, דער עולם ווערט געבעטן זיך צו האלטן רוהיג, און זיך נישט לאזען פראוויצירען פון די יעניגע וואס זייער ציעל איז מהפך צו זיין מקומות הקדושים אין צו א מערת פריצים, אזויווי זיי האבן געטון אין די בתי מדרשים פאר א שטיק צייט ביז דער אויברשטער האט זיך מרחם געווען און זיי דערווייטערט פון אונזערע בתי מדרשים און תלמוד תורות ב"ה כידוע, יעדע גוטע זאך קומט אהן שווער, ובזכות נטרונה האבען מיר שוין זוכה געווען צו די אלע בתי מדרשים תלמוד תורות און ישיבות אין דער גאנצער וועלט, ובזכות נטרונה וועלען קהל עדתינו הקדושה צוריק באקומען דעם מקום קדוש בקרוב בע"ה, ובזכות נטרונה וועלען מיר זוכה זיי צו די גאולה שלימה בקרוב ב"ב אמן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > די יארצייט פינעם הייליגען רבי'ן ז"ל אין אלעס ארום
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext