בית פורומים כל העולם כולו

פין וועלכען רבי'ן איז גרינגער צי זיין א חסיד ?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/8/2009 02:25 לינק ישיר 
פין וועלכען רבי'ן איז גרינגער צי זיין א חסיד ?

איך רייס פין געלעכטער פין די זאליס פאנטאזיעס אויפן רבי'ן מהר"א שליט"א
זייער פאנטאזיע שפילט שוין אויף אזוי ווייט אז זיינע חסידים האבן אים שוין גאר איבער געלאזט.

( זיי וויסן נישט אז ר' שלמה שמש מיט ר' יואל קויפמאן האבן שוין היינט פארקויפט זיצן אין וויליאמסבורג פאר די היילגיע טעג הבעל"ט אין ס'געווען 2 לאנגע שורות, זיי האבן ניטאמאל א באגריף דעראין )

אינז חסדי מהר"א זעמיר סאטמארער חסידים פינעם רבי'ן דער בעל יואל זי"ע.

נאך זיין הסתלקות זעמיר אינז אריבער צים רבי'ן דער בעל ברך משה זי"ע פאר 27 יאר
אינז זעמיר געווען אפענע חסידים, נישט קיין נראה ונדחה חסידים
 ווי ר' זלמן לייב ריפט עס אן ל"ו חסידים בהאלטענע  חסידים.
 
אינז האמיר דעם ברך משה פארענטפערט אינן אסאך שווערערע אומשטענדן ווי זיי דמיון יעצט אויף אדמו"ר מהר"א
ווען דער ברך משה האט געוויזן פורים ווי אזוי ר' אברהם לייטנער'ס מאמע איז געווען אויס געשניטן ביים האלז
ווען ער האט געזאגט אויפן קאשויער רב ז"ל אז ער איז נ' שערי טומאה מיט די שוך אין זאקן
ר' אברהם לייטנער איז א פגום
ר' אברהם לייטנער איז א רשע מתחילה ועד סופו
ווען ער האט געזאגט שלום יודא גראס ימ"ש.
ר' שמעי' גרינבוים איז א קצב'ס א זין
מעזיבעזשער רב, ביק שמיג .
ר' יוסף אשכנזי איז א יוד א שוטה.

אינז זעמיר געבליבן חסידים אפילו נאכדעם וואס די היינטיגע חסידים פין ר' זלמן לייב
האבן אים מבאיש ריחו געווען מיט שקרים
אז ער זיצט אין מיאמי ביטש בתערבות נשים
ער האט 18 מיליאן דאללער אין די שווייצער בענק ( ח"י שלימים )
אז דער ברך משה האט פיינט יעדן פרימען יוד
אז דער בעל דברי יואל האט אים מרחק געווען אין זיך אוועק געדרייט פין אים
ער האט ביזנעס וואס איז אויפן שבת ( די פארקינג לאטס )
ער גנב'ט געלט פין די ישיבה

אפילו נאכדעם וואס ער האט אינז ארויס געווארפן ווען ער האט אויף גענימען ר' זלמן לייב
אין האט געזאגט ערב שביעי של פסח, עטץ זענטץ שוטים רשעים טופשים אלע ציזאמען
נאכדעפ פרייטאג צינאכטס האט דער ברך משה אויס געשריגן הויך אויפן ארון קודש
עטץ זאלטס אלע איין נעמען א מיתה מושנה

מיט דעם אלעם זעמיר נאר אינז געבליבן זיינע חסידים
אינ געב מיר ארויס זיינע ספרים ברך משה
אינז באשרייב מיר זיין היסטאריע משה היה רועה
נאר אינז גיי מיר צי זיין ציון הקדוש
נאר אינז האלטן מיר זיין יארצייט .

ק"ו בן בנו של ק"ו פאר אפאר נער'ישע זשאקוס וואס עטץ מאכט אויף אדמו"ר מהר"א
זאלן מיר ווערן אויס, אסאך שווערס אין ביטערער פין דעם האבן מיר מוותר געווען.
אז אינז זעמיר געבליבן אדוק ומקושר צים ברך משה
וועלן מיר א מיליאן מאל בלייבן ביי האדמו"ר מהר"א געשווערנע חסידים ! 

אינז זעמיר בעלי גיאות וואספארע א רבי'ן אינז האמיר אין שעם מיר זיך נישט

זיך מימת געווען לאהלו של תורה אין די יונגע יארן מיום ועד לילה
א ירא שמים נפלא
ער געט זיך אוועק פאר כלל ישראל 24 שעה א טאג
עומד בראש פין א יעדע מערכה.

זאליס טייערע נייס טריי נעקסטיים פורבירט בעסער.





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2009 01:24 לינק ישיר 

העלד איז פין לעצטע חסידים געבליבן פינעם ברך משה



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/8/2009 22:06 לינק ישיר 

בלעקבערי
דו ביזט "עכט" א גרויסער חסיד און טאקע דאס ברענגן די זאליס אלס ארויס
נאך אזעלעכע חסידים ווער דארף נאך מתנגדים??
איך ווארט אויפן טאג ווען עטס וועטס אלע זיין אזעלעכע עכטע אפענע חסידים פון ר' אהרן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/8/2009 07:23 לינק ישיר 

בלעקברי ביסט הונדערט פראצענט גערעכט
אבער איך מיין ס'איז טראפ צי שארף.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/8/2009 02:45 לינק ישיר 

בלעקבערי טייערער
מיט וועם שטייסט און ווארט מיר זענען שוין עמיונט צו דעים ולא אני תחלת הקדושה אלא ירושה ומוחזקת הוא מבית אבותי
אנגעהויבען ביים אבי השושילתא קדישא מרנן הישמח משה, מוהרא"ן,הייטב לב. הקדושת יום טוב,העצי חיים, הדברי יואל, הברך משה, זכותם יגן עלינו {ובמאמר המוסגר אויך ביי המנחת יום טוב מסעמיהאלי } יעדער באזונדער איז דורך די דורכגאנג איך האב און קיין ארטיקעל נאנישט גיזען קיין שום חידוש די דזשאוקס און ליצנות חזרן זיי איבער פון די אלטע משכילים וואס האבן גילעבט און די תק"פ - תר"א יארען און איהעל צו די איהעלער חברה וואס האבן פארטריבען דעם ייטב לב איהל בליל שבת קודש און שפעטער שוין און סיגעט וואס ער האט זיך צוזאם געליטען פון די ........... חסידים און שפעטר דער קדושת יום טוב פון די ............... חסידים דער עצי חיים פון .................. 
דער דברי יואל און קראלי און אזוי אויך שפעטער און סאטמאר אפילו דא און ניו יארק פון ................

סאיז מיר א פלא אז און יענעם לאגע איז הכל בתר רישא גריר, סאיז נישט פארהאן קיין כח החידוש און תורה. און אזוי אויך און שקרים, קיין איין סופרייז פון א נייער עוולה אדער לשון הרע וואס איז נאך נישט גענוצט גיווארען אויף רבותינו הקדושים  איז זיי געלונגען מחדש זיין אויפן ממשיך השולשלת  מרןרבינו הגאון הקדוש שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פין וועלכען רבי'ן איז גרינגער צי זיין א חסיד ?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext