פארמעגליך שרייבט
א גוט יאר טייערע לייענער. פריער פון אלעם וויל איך שרייבען וואס איך האב מגיב געווען אין א אשכול פריער:
רבותי, איך האב געליינט די בריוו, און איך וויל אייך אלע זאגען, אז איך וועל אי"ה "נישט" שרייבען פון די שמירת עינים פונעם "הגאון הקדוש", און איך וועל "נישט" שרייבען פון די שמועס פון די "רבנית מיט די רבנית" און איך וועל "נישט" שרייבען פון דעם צוקומפטיגען "הגאון הקדוש" ר' מענדעלע.
וואס איך וועל יא שרייבען, איז אזוי, איך ארבעט יעצט מיט עטליכע מענטשן וואס האבען מיר געשיקט פארשידענע טעיפס פון די צייטען פון נאך פסח תשנ"ט און ווייטער. איך קען אייך אלע זאגען אז אויס זענען די ארונים געשפרינגען ביז אהער, וועלען זיי הערשט איצט שפרינגען. די טעיפס זענען ממש מבהיל הרעיון. עס קומט אזעלכע זאכען וואס קיינער און איך אויך נישט האט דאס געהערט ביז איצט.
אבער איך בעט אייך אלע. עס געדויערט צייט און עס וועט נעמען א שטיקל צייט ביז דאס וועט אי"ה פערטיג ווערען.
ווארטס מיט געדולד און מיר פארשפרעכען אז עס וועט זיין חומר וואס עס גייט קלאר מאכען פילע פון די געשעענישען.
יעדע טעיפ פאר זיך פאקט איין יעדע "מאחורי הפרגוד" אין די לינקע טאש מנה אחת אפים. עס וועט שניידען אין די זיבעטע ריפ.
*
איך שרייב ווייטער. זארגט אייך נישט. ווי עס זעט יעדער פראבירען די ארונים אלע סארט מיטלען אפשטעלען די ארטיקלען וואס זיי ליינען נישט און וואס עס אינטרעסירט זיי אפילו נישט. זיי קומען כסדר ארויף מיט פרישע נעמען און מיט נארישע אימעילס וואס זיי טוישען איין אות אז עס זאל פאפען די נאיווע מענטעשן.
אבער, אפילו זיי קומען יא ארויף מיט נעמען, קענען זיי איין זאך טאן, שפרינגען פאר כעס. עס האט היינט צו טאגס קיינער נישט קיין מורא, נישט פון ר' אהרן און נישט פון זיינע יועצים, די טריא דער יועץ הפרטי אהרן מתתיהו דייטש, שמואל ווידער דער מח וואשער און אלישע שמואל האראוויטץ דער טאשען שניידער. קיינער דערשרעקט זיך נישט.
אבער איין זאך יא, הלואי זאלען מענטשן יא אנעמען זייער נארישע אימעילס און געבען "דאנעשעיאנס" פאר די יונגעלייט וואס זיי רעכענען אויס. אדרבה, עס איז נישט א שלעכטער פלאן.
אבער טאמער מיינען זיי אז פארמעגליך וועט זיך אפשרעקען, בין איך דא זיי געקומען מבשר זיין אז בשורה טובה ומשמחת: מיר ארבעטען אויף פיל גרעסערע פראיעקטען ווי ביז היינט. די אלע ארטיקלעך וואס איז געווען געשריבען ביז היינט וועט זיין אפס קצהו וואס גייט אי"ה קומען. עס איז זייער ווייט פון וואס עס גייט אי"ה אויף געדעקט ווערען.
איך זאג פאר אלע ארונים. איר זאלט ווייטער אנגיין מיט קינדערישע שריט, ווייל איר האט סיי ווי נישט קיין ברירה. ווייל מען קעון נישט אפווענדען ר' אהרןס סדר היון און מען קען נישט אפווענדען אז ער איז געבליבען אין שכל ווי א אכצען יעריגער בחור. מען קען נישט אפווענדען אז זיין התמדת בתורה איז מינימאל און מען קען אויך נישט אפווענדען אז קיין בלאט גמרא זיך פארלערנען קומט ער נישט צו צו קיין איינע פון די מגידי שיעור אין "זיין" ישיבה.
איין זאך קענען די ארונים יא טאן און דאס איז שרייבען פון משה גבאי און שרייבען פון ר' ליפא. עפעס אנדערש איז נישט שייך.
אויך קען ר' אהרן ווייטער געבען אינטערויוס פאר מאדאזינען און איבער זאגען טויזענעט מאל דאס ווארט בעל דברי יואל. אויסערדעם קען זיי ווייטער שרייבען נארישע אימעילס און רקויס שרייבען נעמען אויף ווען זיי מיינען אז זיי זענען פארמעגליך.
און אגב אויב זיי זענען יא פארמעגליך, קען איינער זען ווי אזוי די ארונים קענען אפשטעלען סיני טייטעלבוים, יואל פאלקאוויטש, יודא לייב וויינשטאק, משה גבאי און ר' ליפא ט"ב פון שרייבען?
זיי קענען טאן איין זאך, שיקען א בריוו אז זיי וועלען נישט קענען ליגען ביי זייער חלקה נאך די מאו"ש. נא, איך האלט נישט אז איינער פון זיי האלט שוין ביים נפטר ווערען.
צום ווידערזען גאר בקרוב
 |
|
|