בית פורומים אחים אנחנו

דער "קדוש'ל" רעדט פון געשלעגן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/8/2009 07:12 לינק ישיר 
דער "קדוש'ל" רעדט פון געשלעגן

א גוטע וואך.

נעכטן, פרייטאג צונאכטס האט ר' אהרן דער "בעל הגאון הקדוש" געמאכט א הפסקה און גלייך נאך די המוציא האט ער "שלא כדרכו" גערעדט פאר די בחורים וועלכע זענען בלי שום ספק סרים למשמעותו און פאר זיי געגעבן א לעקציע אין זיין מידת סבלנות.

ער האט געזאגט אז ווי עס ווייסן אלע, געפינען זיך איצט אסאך געסט אין קרית יואל צום בעפארשטייענדן יומא דהילולא. געוואונטשענע און אומגעוואונטשענע, אזעלכע וואס קומען מתפלל זיין און אזעלכע וואס קומען זיך שלאגן. איך וויל בעטן יעדן איינעם אז מען זאל זיך לערנען פון מיר. איך בין אנגעקומען אזוי ווייט נאר ווייל איך בין א סבלן (נישט געווען ווער ס'זאל לאכן...) און שוין צוואנציג יאר וואס איך קען שוויגן און איך שווייג. דעריבער וויל איך בעטן אלע בחורים אז מען זאל זיך לערנען פון מיר צו שווייגן.

איך ווייס אז זיי האבן זיך געדינגען שלעגערס און זיי ווילן ווייזן פארן געריכט אז מען שלאגט זיך אויפן ציון. איך בעט יעדן אז מען זאל זיי איגנארירן און מען זאל אפילו אויף זייער זייט נישט קוקן.

ע"כ די הייליגע דיבורים יוצאים מפי איש קודש דער אהרן כהנא קדישא.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2009 00:29 לינק ישיר 
איך פארשטיי נישט וואס טוטזיך מיט די "מצוות עשה" מען האט אזוי געטון אין קראלי -סאטמאר און אפילו אין ברוקלין ארונים ביטע ענטפערן מיט דאנק

באלאנד כתב:
א גוטע וואך.

נעכטן, פרייטאג צונאכטס האט ר' אהרן דער "בעל הגאון הקדוש" געמאכט א הפסקה און גלייך נאך די המוציא האט ער "שלא כדרכו" גערעדט פאר די בחורים וועלכע זענען בלי שום ספק סרים למשמעותו און פאר זיי געגעבן א לעקציע אין זיין מידת סבלנות.

ער האט געזאגט אז ווי עס ווייסן אלע, געפינען זיך איצט אסאך געסט אין קרית יואל צום בעפארשטייענדן יומא דהילולא. געוואונטשענע און אומגעוואונטשענע, אזעלכע וואס קומען מתפלל זיין און אזעלכע וואס קומען זיך שלאגן. איך וויל בעטן יעדן איינעם אז מען זאל זיך לערנען פון מיר. איך בין אנגעקומען אזוי ווייט נאר ווייל איך בין א סבלן (נישט געווען ווער ס'זאל לאכן...) און שוין צוואנציג יאר וואס איך קען שוויגן און איך שווייג. דעריבער וויל איך בעטן אלע בחורים אז מען זאל זיך לערנען פון מיר צו שווייגן.

איך ווייס אז זיי האבן זיך געדינגען שלעגערס און זיי ווילן ווייזן פארן געריכט אז מען שלאגט זיך אויפן ציון. איך בעט יעדן אז מען זאל זיי איגנארירן און מען זאל אפילו אויף זייער זייט נישט קוקן.

ע"כ די הייליגע דיבורים יוצאים מפי איש קודש דער אהרן כהנא קדישא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2009 21:45 לינק ישיר 

וואלןס"ח

וואס דע קעלבעלך האבן פארשטאנען פין זיין סבלנות האבן מיר געזען תיכף נאך די הייליגע טיש וואס די בחורום האבן געטיען ביי די רעבצין ביהמ"ד אין נעכטן איז מהרז"ל געקימען מיט אזוי עולם נא איז גארנישט געווען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2009 20:13 לינק ישיר 

 א עלטערע רב האט זיך אויסגעדריקט נאכן הערן די דרשה "ליידער האבן שוין אסאך אידן געליטן מכות רצח פון זיין סבלנות".
און האט דערנאך צוגלייגט "פאר דעם געלט איז שוין בעסער ווען ער וואלט נישט געווען א סבלן". א דיין וואס איז דארט געשטאנען און דאס געהערט האט זיך אויסגעדריקט אז אויב וועלט ער ווען נישט געווען א סבלן און ער וואלט יא פארגעהאלטן זיינע חסידים פארן שלאגן אין טיילן פעטש וואלט ער ווען פארמיטן אסאך שפיכת דמים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2009 20:07 לינק ישיר 

ממש די פיש פין שבת האבו אים מסביר געווען די סוגיא פין מתוך ( אפשר האט ער גערעדמיט זיי ווי מיטן טאטען ביי נקדישך) 

אז ווען מען קלאפ אין מען רצחעט אידן דארף מען זיין שטיל  (סבלן בלע"ז)

שא עס שטיל  (סבלן בלע"ז) מען שלאגט נאר א פאר אידן שאא ששאא  (סבלן בלע"ז)




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2009 20:02 לינק ישיר 

שוין 20 יאר וואס ער זעהט אז מען שלאגט אין טעראריזרט  אידן  אין  ער איז שטיל (סבלן בלע"ז)
ווי אזוי האט ער געזאגט
מען צינד נאר אפאר קארס אבער עס  עס איז שטיל (סבלן בלע"ז)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2009 19:28 לינק ישיר 

איך האב געפרעגט א מאנראער וואס האט געהערט די "דברות קודש" פרייטיג צינאכטס פון פעסעלזאהן, האב איך אים געבעטען איבערציזאגען די ווערטער, האט ער מיר געענפערט, אז ער קען מיר נישט איבערזאגען פינקטלעך מיט די לשון, אבער ער קען מיר זאגען די דרשה בקיצור, די תוכן פון די ווערטער איז געוועזען "די טראק מיט אייער ליגט דא ביים קארנער, קיינער זאל נישט צוגיין ווארפן קיין אייער"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2009 17:16 לינק ישיר 

יא יא וויאזוי האט יענער געזאגט נאך צעהן מאל פארשטייט מען אויפן וואונק,


זאג נאר לאמיך דיך פרעגן דיין רבי האט גערעדט אז מען קומט זיך רייצן עטס ברענגטס ראיות פון אז מען איז געקומען מיט אסאך בחורים אז מען גייט זיך רייצן,

וואס איז געווען למעשה האבן זיך די זאליס גערייצט? האבן זיי אנגעהויבן צו מאכן געשלעגן און ענק האבן זיך איינגעהאלטן און "געשוויגן"?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2009 17:02 לינק ישיר 

שמואליונה כתב:

מחר יהיה האות הזה וועלען מיר זען צו די מיליטער וועט פארשטיין ווי אזוי אויסצוטייטשען רצון  קדשו ....... 

 



נו איך זע דאס מיליטער האט גוט פארשטאנען, ב"ה מיר טייטשן נישט אויס צוויידייטיג ווערטער פון רבין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2009 22:21 לינק ישיר 

אפשר קען מיר איינער מסביר זיין וואס די מעסעדזש מיינט?

SatmarNiesYoma Dhilila: Rabeiny Shlita will go up to d Tzion Hk' 4:30pm Brov Um- w/1000's of Bucherim - Yingeleit Central Tish: 6:30pm on Larkin Rd.

און מיינע אויגען מיינט עס אז יעדער זאל קומען זיך שלאגען,
ס'איז דאך נישט קיין סוד אז ער איז נישט בעה"ב פונעם ביה"ח, פארוואס דארף ער קומען איבערדרייען?

אפשר זעה איך נישט גוט??



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/8/2009 21:31 לינק ישיר 

דער "געוועזענער" האט זיך ווידער צורעדט.

דער "הגאון הקדוש" האט זיך צורעדט פרייטיג צונאכטס נאך די פיש און באשטעטיגט אלע אנאליזען פון פארמעגליך אויף זיין "פערסאנאליטי דיסארדער".

נאך די פיש האט הגאון הקדוש גערעדט צו די בחורים און זיי דערציילט די לעצטע נייעס וזה לשון קדשו......

עס זענען געקומען אין שטעטעל געסט.... אה אה אה .... אומבאמערקבארע געסט..... אה אה אה ....יא יא. אומבאמערקבארע און אומגעווינטשענע געסט..... זיי זענען געקומען זיך צו שלאגען.... זיי זענען געקומען אויף שבת און זיי זענען אויך געקומען אויף זונטיג.....  זיי האבען מיטגעברענגט געדינגענע שלעגערס ווייל זיי ווילען זיך שלאגען.

איך בעט און איך ווארען און איך הייס אז מען זאל זיך נישט שלאגען מיט זיי..... אה אה אה..... מען זאל האבען סבלנות..... איך... איך.... איך האב אויך געהאט אסאך סבלנות אין די לעצטע 20 יאר און עס האט זיך געלוינט.... מיט סבלנות קומט מען אן זייער זייער און איך מיין טאקע זייער ווייט...

זיי ווילען זיך שלאגען אז עס זאל זיי העלפען אין געריכט.... איך זאג נאכאמאל איך האב געהאט אסאך סבלנות און מיט סבלנות שניידט מען אפ גוט...... מען זאל זיך נישט שלאגען בשום אופן נישט שבת און נישט זונטיג.

דאס איז בערך לשונו פונעם גאון וקדוש.

מחר יהיה האות הזה וועלען מיר זען צו די מיליטער וועט פארשטיין ווי אזוי אויסצוטייטשען רצון  קדשו ....... 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2009 21:26 לינק ישיר 

שבת צופרי אויף גארפיעלד רד. טרעפט ברוך מרדכי אקערמאן דעם טאשען שניידער מעדאף.

זאגט ברוך מרדכי, לישע, איך פארשטיי אז דער גאון וקדוש איז א בעל רוח הקודש און ער האט דערשנאפט די "אומבאמערקבארע געסט" אבער פארוואס האט ער געדארפט ווארענען די בחורים, פון וואנעט זאלען זיי אפילו וויסען אז די "אומבאמערקבארע געסט" זענען דא.

ווי עס שטעלט זיך ארויס איז לישע נישט געווען ביים טיש און האט נישט געוויסט פון די גאנצע "תורה", זעט אויס אז די תורה האט דער יועץ פרטי נישט דורכגעשמוסט מיטן "קלוגען" טאשען שניידער.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2009 18:50 לינק ישיר 


סאיז אינטערסאנט ווי זיינע קעלבעלעך האבן פארשטאנען זיין ווינק אין תיכף פרייטיג צונאכטס האבן זיי געמאכט א חרבן אין די ביהמ"ד בבית רבינו (רעבעצין'ס ביהמ"ד) זיי האבן אויסגעגסען איבער 10 גאלאנען מילך אויף דער ערד זיי האבן אויס געליידיגט די מילך טאנק וואס סאיז אנגעגרייט פאר די קאווע וואס מיינען זיי אז דער עולם וואס איז געקימען צופרי זענען גראד גאווארן ארונים די תירוץ אויף זיי איז אזוי ווי פארמעגליך שרייבט אקסען !!!!!!!!!

איך רעדט נישט פין די חוצפה פין מאכן וואנדעליזאם אין הויז פין רבינו הק' וואס אין קיין שום נארמאלע פלאץ וועט נישט קימען אייגענע חסידים אין טיען אזעלעכע זאכן אין א הויז פין א רבי ז"ל נאר א קשיא אויף די פושעים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2009 16:55 לינק ישיר 

האסט אויסגעלאזט! ער האט אויך געזאגט אז "און אמת'ן אריין וואלט מען אינגאנצען נישט געדארפט גיין צום ציון צו אזא איד וואס איך האב פיינט, נאר אזוי ווי ס'איז א געלעגענהייט צו ווייזן בעלות איז יא גוט אז מ'גייט" ס'איז נישט געווען ווער זאל לאכען... נאר א שאד אז ס'איז נישטא קיין טעיפ...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > דער "קדוש'ל" רעדט פון געשלעגן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext