בית פורומים אחים אנחנו

רבינו שליט"א עם אלפי תלמידי סאטמאר בהעלייה לציון של רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע ועכי"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/8/2009 01:13 לינק ישיר 
רבינו שליט"א עם אלפי תלמידי סאטמאר בהעלייה לציון של רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע ועכי"א


דער רבי שליט"א האט ארויף מאשירט ווי א מלך, ביז אריין אין ציון הקדוש, - ימים על ידי מלך תוסיף שנותיו כמו דור ודור עבמ"צ ב"ב
עס איז מקיום געווארן דער פסוק "ולכל בני ישראל לא יחרץ כלב לשונו"
ממש א מיליטער פון די טרופערס אויף אלע זייטן און א פאליצייאישן פליגער הויעך און די ליפטען.
מיטן באגלייטן פון אנ"ש טויזענטער תלמידי וחסידי סאטמאר, 
גרויס התרגשות והתעוררות על ציון הקדוש 
הרה"ח משמש בקודש ר' עזריאל גליק געווען דער בעל תפילה, 
 

תוקן על ידי 1satmar ב- 17/08/2009 1:29:32




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/8/2009 03:01 לינק ישיר 

ס'איז נעבעך גארנישט קיין דזשאוק...

כ'בין געשטאנען לעבן זאלי בחורים ביינאכט ווען מ'האט זיך געשלאגען מיט יוסל וואלדמאן,

איין בחור זאגט פארן צווייטען (כ'וועל עס אויך מאכען מיט די 'נטע' 'יענקל' שפיל)

נטע: WOW דעיס איז גוט!!!

יענקל: יא! די משה לייב וועט יעצט איינמאל פאר אלעמאל כאפען!!!

נטע: די וואך וועט זיין גוטע סחורה צו ליינען,

יענקל: ווי?

נטע: (באמערקענדיג ווי איך שטיי לעבן אים ווערט ער אזוי אומבאקוועם און וויל נישט ענטפערן)

יענקל: ווי? ווי?

נטע: (געט אזא מאך אוועק) און די איד... (און קוקענדיג אויף מיר זאגט ער) די בלאט.....

יענקל: וואס הייסט?

נטע: (געט אזא שלעפ יענקלן צו זיך און רוימט אים אריין אין אויער מיינענדיג אז איך הער נישט) פארמעגליך! הייד פארק!!!

יענקל: יאאאא?!?!?!..... הא... גערעכט! ער וועט האבען שטאף!!!!

נטע: איך האב שוין וואס צו שרייבען אויף מארגען! מארגען בין איך א גאנצען טאג..... (כ'האב נישט געהערט די סוף ווייל די פובליק סעיפטי האט מיך פארשיקט)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/8/2009 23:51 לינק ישיר 

יענקל: נטע, האסט געזעהן וואספארא עולם די רבי שליט"א האט געהאט ביים ציון?

נטע: איך בין גראדע געווען אין אוהל ביי תהילים, עס איז געווען היפש פיל דארט.

יענקל: נאאא.. איך רעדט נישט פון די אוהל.

נטע: וואדען מיינסטו די ציון?

יענקל: כ'רעד פון די גאס, די גדר ארום.

נטע: אהההה.. נו, וואס איז געווען דארט? כ'האב געהערט א העליקאפטער אריין אונעם אוהל אריין.

יענקל: ס'רעדסטו?! העליקאפטער? האסט געדארפט זעהן וויפיל בחורים זענען געזיצן אויפן גאנצן גדר ארום. טויזענטער!

נטע: ממש אזוי?

יענקל: נאך מער! עס איז געווען א ריזיגער מראה. נאר דאס זעהן ווי שנעל און פלינק די בחורים זענען ארויפגעקראכן אויפן גדר, ממש ווי געלערנטע קריכער..

נטע: WOW, ממש וואונדערליך.

יענקל: יאפ. ווי נאר מ'האט געזעהן די ערשטע קאר אין די לאנגע רייע פון הערליכע קארס מיט בליצער'ס זענען די בחורים ספאנטאן געקומען צו לויפן און איינע נאך די אנדערע ארויפגעשפרינגען אויפן גדר.

נטע: ס'הייסט די פובליק סעיפטי האט געקראכט? הא?

יענקל: נאך ווי געקראכט. זיי האבן נישט געוויסט ווי אהין זיך צו דרייען זייער פנים.

נטע: און אזוי זענען מיסתמא די גאנצע חבריה אריינגעפארן ביזן אוהל ווי אייביג?

יענקל: עמממ... אכככההםם.. עמ נאר ביזן דרויסינדיגער גדר, אבער איינמ..

נטע: וואס הייסט?! די רבי איז נישט אריינגעפארן ווי אלע יארן?!

יענקל: אאממ.. ניין, אהרן האט נישט געלאזט.

נטע: שוין ווייטער האבן די ארונים אויסגעפירט? שאול האט דאך געזאגט אז אלעס איז געהעריג און אלעס בלייבט ביים אלטן?

יענקל: רעד שוין ווייניגער שטותים!

נטע: אה, סארי. עניוועי, אלזא זאגסטו אז ס'איז געווען אסאך בחורים אויף די גדר. פשיהא, דאס איז גאר גוטע נייעס. ס'כאטש דא גוטע בילדער דערפון?

יענקל: כ'האף אז עס וועט ליגן אויף הייד פארק.

נטע: זיכער, מ'דארף דאס פארשפרייטן איבעראל! ס'איז א מעכטיגע געוווינס.

יענקל: יא יא, איך גיי שוין רעדן מיט משה וואלף.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2009 21:21 לינק ישיר 

דער נקידה פון פארמעגליך!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2009 20:49 לינק ישיר 

פערצופאל האב איך געהערט א חלק פון ר' אהרן'ס דרשה, וואס זאל איך ענק זאגן ס'איז געווען ממש א גרויל, א עקל.
א רב בישראל זאל זיך אויפשטעלן אין מיט שחצנות און עגאאיסטישקייט זיך זעלבסט בארימען, ווי א קליינע בעבי
ס'איז ממש אן עקל.
ממש דער היפוך וויאזוי ערליכע אידן פירן זיך.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/8/2009 19:31 לינק ישיר 

געדענק כתב:
וואלןסח איך האף אז די מיינסט עס נישט אמת'דיג אז די ווילסט הערן רז"לס דרשה,
און איך האף אז די רוועסט עס נישט הערען, דו קענסט נאך געוואר ווערן אז רז"ל איז נישט אזא ע"ה ווי די רוניס מאכן אים, קענסט נאך חלילה באקומען ספיקות אין די אמונה רח"ל, ביי אונז לערענט מען, אני מאמין באמונה שלימה אז ר' אהרן איז גאון, אין רז"ל איז א ע"ה, חלילה אויסצוהערען זיין דרשה.

בי רז"ל איז אלעס, אז זייער רבי זאל אריינקומען מיט זיין נייע ריזיגע ברייטע ביבער היט (וואס איז א געמיש פון פענסי און רעבעזעכרוינעליבראכע'דיג) און שמייכלען צו די בילדער
און ביי זיין דרשה פארשטייט זיך זאל ער געבן שטאף! אויף אהיימצונעמען... עפעס זאפטיג אויף דעם אהרנ'ן....

ביי אונז איז בילדער מיט ווידיאוי חזר טרייף, אפילו ווען דער רבי איז אויף אפרו ערגעף אין די אררט, מאכט מען זיכער אז די פאטאגרעפירער זאל חחלילה נישט מאכן קיין בילדער, כ"ש ברבים ווען ער אין שטאט, עס איז באקאנט אז פון רבינו איז קיינמאל נישטא קיין בילדערץ

און וועגן דעם שריי מיר אונז אויס אשרינו מה טוב חלקינו!!! והבדילנו מן התועים!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2009 15:32 לינק ישיר 

וואלןסח איך האף אז די מיינסט עס נישט אמת'דיג אז די ווילסט הערן רז"לס דרשה,
און איך האף אז די רעדסט דיך נישט איין אז ווען זיי וואלטען ווען געהערט דעם רבין'ס דרשה וואלטען זיי געווארען חסידים פון אים,

זיי וואלטען ארויסגעלאפען נאך ביי די ערשטע העלפט!
ווי נאר די רבי האט אנגעהויבען די מוסר חלק אז "מ'זאל קומען אין ביהמ"ד לערנען" און אז "מ'קומט נישט גענוג אין ביהמ"ד!!" און אז "ס'מעג זיין בעסער!!!" וואלט זיי אלע ארויסגעלאפען....

זיי קענען נישט פארנעמען קיין מוסר און זיכער נישט קיין קריטיק....
איך רעד שוין נישט פון די ווייטערדיגע חלק פון די דרשה ווי זיי וואלטען אים פשוט פארשטיינערט!

אלעס וואס זיי ווילען איז, אז זייער רבי זאל אריינקומען מיט זיין נייע ריזיגע ברייטע ביבער היט (וואס איז א געמיש פון פענסי און רעבעזעכרוינעליבראכע'דיג) און שמייכלען צו די בילדער
און ביי זיין דרשה פארשטייט זיך זאל ער געבן שטאף! אויף אהיימצונעמען... עפעס זאפטיג אויף דעם אהרנ'ן....

און וועגן דעם שריי מיר אונז אויס אשרינו מה טוב חלקינו!!! והבדילנו מן התועים!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/8/2009 06:40 לינק ישיר 

איין זאך קען איך אייך זאגען אז דער עולם האט זיך פשוט באלעקט פון דעם רבינ'ס זיסע און הייליגע דיבורים!
 ער האט טאקע שארף ארויסגעטרעטן קעגין די אלע וואס טיען אלעס נאר צו געפעלן די גאס, אויך מיט די אלע בילדער,

(ווי זיין ברידער דער ארויני וואס האט זיך מיטגענומען ביז ניו העפשיר דעם פאטאגרעפער) 

ער האט האט אויך שיין ארויסגעברענגט, אז רבינו הק' האט לוחם געווען מיט די גרעסטע מסירת נפש,
וואלט דער רבי ווען געוואלט געפעלן פאר די גאס וואלט ער אוודאי נישט געווען דער גוואלדיגער לוחם כידו'

עס איז כדאי צו קויפן די טעיפס פון די דרשה, אדער אפשר וועט זיין באשריבן די וואך אין דער איד.
  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/8/2009 05:15 לינק ישיר 

מיין קאמפיוטער ארבעט אביסל שטאט, איך זע ווי איין סאטמאר שרייבט אזוי אין גרויס דרשת וכו' בסעודת יומא דהילולא
איך האב מיר געריבן די אויגן צו איך זע גוט, מען לייגט ארויס א דרשה פון רז"ל צו הערן אין פאבליק? ס'האט נישט גענומען מער ווי צוויי מינוט צו זען אז ס'איז נישט מער ווי א בילד.
אפשר קענען מיר האבן די זכי' צו הערו די דרשה וואס דער אמת'ער מ"מ פון רבין וממשיך דרכו האט געזאגט ביי די צענטראלע יא"צ סעודה.







דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2009 02:13 לינק ישיר 

צוביסלעך לערנט ער זיך אויס צו גיין ווי א מענטש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/8/2009 01:13 לינק ישיר 

fromSatmar Report <[email protected]>
to
dateMon, Aug 17, 2009 at 6:10 PM

נאכדעם וואס די ארוינים האבן זיך נישט געקענט בארוהיגן פון די מעכטיגע פאראסק וואס זיי האבן געכאפט כ"ז ניסן צוזאמען מיט זייער געסטאפא (פאבליק סעיפטי בלע"ז). זיי האבן איינגעזען אז אפילו דער בלאט וואשט זייערע מוחות שוין 10 יאר אז מיר זיכן א  10ענטער צו מנין פארט איז רבינו שליט"א אנגעקומען מיט טויזענטער בחורים אין אינגעלייט און געפענט אלע מחיצות הה"ד מלך פורץ גדר, האבן זיי זיך יעצט דערטראכט צו א פרישע געשעפט.
 
כ"ו אב וועלן זיי שוין נישט זיין אזוי אומבאווארענט זיי וועלן ברענגען סעטיט פאליס!... די סעטיט פאליס וועט שטיין ביים טויער און אריינלאזן נאר רבינו שליט"א מיט איין גבאי און תיכף פארשליסן די טיר מיט די הילף פון פאליציי. די אויפטו וועט זיי דאפלט, קודם כל וועט  רבינו שליט"א דארפן ארויפשאפצירן מיט א איינציגער גבאי אבל וחפי ראש... און דערצי האבן די ארוינים געדינגען א עליקאפטער וואס וועט אופכאפן און ווייזן פאר די וועלט אז רבינו שליט"א האט נעבעך נישט קיין ציבור ער גייט אליינס... און דער צווייטער אויפטו מיטן שטעלן שטאטישע פאליציי האבן זיי זיך געמאכט דעם חשבון אז אונזערע בחורים וועלן זיך זיכער שלאגן מיט די סטעיט טרופער'ס וואס שטייען ביים טויער און די וועלט וועט זען אז "נישט נאר" מאנרא בויעס ווערן ארעסטירט אין מאנרא!

אבער רבות מחשבות בלב איש, טויזענטער בחורים און אינגעלייט האבן אפגעווארט דעם רבי'ן אין אלע שטחים אין און ארום דעם ביה"ח, זייער חלום אז רבינו שליט"א וועט אליינס אריינגיין האט זיך שוין א האלבע שעה איידער רבינו שליט"א איז אנגעקומען ארויסגעוויזן צו זיין א דורכפאל, די ביה"ח ביים גדר איז געווארן וואס א מינוט פילער מיט בחורים און אינגעלייט טראץ די באקענדיגע זין, ווען רבינו שליט"א איז אנגעקומען איז ער געווארן אפגעווארט מיט לערך טויזנעט בחורים אין אינגעלייט אינדרויסן פון ביה"ח און לערך טויזענט בחורים און אינגלייט אינווייניג פון ביה"ח, די רגע וואס די סטעיט טרופער'ס האבן באוויזן צו פארשליסן די אריינגאנג האט זיך אנגעהויבן א הערליכע בליד ווי הונדערטער בחורים און אינגעלייט זענען פשוט איבערגעקראכן דעם גדר פונם ביה"ח פשוט צו קענען אנקומען צום אוהל צוזמען מיט רבינו שליט"א!

נישט צום פארגעסן, אזוי ווי ס'איז אנגעקומען די מעסעדש פון "סאטמאר ריפארט" אז רבינו שליט"א איז אינטערוועגנס צום פעלד איז ביז עטליכע מינוט שוין נישט געווען קיין איין ליידיגע פלאץ פאר א קאר אויפן גאנצן שטח!
 
בערך 3 מינוט נאך דעם מעסעדש פון "סאטמאר ריפארט" איז די גאנצע שטח געווארן פארמאכט פאר פארקינג!
און בערך 5 מינוט שפעטער איז גאנץ סקאנעמאנק געווארן פארמאכט! מ'האט נישט געקענט אנקומען צום ציון בכלל! (דאס ערשטע מאל זייט כ"ו אב תשל"ט)

עטליכע בילדער וואס מיר האבן באקומען פון אנוועזענדע, יישר כח

בחורים ווארטן אויף רבינו שליט"א












זייער זיסער חלום האט זיך נעבעך אויסגעלאזט מיט א בייזער חלום, נישט נאר האבן אונזערע בחורים זיך ח"ו נישט געקריגט מיט גוי'אישע פאליציי נאר אויך איז רבינו שליט"א ארויף מיט כבוד מלכים באגלייט פון א ריזן ציבור

רבינו שליט"א אין באגלייטונג פון הרה"צ אב"ד זענטא



תוקן על ידי פימפנאטער ב- 18/08/2009 1:11:00




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/8/2009 00:11 לינק ישיר 
דרשת רבינו שליט"א בסעודת יומא דהילולא של מרן רבינו הקדוש זי"ע



תוקן על ידי 1satmar ב- 18/08/2009 0:08:14




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/8/2009 23:36 לינק ישיר 

* width="640" height="385"><*



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/8/2009 16:59 לינק ישיר 

א קידוש ה' געווען, טראץ וואס די פאבליק סעיפטי האט פארשפארט די פארקינג באלד פאר רבינו שליט"א אהט געדארפט אנקומען, מורא האבנדיג אז ער וועט האבן א "צו גרויסן" עולם.. דערנאך ביז נאך רבינו שליט"א איז אראפ האבן זיי פארמאכט גאנץ סקאנעמאנק, פשוט צוליב "א איבערגעפולטן פארקינג לאט"..

אבער דאך זענען געווען ממש אלפים חסידים ואנשי מעשי בעלי בתים און בחורים מיט צוהאלטן די בתעוררות,דיגע מאמענטן ווען כ"ק מרן רבינו שליט"א דער געטרייער ממלא מקום איז משתטח אויפ'ן ציון הקדוש, און אינאיינעם געהאפט זיך מיט צו כאפן מיט'ן הייליגן וואגן און אויס'פועל'ן אלעס גוטס פאר אלע אידן.

זכותו הגדול של רביה"ק יעמוד לנו ולזרעינו עד עולם, און מ'זאל האבן געפועל'ט אלעס גוטס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > רבינו שליט"א עם אלפי תלמידי סאטמאר בהעלייה לציון של רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע ועכי"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext