| נשלח ב-17/8/2009 17:49 |
|
| |
רבינו שליט"א רעדט זייער שארף קעגן אומגעפילטערטע אינטערנעט און בלעקבעריס
כ"ק אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א האט נעכטן געזאגט א מורא'דיגע שטארקע דרשה,
ארומגערעדט פון אלעם און אלע אישוס אנגעכאפט,
דאס מערסטע וואס האט מיך באנומען (און איך גלייב אויך פאר אנדערע) איז געווען בנוגע די אומגעפילטערטע אינטערנעט און בלעקבעריס,
ער האט ארויסגעברענגט דעם חומר הענין, און ווי מ'האלט און איין רעדן דערפון און עס איז נאך אלץ דא אויבער חכמים וואס פארשטייען נישט דאס הארבקייט דערפון, און רעדן זיך איין אז זיי דארפען עס האבען,
און איך מה_טובו בין ביז היינט אויך געווען פון די אויבער חכמים, און נאך היינט אי"ה וועל איך אנטון א פילטער סיי אויפן קאמפיוטער און סיי אויפן בלעקבערי בעז"ה,
ווי אויך האט רבינו שליט"א זייער שארף אראפגערוסען די אלע טאטעס וואס שטערן דעם חינוך הבנים והבנות מיט'ן אפלאכען און אפשפעטען פון אלעם וואס מ'לייגט אריין אין די קינדער, און אינדערהיים קענען זיי ווייזען אויפן קאמפיוטער פלעיס און נאך ארגערס ר"ל,
און אויך האט רבינו שליט"א זיך שטארק אפגערעדט אז ס'איז שוין 30 יאר פון ווען די פעטער ז"ל איז שוין נישטא און די לבוש האט שטארק נאכגעלאזט ביי די עזרת נשים,
ער האט זייער שארף גערעדט דערוועגן, (ווען איך וואלט געהאט די פראבלעם וואלט איך דעיס אויך נאך היינט מתקן געווען, אבער ב"ה ס'איז נישטא ביי מיר) ער האט געזאגט אז "איך האף אז ס'איז דאס לעצטע מאל וואס מ'דארף רעדן דערוועגן!"
און פארשטייט זיך אז ער האט אריינגעפראקט און די אידען וואס לערנען נישט אז מ'זאל האבען א שיעור אינדערפרי אדער אויפדערנאכט, און די אידען וואס קומען יא און ביהמ"ד זאלען זעהן מוסיף צו זיין,
אויך האט ער ארומגערעדט פון די שחיטה גסות, עופות, צומות הגידין, און נאך, וואס נישט דא איז די פלאץ דערפאר דאס וועט שוין זיין אין זייערע אשכולות.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/8/2009 18:57 |
|
| |
באקומען אין אימעיל
צו באקומען JNET http://www.thejnet.com 866-866-JNET
פאר JNET בלעקבערי סערוויס עקסטענשאן 840
|
|
|
|
| נשלח ב-17/8/2009 19:35 |
|
| |
מה טובו, איך קען דאס ממש נישט פארשטיין.
פאריגע וואך האסטו געעפנט אן אשכול צו פרעגן די תמ'ישע קשיא אויב מען מעג ליינען פארמעגליכ'ס ארטיקלען. מען האט געקענט מיינען אז דו ביסט באמת אן אפגעהיטענער איד וועלכער האט מורא אז ער וועט נכשל ווערן מיט'ן זען עפעס וואס ער דארף נישט.
יעצט ווער איך געוואויר אז דו האסט ניטאמאל קיין פילטער אויף דיין קאמפיוטער, און אז דו האסט א בלעקבערי, וואס לדעתי טאר עס א איד נישט האבן, ווייל ווי איך האב געהערט פון מיינע חברים וואס האבן בלעקבעריס, איז עס ממש א שרעקליכער חורבן, סאך ערגער ווי דעם אינטערנעט, ווייל מיט בלויז איין קוועטש מיט א באטאן קען מען שיקן א שמוציג בילד צו צענדליגער אנדערע בלעקבעריס.
איך האב ב"ה א פילטער אויף מיין קאמפיוטער, אין צוגאב צו "קאווענענט אייס." און ווען כ'בין געגאנגען קויפן א סעלפאן האב איך אויסגעקליבן דעם פשוט'סטן סעלפאן, און דווקא נישט קיין בלעקבערי, פאלם און די אלע אנדערע ענליכע מאשינקעלעך. א טעלעפאן איז געמאכט צום רעדן און מען מוז נישט מיטנעמען די טריפה'נע כלי איבעראל וואו מען גייט. גענוג אז מען האט עס ביי די ארבעט.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/8/2009 20:28 |
|
| |
זיסקייט זיסער: איך ווייס נישט ווי די ארבעטסט, אבער ביי מיין ארבעט ברויך איך לכתחילה נישט האבען קיין פילטער ווייל איך ארבעט אויף א אפענע פלאץ און איך בין נישט דער איינצגסטע יאסער (נוצער) אויף מיין קאמפיוטער,
אבער לפנים משורת הדין... לויט ווי די רבי האט עס נעכטען אראפגעלייגט איז עס א "מוז" וועל איך עס אי"ה היינט ארויפלייגען (כ'האלט שוין אינמיטען די פראסעס)
און לגבי מיין בלעקבערי:
כ'האב פונקט לעצטענס געהערט אז אונזער רבי זאל זיין געזונט קען יעדע נייע מאשינקע וואס קומט ארויס אויף דעם עולם, די רבי ווייסט פון אלעם נאך פאר אלע דילערס ווייסען דערפון, ער האט זיך זיינע קוועלער אויף די זאכען אים צו אינפארמירען,
נישט ח"ו אז ער האט עס, אדער ער זעהט עס, גראדע וויל ער קיינמאל ניטאמאל קוקן ווי אזוי ס'ארבעט, ס'גענוג אז מ'זאגט אים, ער גלייבט אויפן ווארט.
אני הקטן אבער אפילו כ'האב די כלי ווייס איך קוים וואס אלץ ס'האט אין זיך, איך קען מיך קוים אויס דערמיט, איך נוץ נאר געוויסע זאכען וואס איך דארף וויכטיג האבען אין די היינטיגע ביזנעס וועלט, און איך האב ניטאמאל געוויסט אז ס'איז שעדליך,
נאר אז די רבי זאגט! פרעגט מען נישט קיין קשיות!
ארויף מיט א פילטער!!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/8/2009 20:29 |
|
| |
לית מאן דפליג די גרעסטע פירצה פון היינטיגן דור ביי היימישע אידן איז BY FAR נאר דער אינטערנעט, דאס טוט אנווערן דאס גאנצער אידישקייט וואס מיר ווייסן היינט, דאס איז דער ציונית בדורינו, ווען דער רבי ז"ל וואלט געווען אינעם היינטיגן דור מיטן היינטיגן מצב, האב איך קיין ספק וואלט ער די זעלבע מלחמת חרמה געפירט קעגן אינטערנעט ווי ער האט געפירט קעגן ציונית, וויפיל מ'זאל רעדן דערפין איז נישט גענוג, דער סאטמארער רבי שליט"א איז פון די איינציגע מנהיגים בדורינו וואס האמערן אזויפיל וועגן דעם נגע צרעת טמא טמא יקרא, דאס איז א ריכטיגער ממלא מקום דודו במלא מובן.
איך האלט מדארף באגיין מיט דעם ענין בכל חומר, איינער וואס האט אומגעפילטערטע אינטערנעט ביי זיך אינדערהיים אדער אפען בלעקבערי טאר מען נישט אריינעמען די קינדער און אונזערע מוסדות, אן קיין שום מעשיות די קינדער פארברענען די נשמות פון די חברים, ס'דא אסאך ליטווישע מוסדות וואס איז אסאך שטרענגער מיט די ענינים ווי ביי אסאך היימישע מוסדות, מ'טאר זיך נישט לאזן, זאל ער זיין די גרעסטע חסיד אדער דער גרעסטער גביר,
|
|
|
|
| נשלח ב-17/8/2009 21:08 |
|
| |
ליידער איז דא אסאך דורכגעפאלענע וואס זענען ביטערע עדות אויף אימגעפילטערע אינטערנעט ה''י
אין די סאטמערע מוסדות (כ'גלייב אז נאך אויך) האבען א תקנה נישט אנצינעמן קיין קינדער וואס מ'ווייסט אז ס'דא ביי זיי אינדערהיים א קאמפיוטער, וואס דער קינד קען האבען ציטריט דערצו, נאכדערצו אויב עס האט אינטערנעט ה''י.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 12:25 |
|
| |
זאג דיין רבין זאל זיין געזונט און שווארץ ער זאל קודם קעיר נעמען פון ר' מענדלע און נאכדעם וועלמיר שמועסן וועגן בלאבעריס און בלעקבעריס און אפילו וועגן טשעריס....
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 20/08/2009 16:25:29
|
|
|
|
| נשלח ב-20/8/2009 15:41 |
|
| |
ווי אזוי לייגט מען א פילטער אויפן סעלפאון?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2009 16:09 |
|
| |
נעכטען האט די רבי שליט"א נאכאמאל אויפגעפאדערט יעדן איינעם ארויפמולייגען א פילטער אויפן טעלעפאון,
ווער עס האט א טעיפ זאל ביטע פאוסטען, ס'איז ווערד צו הערן
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2009 17:09 |
|
| |
פאר א פילטער אויפן בלעקבערי 866-866-5639 ext 840
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2009 17:53 |
|
| |
866-866-5638
ext840
|
|
|
|
|
|